גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

עמקות שלמה האט געשריבן:
איך מוז זאגן דעם אמת, אז לך לך'ס לעצטע תגובה האט מיר יא אביסל געכאפט, על אף וואס 'ספארטי' איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק אויף דעם בייטל.

די איידיע פון מאכן א תפילין בייטל cool מיט א בילד פון ביימער און שניי, איז אן ערנסטע טויש. איך מאך עס נישט אוועק.
מיט וואס איז די בייטעל ארגער פון אלע סטיילס פון די לעצטע פאר יאר? פון עני תפילין בייטעל מיט אידישע אותיות אדער נישט א טויער?

ווען די זילבערנע בייטלעך האבן איבערגענומען די גאלדענע איז עס געווען די זעלבע זאך ווי יעצט, די סטייל. ווען איינער בויט היינט א שיינע בנין מיטן היינטיגן סטייל איז זיין תגובה אויך גילטיג? אז יא לאז ארויס די תפילין בייטעל פון בילד
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פ' לך לך האט געשריבן:
די טלית בייטל פארן קאלטן פארפרוירענעם בר מצוה בוי...
Pages from Monroe-yazory.jpg
ווי האט דא איינער געזאגט, ויש למחות בדוחק גדול.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פ' לך לך האט געשריבן:
איך וועל עס מסביר זיין אין צוויי ווערטער, כאטש איך לייג נישט גרויס האפענונג אז די וואס ווילן עס נישט פארשטיין זאלן עס אנערקענען.
פארוואס גייען מיר אנגעטוהן מיט העמעדער און סוטס? פארוואס זוכט א קילער אינגערמאן צו גיין מיט א פאלא שירט און זשינס? ווייל א סוט און א העמד איז אריסטאקראטיש, און ווען מען גייט אנגעטוהן אזוי איז דאס מחייב צו פירן אן אויסגערעכנט לעבן, ס'איז א שעבוד און אן עול, גיין אנגעטוהן אריסטאקראטיש איז א ענין פון קבלת עול, מען האלט זיך חשוב, כל ישראל בני מלכים, און מען איז גרייט זיך צו פירן ווי עס פאסט א בן מלך.
ביי די גויאישע גאס גייען אויך די פאלאטישנס און בעסערע מענטשן מיט סוט'ס, ווייל דאס צייגט שעצונג, און אוטומאטיש ברענגט דאס א עול, ער דארף זיך צושטעלן צום לבוש.
צו גיין אנגעטוהן sporty איז א וועג פון אראפנעמען די עול, ער שטעלט זיך ארויס אלס איינער וואס פארטרעט קיינעם נישט און איז פריי צו טוהן וואס ער וויל, איך בין נישט דער געשעצטער מענטש וואס דארף אכטונג געבן וואס איך טוה, איך בין א פרייע פויגל.
אין די היינטיגע גויאישע ליבעראלע וועלט איז מען זייער שטארק פאר אונטערייסן יעדע סארט חשיבות פארן מענטשהייט, די ווערד פון א מענטש איז זירא, און אטאמאטיש געבט דאס א מענטש פרייהייט צו טוהן ככל העולה על רוחו, ער איז דאך גארנישט חשוב.
אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידיש'ט זיך עס, און צוליב דעם זעהט מען היינט קינדער אנגעטוהן מיט טי-שירט פון בילדער און אויפשריפטן, אהן קיין שום זעלבסט רעספעקט.
לייבן, טויערן, וכו' דאס אלעס גייט אריין אין גדר פון שיין און אריסטאקראטיש, ווען ס'הייבט אהן שיפטן צו sporty ווייזט דאס אויף נאריש, בעביש און פרייהייט. א חלק פונעם מצב הדור.
בתקווה להבנה.
גוט געזאגט ריכטיג געזאגט
והמבינים מבינים, והאינם חפצים להבין, לא יבינו (לא ירצו להבין) ודי בזה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

פ' לך לך האט געשריבן:
איך וועל עס מסביר זיין אין צוויי ווערטער, כאטש איך לייג נישט גרויס האפענונג אז די וואס ווילן עס נישט פארשטיין זאלן עס אנערקענען.
פארוואס גייען מיר אנגעטוהן מיט העמעדער און סוטס? פארוואס זוכט א קילער אינגערמאן צו גיין מיט א פאלא שירט און זשינס? ווייל א סוט און א העמד איז אריסטאקראטיש, און ווען מען גייט אנגעטוהן אזוי איז דאס מחייב צו פירן אן אויסגערעכנט לעבן, ס'איז א שעבוד און אן עול, גיין אנגעטוהן אריסטאקראטיש איז א ענין פון קבלת עול, מען האלט זיך חשוב, כל ישראל בני מלכים, און מען איז גרייט זיך צו פירן ווי עס פאסט א בן מלך.
ביי די גויאישע גאס גייען אויך די פאלאטישנס און בעסערע מענטשן מיט סוט'ס, ווייל דאס צייגט שעצונג, און אוטומאטיש ברענגט דאס א עול, ער דארף זיך צושטעלן צום לבוש.
צו גיין אנגעטוהן sporty איז א וועג פון אראפנעמען די עול, ער שטעלט זיך ארויס אלס איינער וואס פארטרעט קיינעם נישט און איז פריי צו טוהן וואס ער וויל, איך בין נישט דער געשעצטער מענטש וואס דארף אכטונג געבן וואס איך טוה, איך בין א פרייע פויגל.
אין די היינטיגע גויאישע ליבעראלע וועלט איז מען זייער שטארק פאר אונטערייסן יעדע סארט חשיבות פארן מענטשהייט, די ווערד פון א מענטש איז זירא, און אטאמאטיש געבט דאס א מענטש פרייהייט צו טוהן ככל העולה על רוחו, ער איז דאך גארנישט חשוב.
אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידיש'ט זיך עס, און צוליב דעם זעהט מען היינט קינדער אנגעטוהן מיט טי-שירט פון בילדער און אויפשריפטן, אהן קיין שום זעלבסט רעספעקט.
לייבן, טויערן, וכו' דאס אלעס גייט אריין אין גדר פון שיין און אריסטאקראטיש, ווען ס'הייבט אהן שיפטן צו sporty ווייזט דאס אויף נאריש, בעביש און פרייהייט. א חלק פונעם מצב הדור.
בתקווה להבנה.
אויב די אומשולדיג תפילין בייטל קוקט אויס ביי דיר ספארטיש, דאן האבעך נישט קיין שום טענות אויף דיר.. קענסט אנגיין מיט דיין פארפיראכץ..
ישתבח שמו!
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל, אמאליגע צייטן האט יעדער געוויסט אז ווער האט א כוח צו מוחה זיין אויף א רבים, א רב, א רבי, א דיין, היינט איז געווארן א וועלט יעדע שמויגער וואס טרעפט אביסל ליידיגע צייט זעצט זיך צום טייפרייטער אין בלאזט ארויס זיינע בויכדריקעניש אין שוין , אמאל וואס איז געוועהן א מחאה?
תולעים, שעטנז, חילול שבת, חינוך,
אבער גיי לערן דורך גאנץ הלכות תלעים דער האלט דאך נישט דערביי...
נעמט ער שטריימלעך מיט תפילין בייטלעך וואס די איינציגסטע זאך וואס ער דארף קענען דערפאר איז א ביליגע אינטערנעט שפראך וואס פאסט נישט פאר א גליון,
ס'איז צייט זיך צו מתבוננן זיין צו ווילן אונז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א בליק אז אידישקייט איז צו ממאס זיין שטריימלעך אין תפילין בייטלעך, אין דאס איז עס ? פארוואס איז די גליון נישט לוחם אויף רעדן דברים בטלים, אויף רעדן שקר רכילות, אידן וואס דאווענען נישט נאר ליינען גליונות,...
האט דאס נישט מער מיט יודישקייט ווי די הויעכע שטריימל??
איז דאס טאקע די חרבן הדור?? ס'איז א שרעק ,
האסט א פראבלעם מיט די הויעכע פרייזן. נישט קיין פראבלעם.. קענסט עפענן אפאר אשקולות דא אויך אייועלט אין שימפן אין שעלטן און מאכן דעבאטעס צו סאיז נארמאל אדער נישט... אבער פרינטן א גליון מיטן דראמאטישע נאמען, "אידישקייט" אין דאס לייגן צווישן די פרשה קוואל פין רעב מיילעך, אין לשון קדשו, איז א בושה וחרפה...
ישתבח שמו!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

בר חכמה האט געשריבן:

שלום עליכם צום שר העשר.
איר האט אויפמערקזאם געמאכט דעם מיטן אויסגעהאלטענעם שטריימל אז שבת איז א תפילין זעקל מוקצה
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

Borrower האט געשריבן:

בר חכמה, דו קענסט דיך אפשר מיט עמען?
תפלין זעקל
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

בר חכמה האט געשריבן:
גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל, אמאליגע צייטן האט יעדער געוויסט אז ווער האט א כוח צו מוחה זיין אויף א רבים, א רב, א רבי, א דיין, היינט איז געווארן א וועלט יעדע שמויגער וואס טרעפט אביסל ליידיגע צייט זעצט זיך צום טייפרייטער אין בלאזט ארויס זיינע בויכדריקעניש אין שוין , אמאל וואס איז געוועהן א מחאה?
תולעים, שעטנז, חילול שבת, חינוך,
אבער גיי לערן דורך גאנץ הלכות תלעים דער האלט דאך נישט דערביי...
נעמט ער שטריימלעך מיט תפילין בייטלעך וואס די איינציגסטע זאך וואס ער דארף קענען דערפאר איז א ביליגע אינטערנעט שפראך וואס פאסט נישט פאר א גליון,
ס'איז צייט זיך צו מתבוננן זיין צו ווילן אונז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א בליק אז אידישקייט איז צו ממאס זיין שטריימלעך אין תפילין בייטלעך, אין דאס איז עס ? פארוואס איז די גליון נישט לוחם אויף רעדן דברים בטלים, אויף רעדן שקר רכילות, אידן וואס דאווענען נישט נאר ליינען גליונות,...
האט דאס נישט מער מיט יודישקייט ווי די הויעכע שטריימל??
איז דאס טאקע די חרבן הדור?? ס'איז א שרעק ,
האסט א פראבלעם מיט די הויעכע פרייזן. נישט קיין פראבלעם.. קענסט עפענן אפאר אשקולות דא אויך אייועלט אין שימפן אין שעלטן און מאכן דעבאטעס צו סאיז נארמאל אדער נישט... אבער פרינטן א גליון מיטן דראמאטישע נאמען, "אידישקייט" אין דאס לייגן צווישן די פרשה קוואל פין רעב מיילעך, אין לשון קדשו, איז א בושה וחרפה...
אוי ביסטו גערעכט
ענדליך צו דעם האב איך געהערט לעצטענס ווי איינער האט זיך אפגערעדט מיט די מצב מיט די היינטיגע בחורים אין וואס מקען טון זיי צו ראטעווען, האט זיך א מחנך אנגערופן אז ווילאנג 80 פערצענט פון אונזער היימישע מגידי שיעורים מנהלים מחנכים פארשטייען ניטאמאל א פערצענט וואס א היינטיגע בחור גייט דורך זעמייר אויף געהאקטע צרות,
אין דער האט א פראבלעם מיט א הויכע שטריימעל
געזעהן לעצטענס א איד האקט אויף די דשערקי פלייש באורד איך קען יענעמס בחור איך האב אים געוואלט זאגן ווען די ווייסט ווען נאר א פערטל וואס דיין בחור טוט אין זיינע גוטע טעג וואלסטו געהאט בעסערע דאגות ווי דשערקי בארדס נעבעך
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די עיקר די עולם האלט זיך ביזי.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס קוקט אויס פון געוויסע ניקס אז די שטריימלעך, דזשערקי באורדס האט "גארנישט" מיט אידישקייט, הלמאי עס איז דא ערגערע עבירות, ווי לשה"ר מיט רכילות...
איך וויל אייך פרעגן, האט איר אדורכגעליינט די וואך דעם שמועס מיט קאסאניער רבי'ן אין די מאמענט? דאס וועט אייך פארענטפערן די סמיכות.
עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס פארשטייט נישט.
און אודאי מיינט עס נישט אז אויב איינער גייט א הויכע שטריימל איז ער א אויסווארף וואס דאווענט נישט ווארעם און יעדע דינע שטריימל איז אויטאמאטיש א צדיק. מען רעדן פון וואו יענעמ'ס קאפ ליגט, און פארוואס ער זוכט צו ליגן אין די שטותים.
איך זעה אז אויב איינער פארשטייט עס נישט קען מען עס נישט מסביר זיין. אפשר מיט די צייט וועט עס קלארער ווערן (הלואי נישט...)
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עס קוקט אויס פון געוויסע ניקס אז די שטריימלעך, דזשערקי באורדס האט "גארנישט" מיט אידישקייט, הלמאי עס איז דא ערגערע עבירות, ווי לשה"ר מיט רכילות...
איך וויל אייך פרעגן, האט איר אדורכגעליינט די וואך דעם שמועס מיט קאסאניער רבי'ן אין די מאמענט? דאס וועט אייך פארענטפערן די סמיכות.
עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס פארשטייט נישט.
און אודאי מיינט עס נישט אז אויב איינער גייט א הויכע שטריימל איז ער א אויסווארף וואס דאווענט נישט ווארעם און יעדע דינע שטריימל איז אויטאמאטיש א צדיק. מען רעדן פון וואו יענעמ'ס קאפ ליגט, און פארוואס ער זוכט צו ליגן אין די שטותים.
איך זעה אז אויב איינער פארשטייט עס נישט קען מען עס נישט מסביר זיין. אפשר מיט די צייט וועט עס קלארער ווערן (הלואי נישט...)
;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.
געזאלצענע פיש
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:41 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאלצענע פיש »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עס קוקט אויס פון געוויסע ניקס אז די שטריימלעך, דזשערקי באורדס האט "גארנישט" מיט אידישקייט, הלמאי עס איז דא ערגערע עבירות, ווי לשה"ר מיט רכילות...
איך וויל אייך פרעגן, האט איר אדורכגעליינט די וואך דעם שמועס מיט קאסאניער רבי'ן אין די מאמענט? דאס וועט אייך פארענטפערן די סמיכות.
עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס פארשטייט נישט.
און אודאי מיינט עס נישט אז אויב איינער גייט א הויכע שטריימל איז ער א אויסווארף וואס דאווענט נישט ווארעם און יעדע דינע שטריימל איז אויטאמאטיש א צדיק. מען רעדן פון וואו יענעמ'ס קאפ ליגט, און פארוואס ער זוכט צו ליגן אין די שטותים.
איך זעה אז אויב איינער פארשטייט עס נישט קען מען עס נישט מסביר זיין. אפשר מיט די צייט וועט עס קלארער ווערן (הלואי נישט...)
עס איז טאקע א פראבלעם צו ליגען און דער שטריימעל וכד' רושו רובו
איז אבער דאס דער חורבן הדור און תשפ"ג?
עס איז דא אסאך גרעסערע פראבלמען.
לכבוד שבת קודש
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

אקעי גענוג מיט שטריימלעך! מען קען שוין ברעכן פון די וואס ברעכן דערפון.

ווען קומט ארויס די נעקסטע גליון?
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

בר חכמה האט געשריבן:
גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל, אמאליגע צייטן האט יעדער געוויסט אז ווער האט א כוח צו מוחה זיין אויף א רבים, א רב, א רבי, א דיין, היינט איז געווארן א וועלט יעדע שמויגער וואס טרעפט אביסל ליידיגע צייט זעצט זיך צום טייפרייטער אין בלאזט ארויס זיינע בויכדריקעניש אין שוין , אמאל וואס איז געוועהן א מחאה?
תולעים, שעטנז, חילול שבת, חינוך,
אבער גיי לערן דורך גאנץ הלכות תלעים דער האלט דאך נישט דערביי...
נעמט ער שטריימלעך מיט תפילין בייטלעך וואס די איינציגסטע זאך וואס ער דארף קענען דערפאר איז א ביליגע אינטערנעט שפראך וואס פאסט נישט פאר א גליון,
ס'איז צייט זיך צו מתבוננן זיין צו ווילן אונז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א בליק אז אידישקייט איז צו ממאס זיין שטריימלעך אין תפילין בייטלעך, אין דאס איז עס ? פארוואס איז די גליון נישט לוחם אויף רעדן דברים בטלים, אויף רעדן שקר רכילות, אידן וואס דאווענען נישט נאר ליינען גליונות,...
האט דאס נישט מער מיט יודישקייט ווי די הויעכע שטריימל??
איז דאס טאקע די חרבן הדור?? ס'איז א שרעק ,
האסט א פראבלעם מיט די הויעכע פרייזן. נישט קיין פראבלעם.. קענסט עפענן אפאר אשקולות דא אויך אייועלט אין שימפן אין שעלטן און מאכן דעבאטעס צו סאיז נארמאל אדער נישט... אבער פרינטן א גליון מיטן דראמאטישע נאמען, "אידישקייט" אין דאס לייגן צווישן די פרשה קוואל פין רעב מיילעך, אין לשון קדשו, איז א בושה וחרפה...
;l;p- ;l;p-
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:

נעקסטע אידישקייט גליון טעמע הער איך פין די הויעכע פענסטער גייט ארויסגיין אין א קאמף מיט די נייע סטייל פין אנליין שמחה צעטלעך
עס איז געווארן א סטייל יעדע בעל שמחה צאלט גרויסע געלטער פאר די צעטלעך איינער מער אויפרייסעריש פינעם צווייטן..
דער לייגט אזא פאנארעמע פין א ביעטש אין די טריפהנע פלארידא
אין א צווייטער לייגט די לאנג געאסרטע טרויבן וואס איז נישט מעגליך צו באקוקען מחשש תולעים
עס ברענגט א התרשלות אין די יונגווארג מען הענגט עס אויף אן קיין בושה אין בעסמעדרש
מאנכע לייגן גאר צו מוזיק, הישמע כזאת??
אין 5 יא ארום וועלן מענטשן הענגן הזמנות אויף זילבערנע טעוולעך מיט על אי די לייטס...

דאס איז די טראנסקריפט פין די נושא..
פארשטייצעך עס וועט זיין מער אויסגעשמועסט באריכות די פראבלעם, אין באגלייט מיט בילדער אין אינטערוויאוס פין געליטענע
ישתבח שמו!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

אביונה האט געשריבן:
קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך האלט שוין לאנג אז דער איינציגסטער פראבלעם פון דעם גליון איז די נאמען
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

בר חכמה האט געשריבן:
גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל,
געפערליך טאקע די עולם השקר.....
געווען אמאל א דיין וואס פלעגט נעמען שוחד ל''ע און די סדר הדברים פלעגט זיין אז מ'פלעגט אים אריינריקען און די שיך, איינמאל האט ער געפילט אז ס'ליגט דארט עפעס און האט טאקע געפסקענט לטובת דעם בעל דין, אנקומענדיג אהיים דערזעהט ער יענער האט אים פיין מסדר געווען און אריינגעריקט אביסל טישו פאפיר, ציקרעכט זיך דער דיין" אוי וויי! אזא עולם השקר ל''ע!....
ודי
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך האלט שוין לאנג אז דער איינציגסטער פראבלעם פון דעם גליון איז די נאמען
גא''מ מחמת כמה טעמים
די גליון כשלעצמו איז (עפי''ר) זייער גיט און ליידער נחוץ אלץ א שטיקל קאנטאר באלאנס צו די אבנארמאלע מושגים וואס גליטש זיך לעצטענס אריין מיט א שפע פון #יענע וועלט מענטשען
די נאמען 'אידישקייט' איז לענ''ד נישט הפקר פאר יעדען און דארף זיין רעזעווירט פאר עטוואס העכערס
ווי אויך קען מען דן זיין צו דאס געהערט און ביהמ''ד בכלל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

בר חכמה האט געשריבן:
גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל, אמאליגע צייטן האט יעדער געוויסט אז ווער האט א כוח צו מוחה זיין אויף א רבים, א רב, א רבי, א דיין, היינט איז געווארן א וועלט יעדע שמויגער וואס טרעפט אביסל ליידיגע צייט זעצט זיך צום טייפרייטער אין בלאזט ארויס זיינע בויכדריקעניש אין שוין , אמאל וואס איז געוועהן א מחאה?
תולעים, שעטנז, חילול שבת, חינוך,
אבער גיי לערן דורך גאנץ הלכות תלעים דער האלט דאך נישט דערביי...
נעמט ער שטריימלעך מיט תפילין בייטלעך וואס די איינציגסטע זאך וואס ער דארף קענען דערפאר איז א ביליגע אינטערנעט שפראך וואס פאסט נישט פאר א גליון,
ס'איז צייט זיך צו מתבוננן זיין צו ווילן אונז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א בליק אז אידישקייט איז צו ממאס זיין שטריימלעך אין תפילין בייטלעך, אין דאס איז עס ? פארוואס איז די גליון נישט לוחם אויף רעדן דברים בטלים, אויף רעדן שקר רכילות, אידן וואס דאווענען נישט נאר ליינען גליונות,...
האט דאס נישט מער מיט יודישקייט ווי די הויעכע שטריימל??
איז דאס טאקע די חרבן הדור?? ס'איז א שרעק ,
האסט א פראבלעם מיט די הויעכע פרייזן. נישט קיין פראבלעם.. קענסט עפענן אפאר אשקולות דא אויך אייועלט אין שימפן אין שעלטן און מאכן דעבאטעס צו סאיז נארמאל אדער נישט... אבער פרינטן א גליון מיטן דראמאטישע נאמען, "אידישקייט" אין דאס לייגן צווישן די פרשה קוואל פין רעב מיילעך, אין לשון קדשו, איז א בושה וחרפה...
איך זיך דיין ביהמ''ד...
טאקע עפי''ר זעהט מען טאקע אלע 2020 סטיילישע אינגעלייט אריינפלאמען ביי נשמת און די מיט די פשוטע חסידישע לבושים זענען עפי''ר די וואס ליינען ביים דאווענען...
מאך ביטע נישט חוזק פון דיר אליין, הער אויף צו מהפך זיין קערה על פיה און אוועקשטעלען א יסוד מיט א יוצא מן הכלל וואס די האסט (יא אדער נישט) אמאל געזעהן.
עפי''ר לויפט עס פארקערט, (על אף וואס ס'איז נישט קיין כלל בכלל, איז אבער דאס אסאך נענטער צום כלל ווי פארקערט)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך האלט שוין לאנג אז דער איינציגסטער פראבלעם פון דעם גליון איז די נאמען
יא יא, באט 'נישט נארמאל' איז היינט שוין נישט אזא אישו ביי מענטשן, ווער שעמט זיך היינט צו הייסן 'נישט נארמאל'?..., אדרבא ווי מער משוגע אלץ מער אטענשאן קריגט מען....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שטעלט אייך פאר אז די נעקסטע משוגעת גייט זיין מיט שבת שיך.
אין דובאי גייען די רייכע כאליפן אנגעטאן מיט שטיקער גאלד אויף זייערע קליידער און זייערע קארס אא"וו,
יעצט גייט איין שיך סוחר קומען זאגן אז אויף שבת פאסט זיך צו האבן אפאר שטיקלעך גאלד אויף די שיך - נאכאמאל, נאר לכבוד שבת! - און אפשר אפאר ווייסע פלעקן אויך דערויף ווייל שבת איז "א ענין" צו טראגן בגדי לבן.... און די שיך גייט אויך ווערן לענגער און שפיציגער ווייל לויט מאנכע מאדערנע חברה הייסט דאס מער עלעגאנט, און שבת גייט מען עלעגאנט! און די פרייז פון די שיך וועט זיין "בלויז 700 דאלער", און וועט שטייגן מיט א הונדערטער יעדע יאר, בעת עס וועט כסדר ווערן לענגער און שפיציגער.

נאך מער, ווען אימער איינער וועט וועלן קויפן א נארמאלע פאר שבת שיך, וועט דער סוחר אנהייבן שטופן און פרעשורן אז מען זאל נעמען די טייערע לאנגע שיך, ווייל "יעדער" גייט דאס היינט, און איר ווילט דאך אודאי נישט זיין אלטמאדיש....

און דאן וועלן די עדס אנהייבן פארפלייצן אונזער מארקעט, מען וועט אנהייבן מיט אראפמאלן די היינטיגע סארט שיך ווי צוריסן און צעפליקט, און די נייערע שיין גלאנציג, ממש מען איז מזלזל אין כבוד שבת אויב קויפט מען נישט די נייערע שיך, און למעשה הוצאות שבת צאלט מען דאך צוריק....

שפעטער וועט מען אנהייבן אריינצוקריצן אינישלס פונעם נאמען אין די שיך, מען וועט ארויסגעבן ספעציעלע גלאנציגע פאליש צו פוצן, בחורים און יונגעלייט גייען זיין ביזי שעות ארוכות מיט די שיך, די סטיילס, די פאנטס פון די אינישלס, וועלכע קאמפעני פאליש, און שפעטער וועט מען צולייגן פענצי שיך באקסעס מיט לעדערנע אדער האריגע שטיקער אויפצוקריצן די נאמען, אא"וו....

ווען אפאר נארמאלע מענטשן וועלן לאכן דערפון און אנדערע וויינען אויפן מצב הדור, עס וועט ערשיינען א גליון אין שול אביסל צו מסביר זיין ווי ווייט פון נארמאלקייט מיר זענען פארקראכן, וועלן קומען אפאר זיסע אידעלעך און טענה'ן איינע פון די פאלגענדע:

איז דען דאס די פירצת הדור? האסט נישט בעסערס אויף וואס צו האקן?
וואס באדערט דיר, די געלט? אה זאג אזוי...
איך פארשטיי אז געוויסע מענטשן גלייכן עס נישט, אבער אסאך גלייכן עס יא.
וואלסטו צוריקגעגאנגען צו די סארט שיך פון 2000 יאר צוריק פאר'ן חורבן הבית? ניין, סאו וואס ווילסטו?
נע, עס איז נאר א משוגעת פון אפאר בחורים, מען וואקסט דאס אויס, לאז זיי זיין ביזי מיט דעם ווי איידער גוי'אישקייטן...
און נאך ענליכע טענות...

איר האלט אז דאס איז נארמאל?

יא, אזוי האט זיך אנגעהויבן די שטריימלעך אויך. איך געדענק נאך ווען ווייסע הארעלעך אויפן שטריימל איז געווען משוגע, וואו קומט עס אריין?
היינט, הער איך, הייבט זיך צעביסלעך אן א נייע עפאכע פון "גאלדענע האר"! איר הערט?
נאכדעם איז געקומען א בויך, נאכדעם ריזיגע לאנגע האר וואס נאכ'ן אנטון 3 מאל ווערט די שטריימל אזוי רינדעכיג ווי א גלאוב, און דעריבער ליגט עס א גאנץ יאר אין באקס און מען נעמט עס ארויס נאר איינמאל אין צוויי יאר, וואס אויך דעמאלס שלעפט מען עס אין שול מיט'ן באקס כדי עס זאל נישט חלילה קאליע גיין...
נאכדעם האט עס אנגעהויבן וואקסן אין די הייך... און עס וואקסט אן אפשטעל... מיט משוגענע צעדרייטע סייזעס!
נאכדעם איז געקומען די שטריימל באקסעס מיט פארשידענע קאלירן און מיט די נאמען אויפגעקריצט אויף א שטיקל סאמעט...
און די פרייזן וואקסן מיט אויכעט...
און דאס שטופט מען פאר יעדן איינעם...

טאטעניו זיסע!!!

עם חכם ונבון?? כ'הער נישט. וואס זאגסטע?
;l;p-
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

אורח הכבוד האט געשריבן:
בר חכמה האט געשריבן:
גראדע געדאווענט נעבן מיר שבת האבן צוויי יונגעלייט איינער מיט א הויעכע שטריימל מיט הויעכע שפיצן, דער האט אריינגעפלאקערט ווי א נוקלעארע רעאקטער, א כגונא א ושמרו, א ויכלו,
די צווייטער גראדע מיט די כשרע אויסגעהאלטענע שטריימל, אין א אלטע סטייל תפילין זעקל.
ער איז אריינגעקומען מיט א בינטעל גליונות, אינקלאדינג , אידישקייט, הבדלה בליצן, השומרים, אין אריינגעקאכט אין דעם,
האב איך מיר מתבוננן געוועהן אין דעם אין געבליבן ווערטערלאז,
וואספארא עולם השקר אונז געפינען זיך זיצן א שטאב פין פוחזים וריקים וואס אין זענן ביזי טרעפן פירצות ביי כלל ישראל, אמאליגע צייטן האט יעדער געוויסט אז ווער האט א כוח צו מוחה זיין אויף א רבים, א רב, א רבי, א דיין, היינט איז געווארן א וועלט יעדע שמויגער וואס טרעפט אביסל ליידיגע צייט זעצט זיך צום טייפרייטער אין בלאזט ארויס זיינע בויכדריקעניש אין שוין , אמאל וואס איז געוועהן א מחאה?
תולעים, שעטנז, חילול שבת, חינוך,
אבער גיי לערן דורך גאנץ הלכות תלעים דער האלט דאך נישט דערביי...
נעמט ער שטריימלעך מיט תפילין בייטלעך וואס די איינציגסטע זאך וואס ער דארף קענען דערפאר איז א ביליגע אינטערנעט שפראך וואס פאסט נישט פאר א גליון,
ס'איז צייט זיך צו מתבוננן זיין צו ווילן אונז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א בליק אז אידישקייט איז צו ממאס זיין שטריימלעך אין תפילין בייטלעך, אין דאס איז עס ? פארוואס איז די גליון נישט לוחם אויף רעדן דברים בטלים, אויף רעדן שקר רכילות, אידן וואס דאווענען נישט נאר ליינען גליונות,...
האט דאס נישט מער מיט יודישקייט ווי די הויעכע שטריימל??
איז דאס טאקע די חרבן הדור?? ס'איז א שרעק ,
האסט א פראבלעם מיט די הויעכע פרייזן. נישט קיין פראבלעם.. קענסט עפענן אפאר אשקולות דא אויך אייועלט אין שימפן אין שעלטן און מאכן דעבאטעס צו סאיז נארמאל אדער נישט... אבער פרינטן א גליון מיטן דראמאטישע נאמען, "אידישקייט" אין דאס לייגן צווישן די פרשה קוואל פין רעב מיילעך, אין לשון קדשו, איז א בושה וחרפה...
איך זיך דיין ביהמ''ד...
טאקע עפי''ר זעהט מען טאקע אלע 2020 סטיילישע אינגעלייט אריינפלאמען ביי נשמת און די מיט די פשוטע חסידישע לבושים זענען עפי''ר די וואס ליינען ביים דאווענען...
מאך ביטע נישט חוזק פון דיר אליין, הער אויף צו מהפך זיין קערה על פיה און אוועקשטעלען א יסוד מיט א יוצא מן הכלל וואס די האסט (יא אדער נישט) אמאל געזעהן.
עפי''ר לויפט עס פארקערט, (על אף וואס ס'איז נישט קיין כלל בכלל, איז אבער דאס אסאך נענטער צום כלל ווי פארקערט)
הרב פראפעסער אנטשולדיגט פאר די אומפארשטענדיניש דא, בינעך געקומען שרייבן איבער א "פרט", ביסטו געגאנגען און עס פארוואנדעלט אין א "כלל" גרויס ווי די אויג פין א קאטעגאריע 5 האריקעין,
מיין שפיץ איז נישט געוועהן אז די יונגעלייט מיט די פארהארטעוועטע דזשעל פאיקעלעך אין אפגעהאקטע בערד, פלאמען ביי נשמת בכלל לא...
נאר פשוט מען זאל נישט מיינן אז דא ליגט די הונט באגראבען! נישט אין די שטריימעל אין נישט אין די תפילין בייטל...
ישתבח שמו!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שמו האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:
איך וועל עס מסביר זיין אין צוויי ווערטער, כאטש איך לייג נישט גרויס האפענונג אז די וואס ווילן עס נישט פארשטיין זאלן עס אנערקענען.
פארוואס גייען מיר אנגעטוהן מיט העמעדער און סוטס? פארוואס זוכט א קילער אינגערמאן צו גיין מיט א פאלא שירט און זשינס? ווייל א סוט און א העמד איז אריסטאקראטיש, און ווען מען גייט אנגעטוהן אזוי איז דאס מחייב צו פירן אן אויסגערעכנט לעבן, ס'איז א שעבוד און אן עול, גיין אנגעטוהן אריסטאקראטיש איז א ענין פון קבלת עול, מען האלט זיך חשוב, כל ישראל בני מלכים, און מען איז גרייט זיך צו פירן ווי עס פאסט א בן מלך.
ביי די גויאישע גאס גייען אויך די פאלאטישנס און בעסערע מענטשן מיט סוט'ס, ווייל דאס צייגט שעצונג, און אוטומאטיש ברענגט דאס א עול, ער דארף זיך צושטעלן צום לבוש.
צו גיין אנגעטוהן sporty איז א וועג פון אראפנעמען די עול, ער שטעלט זיך ארויס אלס איינער וואס פארטרעט קיינעם נישט און איז פריי צו טוהן וואס ער וויל, איך בין נישט דער געשעצטער מענטש וואס דארף אכטונג געבן וואס איך טוה, איך בין א פרייע פויגל.
אין די היינטיגע גויאישע ליבעראלע וועלט איז מען זייער שטארק פאר אונטערייסן יעדע סארט חשיבות פארן מענטשהייט, די ווערד פון א מענטש איז זירא, און אטאמאטיש געבט דאס א מענטש פרייהייט צו טוהן ככל העולה על רוחו, ער איז דאך גארנישט חשוב.
אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידיש'ט זיך עס, און צוליב דעם זעהט מען היינט קינדער אנגעטוהן מיט טי-שירט פון בילדער און אויפשריפטן, אהן קיין שום זעלבסט רעספעקט.
לייבן, טויערן, וכו' דאס אלעס גייט אריין אין גדר פון שיין און אריסטאקראטיש, ווען ס'הייבט אהן שיפטן צו sporty ווייזט דאס אויף נאריש, בעביש און פרייהייט. א חלק פונעם מצב הדור.
בתקווה להבנה.
גוט געזאגט ריכטיג געזאגט
והמבינים מבינים, והאינם חפצים להבין, לא יבינו (לא ירצו להבין) ודי בזה.
;l;p-
איין זאך נאר, ענק שרייבן אז זיי ווילן נישט פארשטיין.

על פי רוב מיינען זיי גארנישט. סך הכל זוכן זיי אביסל סיפוק, צו זעלבסט רעספעקט וואס זיי האבן נישט באקומען פון געזינטע פלעצער.

#זיי קענען נישט ווילן פארשטיין
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”