ענדליך: חודש'ליכע אויסגאבע איבער אידישער שפראך

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

ענדליך: חודש'ליכע אויסגאבע איבער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מיט גרויס פרייד וויל איך דא מעלדן פאר'ן חשוב'ן ציבור אז דער בארימטער היימישער אידישע-שפראך עקספערט, א איד וועמען איך און אסאך אנדערע אידן קענען אנרופן "מיין רבי", ר' יעקב יוסף סורקיס, הייבט אן ארויסצוגעבן א חודש'ליכע אויסגאבע איבער דער אידישער שפראך, מיט'ן נאמען "היימיש אידיש". די אויסגאבע וועט אויסלערנען דעם עולם צו שרייבן אידיש אקוראט לויט די כללים. אין דער אויסגאבע וועט ר' יעקב יוסף אויך אדרעסירן פראגן פון די ליינערס איבער שרייבן אידיש, און ער וועט יעדן חודש זיך באציען צו אנדערע כללים און אנדערע נושאים בנוגע דער אידישער שפראך, און צעביסלעך אויסלערנען דעם ציבור וויאזוי צו שרייבן און בעיקר וויאזוי נישט צו שרייבן.

ר' יעקב יוסף איז דער איינציגסטער חסידי'שער יונגערמאן מיט אזויפיל ערפארונג אין אידיש שרייבן. ער האט פארברענגט לאנגע יארן מיט'ן לערנען און דורכטאן די אידישע שפראך און מען קען אים היינט אנרופן דער "לידינג עקספערט" צווישן חסידי'שע אידן איבער דער אידישער שפראך. אסאך היימישע שרייבערס נעמען ראט פון אים.

דעריבער איז עס א גרויסע שמחה אז ר' יעקב יוסף האט מסכים געווען מיטצוטיילן זיינע קענטעניסן מיט'ן ברייטן ציבור אין פארם פון אן אויסגאבע וואס ער וועט ארויסגעבן יעדן מאנאט. איך האב געכאפט א בליק אויף דער אויסגאבע און איך האלט אז ס'האט גרויסע שאנסן צו זיין א סוקסעס.

די אויסגאבע אנטהאלט אויך דערציילונגען געשריבן הונדערט פראצענט לויט די כללים, וואס דאס וועט זיין א שטארקע הילף פאר די ליינערס צו זען וויאזוי די כללים ווערן פאקטיש גענוצט אין אן ארטיקל, און די ליינערס וועלן קענען אנפרעגן דורך דער פאסט אדער אימעיל די סיבה פארוואס געוויסע זאצן אינעם ארטיקל זענען געשריבן דורך איין אופן אדער אן אנדערן, און באקומען אן ענטפער אין דער קומענדיגער אויסגאבע.

וויבאלד ס'איז דא גאר א קליינער "קלייענטעל" פאר אזעלכע אויסגאבעס, ווייל נישט יעדער איינער איז דאך א שרייבער, מוז ער בעטן אביסל טייערער ווי א געווענליכע אויסגאבע, כדי צו דעקן די קאסטן פון אליינס שרייבן און ארויסגעבן אזא פראיעקט. עס קאסט 299 דאלאר פאר 12 חדשים, און מען באקומט הנחות אויב ברענגט מען אנדערע ליינערס. לויט מיין מיינונג לוינט זיך עס זייער שטארק.

וואס האלט דער עולם איבער דער אויסגאבע? ביטע קאמענטירן.

איך וועל שפעטער שרייבן פרטים וואו מען קען זיך סובסקרייבן.

נ.ב. איך בין נאך שטארק פארנומען דערווייל, איך וועל צוריקקומען שרייבן אויף דעם פארום אי"ה אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דאס מיינט אז ס'קאסט כמעט 25 דאלאר א חודש, מיין מיינונג איז, ווי וויכטיג אזא זאך זאל נישט זיין, וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, וויפיל מענטשן וועלן דען קויפן א זאך פאר פינף און צוואנציג דאלאר, נאר וועגן דעם ער זאל וויסן - ווען ער שרייבט א מצוה צעטל, אדער א פאום, אדער העכסטנס א באשרייבונג אין קרעטשמע,- וואו פונקטליך צו לייגן א קאמע, און וואו צו לייגן א פינטל?

דאס איז מיין מיינונג דערווייל, קען זיין אז מ'וועט מיר אויפווייזן אנדערש, וועל איך טוישן מיינונג.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך קען נישט פארשטיין די אבסעסיע מיט די אידיש געשרייבעכטס, א אות אהער א אות אהין, who cares
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

איך האב עטליכע פראגעס, בעיקר איז מיין פראגע וויפיל איז דען דא צי שרייבען איבער די כללים,?
ווי לאנג קען מען דען שרייבען דערפין? א חודש, א יאר? מער זיכער נישט, חוץ אויב עס וועט האבען אין זוך נאך זאכען אויסער די נושא פין "שפראך"?!!

אבער איך וועל דיר עס פרעגען ווען וועסט זיין צוריק, דערווייל האב הצלחה אין די קימענדיגע צוויי וואכען
קום צוריק מיט גיטע בשרות, אויב פארסטע אויף מירון, פועל ישועות פאר כלל ישראל, אויב פארסטע פאר ביזנעס
קום אהיים מיט א טרעלער מיט געלט! {גיי נישט אדורוך די גרעניץ דערמיט ווייל זיי וועלן עס פארכאפען}
אויב איז עס עני אנדערע זאלסטע האבן א באנטש הצלחה
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיזער;
דאס איז זייער פרייליכע נייעס.
אפשר קען מען דאס באשטעלן בשותפות פאר די גאנצע קרעטשמע?
אגב, אפשר ברענגסטו אים אהער צו אונז (אויב ער איז נאכנישט דא)?
*
איכער, איזאק און פירשט;
פאר מענטשן וואס ס'אינטרעסירט, אדער וואס זענען אין דעם ליין, איז דאס שוין איינמאל אינטרעסאנט. נאר אפשר נישט יעדער איינער איז גרייט צו צאלן אזויפיל געלט א חודש.
און דאס וואס דו - שמערל - פרעגסט ווי לאנג מ'קען שרייבן וועגן אידישע כללים, איז בכלל נישט שווער, ווייל ער זאגט דאך אז ער גייט אויך שרייבן מעשיות און ארטיקלען, וואס וועט זיין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט לויט די כללים.
ונזכה ונחי' ונראה ונירש טובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'מיין מדארף באשטימען דעם טאג פאר א יאנטעף, דאס וועט דאך אפראטעווען ס'דור פון שרייבן אויף די ערשטע בלאט פון א צייטונג: ס'לעבן, וכדו'

איך וויל עס מערצעשעם קויפן יעדע חודש, אבער אזוי ווי שמערל האט שוין ערווענט, קען דאך דאס נישט נעמען צו לאנג, אלזא אויב ווייסעך ווילאנג עס וועט נעמען. כאטשיג בערך. וועליך עס מערצעשעם קויפן אלע חודש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיזע-ערצעהלונג;

עס פאסט נישט אז אין אן ארטיקל איבער א לויטער אידישע אויסגאבע, זאלסטו שרייבן 'לידינג עקספערט' אנשטאט 'פירנדער עקספערט(?)'...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין ביי דער מיינונג אזוי איך_הער,

אפילו פינף דאללער איז שוין אסאך, אבער פאר א אויסגאבע ווי 'דער שטערן' אדער די 'צייטשריפט' וכדומ', קען מען זיך נאך ערלויבן די געלט, אבער פאר קענען ספעלן, כ'מיין, יעדער פארשטייט וואס איך שריייב, אפילו ווען איך וועל שרייבן "די" מיט א 'ויו' אדער מיט 'יוד', פארדעם דארף איך נאכנישט צאלן קיין געלט, און ווער רעדט נאך פון פינף און צוואנציג דאללער א חודש!

חוץ, אויב איינער איז אין די ליין פון שרייבן, דארף ער דאך עס האבן, אבער סתם פשוט'ע אידן, פאלנע קרעטשמע זיצער'ס ברויכן עס נישט האבן,

אה, און פאר איך פארגעס, שלום עליכם דיזע,
איינער האט שוין געמיינט אז די ביסט דערשאסן געווארן, חלילה, אין די ווירדזשיניע טעק שיסעריי,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

צייטליך,
איך בין נישט אין די רעסטאראנט ליין און מיך אינטערעסירט נישט קיין אויסגאבע איבער רעסטאראנטס. אויך אינטערעסירט מיך נישט קיין אויסגאבע איבער ספארטלערס, און כ'וועל נישט צאלן אפילו נאר פינף דאלאר א יאר צו ליינען א ספארטס אויסגאבע.

כ'האב נישט געבעטן די וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך אנצורופן. כ'האב גערעדט צו אזעלכע ווי מאשקע, סאכדעס א.א.וו. וואס זענען יא אינטערעסירט אין דער אידישער שפראך.

איזאק,
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די אבסעסיע מיט ספארטס, אבער איך האב אלעמאל פארשטאנען אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע זענען אבסעסד מיט ספארטס, און פאר זיי איז א האבי צו ליינען איבער ספארטס.

קענען גוט שרייבן אידיש איז נישט נאר א האבי נאר אויך א פרנסה פאר אסאך מענטשן.

אלזא, איז דא נאך חברה אזוי ווי מאשקע אדער סאכדעס? אויב יא רופט זיך אן. ס'מוז זיין א מינימום צאל סובסקרייבערס אז דער פראיעקט זאל ווייטער קענען אנגיין (דער ערשטער נומער איז שוין פארטיג).
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

דיזע, אפשר זאל ער פארקויפען די ערשטע צוויי אויסגאבעס פאר ביליגער, אויב עס וועט זיך ארויסשטעלען אלס גאר א גיטע אויסגאבע וועלען מענטשען צאלען וויפיל ער בעט. פון א ביזנעס שטאנדפונקט דארף ער זיך קודם שאפען א גיטען נאמען וסוף הכבוד (און געלד) לבוא.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך וואלט געוווען זייער פאראינטערעסירט אין דעם אויסגאבע, אבער ווי מיינע קאלעגעס האבן שוין ערווענט, בין איך נישט פון די פארמעגליכע אידן וואס וואלטן זיך געלאזט קאסטן אזוי פיהל.

איך וואלט אים פארגעשלאגן ער זאל ארויסגעבן א בוך אד"ג, און נישט קיין מאנאטליכע אויסגאבע.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מצטרף להצעת קרעזי.

דער פרייז - אלס א חודש'ליכע אויסגאבע - איז נאר ווערטפול פאר די וואס ליגן אין די ליין פון שרייבן, אבער פאר די האבן דערין בלויז א געשמאק דערין איז שוין א ספק צי זיי וועלן זיך לאזן קאסטן דעם געשוואלענעם פרייז.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

נעבעך. ער טרוימט אינעם גרויען טאג.
וואס איז ער משוגע געווארן. ווער וועט אים צאלן אפילו 5 טאלער פאר אן אויסגאבע. און איך בין שוין א "אידיש" ליבהאבער, בכל לבבי ונפשי.

געוואלד, וואס וועט ער מיר געבן פאר די 299. לידער מיט פאעזיעס, פראזאלאגיעס מיט א שלל אידיאמען.
----

אנטשולדיגט פארן מגיה זיין, ביטע נישט רעדן געמיין.

דא איז נישט וויקי ---

הק' קרעטשמער
יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע_גולם »

נא, געב ארויס.

ווי קען מען זיך דאס איינהאנדלען?

אזא נייעס אן Contect Info?
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

דיזע,

קאענט מי אין.
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

Hi Folks,

I'm having a good command of Yiddish myself. Unfortunately, I have technical difficulties writing in Yiddish letters here.

Speaking of R' Sirkus's publication, it definitely sounds intriguing; but of course, depends on one's level of interest.

What's interesting to me is that I've seen the sample issue of R' Sirkus with a price of $199.00 a year; 19.99 a month. May be it's a testing to determine the right price: one that enough people will spend, but not to leave any money on the table?

In any case, those who have an interest in Yiddish, certainly know how to value this. It is good news. The content of the publication is fabolous; interesting and useful.

What he's covering there is the rules of Yiddish grammar, but much more; examples, exercises, critique, humor. It's for beginners and advanced Yiddish users. He'll also write more rules in the upcoming issues (if any - that depends on you guys). Thus, you get Yiddish lessons for that price, and rest assured, you can't and won't find anything like this anywhere else.

It's not interesting to everyone, though. I don't think there's a huge demand for it. There's no point in persuading uninterested people here. It's not for them. Period.

This is also precisely the reason, I believe, why there's such a price tag. How else is it possible to give out such? Do the math. How many people can you expect to have subscribing to it? How much time does it take to create? How much would one take out of it?

But, if we have some interested folks here, may be we can strike a package deal with him? May be he'd offer us a discount. After all, he promises to compensate people who refers others to him with nice discounts. May be we qualify too, when we order a 10-pack or so.

I know he's in the process of doing more projects: lessons, booklets, books, and more plans for the future too. It's about time. He was sitting on eggs enough time for now. It's time to take action and contriute to the community. Gladly, he appears to be ready now.

From what I know, he's ready to share much, as well as to develop a good relationship with his reader audience; if and when he releases other products, the readers of this publication will benefit greatly. He'd give them his products for very nice discounts and perhaps freebies too.

These are nice promises, perhaps a bit fantasy, I know. He himself refers to this project of his as a fantasy. He does not expect at all to have many people interested in it and thus giving out more issues. It's less than a trial. it's something he's created now both for the fun but also for his use (he has some benefit for himself from this single issue too), and he was happy to share it with a close circle of friends, and then, based on suggestions of friends, with more people; whoever's interested, in effect.

However, it's a Sha'as Ha'kosher now. If indeed some are interested, we must support it and enable the further continuation of it. We'll benefit much.

Actually, this kind of prices - even the price that some have claimed here as being stated - is quite common in the professional world. It's a special interest, and like a private club for those who want to benefit and grow. Professionally speaking, it's definitely worth its price.

But I'm already going in too much lenght here, almost sounding like R' Sirkus's salesman ;)

Any more comments on this?

Kind Regards,
Mr. Yiddish
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מר. יודיש;
אויב מר. סורקיס איז דער עקספערט אין אידיש, ביזטו דער עקספערט אין ענגליש! דיין שפראך איז דאך געוואלדיג!
לגבי דיינע רייכע ווערטער, האב איך נישט וואס צוצוגעבן, אויסער וואס איך האב שוין געזאגט דא, אז אין מיינע אויגן איז עס ווערד יעדן פרייז.
איך האב שוין באקומען א סעמפל פון די אויסגאבע, און ס'שטייט טאקע אז ס'וועט קאסטן $299 א יאר. איך פלאן אי"ה היינט-מארגן דורכצוליינען די גאנצע זאך, און נאכדעם וועל איך אי"ה קענען קאמאנטירן דערויף.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מר. אידיש;

פארוואס אין די וועלט זאלט איר זיך א נאמען געבן על שם דעם אידישן שפראך, אויב נישט וואס איר זענט הרב סורקיס זעלבסט???

יהא בואכם לברכה, און אויב איר קענט אידיש האלב אזוי גוט ווי ענגליש, האבן מיר אויף וואס ארויסצוקוקן.

קרעמער
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

Hey Kramer,

Now thing get exciting. It's my honor. Being called Harav Surkis (Sirkus??) is a great thing, but it means to "wrap oneself in cloths that are not his." If he's a Harav, we got to fear an Hakpoodeh, no? ;)

Now, to my Mr. Yiddish signature: I'm mastering Yiddish to a high degree. If you say my English is good, then my Yiddish is at least twice as good. But to compare me to Harav Surkis? That's a bold step.

I consider myself entitled to a Mr. Yiddish signature due to my own level of knowledge and love to Yiddish, but if we can get Harav Surkis to join (if he's not here yet with some mask over his face), you'll come to learn what good Yiddish means. You'll all Farshtek yourself with your Yiddish (which, by the way, I love).

Do you think Harav Surkis would write English here instead of Yiddish? As for me, I'm not *that* much of an authority, that the Yiddish language should be embarassed when I'm writing in English letters I'm not sure anway that Harav Surkis can write a perfect English, although my English is far from being perfect too.

Regards, and again:
Mr. Yiddish
יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע_גולם »

מאשקע,

פון ווי באקריגט מען א סעמפעל?
זיי מהנה דעם עולם דא און גיב ארויס דיטעלס.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב עס באקומען פון א חבר אין אימעיל, איך וועל אים פרעגן צי מ'קען עס שיקן ווייטער. לכאורה יא, ווייל דאס איז דאך דער ציל.
שיק מיר דיין אימעיל אדרעס אין אישית.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מר' אידיש, דו וויסט אז מ'זאל טוישן דיין נאמען געהעריג?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און וויאזוי וועט ער איינסיינען?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיט אן ענגלישע נאמען, פארשטייט זיך.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”