נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

אב - אלול בא! יאפ, מיר האלטן שוין אויפן וועיג אין אט אט דערזעיט מען זיך שוין שטיין פארנט פינעם שניי ווייסן פרוכות!

אזוי ווי היי יאר האב איך באקמען די כבוד צו זיין בעל תפילה מוסף אויף ראש השנה אין יו"כ, וואלט איך שטארק געוואלט הערן פין עקספיריענס בעלי תפילה זייער צוויי סענט

אלץ יונגל האבן אינז אין שוהל געהאט א שיין בעל תפילה וואס איך האב געגליכן, אלץ בחור האב איך ליב געהאט צו גיין הערן א צווייטע בעל תפילה, דאונלאודעד האב איך שוין מאיר ברוך, אין נאך אסאך אבער הצד השוה אז איך בין שוין אינגאנצען צומישט וואס ווי אין ווען, צייט ריקט זיך אין איך האב נישט קיין געהעריגע מהלך וועלעכע ניסח זיך גוט איין חזרן אז איך זאל קענען יעדע דריי אין יעדע קוועטש אין אזוי ווייטער

איז לכן אבקש ממך הבעלי תפילה החשובים וואס קענען מיר מורה דרך זיין ווי אזוי א נייע בעלי תפילה זאל צו גיין צום עינין זאלן זיך ביטע ווארם אנריפן, אין די קולו נעים וואס אדאנק אייך וועט זיין א געשמאק פאר אלע מתפללים

א ישר כח!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

בעלי מוסף איז נישט אזוי גרינג צו טרעפן דא אויף אייוועלט...
דאס זענען געווענליך די רבנים און מרביצי תורה וירא שמים מרבים...

שחרית קען איך געבן איידיעס פון שיינע בעלי תפלה אין די בתי מדרשים וואס איך דאווען
אבער מוסף הער איך געווענליך פון מיין רב אדער רבי, און זיי זאגן זייער נוסח...
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

צהלתו בפניו האט געשריבן:

הייסט אז מען האט מיר מכבד געוועין מיט גאר א שיינע כיבוד, איז די פרעשור נאך מער...
אבער סיי שחרית אין סיי מוסף, איז דא עפעס א מהלך ווי אזוי ענק גרייטן זיך צו מיט חזרה, ניגונים, געדעינקען וכי?
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

לפענ"ד איז יענקל אוונגאר זייער געשמאק און גרינג זיך איינחזרן.
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

אידיאט האט געשריבן:
לפענ"ד איז יענקל אוונגאר זייער געשמאק און גרינג זיך איינחזרן.
ווי וואלט איך געקענט שאפן א ריקארדינג פין איהם?
אגב, סאיז מיר א חידוש אז סאיז נישטא פין אייזיק האניג וואס האט יארן געדאוונט אין קרלי ב"פ אלץ בעל תפילה.
וואס טוט זיך מיט פינקי ועוד?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ניגונים האב איך געהערט פון א בעל תפילה אז אויב קומט עס פון א געהעריגע ניגון וועט ער זיך פארשרייבן אויף דעם שטיקל דעם נאמען פון די ניגון - לאמיר זאגן אז אויף הללוקה אינמיטן שופרות וויל ער זינגען די זעקסטע הקפה ניגון - וועט ער שרייבן ביי זיך אין מחזור ביי דעם שטיקל "זעקסטע הקפה" (נוץ נישט דעם ביישפיל ווייל עס וועט זיין חלשות!!!)

אויב האט עס נישט קיין ניגון לייגט ער עס ארויף אויף אייגענע ווערטער, ער חזר'ט זיך עס איין און נאכדעם שרייבט ער די נאמען פון זיין אייגנפארפאסטע ווערטער

למשל אויב האט מען געזינגען די שטאטע ברוך ה' יום יום אין קעמפ, וועט ער שרייבן "ברוך ה' יום יום קעמפ
וכו'
------------------
ביידעוועי: עס איז נישט קיין כיבוד, עס איז א גרויס אחריות - קוק דיך אויך פאר מיט יראת שמים און תשובה אמיתי
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

כוועל דיר זאגן פון מיין פערספעקטיוו זייער אין קורצן בנוגע דאס וואס די פרעגסט:

די גאנצע סוגיא פון בעלי תפלה\נוסח בכלל, און ימים נוראים בפרט איז נישט עפעס וואס מ'קען קונה זיין און איין קלאס, אדער פון אויסהערן 3 סידיס וכו'.

ס'איז א זאך וואס די דארפסט דעס לעבן און אטעמען כסדר, א חוץ וואס די דארפסט האבן א שטארקע געפיהל דערצו.

אין אנדערע ווערטער: דארפסט ליגן אין נוסח! דארפסט הערן, רעדן, עקספלארן, שמועסן מיט אידן בנוגע אנדערע שטיקלעך און ריסארסעס וואס זיי האבן.

דאס איז ממש אויפן שפיץ גאפל -און סאיז לאו דוקא אין נוסח, ס'איז אין יעדע נושא. איינער וואס וויל קענען גוט קוויקבוקס\פאטאשטאפ אדער סיי וואס, קען נישט מיט 5 קלאסן\קורסעס\ווידיאוס זיך עס אויסלערנען. מדארף עס אטעמען ביז מ'ווערט איינס דערמיט.

- א חוץ דעם דארפסטו האבן א קרעזי אחריות פון זיין א שליח ציבור אין די הייליגע טעג, ס'איז נישט פשוט. דאס פארלאנגט אן הכנה דרבה.

דער עיקר איז ס'זאל זיין מיט הצלחה!
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נאך א טיפ - אויב דיין שול האט נישט קיין קווייער - מאך זיכער צו זינגען ניגונים וואס דער עולם קען - ובפרט ביי שטיקלעך וואס דער עולם דארף מיטלעבן

ביי מלך עליון, וכל מאמינים וכדו' - אויב איז די ניגון צו קורץ קענסטו זאגן צוויי שטיקלעך מיטן נוסח, אינמיטן אנהייב אדער צום סוף - אזוי טוט דער בעל תפילה ביי אונז אין בית המדרש, א באקאנטער כאאר פירער און זינגער.
-----------
וכל מאמינים ווייסעך א בית המדרש וואס מען נוצט ר' יושע מענדלאוויטש'ס יברך את עמך ( די ווערטער שטייט אין אז ביום השביעי נחת)
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום מאנטאג אוגוסט 08, 2022 5:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

די ערשטע מאל גייסטו נישט זיין אזוי געשליפן, אבער אויב קענסטו זינגען און ביסט נישט אוו טאן אזוי ווי מיר, דאן וועט עס די צווייטע מאל זיין בעסער און די דריטע מאל אסאך בעסער בס"ד!
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
-----------
וכל מאמינים ווייסעך א בית המדרש וואס מען נוצט ר' יושע מענדלאוויטש'ס יברך את עמך ( די ווערטער שטייט אין אז ביום השביעי נחת)
א גוטע געדאנק!
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)

איך גלייך זייער הר"ר אלעזר מענדל פילאפף סיי זיין נוסח און זיינע קנייטשן ווי ער טייטשט אויס יעדע ווארט און סיי זיינע ניגונים

--------------------------

ביי קרן שמואל ישעי' קענסטו טרעפן רעקארדירונגען פון אסאך בעלי תפלה, גיי אריין אין סיי וועלכע פון זייערע לאקאלן און פרעג זיי, אדער רוף די קר"י אפיס און פרעג פון הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס ער וואלט דיך לכאורה געקענט ענטפערן די בעסטע וויהם זאלסט הערן געאייגענט פאר די קהלה/קליינטעל פון די ביהמ"ד ווי דו גייסט דאווענען

--------------------------

ביי רוב עולם איז #1 אז ביי די ווארעמע ניגונים זאל עס זיין א ניגון וואס די 'גאנצע' עולם זאל קענען די ניגון און עס מיטזינגען, חוץ אויב מ'רעדט פון איינעם וואס די עולם גייט משוגע פאר זיין קול, למשל אייזיק האניג אדער יששכר גוטמאן

-------------------

געוויסע שטיקלעך קענסטו מאכן (אפשמועסן מיט צוויי דריי גבאים פון ביהמ"ד) אז די גאנצע עולם זאל מיטזינגען מיט די ווערטער, עס איז זייער שיין.
למשל אויף וכל מאמינם שטימט זייער גוט א גאר באקאנטע ווארעמע ניגון פון צאנז/ראפשיץ וואס מ'זינגט ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר אויף קל מסתתר ביי שלש סעודות, יעדער קען עס און די ווערטער זעצן זיך פון זיך אליינס, מ'דארף עס נישט אפשמועסן פארדעם

------------------

די אויבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך הצלחה און זיך קענען גרייטן מיט ישוב הדעת
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
ניגונים האב איך געהערט פון א בעל תפילה אז אויב קומט עס פון א געהעריגע ניגון וועט ער זיך פארשרייבן אויף דעם שטיקל דעם נאמען פון די ניגון - לאמיר זאגן אז אויף הללוקה אינמיטן שופרות וויל ער זינגען די זעקסטע הקפה ניגון - וועט ער שרייבן ביי זיך אין מחזור ביי דעם שטיקל "זעקסטע הקפה" (נוץ נישט דעם ביישפיל ווייל עס וועט זיין חלשות!!!)

אויב האט עס נישט קיין ניגון לייגט ער עס ארויף אויף אייגענע ווערטער, ער חזר'ט זיך עס איין און נאכדעם שרייבט ער די נאמען פון זיין אייגנפארפאסטע ווערטער

למשל אויב האט מען געזינגען די שטאטע ברוך ה' יום יום אין קעמפ, וועט ער שרייבן "ברוך ה' יום יום קעמפ
וכו'
------------------
ביידעוועי: עס איז נישט קיין כיבוד, עס איז א גרויס אחריות - קוק דיך אויך פאר מיט יראת שמים און תשובה אמיתי
יש"כ פאר די געדאנקען.
בנוגע דעיס וואס די זאגסט אז עס איז א גרויסע אחריות ביסטו הינדרעט פראצענט גערעכט. די שאלה איז נאר ווי אזוי מען טראגט דעים אחריות. סטייטשט דארף איך זיין איינער וואס איז טאַקע ראוי צו דעים, קען איך זאגן אויסדריקלעך נישט. עס איז דא צו געפינען אסאך אסאך גרעסערע אין מער דערהויבענע אידן. אבער אויב איז מיין אחריות אויפצווועקן די פארשלאפענע הערצער זיך צו געיבן א וועק אויף קען איך עס זיך אינטערנעמען.
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

פשטא האט געשריבן:
כוועל דיר זאגן פון מיין פערספעקטיוו זייער אין קורצן בנוגע דאס וואס די פרעגסט:

די גאנצע סוגיא פון בעלי תפלה\נוסח בכלל, און ימים נוראים בפרט איז נישט עפעס וואס מ'קען קונה זיין און איין קלאס, אדער פון אויסהערן 3 סידיס וכו'.

ס'איז א זאך וואס די דארפסט דעס לעבן און אטעמען כסדר, א חוץ וואס די דארפסט האבן א שטארקע געפיהל דערצו.

אין אנדערע ווערטער: דארפסט ליגן אין נוסח! דארפסט הערן, רעדן, עקספלארן, שמועסן מיט אידן בנוגע אנדערע שטיקלעך און ריסארסעס וואס זיי האבן.

דאס איז ממש אויפן שפיץ גאפל -און סאיז לאו דוקא אין נוסח, ס'איז אין יעדע נושא. איינער וואס וויל קענען גוט קוויקבוקס\פאטאשטאפ אדער סיי וואס, קען נישט מיט 5 קלאסן\קורסעס\ווידיאוס זיך עס אויסלערנען. מדארף עס אטעמען ביז מ'ווערט איינס דערמיט.

- א חוץ דעם דארפסטו האבן א קרעזי אחריות פון זיין א שליח ציבור אין די הייליגע טעג, ס'איז נישט פשוט. דאס פארלאנגט אן הכנה דרבה.

דער עיקר איז ס'זאל זיין מיט הצלחה!
יא, סאיז הינדרעט פארצענט אזוי אז סגייט נישט ברגל אחת נאר ממיז זיך אריין לייגן ראשו ורבו אין דעים.
א בעל תפילה האב איך א שטארקע געפיל, אבער ווען עס קומט צו ימים נוראים קען איך מיך נישט סתם גארגעלען. עס איז דא א נוסח וואס מען דארף פאלאויען, ממילא איז עז אביסל אנדרש פין א גאנץ יארס מהלך.

בנוגע דעים הכנה דרבה וואס פאדערט זיך, אדרבה געבט מיר אביסל אנווייזונגען
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
נאך א טיפ - אויב דיין שול האט נישט קיין קווייער - מאך זיכער צו זינגען ניגונים וואס דער עולם קען - ובפרט ביי שטיקלעך וואס דער עולם דארף מיטלעבן

ביי מלך עליון, וכל מאמינים וכדו' - אויב איז די ניגון צו קורץ קענסטו זאגן צוויי שטיקלעך מיטן נוסח, אינמיטן אנהייב אדער צום סוף - אזוי טוט דער בעל תפילה ביי אונז אין בית המדרש, א באקאנטער כאאר פירער און זינגער.
-----------
וכל מאמינים ווייסעך א בית המדרש וואס מען נוצט ר' יושע מענדלאוויטש'ס יברך את עמך ( די ווערטער שטייט אין אז ביום השביעי נחת)
יש"כ פארן געדאנק!
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
די ערשטע מאל גייסטו נישט זיין אזוי געשליפן, אבער אויב קענסטו זינגען און ביסט נישט אוו טאן אזוי ווי מיר, דאן וועט עס די צווייטע מאל זיין בעסער און די דריטע מאל אסאך בעסער בס"ד!
אמן. יש"כ פארן חיזוק!
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

להחיות האט געשריבן:
איך גלייך זייער הר"ר אלעזר מענדל פילאפף סיי זיין נוסח און זיינע קנייטשן ווי ער טייטשט אויס יעדע ווארט און סיי זיינע ניגונים

--------------------------

ביי קרן שמואל ישעי' קענסטו טרעפן רעקארדירונגען פון אסאך בעלי תפלה, גיי אריין אין סיי וועלכע פון זייערע לאקאלן און פרעג זיי, אדער רוף די קר"י אפיס און פרעג פון הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס ער וואלט דיך לכאורה געקענט ענטפערן די בעסטע וויהם זאלסט הערן געאייגענט פאר די קהלה/קליינטעל פון די ביהמ"ד ווי דו גייסט דאווענען

--------------------------

ביי רוב עולם איז #1 אז ביי די ווארעמע ניגונים זאל עס זיין א ניגון וואס די 'גאנצע' עולם זאל קענען די ניגון און עס מיטזינגען, חוץ אויב מ'רעדט פון איינעם וואס די עולם גייט משוגע פאר זיין קול, למשל אייזיק האניג אדער יששכר גוטמאן

-------------------

געוויסע שטיקלעך קענסטו מאכן (אפשמועסן מיט צוויי דריי גבאים פון ביהמ"ד) אז די גאנצע עולם זאל מיטזינגען מיט די ווערטער, עס איז זייער שיין.
למשל אויף וכל מאמינם שטימט זייער גוט א גאר באקאנטע ווארעמע ניגון פון צאנז/ראפשיץ וואס מ'זינגט ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר אויף קל מסתתר ביי שלש סעודות, יעדער קען עס און די ווערטער זעצן זיך פון זיך אליינס, מ'דארף עס נישט אפשמועסן פארדעם

------------------

די אויבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך הצלחה און זיך קענען גרייטן מיט ישוב הדעת
איך האב טאקע געהאט א געדאנק צו זינגען מיט די גאנצע עולם וכל מאמינים, קען זיין פינקיס לעכטעלע, אבער אז די עולם זאל כאפן אז מען זאל נישט ווארטן ביז איך לאז אויס, נאר מזאל מיט זינגען צוזאמען האב איך נישט געוויסט וואס איך זאל טוהן. אבער זיך אפשמיסן מיט די גבאים איז א גוטע געדאנק!
יש"כ
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך ווייס נישט וואו דו גייסט דאווענען, אין א שול אדער פריוואטע מנין, א גרויסע שול אדער א קליין שולעכל, א ערנסטער ציבור מיט כלי קודש אריינגערעכנט אדער מער היינטיגע בעלי בתים און אינגעלייטלעך.

כ'האב בסך הכל ארויסגעברענגט דאס וואס רבנים און דיינים ברענגען ארויס אין זייערע שיעורים, זיך באציענדיג צו דעם וואס מאנכע מענטשן מיינען אז ווייל זיי קענען זינגען און חזנותן ווילן זיי צוגיין די הייליגע טעג, זאגן זיי ניין! עס איז נישט קיין פאן! עס איז נישט קיין קינדער שפיל! עס איז א הייליגער העכערער דאווענען! עס איז א שטארקע אחריות צו דינען אלס יושב ראש און שליח ציבור פון א געמיינדע אידן צו מעלה זיין זייערע תפילות אין אט די פארכטיגע טעג!

ווי אזוי מען גרייט זיך?, ווי קען איך א אייוועלט ניקל זאגן? ווען איך וועל אינוועסטירן מער צייט צו לערנען, מער כוונה ביים דאווענען וועל איך קענען זאגן.

יא! הער אויס נוחסאות און גרייט זיך צו קענען אראפלייגן א דאווענען כזקן ורגיל אז עס זאל זיין געשמאק מיט התעוררות ביינאזאם (לאפיקו יענעם בעל תפילה ימים נוראים וואס לייגט אראפ זיינע הכנות צום דאווענען די הייליגע טעג מיט א פיאנא...)

קוק דיך פאר פירוש המילות, ספרי מוסר והתעוררות וכו' און זאג פארן אייבערשטן דעם הננו העני ממעש מיט א אויפריכטיגקייט, זאלסט באמת האלטן און אנערקענען דיין מצב, און זאג אים מיט אן אמת אז דו ביסט דא נישט ווייל דו זוכסט עס, נאר ווייל מען האט דיך צוגעשיקט ווייל דאס האט קהל געבעטן פון דיר.

ווען עס קומט למעשה, און מען האט זיך צוגעגרייט מיט אן הכנה דרבה און למעשה שפירט מען טריקן ווי פעפער, די הרגשים זענען פארטעמפט, קומט די ווארט פון הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל "צומאל ארבעטן די הרגשים און צומאל נישט!" (דו וועסט פארשטיין דעם עמקות פון די ווערטער נאר אויב דו האסט אים געקאנט...)

בכלל איינמאל דו וועסט זיך פילן באקוועם אינעם דאווענען, וועלן שוין אנקומען די הרגשים אי"ה, אויב עס קומט ארויף א נאטורליכע קרעכץ אינמיטן דאווענען, באהאלט עס נישט, (אויב עס קומט צו וויינען? איך קען דיך נישט ענטפערן... הלוואי זאל איך קענען פארלאזן אן אמת'דיגן טרער אין די הייליגע טעג... - איך בענק מיך נאך מיין חופה לגבי דעם חלק. דאס לעצטע מאל וואס כ'האב מיך עכט אויסגעוואשן און זיך אויסגעוויינט...)

און דער רבש"ע זאל העלפן אז זאלסט מצליח זיין!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

פארגעס נישט צו האלטן א זייגערל ביים עמוד און פרובירן זיך צו האלטן אין צייט
שמועס אויך אויס מיט די גבאים בערך די מהלך פון ווי לאנג מען ווארט ביי די תקיעות
מאך זיכער אז דו ווייסט דער מנהג ביי דיין מנין, צו מען זאגט פאר הננו העני ממעש הויעך? אדער שטיל פריוואט?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

עס איז דא פארשידענע פלעצער וואס מען זאגט, מען זינגט און מען זאגט ווייטער, דארט ביי חמול, ויאתאו וכו' זאכן וואס דער ציבור קען נישט אזוי גוט און מען פארלאזט זיך אויפן בעל תפילה.

וועלכע שטיקלעך דער חזן לאזט אויס ביי די יוצרות נאך כתר וכו'
-------------------
מאך זיכער וואס איז דער מנהג ביי ענק בנוגע בנפשו יביא לחמו אדער בנפשו יביא יביא לחמו (אין סאטמאר זאגט מען 2 מאל יביא)

דו דארפסט זיין קלאר אז דו ביסט דער לידער, יעדער פארלאזט זיך מיט יעדן דיוק אויף דיר, דו ביסט דער דרייווער און קיינער גייט דיר נישט העלפן.
--------------
איך שרייב סתם ראשי פרקים בעל פה אן א מחזור פאר מיר, אבער וואס איז זיכער אז האסט מיר אריינגעברענגט אין א ימים נוראים'דיגע גיסטע... עס בענקט און עס ווארעמט דאס הארץ... מען גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן בוכ"ע... וואספארא מתיקות...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
די ערשטע מאל גייסטו נאזוי געשליפן, אבער אויב קענסטו זינגען און ביסט נישט r@וו טאן אזוי ווי מיר, דאן וועט עס די צווייטע מאל זיין בעסער און די דריטע מאל אסאך בעסער בס"ד!
דרך אגב, כ'האב פונקט געשמועסט מיט א פאנדרעיזער און עס איז ארויסגעקומען דער תועלת פון די נערוועזע און קוריאזע מענטאליטעט פון די ערשטע מנין אין בית המדרש, יא! די וואס שטעלן זיך 6:30.00 און 6:59.30 זענען האלט מען שוין נאך עלינו בדיוק..., דער מעלה איז אז זיי שרייען סייווי אריין אינמיטן די אפיל, און זיי געבן סייווי גארנישט חוץ אפאר פארדזשאווערטע פעניס, אבער דער תועלת איז אז דארט סטארט מען זיך, דער אפיל געלונגט נישט דארט ווייל מען איז נאכנישט אין, מען דארף זיך נאך אויפוועקן, אזוי גייט אויס די פארשלאפענע און אומגעלונגענע אפיל אויס ביי א מנין וואס וואלט נישט אפרישיעטעד די געלונגענסטע אפיל... און ביי די נעקסטע מנין איז מען שוין אין די זאך לעבעדיג און מונטער!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

להחיות האט געשריבן:
געוויסע שטיקלעך קענסטו מאכן (אפשמועסן מיט צוויי דריי גבאים פון ביהמ"ד) אז די גאנצע עולם זאל מיטזינגען מיט די ווערטער, עס איז זייער שיין.
למשל אויף וכל מאמינם שטימט זייער גוט א גאר באקאנטע ווארעמע ניגון פון צאנז/ראפשיץ וואס מ'זינגט ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר אויף קל מסתתר ביי שלש סעודות, יעדער קען עס און די ווערטער זעצן זיך פון זיך אליינס, מ'דארף עס נישט אפשמועסן פארדעם
נאך בעסער שטימט אויף וכל מאמינים די לעכטעלע ניגון פון פינקי וועבער, מ'זינגט עס איבער צוויי מאל. ס'שטימט ממש אויפן טאקט!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צום ערשטן תגובה.

עצה טובה, נעם איינס פון די דריי נוסחאות וואס דו קענסט, און פאר מיט יענעם ביזן סוף, בפרט די ערשטע יאר/צוויי. נאכדעם קענסטו שוין אנהויבן אריינווארפן שטיקלעך פון אנדערע כפי הצורך.

ר' מאיר ברוך איז זייער שווער פאר א בעגינער, און פאר גאר אסאך איז עס ניטאמאל קיין מהלך אויף שפעטער אויך נישט (חוץ די כתר, ותערב, בספר חיים, וידע כל פעול, לדור ודור וכו' וואס דאס איז לייכטע שיינע תנועות). נאכצוזינגען ר' מאיר ברוך ביי מלכיות זכרונות שופרות איז נישט געאייגנט פאר יעדעם, בפרט פאר איינער וואס דאווענט צום ערשטן מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דוד'יע האט געשריבן:
איך האב טאקע געהאט א געדאנק צו זינגען מיט די גאנצע עולם וכל מאמינים, קען זיין פינקיס לעכטעלע, אבער אז די עולם זאל כאפן אז מען זאל נישט ווארטן ביז איך לאז אויס, נאר מזאל מיט זינגען צוזאמען האב איך נישט געוויסט וואס איך זאל טוהן. אבער זיך אפשמיסן מיט די גבאים איז א גוטע געדאנק!
יש"כ
יעצט זע איך אז דו דערמאנסט שוין דא דעם ניגון...

------
עצה טובה, זעץ דיך אראפ מיט צוויי בחורים אדער דיינע קינדער, צוויי יונגעלייט וואס גלייכן צו זינגען וכדו' וואס וועלן זיין גרייט מיטצוזינגען יעדן ניגון מיט דיר, און געב זיי די ניגונים פון פאראויס. איינמאל ס'איז דא עטליכע וואס זינגען וועלן אנדערע זיך מער נישט שעמען מיטצוזינגען. ווען ס'איז שטיל איז יעדער שטיל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ווייסעך דען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
לאקאציע: ווייסעך דען ?

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך דען »

תכלית הידיעה שלא נדע
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע בעלי תפילה לקראת ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
שמועס אויך אויס מיט די גבאים בערך די מהלך פון ווי לאנג מען ווארט ביי די תקיעות
כ'האב הנאה אז איינער ברענגט דאס ארויף. איך מיין עס איז העכסט צייט אביסל צו פארגרינגערן די טירחא דציבורא און נישט לאזן דעם עולם שטיין אזוי לאנג און ווארטן אויף די תקיעות, ביז די פוס צוברעכן זיך שיעור..... רוב עולם דארף נישט אזעלכע לאנגע הפסקות ווי אונזערע זיידעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”