בערי וועבער - קרבן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

Bissli האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
לחי האט געשריבן:די אלבום איז ביוטעפול אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס קען ער נישט דאבל טשעקען די ניגונים אויף עברית מיט איינער וואס פארשטייט צו העברעאישע גרעממער, ס'הערט זיך עפעס פרעמד און נישט אריגינעל, ס'סאונד אביסל ווי ווען איך טריי צו רעדן עברית.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער בערי גלייכט שטארק צי זינגען אויף עברית.


לדעתי איז בערי נומבער 1 ביי חסידישע זינגערס ווען עס קומט אראפצולייגן אן העברעאיש שטיקל. ער לייגט אראפ די הויכע געדרייטע שטיקלעך אזוי ווי קיינער קען נישט, און עס קען זיך דאכטן ווי די הערסט א שטיקל חיים ישראל אדער דדיה.

@לחי, די ווערטער זענען געמאכט געווארן דורך באקאנטע איזראעלישע ניגונים שרייבערס, און עס פארט אויף א סטייל וואס דארף דירעקט נישט זיין אראפגעלייגט אויף א מסודר'דיגע וועג, פארקערט, ווי מער צופלויגן איז מער COOL. א געמיש פון ענגליש מיט צופארענע ווערטער (באלאגאן, ווייב, DUDE, וכו').

@דער הימלישער, די תירוץ איז - 'ער קען'.

דאס אז ער האט אליין פארפאסט דעם חג שמח ווייזט אויף זיין קענטעניס אינעם סטייל.


חג שמח האט ער נאר געמאכט די טאן, און עס איז בכלל נישט אלטערנאטיוו.

די חכמה פון רוב איזרעאלי זינגערס איז, אז זיי זינגען הויכע געדרייטע שטיקלעך אויף א לאו וואויס, און מיט די ארגינעלע קול, און עס הערט זיך טיף און געדרייט, אן דארפן לעכערן די אויערן אדער זיך שטיקן ביים ארויפגיין, און ווען בערי פארט דין און הויך פארפאטשקעט ער עס אביסל.

איך זאג נישט אז ער קען נישט, אבער מ'קען נישט מיינען אז ער איז א איזרעאלי.

ס'איז א מעכטיגע ניגון שמח. היבש ארום גענאשט פון חיים ישראל'ס ניגונים ממש זיין סטייל. אבער דעיס איז פון די היטס. א ניגון וואס זינגטסעך מיר אונטער די מערסטע פון אלע אנדערע.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

a yiddish hartz האט געשריבן:עוד יוסף חי האט מאטי אילאוויטש געמאכט האט בערי נאך ניגונים פון איהם?

אויף דעי סידי נישט, אויף זיין ערשטע אלבום האט ער געהאט איינס פון אים, רקידה'לע.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מאן דיהיב איז פון הימל!!!!!!!!!! דעס איז דאך לא מעלמא הדין.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

אור האט געשריבן:אקעי אין 1 ווארט
קרבן און עוד יוסף זענען מעסטערפיסעס
ס'איבריגע איז נישט טרעסאנט

נאך א מזל דו האסט געשריבן אין איין ווארט. זוי אז ס'ניטאמאל כדאי צו צ'לייגן קאפ און ארויסנעמן אז ס'איז נישט גוט..
גענומען א סידי מיט הערליכע ניגונים וואס אסאך מענטשן האבן און גייען הנאה האבן זוי ווי איך.
וואס צופעליג האלטעך אז די ניגונים וואס דו האסט געשריבן איז זייער גוט אבער פון די שוואכערע אויפן ליסט.
און דו רייסט עס אזוי אראפ מיט איין ווארט. דאס מיינט סימפל און שרייט איך בין נעגעטיוו. אן קיין סיבה. הער איבער די סידי קודם פאר דו רייסט אזוי אראפ מיט איין ווארט. און דעמאלטס קום אריין מיט א סיבה פארשטייטצעך ווייל אן דעם האטעך עס קיין זין.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איפה כולם, אין לי מילים.....
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

crunchy האט געשריבן:
עהראַד האט געשריבן:בּערי האט דעליווערט אן אמעזינג אַלבום ! קורצע ריװיאָ...

בכל עת- הערשי וויינבערגער האט ארײנגעברעגט א נײע סטײל (איך פארשטײ אז נישט יעדער שמעק עס )


איך מיין אז דאס האט נישט קיין חידושים, דערמאנט פון די דעפארטמענט סטארס
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איינס בעסער איינס גאנץ גוט אבער אוועראל א מעסטער פראדאקשען, שכח יעדער וואס האט געהאט א חלק דערין.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אלץ א בערי וועבער חסיד, גלייך איך שטארק די "גאנצע סידי" אוודאי איז דא ניגונים ארויף און אראפ. אבער ער האט מיר נישט אנטוישט.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
לחי האט געשריבן:די אלבום איז ביוטעפול אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס קען ער נישט דאבל טשעקען די ניגונים אויף עברית מיט איינער וואס פארשטייט צו העברעאישע גרעממער, ס'הערט זיך עפעס פרעמד און נישט אריגינעל, ס'סאונד אביסל ווי ווען איך טריי צו רעדן עברית.

;l;p-
נאכנישט געהערט די סידי. אבער געליינט דעם קאווער, און ביי דעם ניגון (דאכט זיך) האב איך זיך אויך דאס געוואונדערט. קאן זיין אז ביים זינגען איז עס בעסער, אבער ס'איז געשריבן עפעס שרעקליך עם הארץ'דיג... למשל: נרים לחיים, גבוהה אל השמיים... דער וואס קען נאר אביסל דעם טריפה'נעם שפראך פלאצט פון די ווערטער...

איין זאך וואס כ'האב זייער שטארק געוואלט פארשטיין, וואס מיינט די ליין: 'רעיון: הערשי וויינבערגער'.

עס שטייט דארטן אז ישראלים האבן אים געשריבן די ווערטער, אבער איך שפיר אז וויליאמסבורגע פינגער האבן ארומגעפאטשקעט מיט די ווערטער און עס שטימט פשוט נישט גראמאטיש. די אנדערע ניגון ׳איפה כולם׳ איז גראדע גוט אויסגעהאלטן און איז געשריבן געווארן אויף א הויכע קלאסישע וועג.
עהראַד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2015 10:37 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עהראַד »

crunchy האט געשריבן:
crunchy האט געשריבן:
עהראַד האט געשריבן:בּערי האט דעליווערט אן אמעזינג אַלבום ! קורצע ריװיאָ...

בכל עת- הערשי וויינבערגער האט ארײנגעברעגט א נײע סטײל (איך פארשטײ אז נישט יעדער שמעק עס )


איך מיין אז דאס האט נישט קיין חידושים, דערמאנט פון די דעפארטמענט סטארס


איך פארשטײ דיר... אבער "פעיס װעליא" איז עס א חידיש אין אידיש מוזיק(טאקע דערפאר װעט אסאך עס נישט גלײכן)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

"איך האב נאכנישט געהערט די סידי, אבער.."

אזוי הייבט זיך אן יעדע צווייטע תגובה פון איינער וויל זאגן א דעה איבער א סידי בלויז פון קוקן אויף די קאווער.

הגם איך האב נאכנישט געהערט די סידי, וויל איך אריינרעדן אין די אשכול, נישט אזוי ווייט איבער די עצם ניגונים, נאר איבער דעם וואס מענטשן פרעגן פארוואס ער גיבט ארויס אזא בלעק ענד ווייט סידי, אדער חסידיש אלל דע וועי אדער די צווייטע זייט.

און אזוי אויך פאר די וואס בענקען ער זאל ארויסגעבן בלויז חסידישע מוזיק סידי אדער א שבת קאללעקשן סידי, וויל איך שרייבן מיין השערה.

אלע פון בעריס סידיס (חוץ די קאללעקשן און עשרה מיני נגינה) האבן געהאט א מיקס פון קודש און חול אין זיך. איך כ'גלייב אז עס זענען דא דא מענטשן וואס האבן נישט געקויפט זיין טענק יו האשעם אלבוים למשל. וועסטו גראד פרעגן, וויאזוי איך פארגלייך די חול פון די סידי צו די אנדערע סידיס, די חילוק איז פשוט, אז מיט יעדע פארבייגייענדיגע טאג וועט וואס איז פריער געווען חול, ווערט קודש. און וועגן דעם וועסטו זעהן ווי מענטשן ערלויבן זיך צו הערן מער פרעמדע זינגערס, און פון די היימישע זינגערס פארלאנגט מען צוריקצוגיין 10 טריט ווען דו ערלויבסט זיך צו הערן אלע מיני ניגונים. (יעדער האט געריקט זייערע גבולים)

א סידי פון א זינגער עדווערטייזט ער זיין מהות, ווער ער איז וואס ער קען אלץ און וואס ער קען דעליווערן. משא"כ ביי א קאללעקשן סידי וכ"ו פאקוסט מען אויף די סובדזשעקט פון די סידי. צו איז עס א קאללעקשן סידי אדער סיי וועלכע אנדערע נושא.

ממילא איז פארשטענדליך סיי פארוואס ער האט פון ביידע מינים, און סיי פארוואס דאס איז נישט קיין ראי' אז ער גייט מער נישט ארויסגעבן קאללעקשן אדער שבת אלבוים.

סארי פאר די אריכות, קענסט עס סקיפן.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

היינט צוטאג איז ביי מיר א סידי מיט דריי מעכטיגע ניגונים און נאך דריי בסדרדיגע א גוטע סידי.

דעם טיטל האט זיך שוין בערי פארדינט, ער האט ארויסגעגעבן א גוטע סידי, גיימיר ווייטער הערן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מתמודד האט געשריבן:היינט צוטאג איז ביי מיר א סידי מיט דריי מעכטיגע ניגונים און נאך דריי בסדרדיגע א גוטע סידי.

דעם טיטל האט זיך שוין בערי פארדינט, ער האט ארויסגעגעבן א גוטע סידי, גיימיר ווייטער הערן.

דערווייל גייען נאר די סטאקס ארויף, סאיז מער פון דריי גוטע און מער פון דריי בסרדיגע........

בערי איז פיין, דעטסאלל......
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
עהראַד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2015 10:37 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עהראַד »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:"איך האב נאכנישט געהערט די סידי, אבער.."

אזוי הייבט זיך אן יעדע צווייטע תגובה פון איינער וויל זאגן א דעה איבער א סידי בלויז פון קוקן אויף די קאווער.

הגם איך האב נאכנישט געהערט די סידי, וויל איך אריינרעדן אין די אשכול, נישט אזוי ווייט איבער די עצם ניגונים, נאר איבער דעם וואס מענטשן פרעגן פארוואס ער גיבט ארויס אזא בלעק ענד ווייט סידי, אדער חסידיש אלל דע וועי אדער די צווייטע זייט.

און אזוי אויך פאר די וואס בענקען ער זאל ארויסגעבן בלויז חסידישע מוזיק סידי אדער א שבת קאללעקשן סידי, וויל איך שרייבן מיין השערה.

אלע פון בעריס סידיס (חוץ די קאללעקשן און עשרה מיני נגינה) האבן געהאט א מיקס פון קודש און חול אין זיך. איך כ'גלייב אז עס זענען דא דא מענטשן וואס האבן נישט געקויפט זיין טענק יו האשעם אלבוים למשל. וועסטו גראד פרעגן, וויאזוי איך פארגלייך די חול פון די סידי צו די אנדערע סידיס, די חילוק איז פשוט, אז מיט יעדע פארבייגייענדיגע טאג וועט וואס איז פריער געווען חול, ווערט קודש. און וועגן דעם וועסטו זעהן ווי מענטשן ערלויבן זיך צו הערן מער פרעמדע זינגערס, און פון די היימישע זינגערס פארלאנגט מען צוריקצוגיין 10 טריט ווען דו ערלויבסט זיך צו הערן אלע מיני ניגונים. (יעדער האט געריקט זייערע גבולים)

א סידי פון א זינגער עדווערטייזט ער זיין מהות, ווער ער איז וואס ער קען אלץ און וואס ער קען דעליווערן. משא"כ ביי א קאללעקשן סידי וכ"ו פאקוסט מען אויף די סובדזשעקט פון די סידי. צו איז עס א קאללעקשן סידי אדער סיי וועלכע אנדערע נושא.

ממילא איז פארשטענדליך סיי פארוואס ער האט פון ביידע מינים, און סיי פארוואס דאס איז נישט קיין ראי' אז ער גייט מער נישט ארויסגעבן קאללעקשן אדער שבת אלבוים.

סארי פאר די אריכות, קענסט עס סקיפן.

;l;p-
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:"

כקעניש מער פון אגריען.

כקלער יא אז די כאפלא ניגון איז שוין אביסל צו סאך, סהאט נישט קיין רמז צו אידישע תוכן.

באט הרבה אור דוחה מעט חושך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

פון מיין קוק ווינקל איז עס א היט פון א אלבוים, איך האב ליב ממש יעדע איינציסטע ניגון, קוקט מיר אויס אז בערי האט געוואלט אז יעדער איינער זאל טרעפן כאטש 2-3 ניגונים וואס ער האט ליב, למעשה זינגט ער אויך ביי נישט היימישע חתונות וויל ער האבן אלע סארטן ניגונים צו זינגן ביי יעדע סארט מאורע אדער איווענט.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

מיין ריוויו אויף די סידי ח"א
נישט אין א סדר
דיסקלעימער איך בין נישט קיין מבין

(4 סטאר מיינט גאר גוט אבער איך בין נישט געווארן אוועקגעבלאזן דערפון)

רצון בוראינו - פריש און אפליפטינג
די נידריגע פאל האט שטארקע ווערטער גוטע ריטעם
די הויכע פאל געבט די געפיל פון האדרת והאמונה פון מאטי אילאוויטש אבער וועט זיין אביסל שווערער אויפצופיקן צוליב שווערערע ווערטער
4 סטאר

קרבן - שיינע ווארעמע ניגון
זיצט גוט און גאר גלאט אין די אויערן איך קען עס לייגן אויף ריפיעט
איך האב ליעב די אוי אוי יו יו תנועה גאר גוט פאר קומזיץ זעה
איך זעה עס איז לע"נ שראגי שטארק פאסיג
4 סטאר

Give a Smile - פרייליכע קיוט ניגון
ברענגט ארויף א שמייכל ביים הערן געדענק איך די ווידעא מיט די ניגון אלס סינגל א לאנגע צייט צירוק מען זעהט דארט ישעיה ערנטאהל.... :lol: :lol: דאכצעך בערי קליין אויך
4 סטאר


עוד יוסף חי - הארציג
הערליכע ווערטער און הארציגע תניעות גאר שיינע מיוזיק. קלאר די שענסטע אדער פון די שענסטע ניגונים אין די סידי
5 סטאר

פרשה - איך האב ליעב די ניגון אסאך טיפיקעל בערי תניעות בעיקר הויכע פאל "ביי מיר גייט א אנדערע פרשה יעדע וואך" די רעפ שטיקל אינמיטן הרג'ט אסאך האקט האקט חזק חזק - וואס איז די פאנטשליין? קיוט
3 סטאר

איפה כולם: אביסל אלטערנאטיוו אבער אסאך היימישע קלאסישע תניעות אויך, גאר שיינע מעלאדי שיינע ווערטער גוטע מיקס (די טריקענע און קלארע וואויס ריקארדינג אנפאנג אויך פאסיג און שיין)
4 סטאר
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
טשיינע
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 2:28 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיינע »

דערווייל האט בערי נאכנישט באוויזן דעס וואס ער האט יעצט געמאכט........ דאס ביסל טענות וואס סאיז דא אויף אים מאכט נישט אוועק זיין טייערע ארבעט
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

מאן דיהיב איז עפעס א באמבע פון א ניגון פרישע געשמאקע תניעות און גאר שיין אראנדזשירט.

די נידריגע אקטיוו פון קרבן האט מיר אויך זייער געכאפט.

אווער אלל, בעריס שטומע איז קריסטל קלאר וואו אייביג, און הערט זיך גאר געשמאק און רואיג.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

זכאי האט געשריבן:מאן דיהיב איז עפעס א באמבע פון א ניגון פרישע געשמאקע תניעות און גאר שיין אראנדזשירט.

די נידריגע אקטיוו פון קרבן האט מיר אויך זייער געכאפט.

אווער אלל, בעריס שטומע איז קריסטל קלאר וואו אייביג, און הערט זיך גאר געשמאק און רואיג.

פרישע מממ..?!?! גם ציפור מצאה בית מצאה בית, אונזער גאט האט א געבאט לשמוע זיין בתפלת רבים.
(קלי למה פון שלומי גערטנער)
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

ר׳ אלימלך בידערמאן האט אמאל געזאגט אז מענטשן פרעגן אים פארוואס זיינע גליונות איז נישט צוטיילט גראד די מעשיות מיט די תורות, ביי איין עמוד איז דא נאר צוויי שירות פון די תורות, און די איבריגע מעשיות, און אן אנדערע עמוד פארקערט, פארוואס קען מען עס נישט מאכן גלייך? האט ער געענטפער; אז אויב וועט עס זיין גראד וועלן עס מענטשן אויסשניידן און ארויסנעמען בלויז די מעשיות.
לענינו. אט דער דאזיגער סידי איז זייער גראד צוטיילט, איינער וואס וויל הנאה האבן בלויז פון היימישע ניגונים, קען עס צושניידן זייער גראד, מ׳קען אויסמעקן די פאר פארריקטע טרעקס און ס׳בלייבט א מעסטער פיעס פון אן אלבום.

#מיין ריוויא
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:מאן דיהיב איז עפעס א באמבע פון א ניגון פרישע געשמאקע תניעות און גאר שיין אראנדזשירט.

די נידריגע אקטיוו פון קרבן האט מיר אויך זייער געכאפט.

אווער אלל, בעריס שטומע איז קריסטל קלאר וואו אייביג, און הערט זיך גאר געשמאק און רואיג.

פרישע מממ..?!?! גם ציפור מצאה בית מצאה בית, אונזער גאט האט א געבאט לשמוע זיין בתפלת רבים.
(קלי למה פון שלומי גערטנער)

כמעט יעדע נייע ניגון האט גע'גנב'עטע תנועות.
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2768
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

צופלאטשעט האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:מאן דיהיב איז עפעס א באמבע פון א ניגון פרישע געשמאקע תניעות און גאר שיין אראנדזשירט.

די נידריגע אקטיוו פון קרבן האט מיר אויך זייער געכאפט.

אווער אלל, בעריס שטומע איז קריסטל קלאר וואו אייביג, און הערט זיך גאר געשמאק און רואיג.

פרישע מממ..?!?! גם ציפור מצאה בית מצאה בית, אונזער גאט האט א געבאט לשמוע זיין בתפלת רבים.
(קלי למה פון שלומי גערטנער)

כמעט יעדע נייע ניגון האט גע'גנב'עטע תנועות.

.
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:מאן דיהיב איז עפעס א באמבע פון א ניגון פרישע געשמאקע תניעות און גאר שיין אראנדזשירט.

די נידריגע אקטיוו פון קרבן האט מיר אויך זייער געכאפט.

אווער אלל, בעריס שטומע איז קריסטל קלאר וואו אייביג, און הערט זיך גאר געשמאק און רואיג.

פרישע מממ..?!?! גם ציפור מצאה בית מצאה בית, אונזער גאט האט א געבאט לשמוע זיין בתפלת רבים.
(קלי למה פון שלומי גערטנער)


די אינטרא פון די ניגון הייבט זיך אן אזוי ווי די וויזניצע טירירא רארא רארא ראראם הייליגע שבת....
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
חידושים
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 6:44 am

Re: בערי וועבער - קרבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידושים »

בערי זינגט ווי א מומחה וואוו !!!

די ניגונים זענען רוב געגאנבעט (על כל פנים די שיינע) קרבן צווייטע פאל איז כרובים עליונים סטייל נישט געמאכט פאר איינעם העכער די 27 יאר אויסצוהערן..

אמת צווייטע פאל איז די נודה נודה נודה אקוארט נאכגעמאכט..

רצון בוראינו איז הייב אויף דיינע הענטעלעך פין ליפא…

חג שמח איז השם מלך השם מלך… אדער יש תקוה

מאן דיהיב איז א שטיק נשמה אבער סאיז צאמגעשטנלט פין אסאך ניגונים אנגעהויבן פינעם אינטרוי כדארף מיך דערמאנען..

זה דודי איז די קנאק יעס פריש שיין !!

עוד יוסף חי איז זייער שיין אבער כגלייב נישט איינער גייט זיך ארומדרייען נעקסטע וואך זאגן ״איך בין יוסף״ אבער כגלייב סאיז דא מענטשן וואס וועלן פילן קאנעקטעט צו דעם ניגון…

לגבי די קול באשה אין איזרעלי ניגונים וועל איך לאזן די בית יעקב אין די איזרעליס קאמענטן..

אבער יעצט צום פוינט.. בערי זינגט רייסעריש אין ער קומט ארויס זייער שטארק אין מיין פילינג איז אז ער גייט ארויפגיין צו 12 אלפים א חתונה וועגן אינפלאציא..
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”