אמעריקאנע עיר דעפענס און די גאנצע היסטאריע ארום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

אמעריקאנע עיר דעפענס און די גאנצע היסטאריע ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די אמעריקאנע עיר דעפענס


די אמעריקאנע מיליטער איז היינט די פארגעשריטענסטע מיליטער אין דער וועלט וואס דאס דארף מען נישט אפילו נישט זאגן, זיי געבן אויס א יאר ביליאנען דאלארן פאר פרישע דעוועלפמענטס און נייערע וואפן, די יאר 2023 איז זייער בודזשעט א געשאצטע $850 ביליאן דאלער, וואס רעכנעט אריין פון באצאלן די סאלדאטן ביז אויפקומען מיט די נייעסטע טעכנעלאגיע און מאדערנסטע וואפן וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.

א גרויס חלק גייט היינט פאר די דעפענס אפטיילונג, זייט רוסלאנד און טשיינע האבן אנגעהויבן זיך צו ארויפארבעטן אין מיסילס וואס קענען גרייכן אמעריקא איז די מיליטער נישט שטיל נאר ארבעט פעסט זיך צו קענען באשיצן פון אלע מינע געפארן וואס קען נאר אינטערקומען, איינע פון די נייעסטע חלקים אינעם מיליטער איז די נייע זעקסטע אפטיילונג אינעם מיליטער גערופן די ספעיס אגענטור, איר פליכט איז אהערצושטעלן די שטערקסטע און פארגעשריטענסטע סעטעלייטס וואס זאל אויפכאפן גאר שנעל יעדע זאך וואס שוועבט נאר אין דער לופט, ווי אויך צו קענען בויען מיסילס און מיסיל דעפענסעס וואס זאל ארבעטן פון ספעיס.

איז לאמיר טאקע דורכגיין די גאנצע מיסיל דעפענס סיסטעם וואס אמעריקא האט וויאזוי סאיז צושטאנד געקומען און ווי סהאלט היינט צוטאגס וויפיל מינע סיסטעמס אמעריקא האט און בכלל אלע קאטעגאריעס פון די עיר דעפענס סיסטעמס.

די אמעריקאנע עיר דעפענס היסטאריע גייט צוריק צו מער סוף פונעם צווייטן וועלט מלחמה ווען די וועלט האט אנגעהויבן איינזעהן אז נישט טאנקן און נישט קאנאנען מאכן שטארק א מיליטער נאר די פליגערס זענען די וואס דאמאנסטרירן ווער סאיז שטארק און ווער סהאט דער אויבערהאנט.

אמעריקא וואס איז דעמאלטס אריין אינעם מלחמה האט געזען אז סגייט נישט גיין אזוי גרינג ווילאנג די דייטשע לופטוואפע פארט ארום אן קיין מורא פון ווערן אראפגעשאסן, סאיז נאכנישט געווען דעמאלטס קיין געהעריגע סיסטעמס וואס זאל עס קענען טוהן, איז אמעריקא דעמאלטס געגאנגן און גענומען זייער מאכטפולע M2 מאשין גאנס און צוזאמגעשטעלט פיר 12.7 מ"מ גאנס און עס ארויפגעשטעלט אויף נארמאלע מילטערישע טרעקלעך און אזוי אפגעווארט די דייטשע פליגערס און עס באשאסן, קענענדיג שיסן ביז 24 טויזענט פיס ווייט, ווי אויך האבן זיי גענומען די 90 מ"מ קאנאן וואס האט געקענט שיסן ביז 60 טויזענט פיס און עס ארויפגעשטעלט ווי א קאנאן נאר אויף ארויף (זיי האבן עס אויך סוקסעספול געניצט אלטס א אנטי טאנק סיסטעם), ווי אויך האבן זיי געהאט דעמאלטס די 120 מ"מ קאנאן און עס גענוצט אלטס א אנטי עיר קרעפט סיסטעם, די לעצטע צוויי סיסטעמס האט מען גענוצט ביז די 1950 יארן.
{פארשטייט זיך אז די עיר דעפענס אפטיילונג איז דעמאלטס געווען אינטער די אנטי ארטילערי אפטיילונג זיך באניצענדיג זייערע קאנאן נאר אויף א מאדעפעצירטע אויפן.}

אויפן בילד די M2 מאשין גאן - די נייע אנטי עירקרעפט - די 90 מ"מ - און 120 מ"מ אנטי עיר קרעפט קאנאנען














איינמאל די קאריען מלחמה האט זיך אנגעריקט האט אמעריקא אפגעמאכט אז מדארף אריינברענגן פרישע אנטי עיר קרעפט סיסטעמס און אויפהערן זיך צו באניצן מיט די צוריקגעשטאנענע קאנאנען סיסטעמס, האבן זיי דעמאלטס גענומען די M24 טאנקן וואס אמעריקא האט גענוצט ביים צווייטן וועלט מלחמה און אנשטאטס האבן די קאנאן וואס די טאנק האט געהאט האבן זיי ארויפגעלייגט צוויי מאכטפולע 40 מ"מ קאנאנען און סאיז געבוירן געווארן די ערטשע סעלף פריפעלט סיסטעם, דאס הייסט אז די גאנצע מאשין איז א אנטי עיר קרעפט סיסטעם נישט א צוגעטשפעטע זאך אזויווי קאנאנען וואס שלעפן זיך פון די בעק.



אמעריקא זענדיג ווי גוט די איידיע איז האבן זיי אנגעהויבן צו בויען די נייערע דאסטער 42 וואס איז געווען די ערשטע געלונגענע סעלף פריפעלט סיסטעם.



שפעטער מער סוף פון די 1950 איז שוין געווען מער פארגעשריטענע פליגערס וואס האבן געקענט פליען שנעלער און העכער צו וואס די דאסטער איז נישט געווען געוואוינט צו קענען אראפשיסן, האט די ארמיי אפגעמאכט מער נישט צו ניצן די דאסטער און אין 1962 האבן זיי עס אינגאנצן באזייטיגט און אנגעהויבן צו בויען א פרישערע נייערע סיסטעם מיט פרישע טעכנלאגיע סהאט געהייסן Sperry Vigilante און איז געווען געבויט מיט זעקס שטארקע גאטלינג גאנס (וואס איז שפעטער צוריק באקאנט געווארן אלטס די סי רעם'ס סיסטעם) די סיסטעם איז געווען גאר מאכטפול אבער איז געווען ארומגענומען מיט אסאך פראבלעמען טאקע צוליב אירע נייע טעכנלאגיע מיט וואס זי איז אהערגעקומען.

{ די גאטלינג גאן איז געבויט געווארן אין 1861 דורך ריטשארד זשעי גאטלינג און איז געניצט געווארן אין בירגער קריג...}





דעמאלטס איז פארגעקומען די באקאנטע וויעטנאם מלחמה ווי אמעריקא האט למעשה צוריק ארויסגעשלעפט אירע דאסטער'ס פון קבר און עס צוריק אנגעהויבן ניצן, ביז ענדליך אמעריקא האט געבויט א נייע סיסטעם אנשטאט די דאסטער, אבער דעמאלטס האט די מיליטער אפגעמאכט אז סעלף פריפעלט סיסטעמס זענען צו אלט און איז נישט היינטיג. וואס דאס האט צוגעברענגט צו די ערשטע מיסיל ווערסיע עיר דעפענס סיסטעם (נישט זיך טועה זיין מיט מיסיל דעפענס נאר עיר קרעפט דעפענס)
המשך יבאו בקרוב ממש... (ביטע מגיב זיין דא כדי סזאל זיין א פילע המשך)


ווילט איר געבן א גרינע הענטעלע אדער א דאנק??

קהל תפארת אליעזר אינטערן פירערשאפט פון הרה"ג רבי אברהם יודא לעוו שליט”א וואס איז וועלט בארימט מיט איר ישיבה און כולל ווי בחורים און אינגעלייט זיצן און האקן שטיקער שוין פאר די לעצטע 35 יאר, די קהילה איז ברוך השם אויסגעוואקסן א תורה פעסטונג וואס באשטייט היינט צוטאגס פון צוויי ישיבה גדולות א מבצר הכוללים און א ביהמ"ד, ווי פארשטענדליך קאסט דאס גאר אסאך געלט אויפצוהאלטן און האט אריינגעברענגט מער חובות ווי נדבות אויפן ראש ישיבות פלייצעס, וואס צוליב דעם זענען מיר דא היינט. די קהילה פירט דורך אין די יעצטיגע טעג א גרויסע מיליאן דאלערדיגן קאמפיין צו דעקן די לעכער וואס האט זיך אנגעזאמעלט און אראפצונעמן די דאגות פונעם ראש ישיבה און פארגרעסערן און פארברייטערן די תורה פעסטונג.
אלזא אויב ווילט איר געבן גרינע הענטעלעך און זיך באדאנקן, טוט עס דורכן אריינלייגן וויפיל געלט איר קענט אין מיין קאמפיין לינק!!!

https://charidy.com/teshas/5874

רופט אייך אן ווארעם בלב ובנפש מיט סכומים הגונים, און זייט זוכה צו דעם אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד.
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום זונטאג יאנואר 08, 2023 4:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אמעריקאנע עיר דעפענס און די גאנצע היסטאריע ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואס טוט זיך?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Excellent
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: אמעריקאנע עיר דעפענס און די גאנצע היסטאריע ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

?
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”