נאטן

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווער עס וויל קען איך שיקן אין אישית א פדפ ביכל וואס לערנט אויס נאטן מתחילה ועד סוף בטוב טעם ודעת
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

קאמענטאטאר האט געשריבן:אפשר קענסטו עטוואס מסביר זיין דעם שטיקל דברי ישראל אין פרשת מקץ אויף למנצח על השמינית? ס'משמע פון דיין נאמען אז דו פארשטייסט דעם ענין.

תוכ"ד וואס ער שרייבט דארט איז אז לעת"ל וועט השי"ת באשאפן א אכטע נאטע און צוגאב צו די זיבן וואס מיר האבן כהיום, ווי ווייט איך פארשטיי גייען רוב אויב נישט אלע ניגונים פאר ימות המשיח כמעט בטל ווערן, ס'העט פשוט נישט האבן קיין אידישן טעם, ס'טייטש נישט נאר וועט באשאפן ווערן א נייע עולם הנגינה, נאר דאס אלטע וועט אינגאנצן בטל ווערן?

נ.ב. ביטע שרייב נישט "פשוט ס'וועט באשאפן ווערן א H"...


פאר א הסבר אויף דבריו הקדןשים, ביטע ציטיר זיינע הייליגע ווערטער בלשון קדשו , אדער עטעטש א סקען פון די ספר אןיב מעגלעך
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'האב געזוכט און נישט געפונען, עס איז נישט אויף Hebrwbooks.org, און עפעס אנדערש האב איך נישט.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

נא נא כ'וועל מיר שפעטער איינשפארן אין מיין ספרים צומער און עס דורעך טוהן בכובד ראש
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פשט איז, אז ס'וועט צוקומען אן אכטע נאוט וואס מ'קען זיך עס ניטאמאל פארשטעלן היינט. נישט אז ס'וועט זיין נאך אן אקטאווע, נאר יעדע אקטאווע וועט האבן אכט טרעפ אנשטאט זיבן. דער דברי ישראל שרייבט דארט - דאכט זיך - אז ס'איז נישט במציאות אז א מענטש זאל זיך עס קענען פארשטעלן, ווייל ס'איז א זאך וואס איז נאכנישט באשאפן געווארן, נאר אזוי ווי יעצט ביזטו באקאנט מיט זיבן קלאנגען וועט דעמאלטס צוקומען אן אכטע. דאס מיינט נישט אז אלע היינטיגע ניגונים וועלן ווערן VOID... וועסט ווייטער קענען זינגען אלע ניגונים, אויסער we want moshiach now...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

תו השמיני, דיר צו פארגרינגערן וועל איך דיר אנווייזן, ס'איז אויפ'ן פסוק "קחו לכם מזמרת הארץ", כפי המונח בזכרוני.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יהיה כן, טו מיר א גענאדע און שיק מיר די PDF פייל. איך קען עס ניצן. יישר כח.

**

מאשקע, אין מיין שמועס מיט יוסי גרין (ווי שוין אראפגעברענגט אונעם אינטערוויו) האבן מיר אויך גערעדט איבער די "אכטע נאוט" (וואס זיין לעצטער אלבום הייסט אזוי, אויפן ניגון ווי ער איז דאס מסביר אויף ענגליש) האט ער מיר אראפגעלייגט א וועג וויזוי די אכטע נאוט גייט ארבייטן. איך קען דיר עס אפשר נאכזאגן, אבער ביז פארשטיין.

איך וועל אום בלי נדר אנפרעגן נאכמאל דערוועגן און צוריקקומען מיט א בעסערע ענטפער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

מאשקע, ס'איז מיר שווער עס מסביר צו זיין אבער איך פיל יא עפעס אזוי...

שטעל זיך פאר אז אלע ניגונים אויף דער וועלט הייבן זיך אן מיט א B, בו בזמן ווען יעדער ווייסט פון A צו זאגן, די האלז און קאפ וואלטן וויי געטון, עכ"פ פאר מיר, (גראדע האב איך ממש יעצט א headache).
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קאמענטאטער, בעסער געזאגט. גי ניגונים וועלן אפשר זיין זייער טריקן. ווייל דער אכטער נאוט וועט זיין גאר א שיינער נאוט און דאס גייט פעלן פון יעדן אלטן ניגון.

העי מאשקע, די מאכסט מיר לאכן יעעדס מאל נאכאמאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

צייטליך, טו מיר א גענאדע און רוף מיך קאמענטאטאר, ס'מאכט מיר נערוועז אפי' כ'שטאם אויך פון הונגארן... ייש"כ.
קאמענטארן זענען איבריג
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

יהיה כן, טו מיר א טובה, און שיק מיר ביטע די PDF פייל. איך קען עס ניצן. יישר כח.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קאמענטאטאר, וואס איז נייעס?.. :wink:
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

וואן סטעפ אהעד ;l;p-
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

מאשקע האט געשריבן:דאס וואס דו פרעגסט וועגן ווער ס'האט געקענט נאטן ביי חסידים, איז אזוי: ערשטנס, ס'האט זיך געקענט מאכן אין יעדע חסידות איינער וואס האט געקענט. צווייטנס, האט עס געקענט אפגעשריבן ווערן דורך אחד שאינו בן ברית..


איך מיין אז אמאהל האבן מער מענטשן געקענט נאטן ווי היינט, וייל היינט איז סאך גרינגער זיך צו באגיין אן קענען נאטן, ווען מען וויל זיך אויסלערנען א ניגון זינגט מען עס אריין אין א טעיפ (טעיפ???? וואס אידאס? אה א רעקארדער, סאררי) און מען קען עס.
משא"כ אמאל איז נישט געווען די אלע זאכן, אז מען האט געוואלט שיקן א ניגון (אין אסאך חסידות'ער זענען דא ניגונים וואס דער האט געשיקט און יענער האט געשיקט) האט מען אפגעשריבן די נאטן, דעריבער אמאל ווען איינער האט געהאט א געפיל צו מוזיק - וואס איז איבעראל דא אסאך - האט מען - אנשטאט ארויפצוגיין אויף אידישוועלט.קום אדער אויסהערן טעיפס פון אלע זינגערס -זיך אויסגעלערנט נאטן און געקענט ניגונים....

יעצט א קליינער באגריף וויאזוי נאטן ארבייטן:
יעדער ווייסט אביסל וואזוי א קיבארד ארבייט?
הע?
דו דארט מיטן אויפגעהויבענעם האנט, דו ווייסט נישט? נע וואס זוכסטע דא? אה די ווייסט די טעקניק אבער נישט קיבארד בעצם, אה אקעי נישט געפערליך, נו לאמיר גיין ווייטער....
ווי יעדער ווייסט איז א יעדער ניגון צוזאמענגעשטעלט פון נאטן וויאזוי נאטן ארבייט - נישט אויף פאפיר נאר בכלל - עס איז דא איין טאן און עס גייט ארויף העכער און העכער ביז אויבן, אזויווי אויפן קיבארד, און ווען מען שפילט א ניגון דארף מען אויסלאזן די צאל קיען (keys) לויט וויאזוי דער ניגון גייט.
למשל ותן בנו: די ערשטע נאט אין ועסייהיין און באני איז צוויי ארויפציער און מען לאזט אויס איינס אינצווישן, פאר אייך זאג איך עס אזוי אבער בעצם האט יעדע קי א נאמען.
קוק עטעטשמענט 1 עס הייבט זיך אן ביי סי C און עס גייט ביז סי און דארט גייט עס ווייטער אויף די העכערע אקטעוו (זעה עטטעטשמענט 2) מיט די זעלבע קיען, עס זענען נאר דא 7 זאנגען - עם איך מיין קיען, די אכטע קי איז די זעלבע זאך ווי די ערשטע נאר א העכערער אקטעוו
די אקטעוו octave גייט ארויף אבער די נאמען פון די נאוט בלייבט די זעלבע עס איז נאר א העכערע אקטעוו
די אקטעוו octave גייט ארויף אבער די נאמען פון די נאוט בלייבט די זעלבע עס איז נאר א העכערע אקטעוו

יעדער קי מיט זיין נאמען, די שווארצע זענען האלבע נאטס
יעדער קי מיט זיין נאמען, די שווארצע זענען האלבע נאטס
images.jpeg (2.35 KiB) געזען 5126 מאל


יעצט אנשטאט צו מאכן א פיקשער פון א פיאנא און שרייבן C C G F A A A און אזוי זאל מען זעהן וויאזוי דער ניגון גייט, וואס דאס האט עטליכע חסרונות, איינס ווייל עס זענען דא אינסטרומענטן וואס האבן גארנישט צוטוהן מיט די פיאנע און נאך וואס מען וועט באלד זעהן (און מן הסתם זענען דא נאך זאכן פארוואס דער בעל הנאטס האט עס נישט אזוי געמאכט, נאר איך ווייס דאך נישט אלעס)

האט מען געמאכן אזוי
עס זענען דא 5 ליינס און יעדע ליין רעפערזענט א ספעציפישער נאט, אזוי אויך צווישן די ליינס
א ליידיגער נאט פאפיר
א ליידיגער נאט פאפיר


אלעס הייבט זיך אן מיט די C
נאטן פון C ביז B
נאטן פון C ביז B
cmaj7_ex.gif (2.19 KiB) געזען 5125 מאל

אזוי ווי עס איז נאר דא 5 ליינס און די C איז נידערניגער, מאכט מען אזא ליין אינעם סי אריין,
יעצט, די סי (נאט #1) ווי איר האט געזעהן איז אויף די ליין יעצט די נעקסטע נאוט די D (נאט #2) איז אינצווישן די ליינס איינס העכער, און די E איז אויף די העכערע און די F איז צווישן די נעקסטע צוויי א.א.וו.

איך וועל ענדיגן שפעטער ווייל איך בין יעצט ביזי געווארן
לעצט פארראכטן דורך my_music אום מיטוואך יולי 15, 2009 5:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ייש''כ מיי מוזיק, די לייגסט דאך עס זייער גוט אראפ אז אפי' איך קען פארשטיין, איך בעט דיך לאז אונז נשיט צו לאנג ווארטן, בד''וו דיינע זיבן (גע)זאנגען קומט זיך אפאר פון די גרינע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיי מוזיק, א ריזיגען יישר כח. מיר ווארטן אויפן פארזעצונג.

און פארגעס נישט אריינצולייגן דיינע ווערטלעך ווייל דאס געט צו פעפער און זאלץ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

אקעי עס איז דא אפאר מינוט יעצט
עקטשעלי מאך איך יעצט אביסל ריסערטש און איך האב מעך אנגעשטויסן אין א פראגע וואס איך קען נישט פארענטפערן (עטס האטס געמיינט אז איך בין דער גרעסטער עקספערט דא הע?)

אקעי סאו אינז ווייס מער שוין וויאזוי מען שרייבט אפ וועלכע טאן מען דארף שפילן, אבער וויאזוי שרייבט מען די לענג פון די נאט,
למשל "אהייייייייייייייייים וועלען מיר גיייייייייייייייין" (בערי וועבער) אהיים האט 2 נאטס א-היייייים די "א" איז א קורצע און די "היייייייייים" איז לענגער און אזוי ווייטער "וועלע מיר גיייייייין" די "וועלען מיר" זענען אייניג (אין לענג נישט אין די עקשואל נאוט) און "גייין" איז א לאנגע נאוט.
דאס צו ערקלערען וועל איך אנהויבן מיט די ביט beat, יעדע ניגון האט א ביט, (אחוץ אזמר בשבחין וואס דארט זענען דא אסאך שיינע און דערהויבענע קרעכצן וואס היימישע אידן זענען זיך נוהג אריינציווארפן וואס דאס איז למעלה מן ה"ביט") עס זענען דא וואס האבן 4 ביטס און עס זענען דא וואס האבן 3, יעדע פיר (אדער3) ביטס איז א באר bar
און יעדע ניגון לויפט 1 2 3 4 - 1 2 3 4 - 1 2 3 4 און אזוי ווייטער, איינער וואס פארשטייט עס נישט סאררי אבער איך קען עס נישט מסביר זיין אויף פאפיר,
א צעטל פון בארס וואס מען זעהט די פיר ביטס
א צעטל פון בארס וואס מען זעהט די פיר ביטס
Picture 2.png (90.71 KiB) געזען 5072 מאל


למשל די לעצטע ווארט פון אהיים "קיין ירושלים אויפבויען א היים" די "היים" ציהט זיך פאר א גאנצע באר bar ד.ה. פאר 4 ביטס (די ניגון איז גראדע א 6/8 און נישט א 4/4, אבער איכעל אייך נישט צומישן יעצט)
א נאט וואס גייט אויף א גאנצע באר הייסט א "גאנצע נאט" whole note, יעצט איז דא א נאט וואס גייט פאר א האלבע באר ד.ה. פאר 2 ביטס ווערט אנגערופן א האלבע נאט half note, און נאכדעם גייט עס ווייטער א פערטל נאט quarter note אכטל נאט eighth note, זעכטסנסטל 16th note
די נעמען אין וויאזוי די נאטן קוקן אויס
די נעמען אין וויאזוי די נאטן קוקן אויס
image001.gif (3.83 KiB) געזען 5070 מאל


און אזוי - טייערע צוהערער - שרייבט מען נאטס
פראגעס זענען וועלקאם (אזוי לאנג ווי איך קען עס ענטפערן)
לעצט פארראכטן דורך my_music אום מיטוואך יולי 15, 2009 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואלט איך נישט געשפענדעט הונדערטער דאלארן פאר א פריוואטן לערער, וואלט איך מסתמא איבערגעבליקט דעם אשכול און געמאכט צוריק-פלאץ (בעק-ספעיס) און געליינט דעם דערנעבנדיגן.

אבער היות איך קען ב"ה דעם נאטן שפראך, האב איך אלעס אדורכגעליינט בעיון און פארשטאנען דיינע כוונות.

אויסער דאס וואס דו שרייבסט אז אלעס הייבט זיך אן מיט C. מיר ווייסן דאך אז עס איז דא אלע סארטן סקעילס, לאו דוקא וואס הייבן זיך אן מיט C.

למשל די נידריגסטע קול פונעם פידל איז א G.
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

אה נאך איין זאך
ווען מען מאכט ווען א פיקשער פון א פיאנא און מען שרייבט סי בי די עף וכו' וואלט מען נישט געקענט טאקע זעהן די לענג פונעם נאוט,
איננע פון די סיבות פארוואס מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט (ווי פריער ערווענט)
לעצט פארראכטן דורך my_music אום מיטוואך יולי 15, 2009 10:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

קרעמער האט געשריבן:אויסער דאס וואס דו שרייבסט אז אלעס הייבט זיך אן מיט C. מיר ווייסן דאך אז עס איז דא אלע סארטן סקעילס, לאו דוקא וואס הייבן זיך אן מיט C.

למשל די נידריגסטע קול פונעם פידל איז א G.


איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אלע אינסטרומענטן הויבן זי אן ביי c, אדער אז די סקעילס הויבן זי אן דארט
די פאוינט איז געווען אז די דיפאולט נאוט איז איבעראל א c, ווען איך בעט דיר אפצוזינגען די נאטס וויאזוי הויבט מען אן? "סידי אי עף דזשי עי בי סי" רייט?

אבער האסט טאקע בארירט א גוטע שפיץ, מען קען אנפאנגען א ניגון פון יעדע נאט, ווי העכער די נאוט איז אלס העכער גייט מען זיך אויסשרייען, האט איר שוין מיטגעהאלטן ביי א טיש-פארברענג-קומזיצ אדער וויאזוי איר ווילט עס רופן, מען האלט אינמיטן א ווארימע ניגון און עס איז צו הויעך, מאכן אפ עטליכע חברה (מען דארף געווענדליך האבן מער ווי איינעם) און מען גייט אראפ א טאן, וואס עס געשעהט איז, ביז יעצט איז די ניגון געגאנגען אויף א F און יעצט איז עס אויף א E אדער נאך נידעריגער
איך העל נישט בארירן דעם פאוינט אז געווענדליך קוקט אזא זאך אויס ווי א שלאכט פעלד, 5 חברה ווילן אראפגיין נאכדעם איז דא אזא 10 חברה וואס זענען געפאלן אין לאוו מיט די סקעיל און קיין געלט און די וועלט וועט זיי נישט מאכן אראפ גיין, נאכדעם זענען דא סתם עמך אידן וואס ווייסן נישט עכט, און טאמער שטייט נעבן זיי א מעמבער פון די "העכערע טאן - טיעם" ווען זיי זינגען העכער און טאמער נעבן א "נידעריגערע טאן - טיעם" וועלן זיי בלייבן נידעריג,
און בשעת די גאנצע מחלוקת שטייט נעקס טיים נעבן די טיר וועט איר זעהן אז איינער וואס פארשטייט אביסל מוזיק וועט הייבן פיס און ארויסלויפן פון דארט ווילאנג ער האט נאך אויערן, ווייל די היכל הנגינה איז נעבן היכל התשובה, ממילא קענען די מענטשן נישט אויסהאלטן קיין מחלוקת, און אויך ווייל עס איז זייער מיאוס צו הערן, און ווען איינער פון זיי געווינט (און זיי קלאפן זיך אונטערן טיש מיט א באהאלטענעם שמייכל וואס דראעט אטאט ארויסצוגיין פון באהעלטעניש און זיך באווייזן פארן ציבור) שלייכן זיי זיך צוריק אריין און זינגען וייטער מיט די ווארימע ניגונים.

יעצט אז מער רעדט שוין פון סקעילס איז אזוי
ווען איך זינג א סי (זינגטס א נאט נישט קיין חילוק וועלכע) קען מען אנהויבן ותו בנו אויף דעם, און ווען איך זינג א אנדערע נאט קען מען עס אויך אנהויבן אויף יענע קי,
דאס רופט זיך א סקעיל, טאמער האט מען עס אנגעהויבן אויף א סי איז עס א סי סקעיל א.א.וו.
דזשאסט פאר יור אינפארמעישאן
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

רבותי!
פארוואס איז נישטא קיין שווארצע קיעס (העלפ נאטס) צווישען די בי און די סי און צווישען די אי און די עף? עט עץ אלע ענטפערן אז די סי איז א האלבע טאן העכער די בי, ווייס איך דאס. אבער מיין פראגע איז פארוואס טאקע האט מען אזוי געבויעט דעם פיאנא, לעולם וואלטן די סי און די עף געברויכט זיין שווארצע קיס...
"הניגון קולמוס הלב"
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רעכן אליינס אויס, אויב וואלטן די סי און די עף געווען שווארצע קיס, וואלטן מיר דאך נישט געהאט זיבן נאוטס?! נישט אזוי
און אויך לויט די סקעילס דארף עס אזוי צו זיין עס זאל שטימען די מעידזשארס און די מיינערס, אזוי מיינעך
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

קוק אויף דעם בילד וועסטו פארשטיין מיין פראגע. פארוואס איז די קיעבארד נישט אויסגעשטעלט אזוי?
אטעטשמענטס
11.JPG
11.JPG (11.55 KiB) געזען 5012 מאל
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

די ענטפער אין קורצן איז: מען האט נישט געבויט די נאטס אויף די נאוט שפראך, נאר פארקערט, מען האט געמאכט די געשריבענע נאוטס אויף וויאזוי די סקעילס ארבייטן, און א סקעיל קען נישט גיין אויף C D E F# G# A# and B עס מוז גיין C D E F G A B, מען קען נישט זינגען קיין ניגון אזוי עס וועט נישט מאכן קיין סענס, און למעשה איז נישט דא קיין האלבע נאוט צווישן די אי און די עף, סאו מען האט עס אויסגעשטעלט לויט די סקעילס, און ווי עס איז נישט געווען קיין האלבע נאוט האט מען נישט געלייגט.
און ב.ד.וו. לויט דיין חשבון וואלט אויך נישט געווען קיין האלבע נאוט צווישן די בי און די סי
mona lamm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mona lamm »

תו השמיני,
נאך B קומט C, כ'פארשטיי נישט פארוואס האסט אריינגעלייגט #B צווישן B און C!
לויט דיר, איז דא דרייצן קיעס אנשטאטס צוועלף! ציילעס אפ.

וואלסט געדארפט שרייבן C במקום #B, און נאכדעם ווייטער א שווארצע = #C און אזוי ווייטער... - אזוי וואלט געשטימט דיין פראגע.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”