אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

דא פרעג איך איבער'ן מקור פונעם ווארט שלאך
דערווייל האט זיך קיינער נישט אנגערופען. כ'האב עטליכע טיאריעס... אבער לאמיר אננעמען אז דער מקור איז לשון קודש, איז דער שאלה איצט, צו איז עס פונעם שורש "שלך" ווי מיר האבן אין דעם פרשת השבוע "וישליכם" פארווארפען/צעווארפען. אדער "שלח" ווי מיר האבן לדוגמא אין ישע' כ"ז י' "משולח ונעזב" צושיקט און נאכגעלאזט [עיין שם במפרשי המקרא]. און לכאורה איז אין דעם מקור געוואנדען דעם ריכטיגן אויסלייג, שלוח/שלוך. פארוואס דער חולם ו' איז פארטוישט צו אן קמ"ץ א'? איז אויך צרוך ביאור קצת.
אבער ס'קען זיין דער מקור איז נישט לשון קודש בכלל...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

וויאזוי ביסטו מסביר דעם תגובה,
גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין אמעריקע איז נאר געבליבן געוואונען-געווינען, געפינען-געפונען און נאך איינס אדער צוויי. ביי די אלע דערמאנטע דורך גרשון איז נישט איינגעפירט מחלק צו זיין...

די פראבלעם איז אז דו קענסט נישט אויספירן דעם זאץ ווי אזוי מ'שרייבט יא, ווייל יעדער שרייבט אנדערש. אויב ווילסטו טוישן דעם כלל, מוזטו אוועקשטעלן וואס דער נייער כלל וועט זיין.

קיין פראבלעם, איך וועל פרובירן.

בינדן-געבונדן, דריקן-געדרוקט, צווינגען-געצוואונגען, ווינטשן-געוואונטשן, זינגען-געזונגען, דינגען-געדונגען, און נאך אסאך.

פארשטייט זיך אז דאס איז דיין מיינונג; שרייבערס מיט א געפיל פאר אידיש מוזן עס נישט אננעמען.

נאך אין דעם כלל זענען ניצט-גענוצט, און קלינגען-געקלונגען.
מיט דעם
גרשון האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
איז ביי נוצן/ניצן/גענוצט אויך דא דער הכלל?

איך וועל עס נוצן

איך האב דערפון א ניצן

איך האב עס גענוצט

אא"וו (אין אנדערע ווערטער..) ווען עס קומט צו נוצן דאס ווארט נוצן סיי לשון עבר/עתיד שרייבט מען עס מיט א 'ו', איא? כ'רעד נישט פון די מיטעלסטע ביישפיל וואס דו האסט געגעבן

פארקערט. דער ווערב איז אלעמאל מיט א י': איך ניץ, איך וועל ניצן, איך האב געניצט.

דאס זאכווארט איז מיט א ו': האבן א נוצן.

אדיעקטיוו איז אויך מיט א י': ניצליך.

פארהאן וואס טוען אנדערש, אבער איך מיין אזוי איז דאס ריכטיגסטע. ס'זענען דא א סך אנדערע ווערטער וואס טוישן זיך פון י' צו ו' בלשון עבר.
און דעם?
גרשון האט געשריבן:
דאס זאכווארט איז נוצן (ער האט א נוצן דערפון).
דער ווערב זענען יש ויש; וויינרייך נעמט אן מיט א י' וכן אני נוהג (ער ניצט עס/האט עס געניצט).
מיט'ן אדיעקטיוו (ניצליך) איז די זעלבע מעשה ווי מיט'ן ווערב.
צוניץ קומען שרייבט וויינרייך מיט א י'; הפנים ס'ווערט באטראכט אלס א ווערב אין דעם קאנטעקסט.

@צייט פארטרייבונג, דער ווערטערבוך איז טאקע באקאנט מיט די אומצאליגע קאמפליצירטע סיבמאלן, אבער אין די guidelines אנהייב בוך זענען דא ערקלערונגען אויף אלע סימבאלן און צייכנס (אינעם פי-די-עף איז עס זייטן 808-811).
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

חוץ פון א' ראטה'ס ביך, איז דא נאך גוטע ביכער אין אידיש סיי ווערטער אוצרות און סיי איבער אידיש גראמאטיק?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
תפוס לשון אחרון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פילאָזאָף האט געשריבן:

היימישע אידיש נישט. ס'איז דא כלל-יידיש, אבער מ'דארף קענען כאפן וואס אנצונעמען און וואס נישט. געווענליך איז דער כלל ביי שרייבערס אז מ'קען טון אלעס ווי אין כלל-יידיש, סיידן אזעלכע זאכן וואס ביי אונז טוט מען בפירוש אנדערש.

דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
תפוס לשון אחרון.
אויב קענסט עס עפעס מער אויסשמועסן, איך בין היבש צומישט איבער דעם, שוין געהאט געמיינט איך בין קלאר און דערווייל בין איך געבליבן צומישט...

אויף דערווייל ניץ איך, הוה-עתיד 'י' און עבר 'וואו', איז עס ריכטיג, מח' בדבר, אדער זיכער נישט?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

דרייטצעך האט געשריבן:

די שאלה, אויב כ'האב גוט פארשטאנען, איז געווען ספעציפיש אויפ'ן ווערב ניצן.

מ'קען שרייבן ניצן/געניצט אדער נוצן/גענוצט. ביי דעם איז נישט קיין אויסוואל ניצן און גענוצט. ביי דריקן איז אויך נישט קיין חילוק.

ביי אנדערע ווערבן יא, א שטייגער ווי געווינען, געפינען, זינגען, קלינגען, דינגען, דרינגען, שפרינגען, און נאך אסאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
תפוס לשון אחרון.
אויב קענסט עס עפעס מער אויסשמועסן, איך בין היבש צומישט איבער דעם, שוין געהאט געמיינט איך בין קלאר און דערווייל בין איך געבליבן צומישט...

אויף דערווייל ניץ איך, הוה-עתיד 'י' און עבר 'וואו', איז עס ריכטיג, מח' בדבר, אדער זיכער נישט?
די שאלה, אויב כ'האב גוט פארשטאנען, איז געווען ספעציפיש אויפ'ן ווערב ניצן.

מ'קען שרייבן ניצן/געניצט אדער נוצן/גענוצט. ביי דעם איז נישט קיין אויסוואל ניצן און גענוצט. ביי דריקן איז אויך נישט קיין חילוק.

ביי אנדערע ווערבן יא, א שטייגער ווי געווינען, געפינען, זינגען, קלינגען, דינגען, דרינגען, שפרינגען, און נאך אסאך.
די שאלה איז געווען אויפ'ן ווערב 'ניצן/געניצט', דאס זאכווארט און אדיעקטיוו איז מיר קלאר.
'צוניץ קומען' איז טאקע אינטערעסאנט, אבער שרייבן 'צונוץ' איז לכאורה נישט מעגליך.

די שאלה איז פארוואס דא איז נישט גילטיג די כלל פון הוה/עתיד.
(כ'מיין כ'האב שוין אמאל געפרעגט ווען איז יא אדער נישט דא דער כלל, און דו האסט נישט געוואוסט צו ענטפערן. מאכסטו אליינס אפ וואו יא אדער נישט?)

דריקן/דרוקן איז שוין געווען אן אלטע מערכה דא, געדענק איך טאקע נישט וואס איז געבליבן...

----
זאגסט אז 'געווינען/געפינען' איז פון די ווערטער וואס ס'קען זיך טוישן אינעם ווארט אליינס, נישט אזויווי זינגען/קלינגען וואס בלשון עבר שרייבט מען עס 'געזונגען/געקלונגען'.
קארעקט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
די שאלה איז פארוואס דא איז נישט גילטיג די כלל פון הוה/עתיד.
ווייל אזוי. לינגוויסטיק דארף נישט האבן קיין טעם. איך נעם עס פון יידישע ווערטערביכער, וואס האבן עס אדער גענומען פון מסורה אדער פון דייטש. די אלע ווערטער (אדער כמעט אלע) וואס טוישן זיך אין אידיש טוישן זיך אויך אין דייטש; א U ווערט אין אידיש א ו', און אן Ü אדער I ווערט א י'.

Benutzen און benutzt האבן ביידע א U. משום מה איז עס אין אידיש פארוואנדלט געווארן אין א י', און דערפאר זענען ביידע לעגיטים. ס'איז אבער בכל אופן נישט קיין חילוק הווה און עבר.

דריקן/דרוקן איז דא א חילוק צי מ'רעדט פון press אדער print. מ'דריקט צו יענעם צו דער וואנט, אבער מ'דרוקט א ספר. דאס איז אלעס אלס ווערב; א זאכווארט איז אייביג מיט א ו': לייגן דרוק, אן אויסדרוק, גיין צום דרוק.
היסטאריש האט געשריבן:
זאגסט אז 'געווינען/געפינען' איז פון די ווערטער וואס ס'קען זיך טוישן אינעם ווארט אליינס, נישט אזויווי זינגען/קלינגען וואס בלשון עבר שרייבט מען עס 'געזונגען/געקלונגען'. קארעקט?
קארעקט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

גרשון האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:
חוץ פון א' ראטה'ס ביך, איז דא נאך גוטע ביכער אין אידיש סיי ווערטער אוצרות און סיי איבער אידיש גראמאטיק?
היימישע אידיש נישט. ס'איז דא כלל-יידיש, אבער מ'דארף קענען כאפן וואס אנצונעמען און וואס נישט. געווענליך איז דער כלל ביי שרייבערס אז מ'קען טון אלעס ווי אין כלל-יידיש, סיידן אזעלכע זאכן וואס ביי אונז טוט מען בפירוש אנדערש.
דאנק.
וועט זיין א ספעל טשעקער וועט זיין גוט...
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:
קארעקט.
ישר כח.

ס'קוקט אויס ווי אלעס איז קלאר, כ'וועל עס גרונטליכער איבערקוקן ווען כ'וועל האבן אפאר מינוט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יאך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט אזא עסק פון דעם אויסלייג פון אידיש
אידיש מיסודה איז געווען א זשארגאן SLANG
אבותינו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים
האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק
לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט
לאדינא וואס די ספרדישע רעדען
Dzhidi וואס די פערסישע רעדען
: عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע האבען גערעדט ,
ქართული ენა וואס גרוזינער אידען האבעו גערעדט
,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט

מיין וואנזיניגען מיינונג איז אז דער וויכטיגקייט פון אידיש איז נאר אלס איינע פון די 3 שלא שינו
ניט קיין חילוק צי דער בסיס איז גערמאניש, פוליש, אונגאריש, רוסיש, אראביש, ספאניש, אראביש אדער ענגליש
מאכען אן עסק דערפין שמעקט פון ..... בירא ביזשאן סעקאנד עוועניו און 175 איסט בראדוועי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

עכט וויל איך לאזן אנדערע אריינקומען קלארער, אבער די פאקט איז אז ווען עס קומט צו ליינען אן ארטיקל מאכט עס פיל אויס צו עס איז געשריבן לויט די סטאנדארט וואס מ'שרייבט היינט אדער נישט.

אפי' איינער וואס פארשטייט בכלל נישט דערצו איז אים סאך שווערער צו ליינען ווען עס איז נישט ריכטיג געספעלט/אויסגעלייגט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קיקיון האט געשריבן:
די סיבה צו מאכן אן עסק פון אידיש איז די זעלבע סיבה צו מאכן אן עסק פון סיי וועלכער אנדער שפראך, אריינגערעכנט לשון-קודש וואס גדולי ישראל האבן אוועקגעגעבן דערויף הונדערטער שעות.

אפגעזען די סיבה פארוואס מיר רעדן אידיש, איז דאס אונזער שפראך, און רוב מענטשן גלייכן ווען זייער שפראך איז אוועקגעשטעלט מיט כללים און ס'ליינט זיך געשמאק און פראפעסיאנעל. ווילאנג אידיש איז געווען א זשארגאן, מ'האט עס נאר גערעדט און געשריבן צאינה וראינה בעת אלע ספרים און בריוו זענען געווען אויף לשון-קודש, האט מען זיך נישט געקימערט. היינט איז אבער דאס מציאות אנדערש. ס'קומען ארויס צענדליגער ספרים אויף אידיש יעדעס יאר, בנוסף צו אומצאליגע קונטרסים, גליונות, אויסגאבעס, בראשורן, און צעטלעך.

@קקיון איז לכאורה פון די מענטשן ביי וועמען שפראך פארנעמט נישט קיין ארט. איך וואלט מיך ערלויבט צוצוטרעפן אז דו לערנסט נישט "דקדוק רש"י'ס" און, להבדיל, דיין ענגליש שטימט נישט אייביג גראמאטיש. ס'איז א נאטור, ס'האט גארנישט מיט אידיש קעגן אנדערע שפראכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

תגובה דורך leadership »

leadership האט געשריבן:
ווייס איך נישט צו מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון

און צו ס'איז פארהאן דא א ספעציל דעזעגנירטער שנירל פאר "קולמע" טעותים

מיר נערווירט שוין לאנג אז ער זאגט אפיציעל "קאנגרעסניאלע" אנשטאט "קאנגרעסיאנאלע"

אויך זאגט ער "קארעספאדאנט" אנשטאט "קארעספאנדענט"
יישר כח ר' זלמן פארן זיך רעכענען אפילו מיט אן אנאנימער ניקל אויף אייוועלט

#קבל האמת...
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

גרשון האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:
חוץ פון א' ראטה'ס ביך, איז דא נאך גוטע ביכער אין אידיש סיי ווערטער אוצרות און סיי איבער אידיש גראמאטיק?
היימישע אידיש נישט. ס'איז דא כלל-יידיש, אבער מ'דארף קענען כאפן וואס אנצונעמען און וואס נישט. געווענליך איז דער כלל ביי שרייבערס אז מ'קען טון אלעס ווי אין כלל-יידיש, סיידן אזעלכע זאכן וואס ביי אונז טוט מען בפירוש אנדערש.
פילייכט קענט איר צוצייכענען עטליכע ביישפילן?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זוך Yiddish Dictionary אויף עמעזאן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

יישר כח
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

קיקיון האט געשריבן:
יאך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט אזא עסק פון דעם אויסלייג פון אידיש
זע איך אז יעדע צען יאר וועקט איר זיך אויף מיט דעם פזמון. האט איר אנגעשטעלט א רימיינדער? אדער גייט עס אטאמאטיש?...

viewtopic.php?p=707577#p707577

viewtopic.php?p=707761#p707761
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
די סיבה צו מאכן אן עסק פון אידיש איז די זעלבע סיבה צו מאכן אן עסק פון סיי וועלכער אנדער שפראך, אריינגערעכנט לשון-קודש וואס גדולי ישראל האבן אוועקגעגעבן דערויף הונדערטער שעות.

אפגעזען די סיבה פארוואס מיר רעדן אידיש, איז דאס אונזער שפראך, און רוב מענטשן גלייכן ווען זייער שפראך איז אוועקגעשטעלט מיט כללים און ס'ליינט זיך געשמאק און פראפעסיאנעל. ווילאנג אידיש איז געווען א זשארגאן, מ'האט עס נאר גערעדט און געשריבן צאינה וראינה בעת אלע ספרים און בריוו זענען געווען אויף לשון-קודש, האט מען זיך נישט געקימערט. היינט איז אבער דאס מציאות אנדערש. ס'קומען ארויס צענדליגער ספרים אויף אידיש יעדעס יאר, בנוסף צו אומצאליגע קונטרסים, גליונות, אויסגאבעס, בראשורן, און צעטלעך.

@קקיון איז לכאורה פון די מענטשן ביי וועמען שפראך פארנעמט נישט קיין ארט. איך וואלט מיך ערלויבט צוצוטרעפן אז דו לערנסט נישט "דקדוק רש"י'ס" און, להבדיל, דיין ענגליש שטימט נישט אייביג גראמאטיש. ס'איז א נאטור, ס'האט גארנישט מיט אידיש קעגן אנדערע שפראכן.
;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

באַנאַזאַם מיט דעם אויסלייג איז באמת גרייזיג, כאטש ס'האט שוין אפשר קונה שביתה געווען אין אונזער אידיש.

דאס ווארט אין דייטש איז בייזאַמען. טוישן פון ביי צו באַ איז אנגענומען ביי מערערע אידישע ווערטער, מילא ווערט עס באַזאַמען. אראפשניידן דעם ען צום סוף און פארקירצן צו באַזאַם קען מען נאך אויך הערן. דער איבריגער נאַ איז אבער איבריג לכל הדיעות.

נישטערנדיג האב איך געטראפן בלויז איין טעקסט וואו ס'געפינט זיך עפעס ענליך דערצו. דער עולם קען אליין באשליסן וואספארא סארט אויסלייג כללים דער שרייבער האט געניצט.
download.png
download.png (77.37 KiB) געזען 732 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שבשתא כיון דעל על.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
באַנאַזאַם מיט דעם אויסלייג איז באמת גרייזיג, כאטש ס'האט שוין אפשר קונה שביתה געווען אין אונזער אידיש.

דאס ווארט אין דייטש איז בייזאַמען. טוישן פון ביי צו באַ איז אנגענומען ביי מערערע אידישע ווערטער, מילא ווערט עס באַזאַמען. אראפשניידן דעם ען צום סוף און פארקירצן צו באַזאַם קען מען נאך אויך הערן. דער איבריגער נאַ איז אבער איבריג לכל הדיעות.

נישטערנדיג האב איך געטראפן בלויז איין טעקסט וואו ס'געפינט זיך עפעס ענליך דערצו. דער עולם קען אליין באשליסן וואספארא סארט אויסלייג כללים דער שרייבער האט געניצט.
download.png
אבער דו וואלסט נישט געשריבן 'באַנאַזאַם'?
ווי דרייטצעך זאגט איז עס למעשה געווארן די ווארט וויאזוי מ'שרייבט עס...
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

בוזט אדער ביסט?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7153
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
בוזט אדער ביסט?
ביסט
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”