שמערי, בעילאוט און מאשקע פארהאנדלן אין א געשלעג!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

שמערי, בעילאוט און מאשקע פארהאנדלן אין א געשלעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאנסטיסעלאו, ניו יארק - ווי די שוויין-פלו אין חדר איז די אינטערסאנטע נייעס צושפרייט געווארן צווישן קינד און קייט ווען געוויסע קוועלער האבן ארויסגעגעבן אז פארהאנדלונגען גייען אן צווישן די דריי נייע קאנדידאטן וואס צו געבן פארן צווייטן אין פאל איינער פון די דריי פארלירן.

לויט זייער יעצטיגער פלאן האפן אלע דריי צו געווינען, א זאך וואס איז עקסטערע באשטעטיגט געווארן ביי יעדע פון די דריי קאנדידאטן און זייערע ווארטזאגער צוגלייך, אבער קאטשקעס האבן זיך אריינגעכפאט אין זייערע קעפ אז עס איז דא א מעגליכקייט אז אלע פון די דריי זאלן פארלירן! א זאך וואס זיי האבן נישט געקלערט ביז היינט.

לאור זה איז פארריפן געווארן א אומ-פארטיישער סאמיט צווישן אלע קאנדידאטן איבערצושמועסן די נושא און זעהן וואס מ'טוט אין פאל מ'פארלירט, עס האט געהערט א שטארקער אחדות און פאראיינונג בעת דעם אסיפה, ווי אלע קאנדידאטן צוגלייך האבן געוויסט דעם ערענסקייט פונעם מאמענט.

דער ערשטער צו נעמען דאס ווארט איז געווען שמערי בערי, (דער בעה"ב פון די גרויסע גראפיק פורמע שמערי & בערי אינקאפערעטעט, וואס האט לעצטענס געשלאסן א מאלטי-מיליון דאלערדיגער קאנטראקט מיט קרעטשמע איבער אלע זייערע גראפיק איינגעלעגענהייטן) ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין ווייטאג נאכדעם וואס ער האט שוין אזויפיל ארבייט און ארטיקלן בייגעשטייערט פאר דעם קאמפיין און דא קען אלעס גיין לטומיון.

ער האט כדרכו ארומגערעדט פון אלעם נאר נישט צום פוינט ווי ער האט עטליכע מאל לענגאויס זיין דרשה ארויסגעברענגט אז אויב שמערי געוינט נישט זאל מען נישט דאכטן אז ער וועט פראבירן א דריטע מאל ווייל דאן וועט שוין ווערן חזקה אז ער געווינט נישט, ליבערשט וועט ער נישט נאכמאל לויפן. "און ווער מיינט איר וועלן זיין די פארלירער? נאר איר" האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס.

דער עולם האט זיך געפילט זייער דערהויבן נאך אזא איינדרוקספולער דרשה מטובל מיט שטותים און לאקשן און ער איז שטארק אפלעדירט געווארן פאר זיין שטארקער שריט פון נישט לויפן א דריטע מאל.

דער צווייטער אויפצוטרעטן איז געווען בעילאוט.

בעילאוט האט – אנדערש ווי בערי – אויסגעקוקט היפש באזארגט ווען ער האט אנגעפאנגען מיטן פסוק "מה' מצעדי גבר" ווי ער האט דאס גאר הערליך אריינגעטייטשט אין פסוק אז א מענטש איז נאר א מענטש און מ'קען קיינמאל נישט וויסן, ער האט גלייכצייטיג מצדיק געווען הדין און געזאגט די ברכה פון "גם זו לטובה" בשם ומלכות.

ער האט ווי זיין פארגייער גערעדט הויפענעס של הבל און נישט גארנישט געזאגט, ער האט מיט א הערליכע משל ארויסגעברענגט דאס אז עס זענען שוין געווען פריערדיגע וואס האבן פארלוירן וואלן, "כבר היה לעולמים אז קאנדידאטן האבן פארלוירן וואלן" האט ער געזאגט, נישט קוקענדיג דירעקט אין שמערי'ס פנים נישט וועלענדיג אויפברענגען קיין בייז בלוט "עס איז א מעגליכקייט אז מיר אלע דא זאלן דאס אויך מיטמאכן און דאס בעסטע איז ווען מ'איז צוגעגרייט דערצו" האט ער אויסגעריפן.

פאר ער האט גענדיגט זיין דרשה האט ער נאך אפגעגעבן א שכויעך פאר זיינע געטרייע שטיצער וואס האבן אום געהאלפן ביז אהער כאטש זיי ווייסן ווי זיי גייען אנקומען.

דער דריטער איז געקומען מאשקע מיט זיין דרשה.

עס האט ליבערשט אויסגעקוקט ווי א ניגון אין די דריי-וואכן, א איכה ניגון. מאשקע האט אנגעהויבן שילדערען די גוטע יארן ווען ער איז געווען ראש הקהל אין קרעטשמע, ער האט אומדערעקט אויסגעמיטן די שלעכטע צייטן און דאס האט מ'האט אין זיינע יארן געמיזט ארומוואנדערען פון איין סייט צום צווייטן, מיט טרערן געשטיקט פון א קענטעלאוב האט ער אויסגעריפן "איך בין שוין געשטאנען זייר נאנט נעבן א פארלירער" האט ער געזאגט "איך ווייס זייער גוט דעם טעם דערפון"

זיך באציענדיג צו די אלטער געשלעג און העכסט אינטערסאנטער ספעקטאל צווישן מאשקע און אלטער בחור ווען אלטער האט געווינען די וואלן איבער מאשקע "איך וועל דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן" האט ער געזאגט אין א צובראכענעם טאן.

אויף די אנפראגע פון שמערי - איינע פון די קאנדידאטן - פארוואס ער לויפט ווידעראמאל האט מאשקע גענטפערט: גלייבט מיר עס איז נישט מיין דעסידזשאן, איך הייב נישט אן צו וויסן וואס דא טוט זיך, איך בין שוין אלט און שוואך, איך האב נאר מיינע נאנטע מענטשן וואס דרייען מיר א קאפ.

אויף דעם האט בעילאוט געזאגט אז ער זאל זיך נישט לאזן פון זיי ווייל זיי וועלן אום מאכן ביזיונות "די האסט סייווי נישט קיין שאנסן צו געווינען" האט ער אום געזאגט.

מער ווי דאס האט נישט אויסגעפעלט, מאשקע איז געווארן זייער בייז אויף בעילאוט און אנגעהויבן מיט א געפעכט, שמערי האט פראבירט צוריקצוהאלטן ווי ווייט מעגליך אבער עס איז שוין געווען צו שפעט.

ביי א פרעסע קאנפרענץ היינט דורך די מאנטיסעלאו פאליציי האט פאליציי שעף פנחס צ. מארקלעזינאו געזאגט אז זיי הייבן אן א גרינטליכער אויספארשונג צו זעהן ווער עס האט אנגעהויבן און בעטן אז ווער עס ווייסט עפעס אינפארמאציע זאל זיי ארויסהעלפן.

איינע פון די דזשורנאליסטן וואס האבן באזיכט מאשקע אין שפיטאל און געזעהן זיינע וואונדען האט זיך אויסגעדריקט "מיט בעילאוט וואלט איך נישט געפייט, דאס איז זיכער"

לויט ווי דער "קרעטשמע דעלי" באריכטעט האבן זיי אנגעריפן אין די הויפקווארטיר פון שמערי'ס קאמפיין און די טעלעפאון פירמע האט גענטפערט אז דער ליין איז אפגעהאקט צוליב נישט באצאלטע ביללס. אנדערע באמינאונגען צו קריגן א סטעיטמענט פון שמערי זענען דורכגעפאלן, "זיין ביזנעס איז געגאנגען באנק-רץ און ער איז נישט צום געפינען" דריקט זיך אויס א שכן זיינער.

פון מאשקע האבן מיר דערווייל נישט געקענט באקומען קיין אנטווארט, מיר האפן אז די "אקסען-דזשימס" וועט ווערן אראפגענומען וואס אומשנעלסטן און מיר וועלן קענען קאמיונעקירן מיט אום געהעריג.

פארשטייט זיך אז בעילאוט איז נישט צום געפינען, ער איז אנטלאפן.


נו שוועמל, אונז קענען יעצט לויפן אנא שטער. קומסט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- פי עשר! (צען מיילער)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

רבותי לייצ...טעך איז דא פול פארס.....אויף דעם מאמענט האמיר געווארט....

כ'האף נאר אז די רעקל....כ'מיין די וועסט באווייזן אהער צוברעכן...כ'מיין צובראכן שוועמל אויך.......

איך דריי זיך פאר געלעכטער, די מיינסט ס'איז מיר גרינג......

אין א סטעיטמענט וואס די גוט-זאגער.....כ'מיין די ווארט-זאגער פון די בעילי קאמפיין האט ער געזאגט

היות עס איז דא וואס ווארפן אן באשולדיגונגען אויף אונזער קאמפיין ווילן מיר דא קלאר מאכן, אז אונזער שטעלונג איז אז די פאלק וועט נישט זיצן גלייכגילטיג ווי מען באשמוצט אינז מיט די צייטליך סטייל פאליטיק'ס דער עולם איז שוין פעד אפ דערפון, אונז דארף מיר א קאנדידאט וואס שיסט ארטיקלען מזרח מעריב שחרית און מוסף....
מ'וועט נישט צולאזן די זאכן וואס האט פאסירט ווען איך בין געווען בלויז 25 יאר אלט זאל אוועקנעמען די אישוס וואס קאנצערנט די פאבליק טעלעפון
אטעטשמענטס
wilchair turn.gif
wilchair turn.gif (38.01 KiB) געזען 6778 מאל
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צייטי, כ'געדער פי עשר פון קרעמער, סאו האסטו שוין א שיין פארשען, שטימט?

יישר כח.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

צייטליך איז ריזיג די ארטיקל איז זיכער ריזיג לאנג..

אין בעילאט געב אכט פאל נישט ארויס פינעם ווילטשער..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א ווארט-שרייער פונעם מאשקע לאגער האט צוגעגעבן: כבר היו לגולמים. איר זענט שוין געווען אמאל גולמים און געשטימט פאר'ן צד שקר-נגד. עד מתי יהי' זה לנו למאוקאש? הכר נא למי החוצ-אמת ולמי הפיצולים. פארקויפט נישט אייער נשמה צום שאטן, לייענט נישט קיין גוי'אישע צעטיילונגען און מאנגא-זינען!

פארהאנג פאלט. צעקלאפט זיך. הייבט זיך אויף און וואקט ווייטער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אופס!!!... שוין ווייטער איינער אין שפיטאל?.. לאמעך געבן א קוק, אפשר האט מאשקע געשיקט א טאג בוך?..

נעכטן ווען די ק.נ.א. האט באזוכט ביי מאשקע'ן, האט עם איינער געפרעגט, וואס האט פאסירט?.. זאגטער, אז בעילאוט האט אנגעפאנגען, האט זיך די ק.נ.א. פארבונדן מיט בעילאוט און געפרעגט, בעילאוט פארוואס האסטו אנגעפאנגען? זאגטער או נאו.. ער האט קודם צוריקגעגעבן.. או נאו, דו!!! שרייט מאשקע צוריק, ס'האט געפעלט פאות.. כ'מיין א האר, אז ס'זאל 'נאכאמאל' (ווען איז נאר געווען די ערשטע?..) אויסברעכן א געשלעג, אבער עפעס א הויעכע טאטע האט, ברוב חכמתו, געגעבן א פרעג.. ווער האט אנגעפאנגען אנצופאנגען?... פון גרויס פארלוירנקייט, האבן די צוויי נישט געקענט ענפערן..

די רבי האט זיי געפאנישט, אז זיי מוזן ביידע שרייבן, יעדן טאג א עקסטערע ארטיקל...

וויכי, הער שוין אויף צו רעדן שטיתים..

מאשקע, כאגעלאכט זייער שטארק ביי דיין תגובה..

צייטליך, ביסט פלעין פאני..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

דיס איז לוסטי טא ק.נ.א. פראם שמערי בערי ענד קא.

צילוב דעם וואס מאנכע מענטשן האבן אנגעפרעגט הלמאי מען ענטפערט נישט אויף די אטאקעס וואס פליען אקעגען אינזער ריכטאנג ווי א לג בעומר שיסער אן אוי-פהער'ט, ווילן מיר דא קלאר זיצן! אסאך מאל פאר אלעמאל.. אינז וועלן מיר זיך נישט אפגעבן מיא קיין מינדער'וויכטיג'ע לאכן (לייען:נאר אויב ס'וועט זיין א גיטס..) און מיר וועלן נישט פילן(גוט..{אהה.. דאס איז א אלטע זאך..) פאר '...... מאכער' זיך צו פאר-ענט-פערדן.

און יעצט צו צייטליך(כ'האב געמיינט אז די פארענטפערסטיך נישט??!..שוין בין איך דאך א פאלאטישן..) איך בין דא מוסר וסעודת'הודאה(נישט איך.. מאשקע נאכן ארויסקומען פון שפיטאל..) אז איך בין געווען ביי די געשלעג, און איך בין עדות אז מ'האט זיך סתם פארלייגט, און איך האב געקאלט 'נאו פארלייגונג'.... און בכלל ער האט געטשיט.. ער איז סתם א טשידער...

און צו דיר צייטליך, גוט איז דאס תנאים...(פאר די תקנות, ווייל יעצט איז שוין נישט דא..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטי!!
וואט דיד יו דו טו מי .....
ווילסט לויפן מיט מיר? נאו פראבלעם, אבער מיין מאניטאר קום וויש אויף... אז נישט 'וועסטו' דאך אליינס אוועקלויפן פון דאנעט.


מאשק;
דיין לעצטער אויסברוך קען איך שיקן קיין איראק?...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שוועמל זיכער יא אבער מאך זיכער אז סקימט נישט ציריק



איי ווער האט מיר געפרעגט ?
Liberalism is a mental disorder
קריאת שמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריאת שמע »

גרעיט! צייטי
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

צייטליך; כ'האב אזוינס צוזאמגעלאכט, יושששששש
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”