לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כינור ווי אייביג!!!

אבער די ניגון קען איך נישט טרעפן...
כינור האט געשריבן:10. מלוך

איך זעה די ענגלישע ווערטער אויף מיין אייטאנס שטייט אויך מילויך, שקאנאנוג וואו האט מען געטראפן דעם ווארט...

נו לאמיר זינגען מלוך מלוך מלוך כל הארץ כבודו....

עני וועי אמר״ש פון די טעותים, איך זעה די נקודות אויפן בוקלעט זענען פאריקט, ס׳געשעהט ווען מ׳קאפיט פון אינטערנעט אדער ווארד און מ׳פעיסט אין אינדיזיין, ווייל זיי אפערעיטן אנדערש. ס׳איז אבער דא א סימפל וועג צו דאס פיקסן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

WOW כינור! מאסיוו מאסיוו. איך האב געפלאנט צו ווארטן ביז די אלבום גייט ארויף אויף עפל מוזיק. דו האסט מיך נארוואס קאנווינסד עס צו קויפן יעצט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

כינור האט געשריבן:בס״ד

7. ואהבתך

הערט זיך ווי מונה׳ס אלטע סחורה די ערשטע פאר סעקונדעס. די עלעקטריק פיאנא קומט אריין קלאר…

די מוזיק דערמאנט פון אייזיק האניג. ווארעמע לאופער פלעיווער צוגעפאסט פאר א חסידישע ניגון. גאר געשמאקע מוזיק גאר קלאר אזש מען קען באלד הערן יעדע אינסטרומענט אין זיין פלאץ.

דא מסביר געווען וואס ס'האט מיט אייזיק'ן
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p3427814
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

ליכטיגע דורות

ס׳איז טאקע שפעט, פארשידענע מניעות האבן פארשווערט, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. מ׳ברויך טאקע א שכוח געבן פאר אפאר ניקס וואס האבן געמאכט זיכער אז מען זאל אוועקלייגן צייט אויסצוהערן דעם אלבום… עס האט געלוינט.

פארוואס איז נאך אזוינס נישט געווען? מען מאכט סידיס אויף דאס און אויף יענץ אבער פונעם עיקר האט מען פארגעסן. פונעם עשה טוב איז דא איבער׳ן קאפ אבער פונעם סור מרע איז כמעט נישט פארהאן כאטש וואס ס׳איז די מערסטע אויפן קאפ פון יעדן איד, ווארום, די יצר פרובירט יעדע רגע פון טאג אונז צו מכשיל זיין און ברענגט אויף אונז נסיונות צומאל אומדערטרעגליכע וואס אלמלא הקדוש ברוך הוא׳ס הילף וואלט מען אים נישט געקענט בייקומען. ביי א איד איז מלחמת היצר די עיקר באשעפטיגונג. פשוטער פון פשוט. מען ספראוועט זיך טאג טעגליך מיט כל מיני נסיונות שונים ומשונים אבער מען רירט נישט צו דעם טאפיק. אז דער גוי איז זיך משתמש מיטן כח הנגינה דירעקט אויף אומווערדיגע תוכן מוזן מיר מאכן קאנטער ניגונים וואס זאל ווייזן ווי זיך צו שטארקן דערויף, חלילה נישט פארשוועמט צו ווערן פונעם דמיון וואס שפירט צומאל אמת׳ער ווי רעאליטעט.

די קוראזשפולע נישט קאריערע מוזיקאנטן אונטער דעם אלבום ברויכן באערט ווערן מיט די העכסטע אויסצייכענונגען. זיי האבן אריינגעלייגט בלוט און שווייס און נישט געשפארט קיין צייט און געלט אלס בלויז למען כבוד שמו יתברך. וואס קען זיין שענער. וואויל איז דער וואס האט געהאט א חלק אין דעם מנחת ביכורים פארן טאטן אין הימל.

די אידן דא האבן זיך געקליגט. אלבום קויפערס אין אלגעמיין וועלן האבן ווייניג געדולד צו שטיין איבערגעבויגן און אויסהערן א קנאפע קוואליטי אלבום וואס פראקלימירט א מעסעדזש וואס געווענטליך מיינט מען אז מען האט שוין ארויס סייווי. ממה נפשך, דער וואס האט נישט ווייסט דאך פארוואס ער האט נישט, און דער וואס האט יא וועט דאך נישט קויפן דעם אלבום… זענען די אידן געגאנגען און משקיע געווען כוחות און געלט אז די אלבום און אירע לידער זאלן זיין געשמאק צום אויער כדי מען זאל עס וועלן איבערהערן און איבערהערן און אינאיינוועגס עררייכן דעם ציל פונעם אלבום; באקומען די נויטיגע דאזע חיזוק זיך צו האלטן שטארק קעגן די נסיונות הדור. אשרי להם.

דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט אלבום, און אויך נישט קיין אלבום וואס א יחיד וויל ארויסגעבן צו מיטטיילן זיין ארט מיט די וועלט. דאס איז א מוסר אלבום מיט אן איין איינציגן ציל להרבות כבוד שמים. דאס ברויך מען קויפן. דער וואס קאפיעט, איז א שטיקל שרץ וסידי בידו. אפי׳ ער וועט טאקע כאפן אן התעוררות דא דארט, האלט ער אבער צוריק די פראדוצירער פון ארויסגעבן א קומענדיגן. מיטן צוריקהאלטן די נישטיגע פאר טאלער וואס ס׳פארלאנגט זיך פון יעדע נארמאלע בר נש, ברענגט ער אונטער דעם פראיעקט וואס איז נאך אין די ווינדלען. ווי איך פארשטיי פונעם בוקלעט איז דאס נאר א התחלה צו א סעריע בעניני נסיונות הדור.

דאס איז איז די מערסט תוכנ׳דיגע אלבום פון יאר. די אווערד איז טאקע געגעבן געווארן אדר צייט אבער איך גלייב נישט אז דעם טיטל וועט אוועקנעמען ווערן ביז סוף יאר.

עניוועי, געגאנגען.

1. חבלי משיח

טעמע: וועמענס געדאנק איז אז דער חבל איז חבלי משיח? געניאל. אין די הקדמה צום ניגון שטייט נישט אז דאס האט ר׳ אלימלך אויך געזאגט.

אינטערסאנט אז מען האט דא געשמאלצן די פסוק פון ׳בחבלי אדם אמשכם׳, וואס איז בעצם א פאזעטיווע שטריק, צום אויספרובירונג שטריק פון וואס ר״ר אלימלך זי״ע האט גערעדט.

גראמען: מיין איך אז די ערשטע צוויי שורות האבן געזאלט גראמען. נישט ׳אויסדרוקן׳ און דערנאך ׳פלאגן׳. ס׳נעמט אוועק די ׳פלאו׳ פון די ניגון.

מוזיק: הייבט זיך אן מיט א הערליכע גרינבערגער הקדמה שטיקל באגלייט מיט אן עלעקטריק גיטאר וואס וויינט אריין און ווערט אויסגעקוועטשט צום מאקסימום. דאן קומט גאר א געשמאקע אינטרא! זייער געלונגען. נישט סתם געשאסן. די קווייער איז פיין.

גאר א געשמאקע ניגון! א נחת אויסצוהערן. א שיינע דריטע פאל. שטימט גאר גוט מיטן אינטרא. פשוט א שיינע ניגון. סאליד.

די הארמאניס פון די קווייער דארט פון הינטען ביי די דריטע פאל איז עפעס מאסיוו.

גאר געשמאקע מוזיק. די מוזיק לעבט אריין. געשמאקע שטיקלעך מיטן טראמפעט דורכאויס.

2. עקיבה׳לעס בריוו

טעמע: אוי ס׳ציפט. עס שניידט אין זיבעטן ריפ. אזוי געניאל ארויסגעברענגט די חורבן וואס א כלי איז ביכולת צו מאכן צווישן טאטע און זוהן. א כיטרע געדאנק אז די בריוו איז געשריבן אויף למפרע. אזוי ענדיגט זיך עס פאזיטיוו. אז נישט וועט מען ברויכן נאכן אפזינגען דעם בריוול פארציילן אז דערנאך האט די טאטע עס אויפגעגעבן וכו׳ און סתם צולייגן איבריגע קערעקטערס.

גראמען: וואס איז פשט אז אינמיטן רעדן בלשון נסתר רעדט מען לשון נוכח? ׳ער קומט אהיים׳ דאן ׳וועל איך׳ און דאן צוריק ׳ער באמערקט׳.

די פאראגראפן ״לכבוד מיין טייערע טאטי״ און ״ס׳האט צובראכן מיין הארץ״ זענען די מערסט געלונגענע.

די ליניע ׳ער האט א טאטע א געטרייעלע, ווייל ער האט נישט די כלי׳, איז אביסל צו שארף.

מוזיק: די מוזיק קומט אריין קלאר! אן איידעלע פידעלע און פיאנא באגלייט מיט דעם נשמה׳דיגן הארפ און דערנאך דעם טשעלא. הערליכע אינטרא.

פשיהא די פיאנא מאכט מאסיווע שטיקלעך! איך הער אויס אן וויסן ווער ארראנדזשירט וואס. נאר דערנאך בליק איך אין בוקלעט. כ׳ווייס נישט ווער האט דאס ארראנדזשירט אבער טעלענט איט איז.

מעו הערט אז די זינגער איז נישט קיין קאריערע זינגער אדערווייל. דארף נאך אביסל קאנפידענץ. ער האט אבער א הערליכע שטימע און איבערהויפט הארץ און געשמאקע קוועטשעס.

די מוזיק ברענגט נייע דיימענשעס אין הויעכן פאל. מיט די דיפרינט ביעט און די לאאפס (Loops) אין הינטערגרינד. די קאורדס זענען אזוי דיפרענט. די בעיס קומט אריין געוואלדיג. כ׳האב הנאה דערפון ווייל דאס איז שוין א באקאנטע ניגון און מיט די מוזיק ווערט עס באלד ווי ניי. דא ליגט א באנטש ארבעט. wow, די ביעטס פון 5:47 א״וו שפאצירן ארום אזוי אויף די 16׳נער נאטן און האלטן זיך נישט צום פשוטן בעללעד. נעקסט לעוועל בעיס. און די סינטיסייזער וואס מען קען קוים הערן אין לינקן אויער ביי 6:04 געוואלדיג שבגעוואלדיג. די בעיס פארציילט צוזאמען מיט לייפער׳ן צום סוף ״ביי די שכוח טאטי פון דיין עקיבה׳לע״.

ביי 3:38 איז צו שטארק די טונינג.

3. פארדינט

טעמע: ס׳איז אזוי געשמאק אראפגעלייגט דעם גאנצן טרעק אז אפי׳ מען הערט עס צען מאל קען מען עס הערן נאכאמאל.

גראמען: wow! מושלם. אזוי געשמאק צו לעזן די ליניעס. מערסט געלונגענע גראם: ׳דורכ׳ן אויסהארכן׳.

מוזיק: געשמאק… גאנץ מאדערן מט די אריינגעדעכצער און סאונד עפפעקטס. ליפא׳דיג.

איז די ניגון נישט א פרייליך? זייער קריעטיוו וואס מען טוט מיט דעם לידל.

ער זינגט פיין כאטש אויך נישט קיין קאריערע זינגער. ער זינגט מיט באקציין. פיינע דיינעמיקס אויך. ער פארציילט די מעשה דורכ׳ן זינגען.

די מוזיק איז געוואלדיג! די פרענטש הארנס, די סעקסעפאן, א מחי׳. מוראדיגע מוזיק. דערמאנט מיר פון הערשי גינזבורג ווי ער פארציילט די מעשה מיט די מוזיק מיטן טוישן די ביעטס און די אינסטרומענטן ליניעס. געוואלדיגע השקעה. די מוזיק איז צו באלעקן.

4. גערוישן אין הימל

טעמע: אזוי הערליך און אידישלעך. א שטיק חיזוק פארן נסיונות געפלאגטן איד זיך צו דערהאלטן אין עולם השפל. די פזמון איז לעכטיג. ׳ווען ס׳פאלט דיר א טרער, זיך צוריק צו האלטן איז דיר שווער׳. מורא׳דיג.

גראמען: די ווערטער וואלטן געקענט ווערן אביסעלע בעסער געזעצט אויב שטרעבט מען צו פערפעקציעניזם.

ביי דעם שטיקל ׳עס איז פאר קיינעם קיין סוד׳ ענדיגט ער ׳מיטצוהאלטן דו וועסט וועלן׳. פארוואס שרייבט מען נישט ׳מיטצוהאלטן יעדער וועט וועלן׳? אזוי פארפארט מען נישט פון נסתר צו נוכח.

מוזיק: די וויזניצע קוועטש ביי ׳אור׳ ממש אנהייב פעלט נישט אויס. (אזוי ווי ביי 4:40 דורך די קווייער)

מען האט גענוצט א פאפ פילטער? די פ׳ פון ׳אראפ׳ ביי 48: איז צו לופטיג.

׳דוקא ווען אין הערצעלע ס׳ציהט׳ איז גאר גוט אראפגעזינגען. בכלל זינגט ער דא הערליך.

אביסל צו שטייט די ניגון. קומט אביסל שנעלער דוכט זיך.

עניוועי געשמאק צו הערן. שיין און איידל אררעינדזשט. ביי 1:51 שרייט די קווייער אביסל טו מאטש. די פידעלעך ארבעטן אריין כדבעי. די איסטוועסט ראנס… א הערליכע אררעינדזשמענט. ספעציעל די דראמס.

וואס איז די סאונד עפפעקט ביי 2:34?

אוי די לייפער זינגט דאך מיט אזא נשמה. יחיד בדורינו.

5. ניו יארק 5680

טעמע: גאנץ אן אויסגעדראשענע צושטעל דאס צוגלייכן די נסיון פון שמירת שבת צו טעכנעלאגיע. די בעלי דרשנים האבן דאס שוין אויסגענוצט. אבער איין פאראגראף האט מיר געכאפט. ׳אוי, מיר אלע דיינע חבירים׳ וכו׳ ווי ער לייגט אראפ אז ׳בעצם איז מען נישט מחלל שבת׳ איז א נייע דערהער. (כאטש איך ווייס נישט אויב דאס איז קראנט).

כ׳האב הנאה ווי ער דערמאנט ניטאמאל טעכנעלאגיע… ווייל ס׳איז פארשטענדליך דער מכוון.

גראמען: די ווערטער זענען גאר גוט געזעצט! גאר גוטע תוכנ׳דיגע ליניעס. בעסטע גראמען: זעטן, מאנהעטן. הארט, בחרת. wow.

מוזיק: אהה הייבט זיך אן אזוי נאסטאלדזשיק מיטן פייפערל. הערליך.

די באסעווע ארץ ישראל׳דיגע אקצענט און שטימע איז עפעס פרעמד… נאך 4 אמעריקאנע טרעקס. ער זינגט אבער גוט פול מיט נשמה און תמימות׳דיגע ענערגיע.

די מוזיק איז ווידער געוואלדיג! ספעציעל פון 1:38…

ביי 2:46 די אראבישע פערטעל נאט פידעלע…

די קווייער קומט אויך אריין ספעציעל קלאר. ממש פראפעסיאנאל. מער ווי די פאריגע טרעק.

6. דער גאסט

טעמע: זייער געניאל דער געדאנק פון געסט… ס׳ליגט אסאך פארכמאנישקייט אין צוזאפלעכטן ביידע נושאים.

גראמען: שיינע קריעטיווע ליניעס. בעסטע גראם: פארטעמט פרעמד.

מוזיק: חיים יצחק איבערראשט אויף דעם סידי! די אינטרא איז געוואלדיג.

די וואקאלן אין אנהייב האבן צו פיל דילעי. צו מערקבאר. די פיאנא איז אביסל שארף און נישט דיינעמיק. ווי איינער קלאפט מיט די זעלבע וועלאסיטי דורכאויס. אביסל צו הויעך כלפי די וואקאלן.

די מוזיק איז פיין און קאלירפול. איך שפיר דא ווי די ארראנדזשירער איז מער פריי צו טוהן וואס אים געפעלט. וואס הייסט? ס׳איז גאר געשמאק צו זיין א חתונה שפילער, ווייל דאן קען מען ארויסקלאפן אלע מינע אררעינדזשמענטס און הארמאניס וואס עס פאלט נאר ביי אנע זארג ווייל עס איז נישט אפעציעל. משא״כ ווען מען אררעינדזשט א ניגון איז מען אין א געוויסן זין מוגבל צו די קאמפאזיציע און מ׳ברויך עס באדינען ווי א קעניג. דא,וויבאלד די ניגון איז שוין א באקאנטע, שפילט זיך די ארראנדזשירער ארום דערמיט און לייגט צו קאליר פון אלע זייטן… כיד הד׳ הטובה עליו. טוישט ביעטס, אררעינדזשט אינטערסאנטע ריטעם אינסטרומענטן, קאורדס, סייד עפעקטס, ס׳טוט זיך. גייט צו מיט א לייכטקייט. ס׳איז געשמאק אויסצוהערן.

די קאורד ביי 2:56…

וואס איז די גראגער ביי 3:20? אויסצומעקן המנ׳נען?

פיין די וואקאלן ביי 4:42 ווי ער באגלייט די קאורד.

די יונגל זינגט מוראדיג.

7. גוט מארגן

טעמע: צוקער! ס׳שפירט ווי דער וואס האט געשריבן די ליניעס האט אמאל פארמאגט אזאנס… ח״ו איך בין נישט חושד… אבער אזוי גוט אראפצולייגן? ׳והגית זיין מקיים׳, ׳ער זיצט ביי א שיעור פארקויפט ער׳… אייזענע ליניעס.

גראמען: די ווערטער זענען געזעצט עפעס נישט נארמאל גוט. בעסטע גראמען: אדמו״ר, לייד מיר. טאטי, זייט, דו. Wow!

שארפסטע ליניע: ׳מיין רבי האט געזאגט דו וועסט זיך פרייען׳.

הנאה געהאט ווי ער טוישט פון טייערע יונגערמאן צו הייליגע יונגערמאן.

מוזיק: גוט גוט… וואס איז די גרודער וואס מען הערט אנהייב? איך מיין ווי אזוי ווייסט יעדער אז דאס איז נאטאפיקאציע קלאנגען? מוז מען זאגן וויבאלד אמאל איז געווען אזא דערהער ווי א כלי אין א בית המדרש, האט דער גאנצן עולם זיך באקענט מיט דעם טרויעריג בארימטע גרודער׳ל וואס רופט אויס כי לי בני ישראל עבדים און האלט פארשקלאפט בעלי בתים מיט אן אומגעהויערע צוואנג אזש אפי׳ אינמיטן שמונה עשרה איז ער נומער1 ליידער.

די אינטרא איז נעקסט לעוועל… די סאונד עפפעקטס שטימען גענוי אויפן ביעט… די סטרינגס אין אינטרא איז נישט פערטיג.

ווידעראמאל צופיל עפפעקטס אויף די וואקאלן.

די קווייער איז געוואלדיג! די קאורד ביי 2:54 איז צום פינטל. בכלל באגלייטן זיי גאר גוט די קאורדס.

גאנץ מאדערנע מוזיק און שטיקעס… ווידער ליפא׳דיג.

ביי 4:50 ״יא ס׳איז זייער שיין״… טריקן ווי א באקסער. גוד דזשאב.

דא איז דא געוואלדיגע שטיקער מוזיק.

בום! די ווינדואס קאמפיוטער ענדע… נאך א סערפרייז.

8. דער וואונדערליכע חתונה

טעמע: די מוסר השכל שרייט פון אזויפיל ווינקלען. א רירנדע עמאציאנאלע געשיכטע. די וואונדערליכע חתונה. פשוטו כמשמעו.

גראמען: לאו דוקא חידושים און גראמען אבער גאר גוטע ליניעס בעטעמט און גרינג אויסצוהערן.

מוזיק: א קלאסישע שיינע אינטרא. די ניגון איז גאר א געפילישער מיינאר ניגון. די ניגון רעדט פאר זיך גאר אסאך. דא פעלט נישט מער ווי גאנץ גוטע ווערטער צו שטורעמען הערצער. אבער דא איז אויך דא געוואלדיגע ליניעס. בינאזאם ברענגען זיי אראפ דעם דאך.

וואו! די הארמאני פון קינד אויפן ערוואקסענעם איז עמאציאנאל!

פשיהא, מען טוישט די ניגון אינמיטן צום הערליכן חשוף פון אלי לאופער. אזוי שיין!

ביי 4:11 וואלט מען געדארפט די וואקאלן א טראפעלע בעסער טונען.

די מוזיק האט נישט קיינע שטיקעס און גלעקלעך אבער באגלייט די ניגון געשמאק.

ער זינגט הערליך דער פייערווערקער. פול מיט הארץ און א שיינע קאלעראטור שטימע. דעם קינד׳ס קול בלענדט עפעס אויסנאם מיט חיים מרדכ׳ס זיידענע ווארעמע שטימע.

ביי 3:33 איז די וואקאלן וואקעלדיג.

9. געצוואונגענע שליחות

טעמע: קוריאז… דער טעלעפאן רעדט. א גוטער געדאנק צו קומען פון אן אנדערע פערספעקטיוו. ער ברענגט גאר שטארק ארויס די נסיון און אז בעצם מיינט מען נישט קיין שלעכטס. ער גייט אריבער אלע סגולות ווי צו ווייזן אז דער איד באזיצט עמערס יראת שמים אבער דאך שלעפט אים דאס צוריק. גאר אן אינטערסאנטן טיפן ניגון.

גראמען: די עצם ליניעס דא זענען סאמטינג ספעשיל! מער ווי די גראמען.

מוזיק: די מוזיק אויף דעם סידי איז בכלל נישט אויף די יאנטשי זייט… ווי מען וואלט ערווארטעט פון א סידי ווי די ציל איז די מעסעדזש און נישט די מוזיק. עס איז באלד אויף די אנדערע זייט ספעקטרום. עלעקטראנישע קולות מיט סייד עפפעקטס… געשמאק.

די קאורדס מיטן גיטאר איז נעקסט לעוועל! די ריטעם איז מורא׳דיג! אוי דעם סנעיר.

די דראמס זענען פון היכל הנגינה.

די סטרינגס קומען אריין קלאר.

די יונגל סאלא איז קריסטאל.

חיים מאיר פליגמאן קומט אריין פול מיט הארץ. ביי 5:09 ברויך מען צופוצן די וואקאלן.

ביי 7:06… אייזן.

10. ליכטיגע דורות

טעמע: ווי פאסיג אז די אלבום ענדיגט זיך מיט אזא ניגון. נאך אלעס וואס מען האט געהערט ברויך מען א תפילה טאן צום קל חי צו האלטן זיך און די דורות ערליך און ריין.

גראמען: די גראמען זענען זייער פשוטע ס׳זאל זיין נאכזינגבאר. כל הכבוד. אז נישט ווערט עס צו קאמפליצירט נאכצוזינגען ספעציעל פאר די יונגערע.

מוזיק: די ניגון איז געבויעט שטאנדהאפטיג. א גוטע געביידע. ביים ערשטן מאל האב איך נישט געזען דעם בריליאנט אין הויעכן פאל, אבער די טעם איז געקומען מיטן איבערהערן. א הארציגע איידעלע סאלידע מעלאדיע. די חידוש פון די ניגון איז די תנועה אויף ארויף פון שיהא זרעי אין ערשטן פאל. עס טייטשט אזוי גוט די ווערטער. מען נוצט עס טאקע אין אינטרא. ער האט זיך גע׳עפענט די הערצעלע דעמאלטס. די הויעכע פאל איז אויך איין שטיק הארץ. טאקע נישט די נייעסטע תנועות, אבער עס שלענגעלט זיך הערליך.

די מוזיק איז וואויל. באגלייט די ניגון באלד ווי לאופער.

דוד לייפער! כ׳ווייס נישט וואס איז גרעסער. זיין השתפכות הנפש ביים זינגען אדער זיין גין גאלד קול׳עכל.

יענקי דסקל קומט אויך אריין מיט שטיקער פון זיין וויזניצע הארץ.

…….

נישט געראכטן אויף אזאנס! אן הייליגע אלבום. מ׳שפירט אויטענטישע ׳פארצייטישע׳ אידישע תוכן דורכאויס דעם אלבום. מ׳שפירט יראת אלוקים.

דא ליגט אויסערגעווענליכע כשרונות. ארויסצוברענגען נאר איין א טעמע, און נאכאלץ עס באווייזן צו האלטן אויפן נישט בארינג זייט, איז טאלאנט.

מען נעמט ארום דעם נסיון פון אלע ווינקלען.

דאס וועט בלייבן ביי מיר אינדערהיים פאר יארן צו קומען בס״ד. מיינע דורות זאלן דאס איינזאפן פון יונגווייז אן צו זיין קאמפס גרייט ווען די נסיון קומט אונטער.

יישר כוחכם!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

ליכטיגע דורות קומטצעך א ליכטיגע אנאליז… און דאס האסטו דעליווערט!! הערליך הערליך. א כינור לעיבל…
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

וואוו שכח כינור.... דיין אנאליזן איז רייך אינטרעסאנט צו ליינען אפי מ'האט נישט געהערט די סידיס... איך הער כמעט נישט קיין נייע אלבומ'ס..... לעכטיגע דורות איז די ערשטע אנאליז וואס האב איך יא אויס געהערט די סידי.... די אנאליז איז A1.... שכח... גיי אן....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

העי, איך האב יעצט געליינט דיין אנאליז אויף השפעות. הערליך!

אסאך אינטראוס זענען נישט ניי. כ'מיין אז איין ניגון האט שמשי ניימאן זייער אן ענדליכע ניגון. ווייסט איינער פון וואס איך רעדט?
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

עלי הגיון? בכנור!
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

הערליך!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

כינור האט געשריבן:בס״ד

ליפא שמעלצער - בבליפא

10. שלם ישלם
לחן: חזקי ווייס

די חידוש פון נעמען דעם ענין פון שלם ישלם המבעיר את הבעירה און עס שמעלצן מיט דעם אני הציתי אש בציון איז מורא׳דיג. די אידישע ווערטער איז צוקאש.

נישט זיין חידוש עס איז א בפירושע גמרא אין בבא קמא (איינער מיטען דף ביטע?)
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:בס״ד

ליפא שמעלצער - בבליפא

10. שלם ישלם
לחן: חזקי ווייס

די חידוש פון נעמען דעם ענין פון שלם ישלם המבעיר את הבעירה און עס שמעלצן מיט דעם אני הציתי אש בציון איז מורא׳דיג. די אידישע ווערטער איז צוקאש.

נישט זיין חידוש עס איז א בפירושע גמרא אין בבא קמא (איינער מיטען דף ביטע?)

די באבובער רב ז"ל האט עס גענוצט אין זיין קינה אויפן צווייטען וועלט מלחמה, שלם ישלם המבעיר את הבעירה...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

קרבן - בערי וועבער

בערי, א זינגער מיט א ריזיגע נשמה. אמת און גראד. א מוסטער פאר אנדערע. און איבערהויפט, א הערליכן שטימע איז אין זיין באזיץ. גאנצע זיבן הונגער יארן האבן מיר געווארט אויף אן ארטיקל פון עהמ׳ן. און ענדליך הנה זה בא, א קרבן איז דא.

1. רצון בוראינו
לחן: בערי

א שיינע ערשטע פאל. געשמאק און אפליפטינג. די ווערטער זענען גאר גוט געזעצט. די בעיס גיטאר מאכט די פאל אינטערסאנטער. די מוזיק איז גאר געשמאק.

אויפן ערשטן רגע האט זיך געדאכט ס׳איז שניצלער ווייל עס ענדעלט אין די אינטרא פון ר׳ טרפון אויף יונגערליך 3 מיט דעם וואס עס הייבט זיך אן מיט א סאלא אינסטרומענט און נישט פארגעסן פון זאנוויל׳ס זוכרי זמירות. עס ווערט אזא סיגניטשער פונעם. און יא, ס׳איז טאקע אים. (מנהגי צו קוקן אין בוקלעט נאר נאכן אויסהערן) גוד דזשאב!

אינטערסאנט ווי מען קען דערקענען דורך די קליינע דיפירענצן אין די קאלעראטור פון די קווייער ווער עס האט עס געמאכט. דא איז עס גליק פארשטייט זיך.

א פיינע אנהויב.

2. קרבן
לחן: הערשי וויינבערגער

דא באווייזט וויינבערגער ווידעראמאל צו קוועטשן די ריכטיגע קנעפלעך. זיין חידוש איז, אז ער ווייסט וואס דער קאסטומער וויל און האט ארויס וואס די זינגער וויל הערן.

כ׳ווייס נישט פארוואס אבער איך האב אזוי געשריבן די ערשטע מאל כ׳האב געהערט די ניגון: בעיסיק ערשטע פאל. גאר א שיינע געזינגעכץ און דערנאך א בעיסיק הויכע פאל. איך ווארט אויף חידוש, ספעציעל פון א Title טרעק און כ׳טרעף עס (נאכ)נישט. די ׳מיין קרבן שוין נעם׳ איז מיר די מערסטע געפאלן. די איבריגע הויעכע פאל פיל איך ווי מען קוועטשט אויס אלטע תנועות מיט די האפענונג אז עפעס ניי וועט זיך שאפן. שוין, אוועראלל א פיינע ניגון.

אבער ניין. די ניגון איז א שטיק הארץ. איך זעה די רויע געפילן דערין און דער כוונה פונעם מעלאדיע. די געבויעכץ איז גאר א גוטע. די ערשטע פאל קומט אריין קלאר און די צווייטע פאל ציפט.

די ניגון איז א סארט וואס איז געמאכט צו פארכאפן די מאסן אין עקסטאז מיט די אידישע - קומזיץ פרענדלי - ווערטער און הארציגע תנועות, כאטש די ניגון איז איבערהויפט נישט א מוזיקאלישע יוסי גרין חידוש.

מען דערקענט דא די ענערגיע אויסברוך וואס וויינבערגער האט דא געהאט ביים קאמפאזירן. דער האט זיך געשאקלט אזש ס׳איז געגאנגען א רויעך. מעיבי איים ראנג, אבער אזוי הער איך אין די ניגון.

בערי זינגט דאך אזוי הארציג. (ער האט א פארשטאפטע נאניע אנהויב) ווער עס האט אמאל געהערט ר׳ בערי׳ן זינגען אזוי נידריג זאל אויפהייבן די הענט. באלד 15 יאר אין זיין קאריערע און נארוואס אויסגעפונען. קען ער גיין אין קאנקורענץ מיט ר' מיכאל'ן.

א נייע סטייל אריינצולייגן אביסל מוסר דיבורים. נישקשה. אויפן גאנג פון שמילא אונגאר אבער דאסמאל רעדט ער פון זיך ווי איידער וואס אנדערע זאלן טוהן. הנאה געהאט. די מעסעדזש פון די ניגון איז איין שטיק חידוש. און דערפאר אליינס פארדינט ער צו זיין די הויפט ניגון.

איינער קען מיר מסביר׳ן וואס גענוי שלום בית האט מיט קרבן?

די אינטרא איז ערשטקלאסיג. די מוזיק איז אביסל צו עלעקטראניש אנהויב. גאנץ סימפל מוזיק אבער באגלייט שיין. כ׳וואלט מער אפרישיעטעד עכטע סטרינגס.

די קווייער איז געוואלדיג. (עפעס איז ראנג ביי 3:03)

3. געב א שמייכל
לחן: אחים בלומשטיין

דאס איז שוין אן אלטן ניגון דאכט זיך. נישט צו מיין הארצן אזוי. די הויעכע פאל איז ממש אלט. ווייטער. א גוטער געדאנק גראדע די ׳סיבה׳ אנשטאט ׳שמחה׳. ד״ה אז דו זאלסט זיין די סיבה אנדערע זאלן שמייכלען.

4. מאן דיהיב
לחן: מאיר אדלר

ר׳ מאיר קומט מיט א ניגון. און נאך ווי א ניגון. א רייכע הארציגע מעלאדיע.

עס האט זיין פלעיווער. די תנועה פון ׳מאן דיהיב חיי ׳האט ענדליכקייטן צו ׳נצח נצח ישראל׳ וואס ר׳ מאיר האט קאמפאזירט אויף די טרעפן פון עטרת חיי.

אה! ר׳ משה איז דא. די מוזיק גייט ארויף א שטאפל. אוי די אלטע קלעסיק פלעיווער. (ביי 55: מאכט ער א בי פלעט מעידזשער אנשטאט א סי מיינאר)

כ׳האב מורא׳דיג הנאה אז ער קומט מיט נייע מעסעדזשעס! נישט קלישעי איבערגעזיפטע טעמעס. געוואלדיג.

5. אביסל
לחן: משה קליין

די נאמען איז שוין אן אינטערסאנטע. ווער ווייסט וואס קומט. עפעס אינעווייניג זאגט מיר אז דא קומט עפעס א געשמאק. עפעס אינטערסאנט גייט דא פאר. איך ווייס נאכנישט וואס. אלטע נאסטאלגישע מוזיק. מיט א האלבע גויאשע ניגון האלב איזרעיליש. הייבט אן מיט א הויעכן פאל. כ׳האב עס נאכנישט פארדייעט. איך בין פריש ניי געבוירן. געב מיר אביסל וואס??? גייט דא פאר?! איך בין נאכאלץ צומישט.

אה! ענדליך אינמיטן זאגט ער אמונה נחת שמחה. שוין יעצט ווייס איך.

היינט איז נישט מיין געבורטסטאג!

מען קען זיך גוט שאקלען אויף דעם ניגון.

א פיינעם קאמפאזיציע! די קאמפאזיציע פונעם ברידזש איז אויך פיין.

6. בכל עת
לחן:הערשי וויינבערגער

שוין יעצט ברויך ער געפעלן די פייוו טאונס מיט א מעידזשער ניגון אויפן ליטווישן הברה מיט א גאספעל קווייער. מיש. ווייטער. דזשאסט פאר די רעקארד כ׳האב באמערקט אז ביי פודה (3:36) מאכט ער די באוואוסטע קריצעריי. אקעי?

7. חג שמח

לחן: בערי

יעצט קומט א העברעישן ניגון. ווארום ביי אונז זאגט מען גוט יום טוב נישט חג שמח. די מוזיק דערציילט שוין וואסערע ניגון ס׳קומט. א טיפיקל ניגון מיט די ווערטער ׳שמים׳ ׳שמחה׳ ׳אחים׳. דאס איז געמאכט פאר די ברעסלאווער אנצוצינדען אויף זייערע קאלירטע טרעקלעך אדער פאר א הייליגע DJ מעמד צו משמח זיין די משמחים פונעם חתן.

אינטערסאנט אז פארקערט איז נישטא. מרדכי שפירא געבט נישט ארויס חסידישע ניגונים.

ביי 3:05 דרייט ער גאט גוט.

ווייטער.

8. זה דודי

לחן: ליפא שמעלצער

אה ענדליך! עפעס היימיש מיט געשמאקע סטרינגס. קומט אריין קלאר. איז דאס חזקי ווייס? הערט זיך ווי אים. קען איך מיר נישט איינהאלטן. גיימיר קוקן אין בוקלעט. ניין דאס איז ליפא. טעותי. געשמאק! אזוי שיין און איידל. די הויכע פאל אויך. די דריטע פאל איז קריספי. אזוי ווי ישראל בני מלכים אויף בבליפא. די איידלקייט.

נאך א שילוב פון ליפא און מונה. די מוזיק איז פערפעקט! איך הער דא קאלער׳ס פיאנא אין הינטערגרונד. סארי, כ׳מיין בלויז אז איך הער אזא איידעלע בלוז פיאנא.

די קווייער קומט אריין געוואלדיג. ביי 3:45 פרובירן זיי נאכצומאכן די סטרינגס פון פריער. טשיקאוו.

9. תורתינו

לחן: פנחס מרדבי וועבער

די מוזיק הייבט זיך אן פיין! מיטן עלעקטריק פיאנא. חידוש. א מאדערן אינטרא. קומט נאך א מאדערן ניגון? ניין.

דער ניגון שרייט פינקי. א געשמאקן ערשטע פאל. נאכן ערשטן מאל הערן, נעה, די הויעכע פאל וואלט געקענט בעסער זיין. נאכן צווייטן און דריטן, עס האט טעם. די געזינגעכץ דערנאך איז געשמאק… לכאורה האפן די ארויסגעבער אז עס וועט אויך געניסן פון די זעלבע סוקסעס פון כי לא תשכח וואס פינקי האט געמאכט און בערקוי האט אהערגעשטעלט. אגב, ביידע ניגונים זענען ענדליך דערמיט וואס די הויעכע פאל לויפט נידריג.

די מוזיק איז גאר גוט אלס מיט חידוש און מיט מאדנע אינסטרומענטן.

10. איפה כולם

לחן: יוסי גרין

א פייוו סטאר קאמפאזיציע. א געוואלדיגע געביידע. יוסי גרין קומט אריין לייק נעווער אין די לעצטע פאר יאר! הערט זיך ווי א קלאסישע איזרעילישע לידל ווי ירושלים של זהב.

די פיאנא! אה אזאנע איידעלע שטריכן. איר הערט די דראמ׳ס? די טרעק איז א ריכטיגע פראפעסיאנאלע. די אינטערלוד! די מוזיק איז אייזן אויפן איזרעילישן סלעש ישי ריבו סטייל.

בערי זינגט לעגענדאר.

11. פרשה

לחן: הערשי וויינבערגער

די ניגון הייבט זיך אן עפעס ספעציעל גוט! מיט די צוקער׳דיגע פיאנא. די אררעינדזשמענט איז פשוט געוואלדיג. פיל מיט חידוש. אזאנס האב איך נאכנישט געהערט פון שניצלער.ער צייכענט זיך אויס אין דערשנאפן (אדער ערצייגן) די Theme פון די ניגון און עס ארויסקעשן כדבעי. די הארמאניס איז קרעיזי. דאס הייסט א גוטע טרעק. טאלאנט. טאלאנט. טאלאנט. לאמיר נישט פארגעסן פון די מעלאדיע. געפאקט מיט חידוש.

ווי דער כאפט צאם אלע פרשיות מיט א ניגון נאך אויך.

וואס לאזט אונז בערי צום לעצט?

12. עוד יוסף חי
לחן: מאטי אילאוויטש

פשיהא אן איידעלע אינסטרומענט טראגט אריין אין אלט שטאט ירושלים.

דא קומט עפעס ספעציעל. אפשר א מעמד התבודדות? לאמיר אויסהערן און זעהן.

די רגע כ׳האב געהערט די עפענונג ווערטער פון די ניגון ׳איך בין׳ האט מיין מח גראד אהערגעלינקט ליפא. אבער ניין ס׳איז אילאוויטש. וואו וואו! די ווערטער, די סיפור, די דעליווערי, די תנועה, די מוזיק, די קאורדס (די בי מיינאר 7 ביי 1:48), די מלכות׳דיגע אינטערלוד, אנע ווערטער!

די ערשטע פאל איז עפעס אויסנאם! אילאוויטש פארוואס הערט מען נישט מער אזאנע?

די ערשטע מאל מען כאפט אן די געשיכטע פון יוסף פון אן אנדערן ענגעל. לאו דוקא די קדושה חלק ליבערשט די ׳בוליאינג׳.

קומסט פון א ׳שווערע׳ שטוב, איז געזעצט מיט די סקווירא הברה.

די מוזיק דא איז נישט נארמאל!

תם ונשלם.
………

איך גיי פאר דעם דעקל און גראפיקס. קלאסיש אנע פאטשקערייען.
…….
וועל דאן בערי!

די סידי איז ווערד דאס געלט מיט א שמיץ אריבער. בערי האט אהערגעשטעלט א שלימות און צוגעשטעלט טאפ קוואליטי ניגונים פאר אלע אידן פונעם ספעקטרום. (האב איך הנאה אז דער ניגון האט 12 ניגונים אזוי בלייבט ער מיט 10 שטארקע ניגונים. מיינעס געב א שמייכל, בכל עת)

די סידי איז איבערהויפט נישט בארינג. ס׳איז זייער קאלירפול און גאר בעטעמט פארן אויער. ער האט דא אפאר ניגונים וואס זענען פון העכסטן קאליבאר. ער האט באוויזן צו דערשנאפן פון קאמפאזיטארן ניגונים וואס זיי האבן שוין לאנג נישט אהערגעשטעלט.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דינסטאג יוני 07, 2022 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

WOW no words
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7668
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

וואס גענוי שלום בית האט מיט קרבן?אז די מזבח רינט טרערן װען א שטיב ציטײלט זיך איז װען ס׳איז יא דא שלום בית א קרבן
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

און אז מען דארף מקריב זיין פאר שלום בית.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

איבערגעהערט דעם אלבום מיטן פירוש חי... טענקס כינור!

עיפו קולאם איז גראדע נישט מיין טעיסט... אבער אדערווייז נאו קאמענטס.

-
יא. אני יוסף איז דער געווינער!
(אלס מיינט מען אז אלע 'מאטי קנייטשן' זענען שוין דאסמאל טאקע אויסגענוצט... אבער מאטי קומט אריין מיט א נייע סופרייז...)

איין הערה: סוף ערשטע פאל, ביי 'אינדערהיים איז מיר נישט גרינג געווען' וואלט איך געלאנדעט אויפן D, כ'ווייס נישט פארוואס ער גייט צוריק צום A.

און די ווערטער, ווי אלעמאל, רייך און פאעטיש!
די ווארט 'געקאסט' האט מיר געקאסט א שמייכל...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

געהערט די סידי יעצט בשעת'ן ליינען די פירוש פון כינור ס'האט אלע טעמים

אין אמת גערעדט די לעצטע שטיק צייט איז ביי מיר די "טשערי אן די פיי" פון יעדע סידי צו ליינען כינור'ס אנאליז בשעת'ן עס הערן

יישר כח
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

כינור האט געשריבן:בס״ד

די ניגון איז א סארט וואס איז געמאכט צו פארכאפן די מאסן אין עקסטאז מיט די אידישע - קומזיץ פרענדלי - ווערטער און הארציגע תנועות, כאטש די ניגון איז איבערהויפט נישט א מוזיקאלישע יוסי גרין חידוש.

אזא געשליפן פעדער׳ל כינור. די שורה איז אמת אויף רוב רובא הערשי וו״ב ניגונים. כזאג עס נישט אלס מעלה אדער חסרון ח״ו.

מהערט אסאך זיך טענהען לכאן ולכאן לגבי זיינע נגונים. פון איין זייט האט ער קאמפויזט טייל פון די די פאפולערסטע נגונים די לעצטע פינעף יאר, פון די אנדערע זייט שרייען מאנכע אז סאיז צי ליפטיג, וועפט אויס שנעל וכו׳, ואלו ואלו דברי וכו׳…

כהאלט נישט ער מאכט שלעכטע גויאישע ניגונים און ער האט שוין דעליווערט אסאך שיינע ניגונים וואס כ׳גלייך באמת, אבער אויף א גרויס טייל ניגונים שפירט זיך שטארק אז די עיקר ציהל איז לאו דווקא די עצם ניגון, נאר די ציהל איז סזאל זיין שגור בפי כל, מלייגט אפאר יודישע ווערטער, איין פאל אלס קעטש, מאקס צוויי פעלער ניגון און שוין. (׳וועמען זאל מען פרעגן וועמען׳, ׳כוויל זיין א ירא שמים׳ ׳קרבן׳ ואטו כי רוכלא..) פאר קינדער אלבומס מילא, אבער בכלליות ווייס איך אז ער קען באווייזן אסאך בעסער, נישט יעדע ניגון מיז האבן יודיש, נישט יעדע ניגון מיז זיין פאפולער פון דעי וואן, כוואלט אים ארויסגעשטיפט פון זיין באקס און געהייסן דעליווערן דריי/פיר פעלער ניגונים, זאל דעליווערן אן ווערטער ניגונים. כמיין עס מיט א אמת, כהאלט ער קען דעליווערן קנאקעדיגע קלעסיק סחורה וואס זאל בלייבן נחלת הכלל מער ווי איין חתונה / קומזיטס סעזאן, איינער ברויך אים נאר ארויסשטיפן פין שאכטל מיט געוואלד.

קאריאר איז שוין עסטעבלישט, ברענד איז שוין דא, יעצט איז צייט צו קאמפויזן ניגונים נישט מיטן עיקר ציהל צו כאפן די הערער׳ס הארץ, נאר צי געבן פאר די הערער צי שפירן זיינס.
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

כלל וכלל האט געשריבן:

זאגסט א וואויל נקודה. איך פיל אויך אסאך מאל אים צו זאגן 'געמער עפעס מער'.

.

הרב כינור, מאסיוו איז נישט די ווארט.
איך האב נאכאמאל אויסגעהערט מיט דיין באריכט. מורא'דיג מורא'דיג.
שכח און קיעפ אן.
לעצט פארראכטן דורך crunchy אום דינסטאג יוני 07, 2022 11:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

crunchy האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:בס״ד

די ניגון איז א סארט וואס איז געמאכט צו פארכאפן די מאסן אין עקסטאז מיט די אידישע - קומזיץ פרענדלי - ווערטער און הארציגע תנועות, כאטש די ניגון איז איבערהויפט נישט א מוזיקאלישע יוסי גרין חידוש.

אזא געשליפן פעדער׳ל כינור. די שורה איז אמת אויף רוב רובא הערשי וו״ב ניגונים. כזאג עס נישט אלס מעלה אדער חסרון ח״ו.

מהערט אסאך זיך טענהען לכאן ולכאן לגבי זיינע נגונים. פון איין זייט האט ער קאמפויזט טייל פון די די פאפולערסטע נגונים די לעצטע פינעף יאר, פון די אנדערע זייט שרייען מאנכע אז סאיז צי ליפטיג, וועפט אויס שנעל וכו׳, ואלו ואלו דברי וכו׳…

כהאלט נישט ער מאכט שלעכטע גויאישע ניגונים און ער האט שוין דעליווערט אסאך שיינע ניגונים וואס כ׳גלייך באמת, אבער אויף א גרויס טייל ניגונים שפירט זיך שטארק אז די עיקר ציהל איז לאו דווקא די עצם ניגון, נאר די ציהל איז סזאל זיין שגור בפי כל, מלייגט אפאר יודישע ווערטער, איין פאל אלס קעטש, מאקס צוויי פעלער ניגון און שוין. (׳וועמען זאל מען פרעגן וועמען׳, ׳כוויל זיין א ירא שמים׳ ׳קרבן׳ ואטו כי רוכלא..) פאר קינדער אלבומס מילא, אבער בכלליות ווייס איך אז ער קען באווייזן אסאך בעסער, נישט יעדע ניגון מיז האבן יודיש, נישט יעדע ניגון מיז זיין פאפולער פון דעי וואן, כוואלט אים ארויסגעשטיפט פון זיין באקס און געהייסן דעליווערן דריי/פיר פעלער ניגונים, זאל דעליווערן אן ווערטער ניגונים. כמיין עס מיט א אמת, כהאלט ער קען דעליווערן קנאקעדיגע קלעסיק סחורה וואס זאל בלייבן נחלת הכלל מער ווי איין חתונה / קומזיטס סעזאן, איינער ברויך אים נאר ארויסשטיפן פין שאכטל מיט געוואלד.

קאריאר איז שוין עסטעבלישט, ברענד איז שוין דא, יעצט איז צייט צו קאמפויזן ניגונים נישט מיטן עיקר ציהל צו כאפן די הערער׳ס הארץ, נאר צי געבן פאר די הערער צי שפירן זיינס.

זאגסט א וואויל נקודה. איך פיל אויך אסאך מאל אים צו זאגן 'געמער עפעס מער'.

גערעכט, אבער עיין מוציא אסורים, ויתן לך, מנאן, להתענג, דיינו, ועוד.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

פיאנא האט געשריבן:
crunchy האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:בס״ד

די ניגון איז א סארט וואס איז געמאכט צו פארכאפן די מאסן אין עקסטאז מיט די אידישע - קומזיץ פרענדלי - ווערטער און הארציגע תנועות, כאטש די ניגון איז איבערהויפט נישט א מוזיקאלישע יוסי גרין חידוש.

אזא געשליפן פעדער׳ל כינור. די שורה איז אמת אויף רוב רובא הערשי וו״ב ניגונים. כזאג עס נישט אלס מעלה אדער חסרון ח״ו.

מהערט אסאך זיך טענהען לכאן ולכאן לגבי זיינע נגונים. פון איין זייט האט ער קאמפויזט טייל פון די די פאפולערסטע נגונים די לעצטע פינעף יאר, פון די אנדערע זייט שרייען מאנכע אז סאיז צי ליפטיג, וועפט אויס שנעל וכו׳, ואלו ואלו דברי וכו׳…

כהאלט נישט ער מאכט שלעכטע גויאישע ניגונים און ער האט שוין דעליווערט אסאך שיינע ניגונים וואס כ׳גלייך באמת, אבער אויף א גרויס טייל ניגונים שפירט זיך שטארק אז די עיקר ציהל איז לאו דווקא די עצם ניגון, נאר די ציהל איז סזאל זיין שגור בפי כל, מלייגט אפאר יודישע ווערטער, איין פאל אלס קעטש, מאקס צוויי פעלער ניגון און שוין. (׳וועמען זאל מען פרעגן וועמען׳, ׳כוויל זיין א ירא שמים׳ ׳קרבן׳ ואטו כי רוכלא..) פאר קינדער אלבומס מילא, אבער בכלליות ווייס איך אז ער קען באווייזן אסאך בעסער, נישט יעדע ניגון מיז האבן יודיש, נישט יעדע ניגון מיז זיין פאפולער פון דעי וואן, כוואלט אים ארויסגעשטיפט פון זיין באקס און געהייסן דעליווערן דריי/פיר פעלער ניגונים, זאל דעליווערן אן ווערטער ניגונים. כמיין עס מיט א אמת, כהאלט ער קען דעליווערן קנאקעדיגע קלעסיק סחורה וואס זאל בלייבן נחלת הכלל מער ווי איין חתונה / קומזיטס סעזאן, איינער ברויך אים נאר ארויסשטיפן פין שאכטל מיט געוואלד.

קאריאר איז שוין עסטעבלישט, ברענד איז שוין דא, יעצט איז צייט צו קאמפויזן ניגונים נישט מיטן עיקר ציהל צו כאפן די הערער׳ס הארץ, נאר צי געבן פאר די הערער צי שפירן זיינס.

זאגסט א וואויל נקודה. איך פיל אויך אסאך מאל אים צו זאגן 'געמער עפעס מער'.

גערעכט, אבער עיין מוציא אסורים, ויתן לך, מנאן, להתענג, דיינו, ועוד.

יא אמת ער האט אויך פיינע סחורה, גאר פיינע, אבער סאם האו זענען פאפולער די דיספאוזעבעל וואנס, אזוי צו זאגן. אפשר זאל ער מאכן ווייניגער פון די סארט און אראפ סלאוען.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח כינור.

עז יוזשעל... א ש'כח פאר בערי, ווייל כאטש איך וועל זיין אלבום נישט קויפן, האב איך דאך הנאה געהאט פןונעם אנאליז.. אן הערן דעם אלבום... (לכאורה מיין כח הדמיון צו פארדאנקען...)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הארי פלארי האט געשריבן:געהערט די סידי יעצט בשעת'ן ליינען די פירוש פון כינור ס'האט אלע טעמים

אין אמת גערעדט די לעצטע שטיק צייט איז ביי מיר די "טשערי אן די פיי" פון יעדע סידי צו ליינען כינור'ס אנאליז בשעת'ן עס הערן

יישר כח

רט

עוד יוסף חי איז עפעס נישט נארמאל. די מוזיק איז שוידערליך שיין. מאטי מיר ווילן נאך אזאנע סחורה.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אגב די שטיקעל ביי 4:49 און ווייטער פון עוד יוסף חי ענדלט אביסעל צו די ”די שטארקייט פון טויזענט מענער” קאמפאזיציע פון פריילעך
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”