סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך האב געלערנט אין ארץ ישראל 10 יאר צוריק, שוין דעמאלטס געווען אלעס וואס ווערט דא דערמאנט, די וועלט פאלט אין אלגעמיין און די ארץ ישראל'דיגע בחורים פראבלעם פאלט מיט אויפן זעלבן ספיד.
כ'האב אויכט געניג גערעדט מיט אנדערע וואס האבן געלערנט אין ארץ ישראל פאר 20 יאר צוריק און ס'איז נישט געווען בעסער דאן בכלל.
כ'האב אויכט געלערנט אין א ישיבה אין לעיקוואד פאר 12 יאר צוריק און כ'האב מיטגעהאלטן ענליכע פאסירונגען דארט.
דאס נעמען א פארגרעסערונג גלאז און פאקעסירן בלויז אויף איין צייט און איין מקום איז נישט די וועג.
וואס יא, עס איז אויף א וועג היינט אסאך א בעסערע מצב ווי אמאל, אמאל איז אינגאנצן נישט געווען קיין השגחה אויף די בחורים און זיכער נישט קיין חבורות, א בחור וואס האט געוואלט זיך צושטעלן האט עס געטוהן בלויז פון זיין פרייע ווילן, קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט. היינט זענען די סארט בחורים פון וועם מ'רעדט דא בחורים וואס זענען נישט אינטערסירט צו זיין אין קיין סיסטעם און טוהן וואס זיי ווילן.
איך בין מיט דיר אין רוב פונקטן וואס דו זאגסט.
דאס אז אמאל איז געווען פונקט אזוי פראבלעמאטיש בין איך מיט דיר. איך האב געלערנט דארט פאר 13 יאר צוריק. איך קען בלויז רעדן פון אמאל און נישט פון היינט ווייל איך בין דאך שוין נישט דארט.
איך גלייב אז מה שהיה הוא שיהיה. מיט איין חילוק, עס איז דאן נאכנישט געווען אזוי נפרץ אינטערנעט צווישן בחורים. די אייפאונס האבן דעמאלטס נאך געהאלטן ביי די ערשטע גענעראציע און די רייסערס האבן געהאט בלעקבעריס. סאו די גאר גרינגע צוטריט צו אינטערנעט איז נישט געווען. איך זאג נישט אז קיינער האט נישט געהאט, איך זאג נאר אז עס איז געווען אסאך שווערער צו האבן ווי היינט.
אבער יפו, אילת, טאבא, וכדו׳ זענען שוין אין סטייל פון ששת ימי בראשית און די אלטע טראבל מעיקערס האבן דאס שוין געטון. אין כל חדש תחת השמש.
וואס יא? על זה דוה לבי, מיך וואונדערט פארוואס די פאוקוס איז אויף די עבירות וואס בחורים טון אדער טון נישט, אינדערצייט וואס דער עיקר לאנג טערמינעגער חורבן איז גאר עפעס אנדערש. די חורבן און אפעקט פון די לעבנסשטייגער פון א מירער בחור (מען רעדט יעצט פון די עוורידזש בחור און נישט פונעם מציון) איז גייסטיש. דער בחור לעבט א לעבנסשטייגער אן האבן די מיניאמאלע גייסטישע געברויכן. די פוסטעניש, די ליידיגקייט, די מאנגל אין סיפוק, די דעפרעסיע, די צומישעניש, די חוסר סדר, די צופארעניש. נישטא קיין אנהויב און נישט קיין סוף. טאג איז נאכט און נאכט איז טאג. די אומפראדאקטיוויטעט, די אומקלארקייט, די חוסר הצלחה, אא״וו.
ועל זה דוה ליבי. איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל און איך ווייס נישט אויב מען האט בארירט דעם נקודה. אבער דאס איז ליידער מיין אייגענע ערפארונג. איך האב אזוי געלעבט 3 גאנצע יאר. דריי טייערע יארן. איך בין געווען אינדרויסן א פרומער און גוטע בחור, איך בין לגמרי נישט געווען אריינגעעטון אין טראבל. מיין גאנצע דירה איז געווען אזוי ווי מיר. גערייכערט און דורכגעשמועסט יעדע פאליטיק אין די וועלט ביז 6 פארטאגס. קיין שייכות מיט אינטערנעט, קיין שייכות מיט שמוץ. אבער איך האב אפגעשימעלט און אפגעפוסטעוועט. עס האט מיר גענומען אפאר יאר ארויסצוקומען פון דעם צודרייטן אומפראדאקטיוון לייף סטייל.
איך גלייב אז דער וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל וועט פארשטיין וואס איך רעד.