בלאט 2 פון 2

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 11:48 am
דורך קרעמער
איך האלט קלאר אז דו קענסט לויפן, אבער געב אכטונג זאלסט קיינעם נישט אומווארפן, און ביים קראסן די גאס קוק גוט אויף ביידע זייטן (אויך ביי די בייק לעין).

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 11:50 am
דורך שמערי בערי
ח"ו, מען דארף לעזן קריאת שמע אזוי ווי מען ציילט געלט... נישט לויפן ...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 2:37 pm
דורך לוסטיג
שוין אויפגעוועקט פון דיין חלום? ס'איז שוין זמן "קריעת שמע"...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:04 pm
דורך אלחנן
שמערי ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג יוני 11, 2009 11:58 pm
דורך שוועמל
איך_הער האט געשריבן:
מודעה חשובה



[size=150][b]מיט דעם מעלדונג גייט דער וואל-סעזאן פון זומער תשס"ט אפיציעל אריין אין קראפט.



וואו איז דער אשכול "קראפט" ?

נישט געוויסט אז מעלדונג מיט וואל-סאזאן זענען גוטע ידידים! אלעמאל גייט ער מיט מיט אים צי נאר ווען זיי גייען צו קראפט?

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 1:43 pm
דורך גרויזאמער
וואס איז די מעלה פון לויפן? און פארוואס דארף מען מאכן וואלן? סנישטא גענוג פלאץ פאר יעדעם צו לויפן?

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 7:01 pm
דורך אלחנן
ווי אזוי איז געווען די טריפ קיין מאלי?? אה ביזט נאך נישט געפארן..

דורט לויפט מען אפשר טאקע נישט, אבער דא איז דעמאקראטיש... יעדער 6 חדשים
ווערט א צווייטער מ.ראשעקהל, אזוי ווי דו ... (חוץ דאכצעך מאשקע האטעס אנגעהאלטן לענגער)

מען מאכט טאקע פלענער צו ברייטער מאכן די הייוועי אז יעדער זאל קענען לויפן.. (אבער נאר איינער גייט געוואונען..)

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 10:13 pm
דורך שמערי בערי
זאג.

"איך האלט אז עס פעלט נישט אויס קיין וואלן" לויפט היי-סעזאן? גייט ער בכלל זיין אויפן בעלאט?

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 10:31 pm
דורך איך_הער
יא, פארוואס נישט? אה, דו מיינסט ווייל ער האט נישט געשריבן גענוג תגובות? דער וואס שטייט אונטער דעם האט אבער יא געשריבן גענוג.....

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 10:33 pm
דורך שמערי בערי
אבער ער האט דאך כלל נישט קאמפיינט....

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 11:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
שמערי, איך האב יא קאמפיינט.. אההה.. עעםם.. וואס זאגסטע?. כאגעמיינט דו רעדסט פון מיר..

איכער, איך קען נאך מעלדן מיין קאנדידאטאר?..

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 11:24 pm
דורך לוסטיג
וויכי! וועסט אבער מיזן טוישן דיינע ליפס...

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 11:27 pm
דורך איך_הער
עםםםםםםםםםםםםם, ניין...........


לוסטיג, האסט אריין געהאקט, איך גיידיך אויסזאגן פאר די באערדע, ס'מיינסטו, ווי לאנג דארפעך שטיין (וואס? נעבעך כ'זיץ. וד"ל) אין די ליין?

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 11:37 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב נישט געזאגט אז איך גיי נישט לויפן, איך האב געזאגט אז איך לויף נישט..

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 11:41 pm
דורך לוסטיג
איך ווייס נישט וואס די זאגסט.. איך ליין דיין ליפס אן דאס זעה איך...

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 9:10 am
דורך שמערי בערי
פארוואס קען איך נישט שטימען אין די שטים בודקע... :oops:

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 11:43 am
דורך שוועמל
דער איכער גענב'ט פון אונז טייערע צייט צו קענען שטימען, עס ברויך זיך עפענען 9 אזייגער מאנטאג אינדערפרי. ס'יז שוין נאך 12
און ? און ? קיש אין שמין...
פארשפארט

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 12:00 pm
דורך שמערי בערי
דאס איז חוץ פון וואס בעילאוט'ס נאמען איז נישט ריכטיג אויסגעלייגט געווארן אויפן בעילאוט.... כ'מיין בעלאט. וואס קען פאראורזאכן אומרועהן אין די ארבעטער פארטיי.

bailout איז זיין ניק, נישט בעילאאאאאאאאאאוט....

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 12:58 pm
דורך bailout
ראיאטן אין קרעטשמע גייען אן - קרעטשמע פירער פארלאנגט אויספארשונג

דער פירער פון די קרעטשמע, האט פארלאנגט פון די סעקרעטארס אפיס אז זיי זאלן עפענען אן אויספארשונג איבער די באשולדיגען אז עס זענען פארגעקומען אומיושר ביי די וואלן צוליב דעם וואס די נאמען פון בעילאוט איז נשיט געווען ארויס געשריבן לעגאל.


שמערי זעלבסט האט געשיקט א בריוו צו די מנהלים, אין וואס ער פארלאנגט אן אויספארשונג, און ער פארלאנגט אן אפיעל.

אין די זעלבע צייט קומן פאר שרעקליכע צוזאמענשטויסן ציווישן די שמערי פארטיי און דער המון עם וואס האט געשטימט פאר בעילאוט, כאטש וואס אפציעל האט מען פארבאטן צו קאמפיינען ארום די שטום בודקע, זענען זיך פארט טויזענטער שמערי שטיצער צוזאמגעקומען ביי די קרעטשמע הויפטקווארטיר, ווי קולות זענען געגאנגען ווי "טויט פאר די דיקטאטור".

שמערי זאָגט צו אַז ער װעט קײנמאָל נישט אַקצעפּטירן דעם רעזולטאַט.

רעפּאָרטערס פאַר ק.נ.א. זאָגן אַז אַ סך מענטשן האָבן אַרײנגעשטורעמט אין בנינים און זײ אָנגעצונדן. טױזנטע פּאָליציאַנטן און סאָלדאַטן זענען אױף די גאַסן צו באַקעמפן קעגן די פּראָטעסטירער.

בעילאוט אין א סטעיטמענט זאגט אבער אז ער וועט זיך נישט אינטערגעבן פאר אזעלעכע שעדליכע חברה, נאך די באקאנטמאכונג פון די וואלן טשעלענדזש זענען טויזנטער פון זיינע שטיצער געווען אין די גאסן שרייענדיג, "ווי איז מיין שטימע".

יעצט וועט אונזער קארעספענדאנט אייך אריבערפירן פארנט פון די קרעטשמע ווי די בחורים האבן אנגעצינדן די גארביטש און ס'פלאקערט, מצילי אש איז אויפן וועג צו די פייער ווי ס'ווערט ערווארטעט וועלן זיי פארקן אויפן סיידוואק שיף.

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 10:07 am
דורך פאטאקי08
בעילאוט גוט גוט גענוג גוט צי עפענען א ספעציעלער אשכול פאר דעם
שכח

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 4:39 pm
דורך איך_הער
עני אפדעיטס, ווי האלט דער מצב?

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 4:41 pm
דורך bailout
פולע הענט מיט ארבעט ב''ה, נישט אזויווי יענע וואך.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:59 am
דורך ווער בין איך?
פארוואס קען איך נישט שטימען ביי די ראן אף? :oops:

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 12:03 pm
דורך איך_הער
גיי אהין קוקן נאכאמאל.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 12:04 pm
דורך ווער בין איך?
שוין געזעהן

שכוח