משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

ר' יואל שפתיים יושק!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
שמעטערלינג האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.

רוב חתנים און כלות דארפן נישט די ריזיגע חתונות מיט פעטערס און מומעס און 7טע קוזינס.
זיי פרייען זיך אז עס קומען די מענטשן מיט וועם זיי האבן א שייכות.
די פעטערס זענען אויך נישט אינטערעסירט צו טאנצן אויף חתונות יעדע וואך.

די עצה זעהט פשוט אויס צו זיין אז מען זאל פארמינערן די עולם, פאר ווער עס איז גוט מיט חתן כלה, אוו פארשטייען און רעספעקטירן זיי אלץ מענטשן.

די מחותן איז נישט היינט געבוירן. ער קען האפענטליך גענוג זיין זוהן צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין דערוועגן.

קענסט האבן דיין מיינונג, אבער אויב קומסטו צום חתונה מיט אזא עטיטוד, דאן בלייב אינדערהיים.
טשולדיג פארן גיין פערזענליך...

ביסט חתונה געהאט?

גראדע יא. האסט עפעס צוצולייגן צום שמועס?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@הרב יואל קליין ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:

'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?
איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

און שוין! האט געשריבן:
ר' יואל שפתיים יושק!!
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואספארא פארגלייך? קאזאקן זענען געווען א פאליטישע גרופע וועלכע האט געעפנט פראנטן צו קעמפן קעגן די ארטיגע רעגירונגען און אימפעריעס. גראדע זענען געווען געוויסע גרופעס פויערן צווישן זיי וועלכע האבן אויך גע'הרג'עט אידן, מחמת ווייטאג אויף די פריצים. אבער אין אלגעמיין איז זייער ציל געווען צו באקומען מער פאליטישע פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט ווי עפעס אנדערש.
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?
איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.
ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?
איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.
ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.
איך האב זיך באצויגן צו דעם ארגומענט דא:
אנעים זמירות האט געשריבן:
'קאזאקען' טאנץ איז באמת נישט צום פארשטיין. ווען איינער זאל אויפקומען מיט א 'געשטאפו טאנץ' אדער 'היטלער יוגענט טאנץ', וואלט יעדער עס פארדאמט. טא וואס איז אנדערש א קאזאקען טאנץ? ווייל עס זענען דורך עטוואס מער יארען זינט די קאזאקען האבען גע'רצח'נט יודען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסטע חבר האט געשריבן:
האביך גערעדט אלץ די גויאישקייט שבו ווי מאכט א חילוק אויב זיי האבען געהארגעט אידען אדער נישט?
א גוי בלייבט א גוי און זייערע טענץ בלייבן גויאיש!
לידעתך די היינטיגע גוים הארגענען אויך נישט קיין אידען.
אויסקלארונג: אין מיין תגובה בין איך מצדיק די קאזאקן טענץ, נישט פארקערט.
איז לויט דיר דיר די היינטיגע גויאישע טענץ נישט קיין פראבלעם?
איז דאס א פארהער צו וואס? איך האב בכלל נישט גערעדט דא פון די היינטיגע טענץ.
ניין נאר לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז די פראבלעם איז נאר אויב הארגעט מען אידען.
וואס פארשטייסטו נישט??

ער האט זיך באצויגן צו איינעם וואס האט געפרעגט וואס איז די חילוק פון טאנצן א טאנץ פון די היטלער יוגנט און טאנצן א טאנץ פון די קאזאקן.

דעטס איט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

האט א מחותן אמאל געזאגט פארן חתונה פאר די שפילער, אזויווי ער האט זייער מורא פאר אן עין הרע, דעריבער וויל ער מען זאל קענען זאגן אז די חתונה איז געווען "קֵיין-אֵיינֶע-האָראַ!" (קיין איין הארא)
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

Clm האט געשריבן:
רח"ל
נישט פאר שוואכע הערצער,

מיר טיט אזאנס וויי
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פנימחדשות האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
רח"ל
נישט פאר שוואכע הערצער,

מיר טיט אזאנס וויי
נעבעך. תינוקות שנשבעו
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

בכלל נישט נשבו...
יעדע חתונה וואס ביי אונז גייט אהן מיט צודרייטע מוזיק און נגינה פירט מען אהין בזדון די קינדערלעך, מען דארף סטאפן די זאך ביים קאפ, די חתונות דארפן אנהייבן ווערן נארמאל.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פנימחדשות האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
רח"ל
נישט פאר שוואכע הערצער,

מיר טיט אזאנס וויי
איז דאס ר׳ הערשי וויינבערגער?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

הרב הערשי וויינבערגער

יש לדונו לכף זכות, אז דארט האט דאס אויסגעפעלט..
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
די סיבה פארוואס טעקנאו און דענס מיוזיק איז אזוי פארכאפט, איז טאקע דער אייינע פאקט אז עס מאכט טאנצן און מ׳פארט אריין אין א טרענס פון היפנאוסעס און מ׳שאקעלט זיך מיט מיטן ריטעם ווי א ניגער אין א ווערץ הויז. די עלעקטריט מיט די סינטעסייסד סאונדס געבן צו פארן ריטעם. און ווי מער צודרייט, קראצעדיג די סאונד איז, אלץ מער הייפּער מאכט עס. ס׳איז ריכטיגע גוי׳אישע מוזיק אויפן נידריגסטן שטאפל אפילו לויט די גויאישע סטאנדארט! להבדיל ווען דער גוי דארף טאנץ מוזיק פאר א פרעזענליכקייט ניצן זיי עס אויך נישט! די טרענס/טעקנאו סטיילס ווערט געניצט אין ווערץ הייזער ווי די נידריגסטע גוי שאקעלט זיך בשעת זיי זענען עובר אויף די שבע מצוות בני נוח ווי פארן מבל, און די מ׳ניצט די סארט מוזיק ווי א דראג צו ווערן פארטייבט. ס׳איז דא ספעציעלע ספיקערס מיט סובוואפערס פאר די סארט מוזיק וואס העלפט בעסער ארויסברענגען די פריקווענסיס ס׳זאל האבן די מאקסימום אפעקט. די פירמעס רופן עס EDM מיוזיק


א גוטע נאכט
יישר כח ר' יואל פארן שרייבן! זייער קלאר ארויסגעברענגט.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
.
איי ר' יואל איר זאגט דאך אזוי גוט!

און יא א ריזיגער חלק פון ירידת הדורות אחוץ דעם אינטערנעט, איז די סארט 'מוזיק', ס'איז א גרויסער 'מזיק' די מוח ווערט פארטייבט, פלעינע שיינע מוזיק איז 'יאנטשי' און מען איז צושאקלט פאר א וויילע...


דער סקולענער רבי דער בעל נועם אליעזר זצ"ל איז אריין צו א חתונה אין זיינע עלטערע יארן, אין ער האט געזאגט אז 'עס שמעקט פון ניאוף' מ'קעמער זיך פארשטעלן וויאזוי די מוזיק האט דעמאלטס אויסגעזען...
אנן מה נענה אבתריה???

און די תוצאות?

פיזיש.

עס שעדיגט קאנצעטראציע.

שעדיגט הערקראפט. (יא, דיין אויער פויקל איז פון איידעלע שטאף)

ברוחניות.

עס געט א געפיל פון 'careless' הפקירא ניחא ליה מיט א לכתחילה! (קוק נאר אויפן נאמען פונעם אשכול!...), ליין די היסטאריע פון די 'היפּיס' און 'ראק ענד ראלל' די ווילדע מוזיק נאכפאלגענדיג מיט 'היפּ האפּ' 'טראנס' און אלע אנדערע סארט פאלטשע מוזיק איז אלעס תוצאות פון דעם, ווייל 'ראק ענד ראלל' איז באורד געווארן מיט דער צייט, מען האט געדארפט האבן מער פארריקטע מוזיק.

און גיי נאכדעם רעד וועגן אידישקייט 'פרומקייטן אזוי צו זאגן' מ'ווערט 'careless' לאז... ססס'גוט... 'האָ קעירס' 'קאם אן'

מ'לעבט מער אין א 'אומוויסנד אגענדע' ווי הרב שאץ מאץ האט שוין ערווענט, אז קודם טוט מען וועב מ'וויל (יא careless) נאכדעם ווערט מען 'געוואר' אז 'סיריעסלי? ס'אסור? כאניש געוואוסט!?! (רח"ל, וה' הטוב יכפר)

און א ריזיגער גורם פון דעם איז די סארט מוזיק!

און כ'וועל עס נאכאמאל באטאנען אז אויב די פארשטייסט נישט וואס איך וויל דא, דאן שייד דיך אפּ פון די סארט מוזיק פאר א וויילע און צוביסלעך וועסטו אנהייבן 'רילעיטן' צו וואס איך וויל דא בכלל...



נ.ב. זייטיגע נקודה, מען ברויך א מאוומענט פון אנטועהן אויערן שטאפערס ביי חתונות...
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום זונטאג יאנואר 29, 2023 7:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
קלונימוס קלמן
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 11:50 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס קלמן »

פנימחדשות האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
רח"ל
נישט פאר שוואכע הערצער,

מיר טיט אזאנס וויי
ממש א הארץ ווייטאג צו זעהן דעס.

בינעך לעצטענס געווען ביי א שמחה וואס האט אויסגעזעהן גאנץ ענדליך צו דעם "פארברענג (די צייט)". קיין איין נארמאלע ניגון האט מען נישט געהערט דארט. די ווייטאג איז נאכמער, אז די בעל שמחה האט אויסגעגעבען אסאך געלט אויף צו מהנה זיין (געפעלן ביי) די משתתפים פון די שמחה, איך האב נישט געטראפן אינעם זאל קיין איינער וואס האט הנאה געהאט פון די צודרייטע מוזיק און נארישע ניגונים. איך האב מיך איינגעהאלטן נישט צו זאגן פאר די בעל שמחה, אז ווען ער פרעגט מיר פריער וואלט ער זיך געקענט שפארן אסאך געלט, איך וואלט איהם געזאגט וועלעכע טשענעל פונעם ראדיאו אנצוצינדען. עס וואלט געהאט נאך א מעלה, אז די ראדיאו קען מען כאטש מאכן שטילער אדער אפילו אינגאנצען אויסלעשן, און פאל די משתתפים ווערן נישט אזוי אנטציקט פון די נארישע אינטערטעינמענט.
די גאנצע טענה אז דעיס וויל די עולם איז א דמיון, די זינגער און די שפילער רעדן זיך איין אז דאס וויל די עולם, און יעדער נארמאלע מענטש לאכט פון זיי, אדער בעסער געזאגט וויינט פון זיי.

זעהענדיג דעם קליפ .........
מענטשן מיינען אז מען דארף זיך אונגאנצן אראפ לאזן צו מקרב זיין א צושאקלטע נשמה, אנשטאט זיך אינגאנצן אראפ לאזן צו יענעמס מדרגה האלט זיך שטארק אויף דיין מדרגה און ברענג יענעם ארויף א מדרגה.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פנימחדשות האט געשריבן:
הרב הערשי וויינבערגער

יש לדונו לכף זכות, אז דארט האט דאס אויסגעפעלט..
השם ירחם
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נשמת השכל האט געשריבן:
דעי אשכול :lol:
בעסטע תגובה דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

הר״ר ר׳ שמעלקא לייפער אדמו״ר מ׳חוסט (לעבט נאך? כ׳האף אז יא) זיינע דרשות פלעג איך לעקן די פינגער. בקיצור, האט ער אמאל געזאגט אדער נאכגעזאגט, אז אמאל אין אונגארן איז געווען א טיילונג. די ערליכע און להבדיל די אויפגעקלערטע. נו מיינסטע אז דער שטן האט עס געקענט אויסהאלטן? וואס האט ער געטאן? ער האט פארשטעלט די משכילים אזוי ווי מיר גייען אנגעטאן, און זיי אריינגעשטעלט ממש צעווישן אונז אזוי אז מ׳זאל זיי נישט דערקענען און אזוי ווייטער אנזייען א חורבן. פאר די טיילונג האט א משכיל געהאט א מאדערענע קליידונג, און היינט ליידער טראגן זיי די זעלבע היט ווי אונז.
אבער, א געניט אויג קען גלייך באמערקן אויב די אנגעטועכץ איז עכט, אדער ס׳איז נאר פארשטעלט און מיט א ״סטייל״. אמאל קומט עס מיט שפוציגע שיך, די גארטל אנגעטאן נידריג, סטייליש ברילן, וכדומה.
עד כאן פינעם דרשה.
-
איך זאג, אז דאס האט זיך נישט געטוישט. אמאל האט א בּאָם אראפגענומען די פיאות, און היינט ליידער האט מען געמאכט א ״סטייל״ דערפון. ס׳קומט מיט א געוויסע לענג, און די בּאָרד (אויף וואס ערליכע אידן האבן זיך מוסר נפש געווען) קומט אויך גע׳סטיילט, מ׳שנייד עס, מ׳טרימט עס, איבערהויפט אונטער די פיאות, און דערנאך געבט מען זיך רשות צו ״מקרב זיין״ אידישע קינדער וואס פלאגן זיך מיט אידישקייט, און אנשטאט זיי אויפלאמען צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, לאזט מען זיך אראפ אויף זייער נידריגע דרגה און מ׳פיטערט זיי פון זייער אייגענע סם, ווייל מ׳וויל זיי מקרב זיין… נישטא ווער ס׳זאל לאכן ליידער.

ווען איך זעה א איד רירן דעם בארד, איז עס שוין א רויטע לעמפל! מ׳דארף טוהן עטליכע זאכן פארן זיך צושערן דעם בארד. איך רעדט נישט ווען מ׳שנייד ארום דעם שנויץ, נאר ווען מ׳טרימט די האר אונטערן (לאנגע סטיילישע) פיאות.

וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט?
זייער פשוט, זאת התורה לא תהי מחלפת. ר׳ שמעלקא לייפער פלעגט האמערן אין זיינע דרשות, ״טוה מיר נישט אין קירוב! ווילאנג דו וועסט אים מאכן טאן איין מצוה, וועט ער דיר מאכן טאן טויזענט עבירות״ קירוב לאז אבער פאר די רבנים וואס פארשטייען דערצו.
שווערדן מייסטער
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 10:43 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערדן מייסטער »

אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
;l;p- שוין גערעדט דערפון אין עבר
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

משה יוחנן האט געשריבן:
שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
;l;p- שוין גערעדט דערפון אין עבר
אשר על כן
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
וועלעכע עולם?

די נאנטע קרובי משפחה טאנצן לעבעדיג ביי די ערשטע טאנץ, און די זעלבע נאנטע קרובי משפחה טאנצן אויך לעבעדיג ביי די צווייטע טאנץ, וואס ס'קומט נאר צו ביי די צווייטע טאנץ זענען די חברים פון די חתן.

סאו ווער שפאצירט ביי די ערשטע טאנץ?! די ווייטע קרובים און עלטערע לייט און פרעמדע. און וואס טוען די זעלבע ביי די צווייטע טאנץ?

אדער שפאצירן זיי די זעלבע אדער דעיס אויך נישט.

סאו ווער פונקטליך ווילסטו זאל זיך נעמען טאנצן ביים ערשטן טאנץ?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

מפי השמועה האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
;l;p- שוין גערעדט דערפון אין עבר
אשר על כן
שטייט שטייט זיי דיך מסביר...
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”