וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ברוכווארג
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:07 pm
לאקאציע: רעכטע ליניע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכווארג »

זאג א גוטס האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען אין אידיש Design

די 'דעזיין' פון די טישטעך איז געווען די זעלבע ווי אויף די טעללערס.
אנדערע אויסוואלן זענען:
אוישטעל, באצירונג, דעקארירונג, באפיצונג אדער דרוק סארט.
אין דעם פאל וועט דעקארירונג פאסן די בעסטע.
'פאסן' איז א סארט מוסטער. שטריכן / ליינס.
קען עס האבן א שייכות מיט כתונת "פסים".. ?
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

ברוכווארג האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען אין אידיש Design

די 'דעזיין' פון די טישטעך איז געווען די זעלבע ווי אויף די טעללערס.
אנדערע אויסוואלן זענען:
אוישטעל, באצירונג, דעקארירונג, באפיצונג אדער דרוק סארט.
אין דעם פאל וועט דעקארירונג פאסן די בעסטע.
'פאסן' איז א סארט מוסטער. שטריכן / ליינס.
קען עס האבן א שייכות מיט כתונת "פסים".. ?
אדער מיט "פסי" ביראות...
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

דרייטצעך האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען אין אידיש Design

די 'דעזיין' פון די טישטעך איז געווען די זעלבע ווי אויף די טעללערס.
אנדערע אויסוואלן זענען:
אוישטעל, באצירונג, דעקארירונג, באפיצונג אדער דרוק סארט.
אין דעם פאל וועט דעקארירונג פאסן די בעסטע.
דעקארירונג איז ביי מיר די זעלבע ענגליש ווי דעזיין.
אויב ווילסטו זאגן אז מ'האט עס שוין מגייר געווען, פרעג אז דעזיין האט זיך שוין אויך מגייר געווען.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איל משולש האט געשריבן:

נישט דא אזא ווארט דעקארירונג.

אבער יא דא: דעקאראציע, דעקארירן און דעקארירט. (קיינער פון זיי טייטשט נישט אפ דעזיין, לדעתי.)

די קינדער דעקארירן די סוכה מיט שיינע דעקאראציע..
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

שמחת עולם האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:

דעקארירונג איז ביי מיר די זעלבע ענגליש ווי דעזיין.
אויב ווילסטו זאגן אז מ'האט עס שוין מגייר געווען, פרעג אז דעזיין האט זיך שוין אויך מגייר געווען.
נישט דא אזא ווארט דעקארירונג.

אבער יא דא: דעקאראציע, דעקארירן און דעקארירט. (קיינער פון זיי טייטשט נישט אפ דעזיין, לדעתי.)

די קינדער דעקארירן די סוכה מיט שיינע דעקאראציע..
ס'איז ענגליש. די קינדער דעקארעיטן די סוכה מיט שיינע דעקארעישן...

דעקאראציע אין אידיש איז באצירונג.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איל משולש האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:

דעקארירונג איז ביי מיר די זעלבע ענגליש ווי דעזיין.
אויב ווילסטו זאגן אז מ'האט עס שוין מגייר געווען, פרעג אז דעזיין האט זיך שוין אויך מגייר געווען.
נישט דא אזא ווארט דעקארירונג.

אבער יא דא: דעקאראציע, דעקארירן און דעקארירט. (קיינער פון זיי טייטשט נישט אפ דעזיין, לדעתי.)

די קינדער דעקארירן די סוכה מיט שיינע דעקאראציע..
ס'איז ענגליש. די קינדער דעקארעיטן די סוכה מיט שיינע דעקארעישן...

דעקאראציע אין אידיש איז באצירונג.
גראדע באצירונג איז בלויז א געמאכטע ווארט פון באצירן, וואס באצירן איז טאקע אויך א ריכטיגע ווארט צו נוצן: מען באצירט די סוכה; מען טוט באצירן די סוכה.

צירונג איז יא א יידישע ווארט אבער ווארט אבער איז מער פאסיג פאר jewelry.

צוריק צו דעקאראציע, דאס זענען יא יידישע ווערטער, אין אייראפע נוצט מען עס, אפשר אין אמעריקא נישט.

דעקארעיטן און דעקארעישן איז טאקע ענגליש.

אין דייטש הייסט עס דעקארירן און דעקאראטציאן (Dekoration).
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שמחת עולם האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:

דעקארירונג איז ביי מיר די זעלבע ענגליש ווי דעזיין.
אויב ווילסטו זאגן אז מ'האט עס שוין מגייר געווען, פרעג אז דעזיין האט זיך שוין אויך מגייר געווען.
נישט דא אזא ווארט דעקארירונג.

אבער יא דא: דעקאראציע, דעקארירן און דעקארירט. (קיינער פון זיי טייטשט נישט אפ דעזיין, לדעתי.)

די קינדער דעקארירן די סוכה מיט שיינע דעקאראציע..
ס'איז ענגליש. די קינדער דעקארעיטן די סוכה מיט שיינע דעקארעישן...

דעקאראציע אין אידיש איז באצירונג.
גראדע באצירונג איז בלויז א געמאכטע ווארט פון באצירן, וואס באצירן איז טאקע אויך א ריכטיגע ווארט צו נוצן: מען באצירט די סוכה; מען טוט באצירן די סוכה.

צירונג איז יא א יידישע ווארט אבער ווארט אבער איז מער פאסיג פאר jewelry.

צוריק צו דעקאראציע, דאס זענען יא יידישע ווערטער, אין אייראפע נוצט מען עס, אפשר אין אמעריקא נישט.

דעקארעיטן און דעקארעישן איז טאקע ענגליש.

אין דייטש הייסט עס דעקארירן און דעקאראטציאן (Dekoration).
קען זיין, כ'געדענק נאכאלץ צו זען די ווארט דעקארירונג במקום דעקאראציע.

--
דעקארירונג/דעקאראציע קלינגט אידיש, דיזיין נישט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פון דער דעילי איד

לאס אנדזשעלעס – א טשיקאווע עפּיזאד האט פּאסירט ווען א קינד אין לאס אנדזשעלעס האט אריינגעשיקט א ביטע צו די לאקאלע "ענימעל קאנטראל" באאמטע אז זי וויל האבן ערלויבעניש צו האלטן א "יוניקארן" ביי זיך אינדערהיים אלס א היים-באשעפעניש. "יוניקארן" איז א פיקטיווע באשעפעניש, וואס לויט געוויסע מפרשים איז דאס דער "תחש" וועמענס הויט מ'האט גענוצט פאר'ן משכן, צוליב וואס מפרשים זאגן אז דער תחש האט געהאט איין הארן און איז געווען פול-קאלירט, ענליך צו וויאזוי די פיקטיווע "יוניקארן" ווערט אראפּגעמאלן. די לאקאלע באאמטע האבן צוריקגעשריבן א בריוו צום קינד, אז זי איז ערלויבט, און זיי האבן אפילו מיטגעשיקט א פּוכענע "יוניקארן" פאר'ן קינד...

רבש"ע וואס איך זעה דא.
יוניקראן
תחש
פוכענע

עני יוניט עוועילעבל?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פוכענע? דאס איז א דאכענע געפילעכץ. אין ענגליש PLUSH
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

צו געזונט האט געשריבן:

אדער 'Fluffy'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פּוך איז אין ענגליש down. פּוכענע = downy, fluffy.

Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
375px-Oftheunicorn.jpg (18.97 KiB) געזען 2758 מאל
תחש האט נישט קיין נאמען אין אידיש, אבער אין אראמיש איז עס ססגונא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פּוך איז אין ענגליש down. פּוכענע = downy, fluffy.

Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
תחש האט נישט קיין נאמען אין אידיש, אבער אין אראמיש איז עס ססגונא.
אין מיין לעבן נישט געהערט פון פוכענע, ווי קען איך עס נוצן? ס'געפעלט מיר דאס ווארט.

יוני קארן האב איך געהערט, נישט פונטקליך געוואוסט וואס דאס מיינט.

תחש איז דאך תחש, וואס איז שייך צו זאגן.

שכח @גרשון
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

זעה איך נישט פארװאס א איד זאל זיך געבן א משפחה נאמען נאך עפעס א מיטילאגישע באשעפעניש
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4535
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פראקטיש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פּוך איז אין ענגליש down. פּוכענע = downy, fluffy.

Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
תחש האט נישט קיין נאמען אין אידיש, אבער אין אראמיש איז עס ססגונא.
אין מיין לעבן נישט געהערט פון פוכענע, ווי קען איך עס נוצן? ס'געפעלט מיר דאס ווארט.

יוני קארן האב איך געהערט, נישט פונטקליך געוואוסט וואס דאס מיינט.

תחש איז דאך תחש, וואס איז שייך צו זאגן.

שכח @גרשון
עס איז מער א געשריבענע ווארט - ווי א געזאגטע.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

פראקטיש האט געשריבן:
אין מיין לעבן נישט געהערט פון פוכענע, ווי קען איך עס נוצן? ס'געפעלט מיר דאס ווארט.
אפטמאל נוצט מען עס אזוי..
"א גלעט געגעבן דעם נייגעבוירן'ס פוכענע בעקעלעך"
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Borrower האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פּוך איז אין ענגליש down. פּוכענע = downy, fluffy.

Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
תחש האט נישט קיין נאמען אין אידיש, אבער אין אראמיש איז עס ססגונא.
אין מיין לעבן נישט געהערט פון פוכענע, ווי קען איך עס נוצן? ס'געפעלט מיר דאס ווארט.

יוני קארן האב איך געהערט, נישט פונטקליך געוואוסט וואס דאס מיינט.

תחש איז דאך תחש, וואס איז שייך צו זאגן.

שכח @גרשון
עס איז מער א געשריבענע ווארט - ווי א געזאגטע.
גערעכט. און אויך גאנץ זעלטן…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרשון האט געשריבן:
Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
איך האב אלץ געמיינט אז סאיז Rhinoceros

דרך אגב דער חד קרן האט א מקור ביינונז אויך שור שהקריב אדם הראשון קרן אחד היתה לו במצחו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
איך האב אלץ געמיינט אז סאיז Rhinoceros

דרך אגב דער חד קרן האט א מקור ביינונז אויך שור שהקריב אדם הראשון קרן אחד היתה לו במצחו
Rhinoceros (פון גריכיש: rhino = נאז; ceros = הארן) איז אין אידיש נאָזהארן. מערקט ווי דאס גריכישע ceros און דאס לאטיינישע corn זענען ביידע ענליך צום לשון-קודש'דיגן קרן.

אבער אין געוויסע מקורות ווערט עס טאקע גערופן איינהארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פּוך איז אין ענגליש down. פּוכענע = downy, fluffy.

Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
תחש האט נישט קיין נאמען אין אידיש, אבער אין אראמיש איז עס ססגונא.
אין מיין לעבן נישט געהערט פון פוכענע, ווי קען איך עס נוצן? ס'געפעלט מיר דאס ווארט.

יוני קארן האב איך געהערט, נישט פונטקליך געוואוסט וואס דאס מיינט.

תחש איז דאך תחש, וואס איז שייך צו זאגן.

שכח @גרשון
עס איז מער א געשריבענע ווארט - ווי א געזאגטע.
גערעכט. און אויך גאנץ זעלטן…
"פלאפי" איז "פוכיג" (אדער "א פוכיגע געגנשטאנד"...)
האב איך א 'פונקט'?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4535
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
איז נישט דופטיג פאר די גערוך פון פרישע געבעקסן אין א בעקעריי וכדו' ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

Borrower האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
איז נישט דופטיג פאר די גערוך פון פרישע געבעקסן אין א בעקעריי וכדו' ?
גערוך און אראמא ביי עסן און דאס גלייכן
לופטיג און א שטייגער באבעלדיק ביי א חפץ

אין קורצען - לופט!!!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נאך אלעם שפיר איך אז ווען דער דעילי איד שרייבט 'פוכענע' וויל ער מער ענדערש פארציילן אז ער קען די ווארט ווי דאס אז די איינהארן איז געווען פלאפי.

און דאס איז טאקע 'פוך'. רעד צו מיר נארמאל זיי אזוי גוט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווייס איך נישט דיין יאהרגאנג. אבער ביז נישט לאנג צוריק האט א געהעריגע דאכענע (וואס טאטי און מאמי האבען) געהייסען א פוכענע דאכענע. די פעדערען געפילעכץ האט און הייסט נאך היינט אזוי.
די אנדערע צימערן האבען געהאט פאפלאנען (א QUILT אין אונגאריש) און נאך סארטען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”