מוזיק לעקטשור

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

מוזיק לעקטשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

ווער סהאט אויסגעהערט נעכטען דעם כשרונות מבינים פענל, האט וועלוועל געמאכט אן הפסקה,
און ארויפגעברענגט דעם באקאנטען חסידישען מוזיק פיגור הרב נפתלי יוסף מענדלאוויטש ני''ו
און ער האט אנאנסירט אז זיי גייען האבען א שמועס צו אדרעסירן שאלות וואס מענטשען האבען אין מוזיק
ד''ה אז איינער וויל קלאר מאכען עפעס א נושא אין קאמפאזען ארענדזשען אדער סיי וועלכע פראגע אין מוזיק,
וועט ר' נפתלי יוסף וואס האט לאנגע יארען עקספערטיס אין דעם פעלד און גיבט אויך מוזיק לעסאנס,
פראבירן מסביר זיין פארען עולם אויף א פשוטע שפראך
עפען איך אויף דעם אשכול, ווער סהאט עפעס פראגעס וואס ער וויל אויסקלארען, קען ער עס דא שרייבען,
און ער וועט עס אי''ה אדרעסירען
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח פארן גיבן די פלאטפארמע!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שוין דא די אינטערוויו אויף ביי די כשרונות אפטיילונג נומער 1
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ניס קראכער האט געשריבן:שוין דא די אינטערוויו אויף ביי די כשרונות אפטיילונג נומער 1


From Kol Mevaser main menu

Press 4
and then 1
??
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

moishy56 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:שוין דא די אינטערוויו אויף ביי די כשרונות אפטיילונג נומער 1


From Kol Mevaser main menu

Press 4
and then 1
??

דריק # קומט מען אן צו זיין שמועס
גאנץ אינטרעסאנט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

ער זאגט דארט אז די הויכע פאל פון עוד ישמע איז א מעיזשאר, איך מיין אז ער איז נישט גערעכט.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס לייגט ער טאקע עס נישט אין די לאנגע אינטערוויאס ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

דוד משה האט געשריבן:ער זאגט דארט אז די הויכע פאל פון עוד ישמע איז א מעיזשאר, איך מיין אז ער איז נישט גערעכט.


אודאי איז עס א מעידשאר, ער איז נאר נישט גערעכט אז די גאנצע פאל איז א מעידשאר, ווייל עס ענדיגט זיך אויף א מיינער,
אבער די הויכע פאל ביז אהין איז א מעידשאר,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

קלאר ווי די טאג א מעידזשאר.
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס ביי C גייט אלעס מעידזשער אן די שווארצע באטענס ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

eller האט געשריבן:פארוואס ביי C גייט אלעס מעידזשער אן די שווארצע באטענס ?


ווייל אויב די פארשטייסט ווי אזוי א מעידשאר סקעיל איז צוזאמגעשטעלט אויפען סדר פון w'w'h'w'w'w'h (וואס די ''צוויי גאנצע'' נאטס מאכט עס סאונדען מעידשאר, אנדערש ווי א ''גאנצע און האלבע'' וואס מאכט עס סאונדען מיינער) איז פון א סי ביז א סי איז דער פיאנא אויסגעשטעלט פונקטליך אזוי,
הער אויס דעם אינטערוויו ער איז עס גיט מסביר
לשוני עט סופר מהיר
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

בנוגע עוד ישמע קומט ארויף אויפן ליין, א תיקון טעות אז בעצם איז עס נישט קיין מעידשאר, ווייל עס ענדיגט זיך נישט אויף קיין מעידשאר, און דער מיינער סקעיל אליינס האט אין זיך עטליכע מאל וואס סגייט w'w, מיינט דאס נישט אז יעדעס מאל ממאכט צוויי גאנצע נאטס הייסט אז סאיז א מעידשאר סקעיל, סמיינט אז סאיז א ''מעידשאר תנועה'' אינעם מיינער סקעיל, והבן א דוגמא פון א ריכטיגע מעידשאר ניגון איז קול רנה וישועה, באהלי צדיקים דער רבי זאל לעבן א מזל טוב
לשוני עט סופר מהיר
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

ס'דא צענדליגע מיינער לעבעדיג ניגונים וואס די הויעכע פאל גייט אנהויב מעידזשאר. דאס מיינט נישט אז ס'איז מעידזשאר ניגון!
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

דער שמועס איז טאקע אינטרעסאנט, אבער איך מיין אז עס איז נישט גענוג קלאר פאר א מתחיל וואס קען גארנישט. עס זעט אויס ווי ר' נפתלי יוסף פארלאזט זיך אויפן צוהערער אז ער האט עפעס ידיעות.
און טאקע וועלוועל אליינס פארשטייט אים אויך נישט אסאך מאל. עס קומט צום שמייכלען ווען נפת"י זינגט אים די מיינער סקעיל, און וועלוועל טענהט זיך מיט אים אז אין א מיינער וואלט די צווייטע נאוט געדארפט זיין א האלבע H .
דאס איז נפתלי יוספס שולד, ער האט נישט מסביר געווען אז דער סקעיל איז געבויט אויף "אינטערוועלס" און נישט אויף נאטן (כאטש ער דערמאנט שפעטער אינטערוועלס), און דערפאר WH מיינט אז די ערשטע אינטערוועל (די מרחק צווישן די ערשטע נאוט און די צווייטע) איז א גאנצע, און די צווייטע אינטערוועל (די מרחק צווישן די צווייטע נאוט און די דריטע) איז א האלבע. קומט אויס אז די "דריטע תנועה" איז א האלבע העכער ווי די צווייטע.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בן מהללאל האט געשריבן:דער שמועס איז טאקע אינטרעסאנט, אבער איך מיין אז עס איז נישט גענוג קלאר פאר א מתחיל וואס קען גארנישט. עס זעט אויס ווי ר' נפתלי יוסף פארלאזט זיך אויפן צוהערער אז ער האט עפעס ידיעות.
און טאקע וועלוועל אליינס פארשטייט אים אויך נישט אסאך מאל. עס קומט צום שמייכלען ווען נפת"י זינגט אים די מיינער סקעיל, און וועלוועל טענהט זיך מיט אים אז אין א מיינער וואלט די צווייטע נאוט געדארפט זיין א האלבע H .
דאס איז נפתלי יוספס שולד, ער האט נישט מסביר געווען אז דער סקעיל איז געבויט אויף "אינטערוועלס" און נישט אויף נאטן (כאטש ער דערמאנט שפעטער אינטערוועלס), און דערפאר WH מיינט אז די ערשטע אינטערוועל (די מרחק צווישן די ערשטע נאוט און די צווייטע) איז א גאנצע, און די צווייטע אינטערוועל (די מרחק צווישן די צווייטע נאוט און די דריטע) איז א האלבע. קומט אויס אז די "דריטע תנועה" איז א האלבע העכער ווי די צווייטע.

כ'וויל אים ח"ו נישט אוועקמאכן אבער געווען א אינטערוויא פאריאר ניטל מיט אליעזר הערש ראזענפעלד דאכט זיך מיט אסאך שענערע און קלארע אינפארמאציע
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

ער איז עס באמת יא מסביר, די לעטטערס פון w'h מיינט אינטערוועלס
די מיספארשטענדעניש דארט מיט וועלוועל איז וועגן די פיקאפ נאויט פון ויעזור, וועלוועל רעכנט דאס שוין פאר א נאויט, און נפתלי יוסף היינט אן ביים ערשטען נאויט פונעם ניגון
דו''ק וטישטעך
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

פארוואס וויל ער נישט געבן דעם סימן אויפן פרעיגישן סקעיל?
איז עס נישט H W W W H W W ?
אז מען וויל עס שפילן נאר אויף די ווייסע קנעפלעך, הייבט מען אן פון E.
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

די ניגון "ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו אשר טוב גמלנו, כרחמיו..."
איז א מעדשאר אדער מיינער?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

קברנה סובניון האט געשריבן:די ניגון "ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו אשר טוב גמלנו, כרחמיו..."
איז א מעדשאר אדער מיינער?


וועלכע? די בעלזער ניגון איז א פרעיגעש
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

קברנה סובניון האט געשריבן:די ניגון "ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו, ברוך הוא אלוקינו אשר טוב גמלנו, כרחמיו..."
איז א מעדשאר אדער מיינער?

דאס איז א פרעיגיש סקעיל
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

בן מהללאל האט געשריבן:פארוואס וויל ער נישט געבן דעם סימן אויפן פרעיגישן סקעיל?
איז עס נישט H W W W H W W ?
אז מען וויל עס שפילן נאר אויף די ווייסע קנעפלעך, הייבט מען אן פון E.

מען קען נישט שפילן א פרעגעש נאר אויף ווייסע, נאר ווען מען וויל עס שפילן אויף די מערסטע ווייסע וואס איז שייך דעמאלטס שפילט מען עס אויף E און די G וועט זיין א שארפ.
די סדר וועט זיין H, איין מיט א האלבע, און דערנאך H W H W W.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

יישר כח יאפין! איך האב אייביג געמיינט אז פרעגיש איז phrygian mode.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

צינגעלע האט געשריבן:בנוגע עוד ישמע קומט ארויף אויפן ליין, א תיקון טעות אז בעצם איז עס נישט קיין מעידשאר, ווייל עס ענדיגט זיך נישט אויף קיין מעידשאר, און דער מיינער סקעיל אליינס האט אין זיך עטליכע מאל וואס סגייט w'w, מיינט דאס נישט אז יעדעס מאל ממאכט צוויי גאנצע נאטס הייסט אז סאיז א מעידשאר סקעיל, סמיינט אז סאיז א ''מעידשאר תנועה'' אינעם מיינער סקעיל, והבן א דוגמא פון א ריכטיגע מעידשאר ניגון איז קול רנה וישועה, באהלי צדיקים דער רבי זאל לעבן א מזל טוב

די הויכע פאל פון עוד ישמע איז לויטער מיינאר אן קיין שום מעיזשאר תנועות.
איך בין נישט קיין גרויסער קענער אבער דאס איז ממש א' ב'.
מיינאר מיינט נישט א האלבע נאוט און מעיזשאר מיינט נישט א גאנצע נאוט, ביידע האבן גאנצע און האלבע נאוטס, די חילוק פון מעיזשאר-מיינאר איז די פאזיציע פון די האלבע נאוט אינעם סקעיל. אלזא די הויכע פאל פון עוד ישמע געפונט זיך ביי די פאזיציע אינעם מיינאר סקעיל וואו מען דארף מאכן א w w.
ווען הייסט יא ארויס פונעם סקעיל ? אויף דעם געט ער א גוטע דוגמא די הויכע פאל פון "עוד ישבו" וואו ביי די צווייטע מאל "ילדים וילדות משחקים" וואלט מען לויט די פאזיציע געדארפט ארויפגיין א גאנצע און עס גייט ארויף נאר א האלבע.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

דוד משה האט געשריבן:
צינגעלע האט געשריבן:בנוגע עוד ישמע קומט ארויף אויפן ליין, א תיקון טעות אז בעצם איז עס נישט קיין מעידשאר, ווייל עס ענדיגט זיך נישט אויף קיין מעידשאר, און דער מיינער סקעיל אליינס האט אין זיך עטליכע מאל וואס סגייט w'w, מיינט דאס נישט אז יעדעס מאל ממאכט צוויי גאנצע נאטס הייסט אז סאיז א מעידשאר סקעיל, סמיינט אז סאיז א ''מעידשאר תנועה'' אינעם מיינער סקעיל, והבן א דוגמא פון א ריכטיגע מעידשאר ניגון איז קול רנה וישועה, באהלי צדיקים דער רבי זאל לעבן א מזל טוב

די הויכע פאל פון עוד ישמע איז לויטער מיינאר אן קיין שום מעיזשאר תנועות.
איך בין נישט קיין גרויסער קענער אבער דאס איז ממש א' ב'.
מיינאר מיינט נישט א האלבע נאוט און מעיזשאר מיינט נישט א גאנצע נאוט, ביידע האבן גאנצע און האלבע נאוטס, די חילוק פון מעיזשאר-מיינאר איז די פאזיציע פון די האלבע נאוט אינעם סקעיל. אלזא די הויכע פאל פון עוד ישמע געפונט זיך ביי די פאזיציע אינעם מיינאר סקעיל וואו מען דארף מאכן א w w.
ווען הייסט יא ארויס פונעם סקעיל ? אויף דעם געט ער א גוטע דוגמא די הויכע פאל פון "עוד ישבו" וואו ביי די צווייטע מאל "ילדים וילדות משחקים" וואלט מען לויט די פאזיציע געדארפט ארויפגיין א גאנצע און עס גייט ארויף נאר א האלבע.
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

בן מהללאל האט געשריבן:יישר כח יאפין! איך האב אייביג געמיינט אז פרעגיש איז phrygian mode.


דער phrygian mode איז בעצם ענליך צו ביידע, סיי אונזער 'מיינער' סקעיל וואס הייבט זיך אן מיט H W אנשטאט א W H, און סיי דער פריגיש מאדע וואס ווערט גערופען Phrygian dominant scale בלע"ז, וואס הייבט זיך אן מיט H איין מיט א האלבע (augmented second) דערנאך H.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”