גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

כ’בין יעצט געקומען צום אויספיר אז הויעכע שטריימלעך איז פלעין שיין ווס. די קליינע
גיבטס א קוק דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p3954484
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אביונה האט געשריבן:
קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
פארוואס טאקע האט ער עס נישט אזוי גערופען, ווייל דעמאלטס האט ער שוין נישט קיין רעכט צו שרייען, דעמאלטס איז עס מער נישט קיין הייליגע קאמף,

איינמאל ער זאגט אויס די אמת, אז סך הכל געפעלט אים נישט יענעמ'ס לייף סטייל ווייל ער האט מער ליב זיינס, זאגט אים יעדער " וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער"...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
קען מען טוישן דעם נאמען פונם גליון פון 'אידישקייט' צו 'נארמאלקייט'....

און דער עולם דא וועלן זיך בארואיגן....
פארוואס טאקע האט ער עס נישט אזוי גערופען, ווייל דעמאלטס האט ער שוין נישט קיין רעכט צו שרייען, דעמאלטס איז עס מער נישט קיין הייליגע קאמף,

איינמאל ער זאגט אויס די אמת, אז סך הכל געפעלט אים נישט יענעמ'ס לייף סטייל ווייל ער האט מער ליב זיינס, זאגט אים יעדער " וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער"...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
ישתבח שמו!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

בן איש חי האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בן איש חי האט געשריבן:
אגב: די שטריימלעך די לעצטע צוויי יאר האט זיך אינגאנצן געטוישט. נישטא קיין בויך, ס'דארף נישט לעבן, נאר איין זאך הויעך..
ווייסעך נישט וואו דו וואוינסט, פיין זענען דא בייכער, און לעבעדיגע האר.... מען ליגט אין שטריימלעך און אין שטריימל באקסעס לייק נעווער בעפאר....
א שטריימל מיט א לעבעדיגע בויך איז פון צוויי יאר צוריק... (אוודאי איז נאך דא דערפון, כ'רעד אבער פון פרישע חתנים סטייל /מיללער/ קרויס איז פארטריקנטע שטריימלעך, כאפ א שמועס מיט א שטריימל מבין)
שטיות
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

אקעי, זעה איך דא ווי די לעצטע בלעטער איז דער עוילעם ביזי מיט'ן זיך דינגען צו די שטריימל אינדוסטרי איז היינט נארמאל/ גוט אדער צודרייט/ שלעכט וכו' וכו'. איטז לאמיר צולייגן מיינע צוויי צענט צום אשכול, און מיין דעה איבער'ן גליון.

אלזא, דאס זיך ארומדינגען איבער די נושא פון שטריימלעך ווען אין די צייט זעהט מען ווי פילע תגובה שרייבער הייבן נישט אן צו קענען די נושא בכלל, ווארשיינליך האלטן זיי אינעם סטעידזש פון צווישן בר מצוה מאכן די עלטסטע קינד און אנהויבן אויסהערן שידוכים פאר'ן ערשטן. אזוי אז זייט זייערע צייטן ווען זיי האבן דאס לעצטע מאל געקויפט א שטריימל זענען שוין פילע וואסערן--- וואטעווער, סטיילס זיך געטוישט אומצאליגע מאל, און ביי די אייגענע קינדער האלט מען נאכנישט דארטן, סאו, אלעס וואס זיי ווייסן איז נאר פון אויפכאפן ביי די פרישע אינגעלייטלעך אויפן מערב ברעג ביסמעדריש..

אבער באמת, די נושא פון היינטיגע שטריימלעך איז גאר א ברייטער שטח ווי מען קען זיך ארומדינגען און דיסקוטירן שעות על גבי שעות, און אנפולן בלעטער על גבי בלעטער פונעם 'אידישקייט' אשכול..

וואס יא, ווי מען זאגט ביינונז צ/ק, די עורכים פונעם אידישקייט גליון זאלן מיר טיף-טייער אנטשולדיגן אבער זיי זענען מיאוס פארקראכן פון ווי זיי האבן אנגעהויבן. ווי עס איז שטארק בולט איז די גליון אריבער אין פרישע הענט, וואס האבן זיך גענומען צופירן די הענט אויפן קיעבאורד, אזש עס איז א גרויל צו ליינען דעם גליון. סליחה פארן זיך אזוי שארף אויסדרוקן, אבער דאס איז עס. נקודה.

כ'וועל פרובירן זיך אביסל מסביר צו זיין.

די ערשטע סעריע גליונות זענען געווען דערפרישנד צו ליינען, דער שרייבער האט גענומען נושאים, [ווייטאגליכע צי נישט,] און זיי אויסגעשמועסט ווי אן עדאלט, כדבר איז אל רעהו, צו דער זייט איז צוגעקומען די ליצנות'ליך אויפן חשבון פון די מיאוס'ע עדווערטייזמענטס וואס כולא עלמא מודי אז דאס דארף א תיקון, און זיי האבן שוין באשיינפערליך אנגעברענגט א מהפיכה אינעם שטח. אבער ס'נישט אז דאס גאנצע בלעטל איז באשטאנען פון הוילע ליצנות. ווי אויך זענען די ליצנות'ליך געשריבן געווארן אויף א פראפעסיאנעלע וועג, ווי א דזשענטלמאן.

געקומען איז אבער א פרישער דור, ויקם מלך חדש, ווי עס שיינט איז א שרייבער א נייער אריינגענומען געווארן אינעם גליון, און דער האט זיך גענומען בלאזן מיט נייע ווינטן. פון די ערנסטע תוכן'דיגער הויפט ארטיקל פונעם גליון מיט וואס מ'האט זיך געקענט באלעקן די פינגער, אפגעזעהן צי דו ביסט געווען איינשטימיג מיט זיין שיטה צי נישט, האט מען גענומען מאכן אזא'ן מין דזשאוקי ליצנות ארטיקל, וואס דערמאנט פון די נייע דור שרייבער דאהי אויפן וועלטל וואס פרובירן ארויסצוברענגען וואס מער גרינע מיט געלע פונעם ציבור..

ערנסטע זאפטיגע פאראגראפן זענען איינגעטוישט געווארן אין ליידיגע העליום אנגעבלאזענע שורות מיט זערא תוכן. אנשטאט רעדן פון מציאות'ער און עס דיסקוטירן און צונעמען, האט מען אנגעהויבן באשאפן געעשענישן און, יא, אויך באגריפן וואס האבן געזאלט צו באשטיין ביי געוויסע קרייזן... און דאס אראפלייגן מיט א שרעקליך דזשאוקי געשיכטע, [פארשטייטצעך באזירט אויף אמת'ע פאקט'ן...] וואס דארף דערמיט אראפרייסן א נישט געשטויגענע מציאות, וואס האט געזאלט האבן עטוואס איבערגעטריבן פונעם יעצטיגן מציאות, ווען אין פאקט איז עס שוין צו ווייט פארקראכן, אזש עס דערמאנט פון קינדערישע דמיונות מיט אנגעבלאזענע פאנטאזיעס.

א שטייגער ווי דאס לעצטיגע שטריימל געשיכטע. קודם כל, די פילע א.ג. היינטיגע שטריימל באגריפן זענען רוב דערפון א פרישער פרוכט פון צושפילטן דמיון פונעם שרייבער.. פרעגט אייך נאך ביי די סוחרים און ביי די בחורים, עס זענען אזוינע באגריפןו נישטא. נישט קיין חלק העליון, און נישט קיין חלק התחתון, און נישט קיין צוים, און כ'געדענק שויניש וואספארא נאך שטותים דארט איז אלס צאמגעשטאנען, נאך מיט דערטאלירטע מאפעס אין די זייט...
פארשטייט זיך אז אביסעלע אמת'א באגריפן האבן זיי געדארפט אריינלךייגן, כדי עולם גולם וואס וועט עס אפקויפן פאר גוט געלט זאל זיך 'דערוויסן' אז עס זענען שוין היינט דא נאך פילע באגריפן אויסער די פאר איינצעלנע וואס זיי האבן שוין אמאל געהערט דערוועגן.. "שיגענע וועלט, ניין?" יא. א מין צודרייטע וועלט וואס עס קענען זיצו עטליכע אינגעלייט, אויב נישט נאר איינער, און רייטן אויף א ריזן ציבור וואס 'עפענען זיך אויגן פשוט'...

אקעי, גענוג געפלוידערט. צום פינטל. 'המטרה מקדשת האמצעים' איז א סלאגאן וואס איז מופרך מכל און האט נישט קיין ארט אין אידישקיי"ט. דאס האבן די ציונים גענוצט, און אויף דעם ארויף גענוצט די בלוטיגע ווערטער 'רק בדם תהי' לנו הארץ' עפ"ל ימ"ש. ווען מען וויל פירן א מערכה קעגן פירצות אדער וואטעווער דארף מען דאס פירן בהשכל ובדעת, אז מען נעמט זיך רייטן אויפן תמימות'דיגן ציבור און מען בלאזט אן מצבים און מ'פאבריצירט געשיכטעס ווי כאילו דאס מצב איז ווייסעך וואס.. פארלירט מען די גאנצע מערכה. פריער אדער שפעטער הייבט רוב ציבורא אן צו כאפן אז מען רייט אויף זיי. קיינער טשוזט נישט קיין שטריימל באקסעס, און קיין איין מחותן רעדט נישט ווי קיוט ס'וועט זיין ווען די שטייל באקס און די שטריימל באקס מיט די שיך וועלן מעטשן... וכו' וכו' ועל הכלל כולו יצא. דאס איז ביי די אנדערע נושאים וואס די אידישקייט גליון האט ארויפגעברענגט אין די 'נייע איבערגעמאכטע גליונות', און דאס איז דאס זעלביגע ביי נושא פון טעכנעלאגיע, און אזוי ווייטער.

כ'האף כ'האב גערעדט צום זאך... גיי ווייס...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
ארגאניזירער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 25, 2022 6:27 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאניזירער »

חנן האט געשריבן:
אקעי, זעה איך דא ווי די לעצטע בלעטער איז דער עוילעם ביזי מיט'ן זיך דינגען צו די שטריימל אינדוסטרי איז היינט נארמאל/ גוט אדער צודרייט/ שלעכט וכו' וכו'. איטז לאמיר צולייגן מיינע צוויי צענט צום אשכול, און מיין דעה איבער'ן גליון.

כ'האף כ'האב גערעדט צום זאך... גיי ווייס...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מיין מיינונג [אלץ א עדאלט], אז רוב ארטיקלעך אין די יודישקייט גליונות איז קולע אל השערה, אוודאי טרייבט מען אסאך מאך איבער מיט הפלגות כדי לשבר את האזניים, אבער ס'רירט אהן וויכטיגע נקודות

די שטריימעל ארטיקעל איז גאנץ איבערגעטריבען, אפילו א שיינע חלק איז אמת, די וועג פון קויפען היינט א שטריימעל, און די גאנצע ראלע וואס די עידשענטס די גרויסע מבינים פון 19 יאר אלט סטיעמען דא אריין, איז אביסעל אריבער די גרעניץ, אבער נאך אלץ, נישט דא ליגט די גרויסע פראבלעמען,

איך וואלט געווידמעט די קומענדיגע יודישקייט גליון אראפצורייסען א נייע מאדע פון א טייל וואס האבען אנגעהויבען גיין מיט נייע פלאטשיגע פלאכע שטריימליך, ווי אין ווארשא פארען קריג, וואס קוקט אויס ווי איינגעפאלענע כרעמזלעך, וואס איז אויסדרוקליך נישט קיין כבוד שבת און נישט קיין כבוד הבריות .
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

די אידישקייט גליון האט לדעתי גענומען א אינטערסאנטע עקזיט, לאו דוקא אינעם בעסטן ריכטונג, אבער דאך פיל בעסער ווי אין אנהויב.

אין זיינע ערשטע גליונות האט דער שרייבער באשמוצט און מכפיש געווען די גאנצע מארקעטינג אינדוסטריע דורכן שרייבן זיינע הזיות און גוזמאות אויף א שרעקליכן סטיל. ער האט ארויסגעברענגט די קלות ראש וואס עס טוט זיך אפ אין די מארקעטינג פעלד, און פארן דורכשניטליכן ליינער האט זיך געקענט דאכטן אז אין די אפיסעס פון די היימישע מארקעטינג עקספערטן זיצן אפ די ערגסטע און טוען אפ ס׳ארגסטע לאכנדיג על השם ועל משיחו רחמנא לצלן, און נאכמער, עס האט אויסגעזען פון זיינע ווערטער ווי כאילו די מארקעטערס זענען פארנומען טרעפן וועגן אפצולאכן פון היימישע מנהגים און מצוות כדי צו אנפאקן דעם עולם מיט השכלה׳דיגע געדאנקען חלילה.

איך האב דאן געטענה׳ט אז רוב היימישע מארקעטינג פירמעס זענען דווקא געפירט ביי חשוב׳ע אינגעלייט וועלכע זענען יראים ושלמים, אויף איין ספעציפישע ריזיגע און גאר סוקסעספולע מארקעטינג פירמע קען איך אנצייגן, אז דער בעה״ב איז א תלמיד חכם און א ש״ס איד, ׳קיינער׳ אבער ׳קיינער׳ אין דעם ביזנעס פארמאגט נישט קיין סמארטפאון, און די לעצטע זאך וואס ער וואלט געלאזט איז אז מען זאל בכלל האבן אן הווא אמינא פון לייגן א ליצנות׳דיג שטיקל אויף אן עד (כ׳שרייב נישט דעם נאמען ווייל דאס איז נישט די נקודה) און דייקא זיינע עדס זענען געווען אויף די אידישקייט גליונות ווי כאילו ער זוכט צו לאכן פון אידישקייט חלילה. נאך א פירמע קען איך וואס דער בעה״ב האט אפגעזאגט א מאסיווע רייצנדער קאמפיין וויבאלד עס איז געקומען פון א מוסד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר, און כאטש וואס ער וואלט געקענט מאכן א שיינעם אפותיקי האט ער געזאגט לא מיט אן אלף, און אזוי זענען דא נאך און נאך.

איי, וואס איז דער ליצנות אין געוויסע עדס?

די אלע כמו זיסע ווערטלעך, ספעציעל אויף ענגליש, קומען פון יונגע אדער אומערפארענע פרויען וועלכע ווערן קאפירייטערס (עס איז א ווילדע אינדוסטריע דרך אגב, און מען מאכט שיין געלט דערפון) און זיי ווילן אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקען, טיילמאל ווערט עס אויסגעטייטשט אדער ארויסגעברענגט אומריכטיג און דעריבער זעט עס אויס מאדנע. צו מען דארף א תיקון אין עפעס א פעלד? זיכער. די עסן אינדוסטריע איז היבש אנגעחזיר׳ט, אבער דאס איז דער דור, און ווער עס האט נישט ליב אזעלכע פרעס עדס זענען בכלל נישט די קליענטאל וועלכע מען אדרעסירט. ווילסט נישט? קוק נישט און קויף נישט. ס׳האט נישט קיין פשט ארויסצוקומען און ארונטעררייסן היימישע אידן און זיי מכפיש זיין ברבים אונטערן שלייער פון ׳אידישקייט׳. און בכלל, עס זענען דא נאך אישו׳ס אויף וואס מען קען זיך פארנעמען, מארקעטינג איז פון די אונטערשטע אויפן ליסטע.

די נייע מהלך וואס ער האט גענומען דורכן אראפרייסן די נייע קולטור פון די מאדערן חסידים איז גאנץ זיס, אבער דאך איז עס נישט געמאכט אויפן ריכטיגן וועג. וואס מיין איך צו זאגן? ער קען נישט קומען און אראפרייסן א קידוש ווייל ער האט אמאל געהערט א מעשה פון עמיצן וואס מען האט אריינגעפירט נאכן זיך איבערטרונקען, און ער קען אויך נישט צולייגן בוכי אדער שוכי וואס קויפן נייע שטריימלעך. ווייל דאס איז זייער עקסטרעם אראפגעלייגט, און עס רעדט למעשה נישט צו קיינעם. שוכי און בוכי ליינען נישט זיין גליון וויבאלד זיי קענען נישט ליינען (כאטש וואס זיי זענען פרא עדזשיוקעישן האלא) און אויך קומט עס נישט אן אויף וואצעפ דעריבער איז נישטא קיינער וואס זאל עס זיי געבן. בלייבט נאר איבער יששכר און ברוך, וועלכע כאפן אפילו נישט די וויצן.

די איינציגסטע וואס קענען הנאה האבן פון די ארטיקלען זענען די אייוועלט קאמענטירער, און אויב איז דאס זיין ציל האט ער עס שוין דערגרייכט.
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

טישטוך האט געשריבן:
די אידישקייט גליון האט לדעתי גענומען א אינטערסאנטע עקזיט, לאו דוקא אינעם בעסטן ריכטונג, אבער דאך פיל בעסער ווי אין אנהויב.

אין זיינע ערשטע גליונות האט דער שרייבער באשמוצט און מכפיש געווען די גאנצע מארקעטינג אינדוסטריע דורכן שרייבן זיינע הזיות און גוזמאות אויף א שרעקליכן סטיל. ער האט ארויסגעברענגט די קלות ראש וואס עס טוט זיך אפ אין די מארקעטינג פעלד, און פארן דורכשניטליכן ליינער האט זיך געקענט דאכטן אז אין די אפיסעס פון די היימישע מארקעטינג עקספערטן זיצן אפ די ערגסטע און טוען אפ ס׳ארגסטע לאכנדיג על השם ועל משיחו רחמנא לצלן, און נאכמער, עס האט אויסגעזען פון זיינע ווערטער ווי כאילו די מארקעטערס זענען פארנומען טרעפן וועגן אפצולאכן פון היימישע מנהגים און מצוות כדי צו אנפאקן דעם עולם מיט השכלה׳דיגע געדאנקען חלילה.

איך האב דאן געטענה׳ט אז רוב היימישע מארקעטינג פירמעס זענען דווקא געפירט ביי חשוב׳ע אינגעלייט וועלכע זענען יראים ושלמים, אויף איין ספעציפישע ריזיגע און גאר סוקסעספולע מארקעטינג פירמע קען איך אנצייגן, אז דער בעה״ב איז א תלמיד חכם און א ש״ס איד, ׳קיינער׳ אבער ׳קיינער׳ אין דעם ביזנעס פארמאגט נישט קיין סמארטפאון, און די לעצטע זאך וואס ער וואלט געלאזט איז אז מען זאל בכלל האבן אן הווא אמינא פון לייגן א ליצנות׳דיג שטיקל אויף אן עד (כ׳שרייב נישט דעם נאמען ווייל דאס איז נישט די נקודה) און דייקא זיינע עדס זענען געווען אויף די אידישקייט גליונות ווי כאילו ער זוכט צו לאכן פון אידישקייט חלילה. נאך א פירמע קען איך וואס דער בעה״ב האט אפגעזאגט א מאסיווע רייצנדער קאמפיין וויבאלד עס איז געקומען פון א מוסד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר, און כאטש וואס ער וואלט געקענט מאכן א שיינעם אפותיקי האט ער געזאגט לא מיט אן אלף, און אזוי זענען דא נאך און נאך.

איי, וואס איז דער ליצנות אין געוויסע עדס?

די אלע כמו זיסע ווערטלעך, ספעציעל אויף ענגליש, קומען פון יונגע אדער אומערפארענע פרויען וועלכע ווערן קאפירייטערס (עס איז א ווילדע אינדוסטריע דרך אגב, און מען מאכט שיין געלט דערפון) און זיי ווילן אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקען, טיילמאל ווערט עס אויסגעטייטשט אדער ארויסגעברענגט אומריכטיג און דעריבער זעט עס אויס מאדנע. צו מען דארף א תיקון אין עפעס א פעלד? זיכער. די עסן אינדוסטריע איז היבש אנגעחזיר׳ט, אבער דאס איז דער דור, און ווער עס האט נישט ליב אזעלכע פרעס עדס זענען בכלל נישט די קליענטאל וועלכע מען אדרעסירט. ווילסט נישט? קוק נישט און קויף נישט. ס׳האט נישט קיין פשט ארויסצוקומען און ארונטעררייסן היימישע אידן און זיי מכפיש זיין ברבים אונטערן שלייער פון ׳אידישקייט׳. און בכלל, עס זענען דא נאך אישו׳ס אויף וואס מען קען זיך פארנעמען, מארקעטינג איז פון די אונטערשטע אויפן ליסטע.
זאגסט אזוי גיט!!
When people show you who they are, Believe them
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טישטוך האט געשריבן:
צו מען דארף א תיקון אין עפעס א פעלד? זיכער. די עסן אינדוסטריע איז היבש אנגעחזיר׳ט, אבער דאס איז דער דור, און ווער עס האט נישט ליב אזעלכע פרעס עדס זענען בכלל נישט די קליענטאל וועלכע מען אדרעסירט. ווילסט נישט? קוק נישט און קויף נישט.
דעם שטיקל האב איך שוין עטליכע מאל געהערט פון מענטשן, און איך בין נישט קלאר דערין.

פארוואס האקט מען למשל אויף סמארטפאונס? דאס איז דער דור... האסט עס נישט ליב? קוק נישט און קויף נישט...

פארוואס האקט מען אויף פרויען קליידער וואס זענען נישט בצניעות? קוק נישט און שריי נישט...

יעדער פארשטייט אז אויב דו לייגסט אריין א רייצענדע זאך ברבים ווי יעדער קען זעהן, האט עס קאנצעקווענצן. איך וויל ליינען דער איד אדער בלאט, אבער איך וויל נישט ווערן אנגערייצט אויף פארשידענע תאוות, נכלל א הויכע שטריימל... ווי אויך מיינע קינדער זאלן נישט ווערן אנגערייצט... למעשה די עדס שטעלן דעם טאן פונעם דור, און זיי האבן קלאר א חלק אין די מאדערן אידישקייט, סיי מיט לבוש און סיי מיט פרעס.

קארעקט מי איף איים ראנג.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

;l;p-

ווייל ווען מען רעדט פון עפעס וואס איז אן איסור קען מען נישט זאגן ׳ווילסט נישט טוה נישט׳. למעשה איז פרעס א פשוט׳ע פראסטע זאך, און יעדער וואס האלט עטוואס פון זיך ווייכט אפ פון אזעלכע קאמפייינען. משא״כ סמארטפאונס און צניעות.

די נושא איז נישט פרעס נאר די עדס פון די פרעס

צניעות רייצט, סמארטפאון רייצט, עדס רייצט.
געזאלצענע פיש
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:41 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאלצענע פיש »

ווען קומט ארויס דער נעקסטע גליון?
לכבוד שבת קודש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חנן האט געשריבן:

ערנסטע זאפטיגע פאראגראפן זענען איינגעטוישט געווארן אין ליידיגע העליום אנגעבלאזענע שורות מיט זערא תוכן. אנשטאט רעדן פון מציאות'ער און עס דיסקוטירן און צונעמען, האט מען אנגעהויבן באשאפן געעשענישן און, יא, אויך באגריפן וואס האבן געזאלט צו באשטיין ביי געוויסע קרייזן... און דאס אראפלייגן מיט א שרעקליך דזשאוקי געשיכטע, [פארשטייטצעך באזירט אויף אמת'ע פאקט'ן...] וואס דארף דערמיט אראפרייסן א נישט געשטויגענע מציאות, וואס האט געזאלט האבן עטוואס איבערגעטריבן פונעם יעצטיגן מציאות, ווען אין פאקט איז עס שוין צו ווייט פארקראכן, אזש עס דערמאנט פון קינדערישע דמיונות מיט אנגעבלאזענע פאנטאזיעס.

א שטייגער ווי דאס לעצטיגע שטריימל געשיכטע. קודם כל, די פילע א.ג. היינטיגע שטריימל באגריפן זענען רוב דערפון א פרישער פרוכט פון צושפילטן דמיון פונעם שרייבער.. פרעגט אייך נאך ביי די סוחרים און ביי די בחורים, עס זענען אזוינע באגריפןו נישטא. נישט קיין חלק העליון, און נישט קיין חלק התחתון, און נישט קיין צוים, און כ'געדענק שויניש וואספארא נאך שטותים דארט איז אלס צאמגעשטאנען, נאך מיט דערטאלירטע מאפעס אין די זייט...
פארשטייט זיך אז אביסעלע אמת'א באגריפן האבן זיי געדארפט אריינלךייגן, כדי עולם גולם וואס וועט עס אפקויפן פאר גוט געלט זאל זיך 'דערוויסן' אז עס זענען שוין היינט דא נאך פילע באגריפן אויסער די פאר איינצעלנע וואס זיי האבן שוין אמאל געהערט דערוועגן.. "שיגענע וועלט, ניין?" יא. א מין צודרייטע וועלט וואס עס קענען זיצו עטליכע אינגעלייט, אויב נישט נאר איינער, און רייטן אויף א ריזן ציבור וואס 'עפענען זיך אויגן פשוט'...

אקעי, גענוג געפלוידערט. צום פינטל. 'המטרה מקדשת האמצעים' איז א סלאגאן וואס איז מופרך מכל און האט נישט קיין ארט אין אידישקיי"ט. דאס האבן די ציונים גענוצט, און אויף דעם ארויף גענוצט די בלוטיגע ווערטער 'רק בדם תהי' לנו הארץ' עפ"ל ימ"ש. ווען מען וויל פירן א מערכה קעגן פירצות אדער וואטעווער דארף מען דאס פירן בהשכל ובדעת, אז מען נעמט זיך רייטן אויפן תמימות'דיגן ציבור און מען בלאזט אן מצבים און מ'פאבריצירט געשיכטעס ווי כאילו דאס מצב איז ווייסעך וואס.. פארלירט מען די גאנצע מערכה. פריער אדער שפעטער הייבט רוב ציבורא אן צו כאפן אז מען רייט אויף זיי. קיינער טשוזט נישט קיין שטריימל באקסעס, און קיין איין מחותן רעדט נישט ווי קיוט ס'וועט זיין ווען די שטייל באקס און די שטריימל באקס מיט די שיך וועלן מעטשן... וכו' וכו' ועל הכלל כולו יצא. דאס איז ביי די אנדערע נושאים וואס די אידישקייט גליון האט ארויפגעברענגט אין די 'נייע איבערגעמאכטע גליונות', און דאס איז דאס זעלביגע ביי נושא פון טעכנעלאגיע, און אזוי ווייטער.

כ'האף כ'האב גערעדט צום זאך... גיי ווייס...
קודם כל, כ'האב באמת זייער זייער הנאה גיין פין דיין שרייבן... גוט אראפ געלייגט... איך פארשטיי דיין צד...

אבער איידער איך שרייב, בין איך מודיע אז איך בין נישט יעצט דא ארויס צו ברענגן דער עצם געדאנק איבער דער אידישקייט בלעטל... וואס כ'האלט... יא נישט... עס איז נישט קיין חילוק פאר קיינעם מיינע דעות...

איך וויל נאר רעדן ספעשעל איבער דער שטיקל..

איז אזוי במחילת כבוד תורתו הרמה, כ'מיין אז ס'קוקט אויס אז איהר ווייסט נישט דער ווייטאגליכער מציאות בזמנינו....

האב איך נייעס, וועל איך דערציילן וואס כ'האב מיט געהאלטן ממש לעצטענס כ'בין געוועהן ביי א שטריימעל סטאר... אין נישט מער אין נישט ווייניגער זעה איך דארט דריי בחורים וואס זענען דארט געוועהן, אין זענען געוועהן ביזי... פשוטו וכמשמעו ממש פונקט ווי דער שרייבער.. האט אראפ געלייגט... יא יא ווי אזוי זאל זיין דער אויבערשטע חלק אין דער אונטערשטע חלק... קרוינען וכו' וכו' בלה בלה....

כ'האב מיר געשטוינט און געשעמט אז אזוינס גייט פאר היינטיגע צייטן.....

כ'האב שוין געדארפט גיין האב איך אפגעמאכט מיט איינער פון דער ארבעטער'ס דארט אז ער זאל מיר לאזן וויסן ווי לאנג די חברה זענען געוועהן...

אין הערטס למעשה.. ווי לאנג זענען זיי געוועהן.... - כאפט ענק שטארק אן דער בענקל וכו' - כמעט 4 שעה ........

זענען זיי משוגע ל''ע.. דער משוגעתן האבן נישט קיין עק אין קיין סוף..... איז דען דאס דער עיקר וואס מען ערווארט פון א חתן צוגרייטן זיך צום חתונה... שומו שמים....

ממילא דארף מען עס ארויס ברענגן דער שטערקסטע וואס מען קען... עס איז שוין צייט צו לעבן מיט א התבוננות... אין ריכטיגע חשבון הנפש...

מיט הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

צו הרב חנן
עס איז נישט קיין "מיאוסע" אפנויג פון די נושא
נאר בעיני א פלאפ און א דורכפאל ווייל ער האט געזוכט סחורה און איז דורכגעפאלן מיטן מאריך זיין אין די נישט ריכטיגסטע נושא

הרב טישטיך
איך קען אויך מארקעטערס ערליכע און יראי השם, נאר אין געיעג צו אויפקומען מיט זיסע איידיעס, האבן זיי גענומען דעם מהלך. ח"ו צו זאגן אז עס איז חלילה ביודעים.
איז געקומען אידישקייט און ארבעט זיי היבש צוריקצושטעלן אין די רעלסן, און תלי"ת האבן זיי שוין אסאך אויפגעטון, און היינט צוטאגס קענען די מארקעטערס הערן הערות אויך לאו דוקא פון דעם פרומען מוסר זאגער פון וועם מען שטייט ווייט, נאר דער פלעינער אינגערמאן וואס איז בעסט פרענד מיט די גרעפיקער, קען זיך שוין אויך ערלויבן צו זאגן הערות אין דעם ענין, וואס איז כמובן אסאך מער מאסגעבנד.
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 3:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אמר"ש
האב איך טאקע געהערט פון איינער וואס טוט אין שטריימלעך, ער האט געהאלפן חתונה תקנות ובפרט ביי שטריימלעך - ער טענה'ט אז עס איז נישט קיין גוזמאות דאס וואס עס שטייט אין דעם גליון

אבער נאכאלס, די שטריימלעך איז גוט פאר א סייד דיש נישט פאר א מעין קורס אין די אידישקייט גליון, אבער עניוועי, זיי טוען סייווי א דזשאב וואס פעלט וויכטיג אויס אין דעם היינטיגן דור
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

"אונזערע" היימיש חסידישע קאמיוניטי איז געווארן אינגאנצן משוגע. נישט סתם, נאר אינגאנצן משוגע, ציפליקט פאריקט. אויף תולה ארץ.

און דאס אלעס, אין בלויז ווייניגער ווי צוואנציג יאר.

פון א שטריימעל וואס מעג אפשר קאסטן א טויזענטער, איז געווארן א קרוין (פארשטייט זיך "נאר" לכבוד שבת), וואס קאסט 6 אלפים. מיט שפיצן, ווייסע האר און וואס נישט.

אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די שטריימל... מילא.

שוין... קומען גרויסע טאטעס אין שוהל מיט טייטץ. נישט קיין שמאלע הויזן, נאר טייטץ. חוזק שבחוזק. נישט קינדער (וואס דארט איז אויך א גרויל), נאר גרויסע טאטעס. און עס שטעקן זיך ארויס די העפי סאקס מיט אלע קאלערס. אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די הויזן... מילא.

און וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון שטיילעך, ווייל דאן קוק איך שוין ווי מען דארף נישט, און איך האק אין די וועלט אריין. אבער איעדער ווייסט אז די היינטיגע "נארמאלע" איידעלערע שייטלעך איז פשוט נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. און אזוי האלטן אלע רבנים. אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די שייטלעך... מילא.

שוין... קומט ב"ה א שמחה, געהאט א בן זכר. דארף מען מאכן א וואכנאכט... אמאל האט א בעל שמחה זיך געפרייט און מען האט אנגעגערייט א טאץ קוגל, אביסעלע געפילטע פיש מיט די מייערן ארויפגעלייט מיט אביסעלע נאש, די זיידעס האבן זיך געוואשן און עס איז באמת געווען א אידישע שמחה. היינט איז שוין איינגעריסן אז מען מאכט וואכנאכט אין זאלן... און יא, מען מעג. אפשר קען נישט די קימפעטארן אנגרייטן, וכו'. אבער געוואלד הייליגע באשעפער, וויאזוי זאלן די עמך אידן מיט די כולל אינגעלייט מיטהאלטן די משוגעת'ן וואס מען מיינט שוין אז אזוי קומט עס? אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די אויפגעריסענע וואכנאכטס... מילא.

שוין... שואלי גייט צום דינער... מען טאר נישט חוזק מאכן, אבער אמאל האט מען געזעצט רבנים אויפן אויבן אן און מען האט מכבד געווען רבנים מיט די לומדים פון די הייליגע תורה. היינט א דינער איז איין שטיק ענטערטעינמעט. און יא, מען מעג און מען דארף ברענגן גוטע דרשנים, און אפילו בדחנים. אבער מוז עס זיין איין שטיק גשמיות... אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די דינערס... מילא.

איך האב נישט איצט די צייט איבערגיין אלע מעשגיענע זאכן מיט טוען. אבער אין די לעצטע 20 יאר זענען מיר געווארן פאריקט און משוגע. מען דארף האבן ניין דעי מעניוס. יא, מען מעג עסען פיינע געזונטע מילכיגע סאפערס אין די ניין טעג. אבער מוז מען "סעלעברעיטען" די ניין דעיס? אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די ניין דעי מעניוס... מילא.

מיט 10 יאר צירוק זענען געווען עדס פאר קליידער פארן עזרת נשים. יא, G&G האט עדווערטייזט סעילס פאר מענער קליידער, אבער מיט א נארמאלע טעם. היינט איז דא פול פעידז עדס פאר מענער קליידער פאר אלעס מיט אלעמען. זאקן, העמעדער מיט קאפלינקס, שיך, סוועטערס, און וואס נישט. און יא, מען מעג עדווערטייזן קליידער פאר מענער. אבער די גאנצע וועג וויאזוי עס איז געווארן, ממש סטיילס פאר מענער. פאריקט אלל די וועי.

איך בין נישט קיין פארפרומטער, איך עס אויך גענוג און נאך אין פרעסטעראנטען, מיט משפחה און מיט ביזנעס עסאוסיעיטס. אבער איך דערקען נישט מיין קאמיוניטי. און אויב קומט מען מעורר זיין, זענען די מעוררים די משוגעים. די קיעלע ענד האורסי טלית זעקלעך פארן חתן וואס קאסט אלפים איז נארמאל, און מען מיינט דאך פשוט פאר זיכער נאר צו מחבב זיין די מצוה. די וואס זענען מעורר, זיי זענען די משוגעים און ווייסן נישט וואס זיי ווילען.

און א איד וואס האט געלט, כברכת השם אשר נתן לו, מען זיך מער ערלויבן. און ער מעג יא קויפן א קיעלע ענד הארסי טלית בייטל. די פראבלעם איז אבער יא מיט די מארקעטינג, און וויאזוי מען לייגט אלעס אראפ כאילו this is the norm. אזוי טוט מען. און מען לייגט אריין נייע השגות ביי אונז מיט אלע פארבן, אז מען קען זיך דאכטן אז אזוי טוט מען שוין זיין מתן תורה. אלעס איז פיין, אלעס איז וואויל. מען מעג און מען דארף קויפן בלומען פאר די בני בית לכבוד שבת. אבער די גאנצע נייע קולטור ביי אונזערע חסידישע עולם טויג נישט. אלעס איז געווארן איין שטיק גשמיות.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אזא קאושער תגובה! מיט יוחס פון מומחה…
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קאושער, האט בארירט א טעמע פון .... וואך-נאכט'ס אין זאלן [אדער אין ווייבער-שולן...]
א נייער מנהג, וואס האט פלעין נישט קיין הענט און קיין פיס.....
ווער רעדט נאך פון ... נעמען א מארגעדזש דערפאר...
לא עלינו, טויט פאריקט...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

מי כעמך ישראל!!
מיין הארץ איז פיל מיט פעסער גרעטיטוט צום רעבוינעשלעולם
פארן מיר אריינשטעלן אין אזא לעכטיג עם חכם ונבון, אונז האבן אזויפיל פארזארגערס ברוך השם אין אזויפיל אידן וואס פארשטייען באמת יעדע פראבלעם פינעם דור אנגעפאנגען פונעם שורוש פרה ראש ולענה,
נאכן מאכן אביסעל ריסערטש נישט די קריסטן, נישט די אראבערס, נישט די טערקן, נישט די גריכישע, האבן דעי חכמה ותבונה צו קענן אראפמאלן אין דייאגנאזן, אין יעדע מצב, אין יעדע תקופה, און ביי יעדע שעורעוריה, די פראבלעם אין מכה פין די דור. סאיז א מתנה פונעם בורא.
#פאזיטיוו טינקינג
ישתבח שמו!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

Kosher Travel האט געשריבן:
די קיעלע ענד האורסי טלית זעקלעך פארן חתן .
אויסגעשאסן ביים לעזן דיזע פראז....
זעהר ריחטיגי רייד שרייבען זו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

Kosher Travel האט געשריבן:
"אונזערע" היימיש חסידישע קאמיוניטי איז געווארן אינגאנצן משוגע. נישט סתם, נאר אינגאנצן משוגע, ציפליקט פאריקט. אויף תולה ארץ.

און דאס אלעס, אין בלויז ווייניגער ווי צוואנציג יאר.

פון א שטריימעל וואס מעג אפשר קאסטן א טויזענטער, איז געווארן א קרוין (פארשטייט זיך "נאר" לכבוד שבת), וואס קאסט 6 אלפים. מיט שפיצן, ווייסע האר און וואס נישט.

אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די שטריימל... מילא.

שוין... קומען גרויסע טאטעס אין שוהל מיט טייטץ. נישט קיין שמאלע הויזן, נאר טייטץ. חוזק שבחוזק. נישט קינדער (וואס דארט איז אויך א גרויל), נאר גרויסע טאטעס. און עס שטעקן זיך ארויס די העפי סאקס מיט אלע קאלערס. אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די הויזן... מילא.

און וויל נישט אריינגיין אין די נושא פון שטיילעך, ווייל דאן קוק איך שוין ווי מען דארף נישט, און איך האק אין די וועלט אריין. אבער איעדער ווייסט אז די היינטיגע "נארמאלע" איידעלערע שייטלעך איז פשוט נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. און אזוי האלטן אלע רבנים. אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די שייטלעך... מילא.

שוין... קומט ב"ה א שמחה, געהאט א בן זכר. דארף מען מאכן א וואכנאכט... אמאל האט א בעל שמחה זיך געפרייט און מען האט אנגעגערייט א טאץ קוגל, אביסעלע געפילטע פיש מיט די מייערן ארויפגעלייט מיט אביסעלע נאש, די זיידעס האבן זיך געוואשן און עס איז באמת געווען א אידישע שמחה. היינט איז שוין איינגעריסן אז מען מאכט וואכנאכט אין זאלן... און יא, מען מעג. אפשר קען נישט די קימפעטארן אנגרייטן, וכו'. אבער געוואלד הייליגע באשעפער, וויאזוי זאלן די עמך אידן מיט די כולל אינגעלייט מיטהאלטן די משוגעת'ן וואס מען מיינט שוין אז אזוי קומט עס? אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די אויפגעריסענע וואכנאכטס... מילא.

שוין... שואלי גייט צום דינער... מען טאר נישט חוזק מאכן, אבער אמאל האט מען געזעצט רבנים אויפן אויבן אן און מען האט מכבד געווען רבנים מיט די לומדים פון די הייליגע תורה. היינט א דינער איז איין שטיק ענטערטעינמעט. און יא, מען מעג און מען דארף ברענגן גוטע דרשנים, און אפילו בדחנים. אבער מוז עס זיין איין שטיק גשמיות... אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די דינערס... מילא.

איך האב נישט איצט די צייט איבערגיין אלע מעשגיענע זאכן מיט טוען. אבער אין די לעצטע 20 יאר זענען מיר געווארן פאריקט און משוגע. מען דארף האבן ניין דעי מעניוס. יא, מען מעג עסען פיינע געזונטע מילכיגע סאפערס אין די ניין טעג. אבער מוז מען "סעלעברעיטען" די ניין דעיס? אבער ח"ו האקן. איז דאס דען די פראבלעם פונעם דור? האסט שוין נישט עפעס בעסערס וואס מעורר זיין???? גערעכט. נאר די ניין דעי מעניוס... מילא.

מיט 10 יאר צירוק זענען געווען עדס פאר קליידער פארן עזרת נשים. יא, G&G האט עדווערטייזט סעילס פאר מענער קליידער, אבער מיט א נארמאלע טעם. היינט איז דא פול פעידז עדס פאר מענער קליידער פאר אלעס מיט אלעמען. זאקן, העמעדער מיט קאפלינקס, שיך, סוועטערס, און וואס נישט. און יא, מען מעג עדווערטייזן קליידער פאר מענער. אבער די גאנצע וועג וויאזוי עס איז געווארן, ממש סטיילס פאר מענער. פאריקט אלל די וועי.

איך בין נישט קיין פארפרומטער, איך עס אויך גענוג און נאך אין פרעסטעראנטען, מיט משפחה און מיט ביזנעס עסאוסיעיטס. אבער איך דערקען נישט מיין קאמיוניטי. און אויב קומט מען מעורר זיין, זענען די מעוררים די משוגעים. די קיעלע ענד האורסי טלית זעקלעך פארן חתן וואס קאסט אלפים איז נארמאל, און מען מיינט דאך פשוט פאר זיכער נאר צו מחבב זיין די מצוה. די וואס זענען מעורר, זיי זענען די משוגעים און ווייסן נישט וואס זיי ווילען.

און א איד וואס האט געלט, כברכת השם אשר נתן לו, מען זיך מער ערלויבן. און ער מעג יא קויפן א קיעלע ענד הארסי טלית בייטל. די פראבלעם איז אבער יא מיט די מארקעטינג, און וויאזוי מען לייגט אלעס אראפ כאילו this is the norm. אזוי טוט מען. און מען לייגט אריין נייע השגות ביי אונז מיט אלע פארבן, אז מען קען זיך דאכטן אז אזוי טוט מען שוין זיין מתן תורה. אלעס איז פיין, אלעס איז וואויל. מען מעג און מען דארף קויפן בלומען פאר די בני בית לכבוד שבת. אבער די גאנצע נייע קולטור ביי אונזערע חסידישע עולם טויג נישט. אלעס איז געווארן איין שטיק גשמיות.
צוצעקישן יעדעס ווארט אייערע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

איך קוק אזוי צוריק זעה איך אז שוין פונעם ערשטן בלאט האט מען זיך געקריגט צו דער גליון רעדט יא צו די זאך אדער נישט.
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”