האלצשטיין האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:האלצשטיין האט געשריבן:איך האב איבערגעקוקט די גאנצע אדירי התורה מעמד.
עס וואונדערט מיר אז שירה איז נישט געשטאנען אויסגעשטעלט אזוי פראפעסיאנאל ווי געווענליך. בכלל זייערע מעמבערס זענען געווען א געמיש פון גאר נייע מיט אלטע, אפילו שרגא פייוויל גאלד זעלבסט, ס'האט עפעס אויסגעזען ווי מ'האט ארויסגעברענגט אלטע זינגערס אנצופילן דעם איווענט. די שירה זינגען איז נישט געווען אזוי שיין און געלונגען ווי אייביג, מעגליך וויבאלד זיי זענען נישט געשטאנען אויף א באקוועמע אוועקגעשטעלטע פאזיציע.
די הויפט זינגעסר האט געברויכט א שטיקל תיקון, ס'האט מיר נערוועז געמאכט אז יענקי דאסקאל האט געעקט ווי ער איז דער הויפט זינגער דא, חוץ אויב מ'האט אים טאקע באשטעלט צו זיין הויפט זינגער, ער האט די מערסטע גערעדט און געזינגען, און געמאכט ווי ער איז בעה"ב אויפ'ן דזשאב.
ישראל אדלער און דובי זענען אויך אריינגענומען שטארק, עס איז א שטארקע דערגרייכונג פאר דובי דארט צו זינגען, לכאורה זיין גרעסטע איווענט ווי ער האט געזינגען אפיציעל, כ'רעד נישט פון שפילן און אונטערברימען.
אייזיק האניג האט היבש ווייניג געזינגען, מיין הארץ גייט אויס וויאזוי ער ווארפט זיך ממש פאר שרעק ווען ער הייבט אן זינגען, עס זעט אויס ווי א שטראף פון הימל ווען מ'הייסט אים זינגען פאר א רבים. בשעת ער איז אין די ניגון ווערט עס אסאך בעסער, זיינע מאושענס מיט די הענט איז א שאד.
סך הכל, די זינגען איז שיין געווען אבער נישט עפעס מורא'דיגע, מעגליך די זעלבע ווי ביי שירה וויבאלד ס'איז נישט געווען קיין געהעריגע סדר אויפ'ן סטעידזש.
ווי איך האב אמאל געהערט,מאכט אייזיק די מאושענס כדי צו האלטן דעם ביעט. כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת...
נישט במציאות, ער ווארפט זיך ממש און זיין קול ציטערט.
איך האב נישט באטראכט דא אייזיק, אבער עס איז א דבר ידוע אז ער דארף מאכן מיט די הענט זיך צו האלטן אויפן ביעט. דאס מאכט אויך פארשטענדליך אז ער זאל האבן אן עקסטערע אימתא דצבורא ווען ער זינגט לייוו.
(איך האב אמאל געהאט ביי א חתונה ווי איך האב אים געבעטן צו זינגען צמאה פון בעלזא און ער האט נישט געוואלט, אסאך שפעטער איז מיר אויסגעקומען צו הערן אז דאס איז א ניגון וואס טוישט ביעט אינמיטן די ניגון…).
דאס איז א חוש וואס ווען מען האט עס נישט, איז נישט מעגליך עס צו באקומען אדער זיך דערלערנען.
נאכאלץ איז ער פון מיינע פעיווארט זינגער, מען קען זיינע סידיס איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל.