אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
נישט אייביג. לשון-קודש'דיגע ווערטער זענען נישט אנדערש ווי געווענליכע ווערטער. אויב ס'איז א סגול קומט אן ע', און אויב א שוא קומט נישט.

פונקט ווי שאקלען-געשאקלט, אזוי אויך לקח'ענען-גע'לקח'נט.
רייט..
ש'כח
סנישט ממש דאס זעלבע. ביי שאקלען פאלט פשוט אוועק דער סופיקס ־ען, און סקומט א ־ט אנשטאט, אזוי ווי אלע ווערבן וואס ענדיגן זיך מיט ־ען. ביי לקח'ענען פאלט אויך אוועק דער ערשטער ע' וואס איז פונעם שורש.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ריכטיג. א בעסערער משל איז טריקענען-געטריקנט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

דאס ווארט "נארשעס" (ענגליש) זאגט מען אויף אידיש "איבלען"
איך האב נישט געטראפן א מקור אין קיינע פון די שפראכן ווי אידן האבן געוואנדערט אין אייראפע, ווי דייטש, רוסיש, פויליש, אונגאריש.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גראמאטיק, פאזיע, און קונסטווערק איז נישט מיין שטארקייט. אבער אסאך ווערטער קומען פון אונזער היימישע לאגער.
יאנטשי
רייסער
וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נברא האט געשריבן:
דאס ווארט "נארשעס" (ענגליש) זאגט מען אויף אידיש "איבלען"
איך האב נישט געטראפן א מקור אין קיינע פון די שפראכן ווי אידן האבן געוואנדערט אין אייראפע, ווי דייטש, רוסיש, פויליש, אונגאריש.
נארשעס מיט א ר איז נישט ענגליש

קוק דא
און דא
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

נברא האט געשריבן:
דאס ווארט "נארשעס" (ענגליש) זאגט מען אויף אידיש "איבלען"
איך האב נישט געטראפן א מקור אין קיינע פון די שפראכן ווי אידן האבן געוואנדערט אין אייראפע, ווי דייטש, רוסיש, פויליש, אונגאריש.
דייטש.
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

Kosher Travel האט געשריבן:
גראמאטיק, פאזיע, און קונסטווערק איז נישט מיין שטארקייט. אבער אסאך ווערטער קומען פון אונזער היימישע לאגער.
יאנטשי
רייסער
וכו'.
רייסער קומט פון דייטש, און ס׳האט זיך אויסגעקלאפט ביי אונז א אייגענארטיגע באדייט… אונזער שפראך אזוי…
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

קוקט אויס אז אויף שוויגער קען מען אוך בלעימען דעם דייטש
https://translate.google.com/?sl=en&tl= ... =translate
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

דער ווארט וויץ וואס מיר נוצן אויף אידיש פאר Joke
הייסט די זעלבע אויף אונגאריש
איך ווייס נישט אויב ס'קומט טאקע פון דארט אבער די באדייט איז די זעלבע אין ביידע שפראכן.
זה הקטן גדול יהי'
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

יודל קליין האט געשריבן:
דער ווארט וויץ וואס מיר נוצן אויף אידיש פאר Joke
הייסט די זעלבע אויף אונגאריש
איך ווייס נישט אויב ס'קומט טאקע פון דארט אבער די באדייט איז די זעלבע אין ביידע שפראכן.
וויץ - דייטש
https://en.m.wiktionary.org/wiki/וויץ

אויף אונגאַריש איז ענליך; וויצעקעט
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

פארפאסונג האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
דער ווארט וויץ וואס מיר נוצן אויף אידיש פאר Joke
הייסט די זעלבע אויף אונגאריש
איך ווייס נישט אויב ס'קומט טאקע פון דארט אבער די באדייט איז די זעלבע אין ביידע שפראכן.
וויץ - דייטש
https://en.m.wiktionary.org/wiki/וויץ

אויף אונגאַריש איז ענליך; וויצעקעט
דאס איז א לשון רבים
וויץ איז א לשון יחיד
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
ריכטיג. א בעסערער משל איז טריקענען-געטריקנט.
;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:
ריכטיג. א בעסערער משל איז טריקענען-געטריקנט.
ווי אויך:

דרש'ענען, ירש'ענען, רעגענען, דאווענען, צייכענען, רעכענען, עפענען, לייקענען, צארענען, פסק'ענען, ווארענען

דערנאך זענען דא געציילטע ווערבן וועלכע שטאמען פון לשה"ק וואס ענדיגן זיך מיט ־ענען מיט אן אנדער אינטערסאנטן יוצא מן הכלל, אז דער סופיקס איז ־נען:

גנב'ענען, הרג'ענען, חתמ'ענען, קנס'ענען, חנפ'ענען, רצח'ענען

דער לשון עבר פון די ווערבן זענען גע’גנב’עט, גע’הרג’עט, אא"וו, נישט גע’גנב’ענט, גע’הרג’ענט, אא"וו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
געטריקנט
נישט 'געטרוקנט'?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

היסטאריש האט געשריבן:
נישט 'געטרוקנט'?
ניין, פרעג נישט פארוואס. אזוי איז.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

פארפאסונג האט געשריבן:
שפּיטאל - פוליש
און אין ענגליש: Hospital
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

למדן וצדיק האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
נישט 'געטרוקנט'?
ניין, פרעג נישט פארוואס. אזוי איז.
און אויב פרעג איך יא?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
נישט 'געטרוקנט'?
ניין, פרעג נישט פארוואס. אזוי איז.
און אויב פרעג איך יא?
זאכווארט איז מיט א ו': טרוקן.
ווערב איז מיט א י': טריקענען, געטריקנט.

אזוי ווי אסאך ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
נישט 'געטרוקנט'?
ניין, פרעג נישט פארוואס. אזוי איז.
און אויב פרעג איך יא?
זאכווארט איז מיט א ו': טרוקן.
ווערב איז מיט א י': טריקענען, געטריקנט.

אזוי ווי אסאך ווערטער.
איז דא כללים אויף דעם, אדער איז יעדע ווארט אנדערש?

(אריין דא..)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יעדעס ווארט אנדערש. אבער א זאכווארט וועט ענדערש האבן א ו' ווי א ווערב, אזוי אויך לשון-עבר ווי לשון-הווה. און קאמפאראטיוו וועט זייער אפט מאכן דעם ו' פאר א י': טריקענער.

גראדע האב איך נישט ריכטיג געשריבן. טרוקן איז אן אדיעקטיוו. אבער פון דעם פארעמט זיך אויך דאס זאכווארט: טרוקנקייט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
יעדעס ווארט אנדערש. אבער א זאכווארט וועט ענדערש האבן א ו' ווי א ווערב, אזוי אויך לשון-עבר ווי לשון-הווה. און קאמפאראטיוו וועט זייער אפט מאכן דעם ו' פאר א י': טריקענער.

גראדע האב איך נישט ריכטיג געשריבן. טרוקן איז אן אדיעקטיוו. אבער פון דעם פארעמט זיך אויך דאס זאכווארט: טרוקנקייט.
ש'כח

'טינקל' איז דאכצעך מיט א י'. קארעקט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טונקל, טונקלקייט, פארטונקלען.

נאר אלס קאמפאראטיוו איז עס טינקעלער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
טונקל, טונקלקייט, פארטונקלען.

נאר אלס קאמפאראטיוו איז עס טינקעלער.
ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ראפאגאש - וואס דען אויב נישט מאמע לשון אונגארי
בן דרסאי
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 8:13 am
לאקאציע: ע"ג כירה שאינה גו"ק

Re: אידישע ווערטער וואס שטאַמען נישט פון דייטש/לשון הקודש/ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרסאי »

Borrower האט געשריבן:
ראפאגאש - וואס דען אויב נישט מאמע לשון אונגארי
עה ווי קען דאס זיין? וואס פארשטייט א גוי צו א זאפדיגע ראפאגאש מוציא??? :mrgreen:
אזויווי דוד המלך זאגט אין שיר השירים, כל האומר דבר בשם אומרו, מביא גאולה לעולם
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”