וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 8:06 pm

א ניגון האט א ערשטע פאל און א צווייטע פאל, א דיפאלט סעטינג איז א 'צוריקפאל' נישט קיין 'בייפאל' נישט קיין 'צופאל' און נישט קיין 'אויסנאמספאל' עס איז די 'פאל' אין וועלכע עס גייט 'צוריק' צום ערשטן איינשטעל, ממילא איז דאס א..... שרייטס אלע.....

צוריקפאל!!!!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 9:57 am

מיללער האט געשריבן:א ניגון האט א ערשטע פאל און א צווייטע פאל, א דיפאלט סעטינג איז א 'צוריקפאל' נישט קיין 'בייפאל' נישט קיין 'צופאל' און נישט קיין 'אויסנאמספאל' עס איז די 'פאל' אין וועלכע עס גייט 'צוריק' צום ערשטן איינשטעל, ממילא איז דאס א..... שרייטס אלע.....

צוריקפאל!!!!

אין הכי נמי דדלי לן מר חספא ואשכחנא מרגתינא טבא בהאי עניינא ד'פאל'י ואפריון נמטייה לך על דא.

ברם אהא דאמרת דמתרגמינן "צוריקפאל" נימא לך בגוונא דלא משתמעי לתרי אנפין - לאו! באלפא רבתא!

צוריק צו וואס, צו וועם? איז דען געוועהן עפעס אנדערש וואס איז צוריק?
אויב יא, טא ווער איז דער ערשטער?... אויב נישט, וואס פאר א צוריק?

איך קלער במחשבה שניה, אז מיין מחשבה ראשונה נאכן אין אכט נעמען וואס "פאל" מיינט, איז דאך "פאל" זעלבסט דער אומדירעט/צופעליג/ משמעות, נעמליך דער ממילא'דיג מצב, דער בסתמא'דיג איינשטעל איז ריכטיג.
פארוואס זאל מען אים נישט רופן מיטן נאמען "פאלענד" ווי מיר האבן אנגעבאטן במחשבה ראשונה?


איר ווילט נישט, אקעי. ניין, נישט אקעי זייט מסביר פארוואס נישט, איר האט א פירכא? וועלן מיר בייגן דעם קאפ, מ'וועט בע"ה אפיר זוכן עפעס אנדערש,

אבער צוריק-פאל?... קומט נישט אין באטראכט!


ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון די תלי', בין געגאנגען צו די העברעאיסטן צוהערן ווי זיי רופן דאס והנה: "ברירת מחדל", א וועהלונג ווען ס'איז 'חדל' ברירה
מכח דעם באנוצער, א קיצער זיי טייטשן נישט, זיי ערקלערן מיט צוויי ווערטער דעם מציאות.

דער גנב קען צוריק צו דער תלי' ארויף...
(אגב, ווי קומט דא בורר? א קושיא אויף עמי-הארצים?)



(נ.ב. פאל פון א ניגון, השמטתי בכוונה ווייל איך ווייס נישט צו דאס איז פון דעם שורש)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 10:27 am

בעאבאכטער, איך האב דיר שוין געזאגט אז דו ביסט גוט? אויב נישט, זאג איך עס דיר יעצט, און געדענק עס זיי מוחל

ואני על משמרתי אעמודה - צוריקפאל, ווייל עס פאלט צוריק צום ערשטן איינשטעל/סעטינג, איר מוזט עס נישט נוצן, אדער קענט איר מאכן א 'סקר' צו הערן וואס דער עולם האלט, ופוק חזי מאי עמא דבר

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 10:42 am

בראותי כעת את דבריך שוב, נראה לי אז מיר האבן א מחלוקת אין יסוד הדבר וואס מכח דעם זענען מיר מחולק,
ווען דאס וועט ווערן אויסגערעדט קלאר מיין איך וועלן זיך זאכן טוישן, ביי מיר אדער ביי אייך.

ונסברה זאת בע"ה מאוחר יותר, אדער גאר אחר יו"ט, מחמת די שלאק ווארט אויף מיר, והמלאכה מרובה ביותר...


(ולגבי ה'סקר', ווילט איר א דזשורי צו באשטימען, אדער עקספערטן?...)


דאנקע פארן קאמפלעמענט.

משה כהן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

טרענסלעט

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 12:36 pm

לאור דעם וואס מיין מחשב אינדערהיים האט נישט קיין אינטערנעט, צו ווייסט איינער פון א טרענסלעטער (פון עברית צו אידיש) וואס מען קען דאונלאודן?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 2:39 pm

איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
ישראלי
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:36 pm

איך בין א מלמד אין חיידר אין ארץ ישראל, א חיידר וואס מען רעדט דארט עבריידיש, רוב אידיש און אביסל עברית, לעצטנס איז אריין א אינגל וואס זיינע עלטערן אריבער פון אמריקע, און פון דעמאלטס בין איך פארבלאנדז'עט.
לדוגמא, ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש:
כל הכבוד!!
לדוגמא. (יא יא, די ווארט לדוגמא)
עבודה (נישט ארבעט, נאר עפעס א בלאט צו קאלערן)
יישר כח.
ארץ הצבי - אזוי ווי די הויט פונעם הערש, נאכ'ן שינדן מען קען נישט צוריק אנטוהן דאס אויף אים.
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:47 pm

לדוגמא - אויף אידיש איז עס "צום ביישפיל", ער וועט אבער נישט פארשטיין, "למשל" איז בעסער

"חיידר" איז עבריידיש?...
וואו איז דָוִי?

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:53 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

בייט זיך נישט

מלמד שבחו של אהרן שלא שינה
ווערט נישט נשתנה
נישט משתנה

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערשד געווארען
אויב אזוי, פארענדערשד זיך נישט

אייביג די זעלבע
ווי געווען

נישט בייטענדיג
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ישראלי
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:54 pm

וואס איז בעסער צו זאגן, תלמוד תורה?
און וואס איז מיט כל הכבוד? איך זאג עס צום קינדער כמעט 20 מאל א טאג?
ארץ הצבי - אזוי ווי די הויט פונעם הערש, נאכ'ן שינדן מען קען נישט צוריק אנטוהן דאס אויף אים.
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:55 pm

וואס האט מען געטוהן פאר ס'געווען א ווארט "כל הכבוד"?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:57 pm

וואס איז שלעכט מיט "חדר"?...

כל הכבוד, איז א אויסדרוק, א אויסדרוק איז זייער שווער צו איבערטייטשן. איך וואלט איהם געזאגט "זייער גוט!", אבער דאס טייטשט נישט כל הכבוד, זינט כל הכבוד קען מען זאגן נאך זייער גוט אויך.
וואו איז דָוִי?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:59 pm

ישראלי האט געשריבן:איך בין א מלמד אין חיידר אין ארץ ישראל, א חיידר וואס מען רעדט דארט עבריידיש, רוב אידיש און אביסל עברית, לעצטנס איז אריין א אינגל וואס זיינע עלטערן אריבער פון אמריקע, און פון דעמאלטס בין איך פארבלאנדז'עט.
לדוגמא, ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש:
כל הכבוד!!
לדוגמא. (יא יא, די ווארט לדוגמא)
עבודה (נישט ארבעט, נאר עפעס א בלאט צו קאלערן)
יישר כח.

כל הכבוד - אויסגעצייכנט, וואונדערליך, געוואלדיג, מורא'דיג, אויסערגעווענליך.
וויבאלד מען מיינט דאך נישט צו זאגן אז מען וויל אים געבן דעם גאנצן כבוד, עס איז נאר אזא אויסדרוק פון איבעראשונג וכו'

ארבעט מיינט אויפגאבע, מיסיע
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 3:59 pm

SPUSMN האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

בייט זיך נישט

מלמד שבחו של אהרן שלא שינה
ווערט נישט נשתנה
נישט משתנה

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערשד געווארען
אויב אזוי, פארענדערשד זיך נישט

אייביג די זעלבע
ווי געווען

נישט בייטענדיג

איך גלייב שווער אז ר' שפיצמאן האט געמיינט אז מיט די אלע ווערטער זיינע וועט ער מיר צופרידנשטעלן, און מיר ראטעווען פון נכשל ווערן און אדאפטירן דעם ווארט קאנסיסטענץ
לעצט פאראכטן דורך וויל זיין גוט אום מיטוואך אוקטובער 18, 2017 4:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 4:00 pm

ישראלי האט געשריבן:איך בין א מלמד אין חיידר אין ארץ ישראל, א חיידר וואס מען רעדט דארט עבריידיש, רוב אידיש און אביסל עברית, לעצטנס איז אריין א אינגל וואס זיינע עלטערן אריבער פון אמריקע, און פון דעמאלטס בין איך פארבלאנדז'עט.
לדוגמא, ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש:
כל הכבוד!!
לדוגמא. (יא יא, די ווארט לדוגמא)
עבודה (נישט ארבעט, נאר עפעס א בלאט צו קאלערן)
יישר כח.

כל הכבוד - הארץ און גערן. געזונטערהייט. פארוואס נישט?. אדרבא. / מיט גרעסטן רעספעקט.
לדוגמא - למשל. (איינער שוין גשריבן).
עבודה - וואלט מען לכאורה אין אמעריקע אינגאצן ארויסגעלאזט פון זאץ (אנשטאט "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן די עבודה" וואלט מען געזאגט "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן קאלערן", אדער "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן וואס איך האב געהייסן").

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 4:13 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

בייט זיך נישט

מלמד שבחו של אהרן שלא שינה
ווערט נישט נשתנה
נישט משתנה

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערשד געווארען
אויב אזוי, פארענדערשד זיך נישט

אייביג די זעלבע
ווי געווען

נישט בייטענדיג

איך גלייב שווער אז ר' שפיצמאן האט געמיינט אז מיט די אלע ווערטער זיינע וועט ער מיר צופרידנשטעלן, און מיר ראטעווען פון נכשל ווערן און אדאפטירן דעם ווארט קאנסיסטענץ

געגעבען וואס צו טראכטען, און אז איינער זאל דאס אלעס נעמען אין באטראכט און מיט עפעס אויף קומען. עס הייסט געטוהן דער לעג-ווארק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 6:12 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

הארקאווי טייטשט עס 'איבעראיינשטימיג'

https://books.google.com/books?id=EGwA1 ... &q&f=false

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:36 pm

מיללער האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

הארקאווי טייטשט עס 'איבעראיינשטימיג'

זייער א מאדנער טייטש, און איך פארשטיי נישט וואס עס מיינט, איינשטימיג מיינט אז ער האלט די זעלבע מיינונג מיט אנדערע, איבעראיינשטימיג דארף מיינען אז ער איז איבער דאס זיין איינשטימיג, אז ער מוז עס נישט זיין, אדער ער רעכנט זיך נישט מיט דעם, אבער וואס האט עס מיט קאנסיסטענט
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:39 pm

איין-שטימיג מיינט אז ער האלט אן איין שטימע א גאנצן צייט, דער פארזילבע 'איבער' איז אזויווי 'אימער' וואס באדייט 'אלעמאל'

בקיצור ער איז אלעמאל-איין-שטימיג

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:43 pm

איך וואלט געזאגט: אנגייענד.

(גראדע טייטשט גוגל אויף consistently קעסיידער... :lol: )

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:48 pm

בס"ד

"קאנסיסטענט" איז זייער א שווערע ווארט אויף אידיש, שוין געפרעגט דערוועגן יארן צוריק ואין פותר אותה ביז אהער.

אנגייענד מיינט כסדר, רעגלמעסיג, אויף ענגליש ONGOING.

"קאנסיסטענט" איז סאך א טיפערע באדייט, מיט מער אנטשלאסנקייט, אפילו עקשנות, נישט נאכלאזן א האר אפילו ווען ס'איז שווער, און הוי איז דאס שווער, אבער נאר אזוי קען מען אנקומען... בקיצור, נאך נישט געטראפן קיין אידישע טייטש דערויף אין איין ווארט, אפילו נישט אין צוויי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:51 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:איך וואלט געזאגט: אנגייענד.

(גראדע טייטשט גוגל אויף consistently קעסיידער... :lol: )

לויט דעם גוגל וואלט איך געזאגט כסדר'דיג, א כסדר'דיגער מענטש, ער גייט אן כסדר, וכו'

אבער אויב שוין א לשון קודש ווארט, שטערט נישט צו ערקלערן אז איך גיי נוצן דעם קאנסיסטענט.

עטליכע משלים זענען ווי פאלגענד:

א מענטש דארף זיין קאנסיסטענט אין זיין עבודה אויף א מדה כדי ער זאל קענען עס דורכברעכן.

א מענטש וואס האט קאנסיסטענץ, איז פיל מער מצליח.

קאנסיסטענדיגע מענטשן זענען זייער אנגעזעהענע.

טוה דיין ארבעט קאנסיסטענדיג וועסטו מצליח זיין.
מזל מידיע האקט, זייער גוט געזאגט, געבט מיר מער חיזוק צו אדאפטירן דעם דייטשן/ענגלישן קאנסיסטענט
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:57 pm

כ'מיין אז ריין אידיש איז נאכאנאנד, ווי מען זאגט אין ארץ ישראל.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:58 pm

ישראלי האט געשריבן:וואס איז בעסער צו זאגן, תלמוד תורה?
און וואס איז מיט כל הכבוד? איך זאג עס צום קינדער כמעט 20 מאל א טאג?


געזונטערהייט!

"דו ווילסט דווקא טון אזוי, געזונטערהייט"...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:45 pm

קאנסיסטענט וואלט איך פארטייטש נאכענאנד.

שארמאשער רב האט אנגעהאלטן זיין סדר 60 יאר נאכענאנד.

דער איד דרייט זיך דא נאכענאנד.

אגב, נאכענאנד איז א ווארט ?

אפשר מיינט עס ברציפות?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט