שער הבדחן (הבטחון)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

דרשה> תוכן הדברי תורה של הדרשה

אויך פון פמ"מ הר"ר מאיר מרדכי שליט"א
האט ער געזאגט "אינגעלייט קומען צו מיר פרעגן, ווי אזוי זאגסטו אזעלכע גוטע דרשות?, האט ער ג'ענטפער'ט, ווען דו דארפסט רעדן ביי א שלושים סעודה, קוק נישט אין דרשות חת"ס ביי די הספדים, דו זאג נאך די ווארט וואס דו האסט נאכגעזאגט ביים שבת טיש, וואס דו קענסט גוט און פליסיג נאכזאגן, עס אריינבלענדן איז שוין די גרינגסטע זאך. עכ"ד

און איך וועל צולייגן, עס מוז נישט זיין קיין תורה, קענסט נאכזאגן פון די בלאט גמרא וואס דו האסט היינט געלערנט, פון די שו"ע וואס דו האסט פריער געלערנט וכו'

דער טיפ האט מיר זייער פארגרינגערט, און היינט צוטאגס ווען איך דארף אויפטרעטן (זייער זעלטן טאקע) - סיום, שבע ברכות, יארצייט וכדו' האב איך ב"ה זייער א גרינג פעלד בס"ד

און אדרבא! טריי עס אליינס אויס!!!
נעם א פסוק אדער חסידיש ווארט אדער עניטינג תורה, נעם א מעמד וואו דו ווילסט רעדן און פרוביר עס צו צאמבלענדן, וועסטו זעהן וואו גרינג עס איז!!!

און למשל ווען אויף א סעודת ברית קומט אויף די פסוק, והייתם משוגע, קענסטו ארויסברענגען דעם אוה"ח אז ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט די זיסקייט פון תורה וואלט מען ווען געווארן משוגע פאר זיסקייט, נו! באקאנט אז נאר א גע'מל'עטער קען משיג זיין תורה, א גוי קען שטודירן תורה אבער נישט משיג זיין און לערנען תורה, וועט דאך דער רך הנימול אויסשטייגן אלס ת"ח און שפירן א זיסקייט אין תורה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן וכו'

און אזוי ווייטער

אויף א סיום מס' באציט מען זיך אויף אשמנו בגדנו - נו אבער תורה איז דאך מכפר, וכו'

און צומאל ווען דער מאמר איז פונקט די היפך קען מען אויספירן "דאס איז געזאגט געווארן ווען מען איז נישט ערליך, אבער פארקערט איז דאך מדה טובה מרובה וכו'

תן לחכם ויחכם עוד
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

מענין לבנין באותו קנין
נאך א גוטע טיפ פאר איינער וואס שטעלט זיך אויף רעדן בדחנות, טריי צו משלב זיין ענינים אז דער עולם זאל קענען מיטהאלטן.

למשל יעצט חודש אדר צולייג די סוגיא פון מזל אדר דגים, און רעד ארום די סוגיא פון פיש.
צב"ש מען הייבט אן מיט די גימ' פון מא"ד גימ' הערינג, - וועלכע צדיקים ווערן מגולגל אין פיש? ווער עס איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקישע אין ווייט פיש וכו'' - וועגן דעם פלעגט כעלעמער דיין עסן די אויג פון די געפילטע פיש - פון דארט קומט מען אן צו דעם רעבין מיט צאמגעבינדענע הענט מיט די אויג פון די פיש וכו' - פון דעם רעבין דעם בעל הגוזמאות קענסטו אריינפארן צום חתן בעל גוזמאות וואס ענדיגט זיך מיט די צוויי בענק, פון דארט איז מען משלב "עס דערמאנט מיר די מעשה מיט דעם בחור וואס האט געלערנט מיט ר' עקיבא איגר אויפן עף טרעין וכו'

ווייל אויב וועסטו סתם זאגן דזשאוקס וואס האסט מלקט געווען, נעמט צייט פארן עולם צו קענען מיטשפרינגען, לדוגמא 1)די מעשה מיטן חזנס שיינע בארד 2) מצילי אש מיט סוף זמן קרי"ש 3)דעם דזשאדזש מיט כ'האב נאכנישט געזען אזא בהמה וכו
ווען דו וועסט ענדיגן דזשאוק 2 וועט דער עולם צומאל נישט לאכן, ווייל זיי פארשטייען נאכנישט וואס עס האט מיטן חזן, ער כאפט נישט אז האסט אנגעהויבן א פרישע סוגיא לגמרי.
ועוד יש להאריך בזה
אבל הזמן קצר ועוד חזון למועד אי"ה
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער גוט! שרייב אביסל מער לכבוד חודש אדר..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

;l;p-
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אויסצוגן פון הרה"ח ר' יוסף חיים ראטענשטרייך שליט"א אין זיין אינטערוויו פאר "הבדלה" חודש אדר תשפ"ב
ניעט געלונגען
יאך וועל פרובירן נאכאמאל
אטעטשמענטס
ראטענשטרייך פאר הבדלה.pdf
(181.61 KiB) געווארן דאונלאודעד 87 מאל
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

האב איך פרובירט און עס איז נישט געלונגען
אפשר וועל איך מיך נאך אמאל דערלערנען דעם פאך
יעך וואלט ווען אהערגעלינקט דעם גאנצן אינטערוויו ווען נישט עס איז קעגן די תקנת המקום נישט צוברענגען קיין לינקס פון היימישע אויסגאבעס
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום זונטאג אוגוסט 28, 2022 4:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וואס טוט מען צווישן איין דזשאוק און די צווייטער?
זאכן וואס זענען נישט געראטן
זאגן "יא, איז אזוי, וואס נאר?, אם אם עמעמ, וואו האלט איך דא? וואס נאך? טאקע טאקע, וכדו'
זיין שטיל פאר לענגערע סעקונדן ביז מען אריענטירט זיך.
---------
צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס איז כדי יא! מיטצוברענגען א צעטל, עס איז נישט קיין שום בושה פאר א בדחן נאכצוזאגן פון א צעטל, איך ווייס פון א בדחן וואס האלט אפילו א ליידיגע צעטל מחמת אן אומבאקאנטער טעם.

זאגט מיר בדחן א' אז ער איז געווען אויף א שבע ברכות און מען האט דארט גערופן אויך בדחן ב' - א באקאנטער היציגער בדחן מיט א שארף צינגל, בדחן ב' איז געווען נערוועז און פארלוירן און געבעטן סחורה פון בדחן א' - בדחן א' האט אים גערן געגעבן און בדחן ב' האט זיך פארשריבן,
למעשה ווען בדחן ב' איז ארויף אויפן טיש האט ער ניטאמאל כמעט נאכגעזאגט פון דאס וואס ער האט זיך פארשריבן, עס איז בלויז געווען פת בסלו און איינמאל ער האט געהאט פסיכאלאגיש אין וואס זיך אנצוכאפן אין קעיס אוו עמערדזשענסי, האט ער געקנאקט זיינע אייגענע זאכן אז עס איז געגאנגען א רויעך...
------------
איך ביי די געציילטע מאל וואס כ'האב יא גערעדט (זייער זייער זעלטן) האב עס שוין געשפירט, איך שרייב מיך פאר בערך 10 ווערטלעך, און איינמאל מען קומט אריין אין די זאך דערמאנט מען זיך שוין אטאמאטיש אסאך סחורה דרך אגב, און עס פליסט א מחי' בס"ד.
-----------
למשל יארמער רב - כ'האב עס געהערט אויף א רעקארדינג - און עס האט אויסגעקוקט אז צווישן איין ווערטל ביז ער דערמאנט זיך נאך א ווערטל וואונטשט ער ברכות לרוב, וכן נהגתי בעצמי, ביי די געציילטע אויפטריטן,

לדוגמא: און לעביטשקער רבי פלעגט עסן די אויג פון די געפילטע פיש, שוין זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער חתן זאל האבן א גליקליך לעבן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל (בשעת מעשה קוק איך אריין אין די צעטל און איך אריענטיר מיך וואס איך זאל נעקסט זאגן )- גראדע אינטערעסאנט פאריגע וואך בין איך געווען אויף די פאלעסיידס וכו' איך האב געטרייט די שנעלסטע (דער עולם לאכט) נו זאל דער אייבערשטער העלפן אזא שיינע שמחה, עס זאל זיך ציען ווייטער די גאלדענע קייט לתפארת בית אבותם (בשעת מעשה קוק איך אריין אין די צעטל און איך אריענטיר מיך וואס איך זאל נעקסט זאגן ) און אז איך רעד שוין האב איך מיך דערמאנט וואס גימפל פריינד האט מיך דערציילט א בדידיה לא הוה עובדא ווען ער איז געווען איך האלאנד און ער איז געווען אויפן פלעין מיט נאך אפאר אידן וכו'

די געדאנק איז א מען נוצט פאסיגע ווערטער וואס פאדערט נישט קיין קאנצטעטרירונג פונעם מח, און עס שטערט נישט די פליסיגקייט פון די דרשה
-------------------------------
און אדרבה!
זאל דער עולם אריינקומען מיט נאך טיפס און איידיעס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נו?
ר"ת אויף נח?
לך לך?
לאמיר ממשיך זיין
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שאץ מאץ האט געשריבן:
נו?
ר"ת אויף נח?
לך לך?
לאמיר ממשיך זיין
לכבודך
נוטריקין נח
נוטריקון לך לך
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

סתם אפאר שיינע איידיעס פון גראמערס
א געוויסע גראמער האט זיך געשטעלט ביי די ערשטע ניגון ווי מען לייגט אראפ די חתונה, האט ער גענוצט די ניגון "אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינע" - א חתונה א חתונה א יום טוב א שיינע, א לוסטיגע א פרייליכע נישטא נאך א זיינע וכו'"
------------------
עס איז באקאנט היינט צוטאגס ביים אויסרופן די געשוויסטער און נישט אהבת קדומים פעטערס פון חתן כלה, אז אנשטאט זיך שטעלן אויף עכטע שבחים וואס קען צוקומען צו שפיכות דמים, לייגט מען אראפ נישט געשטויגענע טיטלען אז עס גייט א נחת
דער פעטער ר' יעקב דער שערער, נעמט היינט געלט מערער און מערער, טראץ וואס די ארבעט איז שווערער און שווערער, די מאשינדל שלעפט איין אלע צוהערער (ער איז א מגיד שיעור)
דער פעטער ר' חיים, אזא ירא שמים, יעדן טאג א חידוש א נייעם, שמח תשמח רעים (קוים וואס ער היט ליידער שבת)
דער פעטער ר' שמואל, א זינגער מיט געפיל, אן עקטער אויף די שפיל, אן אינטערטעינער אויף די מיעל (ער ארבעט אין גראסערי)
אא"וו

דער בדחן האט עס גענומען א שטאפל ווייטער (כמובן נאר וואו מען קען, ווער עס קען, והערום יעשה בדעת, נישט צו מאכן קיין אומאיינגענעמליכקייטן)
דער ברודער ר' יוסף חיים, ער איז נעמט א דרך א נייעם, אין בית המדרש הוידאנאנאש פראוועט ער לחיים
דער ברודער ר' שמואל בער, ביים רבין דרייט זיך ער, קיין שום טעראר און געווער, קען אים נישט אוועקנעמען מער
דער ברודער הבחור יעקב זאב, ביים ראש ישיבה בכל לב, דארט זיין געפיל ער טרעפט, פאליטיק איז ביי אים א געשעפט
(יענער האט גענוצט אקטועלע נעמען)
און דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער

נאכאמאל, יעדער בדחן דארף זיך קענען און וויסן וואס ער קען זאגן, איינער קען נאר רעדן פאזיטיוו, איינער איז מער שטעכעדיג (איך רעד נישט צו מבזה זיין פערזענליכקייטן, נאר שפיציגע ווערטער קולע אל השערה), איינער האט אין זיך מער עזות, בעת דער דריטער איז גוט אין עקט.

מען דארף זאגן מיט וואס מען פילט באקוועם צו זאגן, נישט פרובירן נאכצומאכן עפעס וואס איז נישט דיין טייפ, נאר ווייל בדחן פלוני טוט דאס
(ניין שעפעלע!!! טריי נישט נאכצומאכן זינגער פלוני!!! דו קענסט ניטאמאל האלטן די מינדענסטע טאן!!!, דו זאלסט ענדערש רעדן פין פרעסעריי ווייל צו דאס פארשטייסטו!!!

יאסעלע!!! דו קענסט יא זינגען!!! לייג אראפ א משזר ניגון מיט זאפט!!! דו קענסט נישט רעדן פון קאמפיוטערס, דו ווייסט ניטאמאל ווי אזוי מען דרוקט דארט די ענטער באטן! די ביסט קארני!!!)
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זאגט מיר היינט בדחן ראובן אז זייענדיג מיט בדחן שמעון פאר יענעמ'ס אויפטריט האט ער יענעם געגעבן סחורה און עס זאגנדיג פאר שמעון שאקלט צו שמעון מיטן קאפ אז ער פארשטייט עס און מען קען גיין נעקסט,
למעשה האט זיך שמעון אויפגעשטעלט און זיך פארהאנקערט אז עס איז געווען בזיונות,
וואס איז פשט? שמעון איז אן ערפארענעם לאנגיעריגן בדחן וואס האט פאסירט?
נאר שמעון האט עס נישט געהאט קיין צייט צו פארדייען און עס איבערטראכטן אין אייגענע ווערטער, ער האט געמיינט אז ער האט עס ארויס, און למעשה איז עס אריין אין איין אויער אין ארויס פון די אנדערע אויער, איבערלאזנדיג פארנעפלטע שיריים ביי אים אין מח

תמצית היוצא:
ווען דו ווילסט זיך אויפשטעלן בדחנ'ען און דו הערסט א חידוש, געב צייט עס איבערצוטראכטן אין דיינע אייגענע ווערטער אז דו זאלסט עס קענען שיין דעליווערן, זיך צוגרייטן הארט פאר די אויפטריט איז נאר גוט פאר ווערטלעך וואס דו קענסט, דו ברויכסט זיך פשוט דערמאנען און צאמקלויבן, משא"כ ביי נייע ווערטלעך דארפסטו קודם רואיג פארדייען אין חזרן ביי דיך אין מח
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

תודה לקל אז כ'האב אנגעטראפן דעם אשכול, @צהלתו מאכסט א הערליכע ארבעט.

צו דיר וויל איך זאגן אז טראץ וואס דו זאגסט אז האסט גאר ווינציג אויפגעטראטן איז קלאר אז דו האסט די פאך אין די האנט, מ'קען דאס זעהן אין דיינע ארטיקלען, וואס דו כאפסט אלץ אויף, דיינע מייננונגען אויף יעדע בדחן, דיינע איידיעס און געדאנקען וואס יא אדער נישט צו זאגן, ס' איז קלאר אז דו ביזט אינדערהיים אין די נושא.

ס'קען זיין אז דאס וואס דו ביזט געווארן אזוי באליידיגט איז טאקע ווייל דו קענסט די פאך, דו האסט א געפיל צו די פאך, מילא קוקסטו ארויף דערויף מער ווי אויף א צווייטע פאך. א בדחן איז ביי דיר סאמטינג ספעשל וואס מאכט גרינג צו ווערן באליידיגט. פאר מיר וואלט אויך נישט געשמעקט צו ווערן באליידיגט אין פובליק אבער ס'וואלט מיך נישט איבערגעלאזט מיט אזא פלעק פאר צו לאנג, קען זיין ווייל משורשו בין איך א שטערקערע כאראקטער אדער קען זיין ווייל איך קוק נישט אזוי ארויף א בדחן מער ווי די קעיטערער.

צ/ק. וואס איז פשט אז מ'האט צוזאם געשטעלט גראמען מיט קאמיקס. א גראמער איז א פייטן און א קאמיקער איז א בדחן. פשטות איז דאס צוויי באזונדערע סעט אוו סקילס, דאס איז לכאורה צוזאםגעשטעלט געווארן דורכן זעלבן וואס האט אונז באצווונגען אז די מקוה איד מוז זיין א שערער, עגעין די צוויי האבן קיין שייכות נישט אבער ווי ס'קוקט אויס גייען מיר לעבן דערמיט עד כי יבא שילה.

אין ביידע פעלער איז דאס געקומען צוליב א פראקטישע סיטואציע, היות מענטשן ווילן זיך שערן איידער גיין אין מקווה איז דאס אויטאמאטיש געווארן זיין פאך טראץ וואס ער פארשטייט דערצו אזוי ווי איך צו פארעכטן די פלאמבינג פאר די בורות המקוה. די זעלבע ביי די בדחנות, משורשו קומט דאס צו משמח זיין חתן וכלה (ווייס נישט פארוואס אבער מקורו מחז"ל) מאכן פאן, טוהן מאדנע זאכן, שפרינגען און טאנצן און מאכן דזואקס. גראמען איז באמת אויך ענטערטעינמעט, דאס טייטש, די פסיכאלאגיע אונטער גראמען איז די שאק דערפון, די אינטערסאנקייט דערפון, די אומגעראכטנקייט דערפון און די אמתיות שבו.

וואס מיין איך אמתיות, דער עולם הערט וואס דער פייטן זאגט, אפגעזעהן די אינהאלט האט דאך יעדער א מיינונג צו ס'איז אמת, צו ס'איז אויסגעהאלטן וכהנה, די פאקט אז די תוכן שטימט מיט גראמען האט אומווילנדיגע עפעקט צו מאמת זיין די תוכן אין די אויערן פונעם אוידיענץ.

דוגמא, די וועלט זאגט אז "חזנים זענען נאראנים", אדער "בחינם עסט מען כינים". דער צוהערער האט הנאה פונעם גראם און ער ערלויבט דיך צו שפינען ווייטער דיין פוינט אן די פרעגן ווער זאגט? האסט פרוף? האסט א סטאטיסטיק?

די גראמען איז ענטערטעינינג וואס לאזט אויף דעם מוח צו טראכטן פארמאכט מיט לאגיק ערלויבנדיג דאס געפיל איבערצונעמען.

דאס זעלבער איז מיט ר"ת, גימטריאות, נוטריקון וכהנה. כאטשיג באמת מיינט עס גארנישט, דו קענסט עס נישט נוצן ביי א דין תורה, און די גייסט עס נישט קענען נוצן ביים בי"ד של מעלה. די פאקט אז עפעס באטרעפט עפעס מיינט נישט קיין סאך, חוץ דארט ווי חז"ל האבן עס גענוצט ווייל זיי האבן עס געהאט בקבלה.

אבער ביים המון עם עפנט דאס אויף די הארץ צו גלויבן, הנאה האבן און מיטשטימען מיט וואס דער פייטן ברענגט ארויס.

דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס די בעלי היוצרות האסט פארפאסט זייערע הערליכע הייליגע פיוטים. דאס איז נישט וויל דער אויבערשטער כביכול פאלט דערפאר, ער שרעקט זיך נישט מער אדער ווייניגער צו וואס אונז זאגן גראמט אדער אויב ס'שטימט מיטן סדר האלף בית, אדער אויב די נאמען פונעם מחבר איז שיין אריינגעבלענד. אבער פאר אונז מתפללים מאכט דאס שיין איינמאל אויס, פארווער ס'איז זיך מתבונן אין די הייליגע פיוטים אין די רייכקייט דערפון, עפנט זיך אויף דאס הארץ די דאווענען, בעטן, און לויבן מיט "געפיל" וואס דאס איז דאך אונזער "ציל". (זעסט אז ס'גראמט, מיינט דאס אז איז מאך מיך נישט סתם בעטעמט, נאר מיין נקודה איז שיין מה יפית ומה נעמת)

דאס איז די זעלבע מיט א דזאוק, א ליצנות א אפשפעטונג איז אזוי מאכט פול אז נאר. לץ אחד (איין געשפאטס-מאן) דוחה מאה תוכחות. פארוואס? ווייל דאס! (פערטיג, איך האב אים צוריק געענטפערט מיט א גראם און דערמיט יענעם שטיל געמאכט). ווייל די פסיכאלאגישע קראפט אונטער א דזאוק עפנט אויף די געפילן אין לאזט די נקודה פונעם דזאוק אריינקומען אין הארץ אויסקרויזנדיג די לאגיק און חרוב לייגן דאס גאנצע בנין וואס די בעל מוסר האט פריער אזוי הערליך אין ווארים מסביר געווערן. דאס איז פארוואס ליצנתא דעבודה זרה איז מותר, ס'העלפט אונז זיך צו דערהאלטן ביי דער אמונה, אמונה איז נישט אייביג וואס מ'קען באשטעטיגן מיט הוכחות און ראיות, האט דער אויבערשטער באשאפן די כח פון ליצנות עס צו נוצן קעגן רשעים און כופרים אונז צי העלפן בלייבן ריין און אפצוהאלטן אידן פון אריינפאלן אין פאלשע א. ג. חכמות און מושכלות.

די כח פון פייטנות און גראמען האבן זיך משדך געווען אקוראט ווי דער מקוה איד מיטן שערער.

דא קומט צו גיין בדחנים וואס זאגן קלאר פארדעם "איך קען נישט קיין דזואקס, איך פארשטיי נישט דערצו". אפילו אויב יא איז בלויז בזעיר אנפין יוצא צו זיין שמחת חתן וכלה אדער אז די קינדער זאלן קענען איבערזאגן אין חדר די דזואק וואס דער "גראמער" האט געזאגט. איך פארשטיי דאס נישט, מ'האט דיך גערופן משמח זיין חתן וכלה און די שושבינים. גראמען, אויסרומען, זיך באדאנקען פאר די מתנות (צא צא צא) איז אלעס א חלק פון די שמחת חתן וכלה וואס פארדעם זיצט מען דא. דו הייסט א בדחן צוליב די מילתא בדיחותא וואס דו גייסט זאגן, מ'רופט דיך נישט פייטן ווייל לא זה העיקר, די פייטנות איז נאך א אינטערעסאנטע וועג פון מבדח זיין דעם עולם אבער דאס איז נישט דער עיקר, קיינמאל אזוי געווען.

איך ווייס נישט פארוואס דאס איז אזוי געווארן און וויאזוי מ'קען דאס צוריקברענגען למקורו.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וואס טוט זיך אויב מען רעדט עפעס וואס טרעט אויף אן אינגראוען טאו נעיל, און אדער כאפט מען זיך בשעת'ן רעדן, אדער איינער וואונקט, אז מיש אוועק די נושא ווייל עס איז ווייטאגליך? לדוגמא די דרשה פארט אריין אין סעקאנד מערידזש, און מען געבט זיך א כאפ אז דער מחותן איז סעקאנד מערידזש? אדער מען רעדט פון דעם זיידנס ביזנעס און מען כאפט זיך אז מען האט נארוואס געפייערט דעם זיידן פון זיין פאזיציע?

די ריכטיגע אופן איז לכאורה גראד אוועקצומישן די נושא, נישט מיט אן הפסק אז יעדער זאל כאפן וואס דא גייט פאר, נאר געניטערהייט פליסיג פארדרייען דעם שמועס.

אויב איינער פרובירט דיך פארצוהאלטן בשעת מעשה נאך וואס דו האסט שוין געכאפט דיין טעות, אדער ער דרייעט א קאפ סתם אזוי ווען ער טרעפט דיך נאך דעם אויפטריט, איז ער א בר דעת זיי אים מסביר אז עס איז געווען א טעות והא ראיה אז כ'האב עס מתקן געווען,
פארשטייט ער איז גוט, אויב פארשטייט ער נישט נאר ער זעצט פאר צו קריכן, דאן איז די איינציגסטע וועג, א טיפער פליק אז יענער זאל די נעקסטע דריי טעג נישט וויסן אויף וועלכע פלאנעט ער לעבט.(כ'געב דיר רשות צו זיין הנעלבים ואינם עולבים און זיך פאטערן פון גהינום אויף יענע וועלט, און אויספועלן ישועות אויף די וועלט, און כ"ש ווען עס איז א זיידע וועלן דיר זיינע קינדער און אייניקלעך דיר עס נישט מוחל זיין פארן טשעפענען מיטן ראש המשפחה, איך רעד נאר ווען דו האסט צוטון מיט א אינגער אדער זייטיגער נודניק)
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ווען דו זוכסט סחורה אויף א ספעציפישע נושא מוזטו נישט אלעמאל זאגן דאס וואס דו האסט געהערט גענוי מיט די פרטים
רוב ווערטלעך קען מען מאדיפיצירן לויטן געברויך

לאמיר נעמען א ביישפיל פון די לעצטע ווערטל אין מילתא דבדיחותא
שטענדיג צופרידען האט געשריבן:
אפאר אידן שמוסן איינער פרעגט ביי ענק מאכט מען קידוש שבת צופרי שטייעדיג אדער זיצעדוג? יענל זאגט ביי אונז זיצעדיג יוסף זאגט ביי אונז שטייעדיג רופט זיך אן מענדל ביי אונז קידוש שטייעדיג אבער אויסטרינקן די בעכער זיצעדיג..
דאס קענסטו דערציילן בשייכות מיט שבת,
איינער האט מיר געפרעגט ווי אזוי איך מאך קידוש יום טוב...
דערציילט מיר דער וויין סוחר אז א בעל תשובה איז אריינגעקומען און געפרעגט וכו'
אונזער משמש דערציילט אז אין וויין שטיבל האט זיך געמאכט אזא שמועס און איינער האט אויפגעברענגט אזא חקירה צו וכו'
יאנקל האט מיר גראדע פארציילט.... אז ער האט געכאפט א שמועס
דער מורא מקדש גבאי האט מיר דערציילט אז ביים שטיל מאכן אין בית המדרש ביים ליינען האט אים איינער געזאגט אז זיי שמועסן פון וויכטיגע זאכן נוגע אויף די מינוט! האב איך געפרעגט וואס? האבן זיי מיר גענטפערט...
רעדנדיג פון מאנסי דערמאן איך מיך איך בין לעצטע וואך שבת געווען און מאנסי אין געדאוונט אין סאלקע בית המדרש, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס פון 3 אידן, איינער רופט זיך דארט אן וכו'.
רעדנדיג פונעם קייראפראקטער דערמאנט מיך וואס א איד האט אים געפרעגט אז עס וועט אים זיין שווער צו זיצן, אבער אויב מען דארף זיצן וועט ער זיך אנשטרענגען, דעריבער וויל ער וויסן די מנהג וכו'

בקיצור, נעם די פאנטש ליין פון די דזשאוק וואס דו קענסט שוין, און מיט עטליכע זייטיגע פאקטן געטוישט, קענסטו עס נוצן אין אסאך פלעצער אויסער די גרעניצן פון וואס דו האסט ארגינעל געהערט אדער געליינט דעם ווערטל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לאמיר רעדן פון א געוויסע ווייטאגליכע נושא וואס מענטשן כאפן נישט צומאל, אבער עס איז שפיכות דמים!!!
דאס איז דער ענין פון נעמען עטליכע בדחנים אז זיי זאלן זיך פארמעסטן צווישן זיך

(איך זאג דיר קלאר אז די צייט ברענט מיר, אבער יעצט אז כ'האב די געלעגנהייט לאמיר שרייבן א 15 מינוט און כ'ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער סאו פאוקעס אויף די תוכן)

מענטשן ווילן האבן א גוד טיים און צומאל באשליסט מען אז מען גייט רופן עטליכע בדחנים, און מצוה מן המובחר די וואס האבן געשליפענע צינגלעך, און מען גייט זיי ארויפשטעלן אויפן סטעידזש אויף א פארמעסט.. עס וועט גיין פייער פון די באלאטעס, איינער וועט שניידן שטיקער פונעם צווייטן, יעדער וועט מוזן ווייזן וואס ער קען, און ער עולם וועט זיך ריי-יי-סן פאר געלעכטער...

יעצט לאמיר דיר עס זאגן אין פנים "עס איז יענץ געלעכטער..."

קיינער פון די בדחנים וועט דיר נישט אפזאגן 1) ווייל ער דארף די געלט 2) עס פאסט אים נישט אפצוזאגן, ווייל אויב זאגט ער אפ איז ער אטאמאטיש דער פארלירער, דעריבער גייט ער און מען רייסט זיך ביי די קעפ מען פליקט זיך ווי דער שור הבור ולויתן, דער נארמאלער ציבור וואס האלט מיט, רייסט זיך פאר געלעכטער, אבער אין הארץ רייסט אויך נישט קענענדיג פארנעמען די שוידערהאפטיגע שוישפיל וואו אידן מיט כלומר'שטע שמייכלען רייסן זיך ביי די קעפ, און מען גייט ארויס פון אזא שמחה מיט געוויסנסביסן....

כ'האב געהערט פון אזא שבע ברכות אין א בית המדרש פון א משתתף דארט וואו מען האט גערופן 2 באקאנטע שארפע צינגלעך צו א פארמעסט, דער עולם האט זיך געווארפן, אבער עס האט געשניטן שטיקער, דער רב האט אראפגעקוקט און עס נישט אויסגעהאלטן.

כ'האב נישט איבערגעפרעגט די בדחנים, אבער זיי זענען זיכער נישט אהיים זיך רייבנדיג דעם בייכל מיט פארגעניגן...

א איד האט מיר דערציילט פאריגע וואך איבער א מעשה מיט יארמער רב וועם מען האט אמאל מיט יארן צוריק אויפגעשטעלט צו א פארמעסט מיט א געוויסע שארפער צינגל, יענער האט אינמיטן רעאגירט אויף יארמער רב מיט א פאסיג ווערטל וואס האט דערקלערט יארמער רב אלס "לאו לייפ" - יענער האט עס נאר געזאגט דרך אגב אלס א פאנטש ליין וואס איז אריינגעקומען זייער קלאר דארט אויפן פלאץ, אבער יארמער רב האט אים נישט מוחל געווען פאר יארן.

סאו וואס איך איך ברענג ארויס איז "מאך נישט קיין פארמעסט פון בדחנים!!! זיי נישט זיי מצער - אפגעזען זייער שמייכל, אפגעזען וואס זיי זאגן פאלשערהייט אז זיי טוען עס גערן!!! פארגיס נישט זייער בלוט, און מאך נישט אומאנגענעם פארן פארזאמלטן ציבור וואס דארפן מיטהאלטן דעם גרויליכן שוי שפיל!!!"

איך קום שוין צוריק, געמיר איין מינוט, מגיימער שוין רעדן ווען עס איז יא געשמאק און בא'טעמ'ט.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וואו איז יא אינטערעסאנט עטליכע בדחנים? (לאמיר נישט רעדן אז האסט פארשפילט א געלעגנהייט אז זיי זאלן קענען נאכאמאל אויפטרעטן ביי אן אנדערע שבע ברכות פון די זעלבע חתן כלה...)

אויב זענען די צוויי, אידן וואס ארבעטן אינאיינעם און האבן נאנטע רילעישאנשיפ, און די קאפ לויפט ענליך, און איינער וועט ארויסהעלפן דעם צווייטן, אדער 2 מענטשן וואס זענען ספעציאליסטן אין 2 באזונדערע פעלדער לדוגמא: איינער וואס קען גוט נאכמאכן מענטשן, מיט איינעם וואס האט א צינג וואס זאגט נישט ארויס קיין גראד ווארט, א חסידישער איד וואס רעדט תורה'דיגע דברי צחות מיט איינער וואס איז א גוטע עקטער, אין אזא פאל איז עס 2 באזונדערע פאכן און 2 באזונדערע ענטערטעינמענטס, און קענסט זיי אויסרופן באזונדער.

אדער אז דו ווילסט אז זיי זאלן יא ארבעטן אינאיינעם, זאג זיי קלאר אז זיי זענען נישט אויף קיין פארמעסט, נאר אויף א געשמאקע שמועס ווי יעדער וועט אויספאקן זיין זאק מיט חידושים, גענוי ווי ווען 2 בדחנים טרעפן זיך ביים תיקון טישל וואו מען טוישט אויס סחורה איינער מיטן אנדערן מסיח לפי תומם,

איינער הייבט אן מיט א חידוש, דער צווייטער לייגט צו זיין פורים תורה, איינער ברענגט אויף א מעשה מיט א שדכן, דער אנדערער דערמאנט זיך נאך א זאפטיגס אויף שדכנים בשייכות מיט שקר, דער ערשטער קומט גראד מיט א בליץ וועגן שקר, וכו' וכו' און די ארומיגע פלאצן אויס יעדע פאר מינוט פון די פרישע חידושים אויף וואס מען רישט זיך נישט, עס גייט א רויעך!!!...

אין אזא פאל ווי 2 הומאריסטיש געשטימטע מענטשן טרעפן זיך מיט איין מיסיע, מען גייט אינאיינעם ענדזשויען און משמח זיין חתן כלה צוזאמען, אין אזא פאל איז עס אנגענעם, געשמאק, בא'טעמ'ט, יעדער גייט ארויס מיט א גוטע געפיל, און די בדחנים זעלבסט אויך, ווייל מען האט אים געשעצט, דער אנדערער בדחן האט אים געשעצט און גערעדט מיט דרך ארץ, דער אנדערער בדחן האט צוגעשטימט צו מיין חידוש און נאך צוגעלייגט דערצו, קומט אויס אז מיינס איז גוט געווען! און ער גייט נאך אהיים מיט א באגאזש פול מיט פרישע סחורה וואס ער האט דא קונה געווען...

פארשטענדליך אז אויב מען זעהט אז עס גייט נישט פאר איינעם, די סייעתא דשמיא העלפט אז איינער רעדט פליסיג בעת דער אנדערער שטאמלט, טשעפע נישט און בייס נישט, מערק גארנישט אויף, העכסטנס אויב עס קריכט שוין אויף די נערוון און עס איז אומבא'טעמ'ט טרעף א בכבוד'דיגע תירוץ צו ענדיגן די סעסיע, צאל און געגאנגען ווייטער

כ'האף אז כ'האב מיך קלאר ארויסגעברענגט

(פארשטייסט? עס מאכט זיך ביים טישל אין בית המדרש ארום דעם בדחן פון שול אזא קרעמל, און ווען א צווייטער בדחן שארט זיך צו, גיסט זיך צאם קאטטאן קענדי מיט אייזקריעם און דער ציבור שאקלט זיך בעת יענער כעלעמער פארשטייט נישט פארוואס מען לאכט ווען איך פרעג "וועלכע דזשעלי בין קען נישט שטעכן...?")
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום זונטאג יאנואר 29, 2023 8:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאך א גלעזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:57 pm

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך א גלעזל »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
לאמיר רעדן פון א געוויסע ווייטאגליכע נושא וואס מענטשן כאפן נישט צומאל, אבער עס איז שפיכות דמים!!!
דאס איז דער ענין פון נעמען עטליכע בדחנים אז זיי זאלן זיך פארמעסטן צווישן זיך
אוטש!!!!
#גלעדיאטאר-פארמעסט
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

Roast battle
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נישט יעדע דזשאוק וואס דו האסט געליינט קענסטו דעליווערן כמות שהוא
לאמיר אנכאפן א פאקטישע עקזעמפלאר
מאשקע האט געשריבן:
ס'איז דא דריי סארט מענטשן:
ס'איז דא וואס קענען זייער גוט רעכענען, און ס'איז דא וואס קענען נישט אזוי גוט רעכענען.
אויף די ערשטע מאל האסטו עס לכאורה נישט געכאפט, ביים צווייטל מאל עס ליינען האסטו זיך ספאנטאן צושמייכלט, איא?
ווען דו זאגסט דאס אויף א שבע ברכות בזה הלשון גייט עס נישט קראכן! דער עולם גייט דיך אנקוקן ווי כעלעמע חכמים!
אבער אויב דו וועסט עס צולייגן בערך זה הלשון
מאשקע האט געשריבן:
ס'איז דא דריי סארט מענטשן: ווייז מיט די פינגערס
ס'איז דא וואס קענען זייער גוט רעכענען, און ס'איז דא וואס קענען נישט אזוי גוט רעכענען. וואס קוקסטו מיר אן? וואס איז די דריטע סארט?! אה! דו ביסט פון די וואס קענען יא רעכענען... אדער וועלעכע פון די 3 ביסטו? וועלכע דריי?! אה דו ביסט פון די וואס קענען יא רעכענען...
אזוי וועלן זיי כאפן וואס דו ווילסט פון זיי

עס איז נאך דא וואס צו מאריך זיין דערין ועוד חזון למועד אי"ה
האטס מיר א פרייליכע שבת!!!
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום מוצ"ש פעברואר 04, 2023 7:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בסתיק
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 4:30 pm

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתיק »

שכויח פאר אזוי שיין דעליווערן די זאך,
איך האב זייער הנאה דאס צי ליינען,
אייך זאך וואס סקימט מיר אויס פון די גאנצע זאך דא איז,
א דזשאק קען מען נישט דעליווערן סתם אזוי דורכן שרייבן,
מען מיז העס אראפ לייגן גוט און בטעמ'ט כדי סזאל זיך
אויספלאצן אין א געלעכטר,
ווען א דזשאק איז גוט דעליווערט קענסטו האס איבער זאגן
אפאר מאל און דער עולם וועט נאך אלס לאכען.
לחידודא

אויס שארפן אביסל די קאפ
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ווען צו פארטיגן די דרשה?

עס איז נישט שייך צו זאגן קיין כללים, ווייל יעדע סיטואציע איז אנדערש.
אבער דאך עטליכע טיפס

טייל בדחנים מאכן צומאל דעם טעות אז איינמאל דער עולם לאכט גוט דארף מען רעדן און רעדן ווייל זעהסט דאך אז עס גייט גוט... אבער למעשה רעדן זיי צו לאנג, אפטמאל מאכט זיך אז ער קריכט, און די לעצטע עטליכע מינוט קראכט עס נישט ווי ער האט געוואלט, און דער ציבור גייט אוועק מיט א געפיל "ער רעדט ווי א באבע, ער קריכט אויף די נערוון..."

דעריבער אויב האסטו שוין גערעדט א 10/15 מינוט און עס קראכט ב"ה, דאן געב אן ענדיג צו מיט ברכות לרוב
דער עולם גייט בעטן מער, אבער דער געשמאק פון לאזן דעם עולם הונגעריג, און זיי גייען ארויס מיט א גוטע געפיל אז דא האט געקראכט א מחיה, איז אסאך בעסער פון ענדיגן קארני

אוודאי איז דא דער מחותן אדער שוואגער וואס קרומט "פארדעם צאל איך 500 דאלער? פאר 15 מינוט???"
אבער ביי זיך דארף מען וויסן אז פאר יענעמ'ס טובה אז ער זאל בלייבן מיט געשמאקע זכרונות פון דעם שבע ברכות - און פאר דיין אייגענע ביזנעס, לוינט זיך אזוי ענדערש.

כמובן איז דאס נישט שייך ווען מען רופט דעם בדחן צו די סעודה אז ער זאל מאכן נויז אגאנצע סעודה, אבער דעמאלס דארף מען אויך זעהן, אויב זאכן פארן גוט, דאן שפיל מיט, אויב קומט עס ארויס קארני זיי ממעט אביסל.

איך טרעט כמעט נישט אויף - אבער לעצטנס האב איך געהאט אן אויפטריט ביי א געוויסע צוזאמקום, כ'האב מיר צוגעגרייט א לאנגע צעטל מיט מסתמא 20 ווערטלעך, עס זענען פאר מיר געווען עטליכע רעדנערס וואס האבן מאריך געווען, אבער מיין דרשה האב איך מיך געמאכט א זייגער ווען צו ענדיגן, און איינמאל עס האט זיך גענדיגט האב איך מסיים געווען און געלאזט בערך האלב דרשה אומגעזאגט, (כ'האב געזאגט פארן ציבור אז דער דרשה גייט נישט נעמען לענגער פון כך וכך, - און ביי מסיים זיין האב איך געזאגט אז טראץ וואס עס איז נאך דא האלבע דרשה, אבער איך מוז מיך האלטן צו מיין זייגער)

דער ציבור איז געבליבן הונגעריג, און ארויס מיט א גוטע געשמאקע געפיל בס"ד.

עס איז נישט קיין מצוה צו אפזאגן דאס גאנצע וואס מען האט זיך צוגעגרייט, עס איז נישט קיין מגילת אסתר


אט דעם כלל גילט אויך ביים קופקע ביים לחיים אין בית המדרש, ביים זיך טרעפן אין סטאר, און ביי א וואכנאכט, אויב ביסטו דער גוטזאגער, אדער סתם אזוי זאפטיגער שמועסער און רעדל פירער, אויב זעהסטו אז דער עולם שמייכלט גאר גוט, יעצט איז צייט צו פארענדיגן דעם שמועס! אינמיטן דעם הויעכפונקט!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

צהלתו בפניו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:20 am
דרשה> תוכן הדברי תורה של הדרשה

אויך פון פמ"מ הר"ר מאיר מרדכי שליט"א
האט ער געזאגט "אינגעלייט קומען צו מיר פרעגן, ווי אזוי זאגסטו אזעלכע גוטע דרשות?, האט ער ג'ענטפער'ט, ווען דו דארפסט רעדן ביי א שלושים סעודה, קוק נישט אין דרשות חת"ס ביי די הספדים, דו זאג נאך די ווארט וואס דו האסט נאכגעזאגט ביים שבת טיש, וואס דו קענסט גוט און פליסיג נאכזאגן, עס אריינבלענדן איז שוין די גרינגסטע זאך. עכ"ד

און איך וועל צולייגן, עס מוז נישט זיין קיין תורה, קענסט נאכזאגן פון די בלאט גמרא וואס דו האסט היינט געלערנט, פון די שו"ע וואס דו האסט פריער געלערנט וכו'

דער טיפ האט מיר זייער פארגרינגערט, און היינט צוטאגס ווען איך דארף אויפטרעטן (זייער זעלטן טאקע) - סיום, שבע ברכות, יארצייט וכדו' האב איך ב"ה זייער א גרינג פעלד בס"ד

און אדרבא! טריי עס אליינס אויס!!!
נעם א פסוק אדער חסידיש ווארט אדער עניטינג תורה, נעם א מעמד וואו דו ווילסט רעדן און פרוביר עס צו צאמבלענדן, וועסטו זעהן וואו גרינג עס איז!!!

און למשל ווען אויף א סעודת ברית קומט אויף די פסוק, והייתם משוגע, קענסטו ארויסברענגען דעם אוה"ח אז ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט די זיסקייט פון תורה וואלט מען ווען געווארן משוגע פאר זיסקייט, נו! באקאנט אז נאר א גע'מל'עטער קען משיג זיין תורה, א גוי קען שטודירן תורה אבער נישט משיג זיין און לערנען תורה, וועט דאך דער רך הנימול אויסשטייגן אלס ת"ח און שפירן א זיסקייט אין תורה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן וכו'

און אזוי ווייטער

אויף א סיום מס' באציט מען זיך אויף אשמנו בגדנו - נו אבער תורה איז דאך מכפר, וכו'

און צומאל ווען דער מאמר איז פונקט די היפך קען מען אויספירן "דאס איז געזאגט געווארן ווען מען איז נישט ערליך, אבער פארקערט איז דאך מדה טובה מרובה וכו'

תן לחכם ויחכם עוד
א איד האט עס קלאר מגדיר געווען

דער עיקר ציל פון דיין דרשה איז דאך נישט דעם דבר תורה, איא? מען האט דיך נישט גערופן אויף קיין שיעור אין השקפה, גמרא, אדער הלכה, ריכטיג?

דיין אויפטרעטן איז בסך הכל די צווייטע חלק פון דיין דרשה, דעם 'לענינינו'... מיר שטייען דא ביי א סעודת ברית/שבע ברכות/ הכנסת ספר תורה/ פסח/ פרשת ויקהל/ שלושים סעודה/ הכרת הטוב וכו'
אודה ה' מאד בפי אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אריינצוברענגען מיין זון לעול התורה והמצוות וכו' / מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי ז"ל, ווער עס האט אים געקענט איז מעיד וכו' / אונז זענען זיך צאמגעקומען צו שאפן געלט פארן מוסד עץ לשיניים בעט מען דעם ציבור וכו'

סאו די ערשטע חלק פון די דרשה מוז נישט זיין עפעס קולע אל השערה, די דבר תורה איז בסך הכל ווייל א איד הייבט נישט אן קיין דרשה אן קיין דבר תורה, אלזא איז דער עיקר אז זאלסט נישט קעקעצן און זיך פארהאנקערן, און עס אריינבלענדן אינעם לענינינו כנ"ל - וועגן דעם נעם דאס וואס דו קענסט נאכזאגן פליסיג, אזוי וועט עס זיין מיט הצלחה בס"ד און דארפסט נישט מאכן קיין 10 שעה'איגע הכנות פאר א דרשה פון 10 מינוט פאר 15 משתתפים.

עס לוינט נישט די קאפוויי און שברון לב, פחדים און אוסידיס, פאר א דרשה וואס קיינער קוקט נישט ארויס דערויף, און זיי גייען עס נישט געדענקן 2 טאג נאכדעם, נאר די דרשה ווערט געזאגט פונקט ווי עס דארף זיין א לעפל אויפן טיש דארף זיין א דרשה אויפן טיש

בקיצור: איך בין נישט קיין שרייבער - אבער פארשטייסט וואס איך ברענג ארויס, איא?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

סתם שיינע חידושים טייל זענען יעצט נתחדש געווארן ביים שרייבן אין מילתא דבדיחותא אשכול
אבער כ'האב באשלאסן אז די עכטע פלאץ דערפאר איז דא.

אגרא דבי הילולא מילי (ברכות דף ו' ע"ב)
האבעך געהערט גאר א טרעפליך ווארט
אויב רעדט מען וואס מען מעג, איז מיל"י ר"ת י'שמח ל'ב מ'בקשי י'
אויב רעדט מען חלילה וואס מען טאר נישט, איז מיל"י ר"ת מ'שנאי י' י'כחשו ל'ו

------------------------------
און נישט נאר דער חתן דארף לאכן! דער גאנצער ציבור דארף לאכן! מילי ר"ת מאכן יעדן יוד לאכן!!!

און געווענליך דינט דער בדחן אלס פנים חדשות און ער רעדט ווי א גאסט אויף א ווייל און זעהט אויף א מייל, און דעריבער וויבאלד ער איז נישט קיין היימישער קען ער רעדן אלע סארט שבחים, וויבאלד ער קען סייווי נישט די אינסייד ממילא איז מיל"י די אותיות 'מייל'...

און דאס זאגט מען כשם שנכנס לברית (מיל"י) כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, ביי די אגרא דבי הילולא מיל'י

און שרייבנדיג קלער איך אז די גאנצע גמרא קען מען זאגן בדרך צחות אז דאס גייט ארויף אויף חתונה האבן און די בדחנות - די אגרא דבי הילולי מילי - דאס איז צום סוף אינמיטן מצוה טאנץ און אין שבע ברכות:

אמר ר' זירא אגרא דפרקא רהטא אמר אביי אגרא דכלה דוחקא (ביז אהער רעדט מען פון די חדר יארן אין אין ישיבה, איינער מער איינער ווייניגער) אמר רבא אגרא דשמעתא סברא (די פשעטל פאר די תנאים און צו זאגן פארן מחותן... (נישט ביי מיין שווער... ער האט מיר געזאגט אנפאנג שידוך אז קאלן איז ווי טעקסטן!!! איך זאג אייך: איך האב געהאט א גאר רואיגע חתנ'שאפט ב"ה) אמר רב פפא אגרא דבי טמיא שתיקותא (די נסיעה אויף מקומות הקדושים) אמר מר זוטרא אגרא דתעניתא צדקתא (די יום החופה, מען פאסט און מען געבט צדקה) אמר רב ששת דאגרא דהספדא דלויי (מצוה טאנץ...) אמר רב אשי אגרא דבי הלולי מילי...

און עס קען טאקע זיין אז דייקא ר' אשי איז דער בעל המימרא, ער איז געווען פון די לעצטע אמוראים, און ער האט אינאיינעם מיט ר' הונא מסדר געווען און פארענדיגט דעם ש"ס, קען זיין אז אלס סגולה צו געדענקן און זוכה צו זיין צו תורה דארף זיין אגרא דבי הילולא מילי , ווייל כל המשמח את החתן זוכה לתורה.

און אז מען רעדט שוין
רש"י זאגט אויף די ווארט מילי "משמח את החתן בדברים"
ר' יונתן שווארטץ האט זיך זיין פשט אז בדברים, פונקט ווי ספר דברים איז קאנצעטרירט אין איין ספר 4 ספרים וואס האבן געדויערט דאכצעך 2,500 טויזענט יאר, די זעלבע דארף מען מקצר זיין.

לענינינו קען מען זאגן אז דו דארפסט לאו דוקא מאכן דזשאוקס, דער עיקר שמועס! רעד! פארברענג און עס זאל נישט זיין שטיל און קאלעמוטנע!!!! דאס קען זיין דער משמח את החתן מיט פלעינע דברים, רייד, שמועסן!!!


כ'האב נישט געשריבן פראפעסיאנאל ווייל עס איז געשריבן געווארן בשעת חידושים ווערן נתחדש, אבער דער עיקר איז די בלויע
סארי, לאמיר אויסנוצן די צייט די קארגע 3 שעה ביז ותיקין.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שער הבדחן (הבטחון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אן אינטערעסאנטע טיפ.

ווען מען רעדט בדחנות, א דרשה און דו ווילסט זאגן א דבר צחות, סתם אין א שמועס אין בית המדרש און די ווילסט זאגן א ווערטל, איז כדאי צו מאכן תנועות/פאקסן (איבערגעטריבענע שארפע מינע, א בליץ מיט די אויג, צוקנייטשטע שטערן, ברייט צועפנטע אויגן, וכו' הכל לפי מה שהוא אדם) אדער רעדן אויף א וועג אז יענער זאל פארשטיין אז דו זאגסט יעצט א ווערטל.

אויב וועסטו עס זאגן גראד וועט יענער נישט כאפן אז דו זאגסט יעצט א ווערטל, ער וועט מיינען אז דו זאגסט א עכטע זאך, און צומאל וועט ער זיך וואונדערן אויף דיר אז דו רעדסט צומישט און נישט צו די זאך, אדער וועט ער טראכטן אז עפעס איז ראנג מיט אים אז ער פארשטייט נישט דיינע ווערטער...

דעריבער מאך זיכער אז דער ציבור ווייסט אז יעצט רעדט מען צחות, א געווענליכער ערנסטער בעל דרשן וועט אנהייבן אזוי "כ'האב אזוי געקלערט בדרך צחות אז..." אדער "מען דערציילט א ווערטל אז עס איז אמאל געווען א ...." ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט געווענליך ביי זיינע דרשות מיט זיין תנועה "ווייסטעך עס איז געווען אמאל א...."

כ'האב נישט געזאגט אז דו זאלסט אזוי טון, אבער טרעף דיין אייגנארטיגע וועג צו מסביר זיין בשעת'ן רעדן אז דו רעדטסט יעצט ווערטל'דיג - כמובן דארף מען אויך אכטונג געבן נישט צו זיין קארני, אבער פארשטייסט די נקודה...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”