~~ דעבאטע צווישן גרויזאמער, יגרסהדותא, און מעסטערמיינד ~~

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

~~ דעבאטע צווישן גרויזאמער, יגרסהדותא, און מעסטערמיינד ~~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעבאטע צווישן די קאנדידאטן פארן ראש הקהל אמט אין היימישע קרעטשמע

א גוט מארגן!

איך בין קאסמא קרעמער, דער מאדארעיטאר (פארמיטלער) פון די איינציגע דעבאטע וואס ווערט אפגעהאלטן צווישן די 3 קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך ביי די יעצטיגע וואלן פארן "ראש הקהל" אמט דא אין די קרעטשמע, נאכדעם וואס אונזער געהרטער געוועזענער ראש הקהל מר. יענטאאש האט רעזיגנירט מיט א וויילע צוריק.
מיר זענען גליקליך צו האבן אן אויסוואל צווישן דריי העכסט געלונגענע קאנדידאטן, דער קריגס מיניסטער "גרויזאמער", "יגרסהדותא" (אויך באקאנט אלץ יגר'ל) פונעם קאר וואש, און "מעסטערמיינד" וואס זיין נאמען זאגט שוין אלעס.
איך וועל פארלייגן עטליכע רעגולאציעס, דערנאך וועלן מיר גלייך צוטרעטן צום דעבאטע:

1. דער פארמיטלער (איך) וועט ארויסשטעלן איין פראגע, געווענדעט צו אלע דריי קאנדידאטן אויפאמאל, יעדער זאל ענטפערן קורץ און שארף, די וויילער וועלן דאנקבאר זיין אויב זיי וועלן קענען ארויסבאקומען א קלארע ענטפער פון געציילטע שורות.

2. ווען די ערשטע פראגע וועט פארענטפערט ווערן דורך אלע דריי קאנדידאטן (א קאנדידאט וואס וויל נישט ענטפערן אויף א פראגע, זאל שרייבן א פינטל, מען זאל וויסן אז ער האט עס געליינט און איז מסכים מען זאל אים אויסלאזן), וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן די צווייטע פראגע.

3. אויסער די 3 קאנדידאטן, האט קיינער נישט וואס אריינצורעדן אין די דעבאטע (אויב איינער וויל איבערשמועסן א פונקט פון די דעבאטע, זאל ער גרינדן א באזונדערן אשכול "איבערשמועסן די דעבאטע").

4. אויב א קאנדידאט שפירט – נאכדעם וואס ער האט שוין אפגעגעבן זיין ענטפער – אז ער וויל עפעס צוריקענטפערן אויפן אנדערן קאנדידאט'ס תגובה, קען ער בעטן רשות פונעם פארמיטלער דערויף.

5. עס איז נישט ערלויבט פאר די קאנדידאטן צו שרייבן מער ווי איין תגובה אויף יעדע פראגע, אן אויסדרוקליכע רשות פונעם פארמיטלער.

מיט דעם הייבן מיר אן דעם לאנג ערווארטעטן דעבאטע, מיט נאך איין קורצע פארווארט: דער פארמיטלער איז אומפארטייאיש געשטימט, און קיין פראגע זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א טשעפע אויף איינע פון די קאנדידאטן אדער אן אינדארסירונג אויף א צווייטן.


פראגע נומער 1

טייערע קאנדידאטן;

איר זענט דאך נישט היינט געבוירן געווארן, און אייערע ערשטע ניקס זענען – לויט אונזערע ידיעות – נישט געווען אינעם "קרעטשמע", אלזא איז מיין פראגע צו אייך, וואס האט אייך אין אנהייב באוואויגן אהערצוקומען שרייבן ביי אונז אין קרעטשמע?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

עחחעחעחחחםםםםם..... איך וואלט זיך געוואלט פארשטעלן אויך, אבער דער פארמיטלער האט פארלאנגט קורץ און שארפע ענטפערס, וועל איך נישט זיין אזא אויבער חכם. דער אמת איז אז מי אני, זאלן די אנדערע ענטפערן פארדעם, אבער איך זעה אז די אנדערע זענען בלייך געווארן הערנדיג די פראגע, בלאס ווי דער וואנט, זיי האבן זיך נישט גערישט אויף אזא בייסיגע פראגע וואס וועט זיי אויסטון נאקעט, וועל איך דעריבער ענטפערן צום ערשט, זאלן זיי זיך דערווייל אביסל בארואיגן.

איך האב שוין געהאט פארבינדונגען מיט קרעמער נאך משנים קדמוניות, טאקע דורכ'ן קרעטשמע, ווי מיר פלעגן צווישן זיך שמועסן אין אישי איבער פארשידענע טעמעס וואס זענען דארט אויסגעשמועסט געווארן. שרייבן דארט האב איך נישט געוואלט, איך בין נאך דאן געגאנגען אין קאלעדזש און שטודירט פירערשאפט, זייענדיג יונג און אומערפארען האב איך געציטערט אז דער עולם וועט דערגיין מיינע פלענער און ארויסבאקומען פון מיר אז מיט דער צייט פלאן איך דא איבערצונעמען די מלוכה. דעריבער האב איך ליבערשט געליטן און געשוויגן. איך האב אויף זייער אסאך זאכן געוואלט מגיב זיין, אבער מיין געוויסן האט מיר נישט געלאזט.

איינמאל איז מר. קרעמער אויפגעקומען ווי א מלאך פון הימל, געווען איז דאס אינמיטן א גראדואציע פארטי אינעם קאלעדזש ווען מיין סעלפאון האט זיך צוקלינגען און קרעמער שרייט קולות: הערסט? (די סעלפאון כאפט נישט אלעמאל דארט) גענוג געווען מיט די חכמות, איך זעה אין דיר א רייכע צוקונפט, מען מוז דיר אריינברענגען אינעם קרעטשמע פאר יעדע פרייז! אין די מינוט מאך דיר א ניק, און יאלא!

איך האב אנגעהויבן צו פארפירן אז אין די מינוט ממש קען איך נישט, איך בין דאך דא מיט מיינע אלע גראדואירטע חברים, און עס קען גאר זיין אז איך זאל געווינען דעם נאבעל פרייז (וועא"מ) -א זאך וואס איז טאקע אזוי געווען. איך האב געבעטן קרעמער ער זאל צוווארטן נאך א צוויי דריי שעה ווילאנג די מסיבה ענדיגט זיך.

קרעמער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט הערן פון די אלע אויסריידן, ער האט שוין געוואוסט דעם כלל אז ואם לא עכשיו אימתי, איך האב אים שוין צוגעזאגט א זיבן און זעכציג מאל פארדעם אז איך וועל זיך מאכן א ניק. און עס איז קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה. האט זיך גענומען בונטעווען "איך זאג דיר איך קום יעצט אראפ, איך דריי איבער די זאל, עס וועט קיין גראדואציע נישט זיין אויב דו מאכסט נישט אין דעם רגע א ניק אינעם קרעטשמע!"

איך האב געזען קיין ברירה איז נישטא, איך בין צוגעגאנגען מיט א פעסטקייט (דאס איז פון די הויפט אייגנשאפטן וואס א פירער דארף צו האבן, און דאס האט מען אונז אויסגעלערט דארט) צום קאמפיוטער אינמיטן טיש, קאנעקטעד דעם קעבל, דער גאנצער עולם שטייט און קוקט אויף מיר פארוואונדעט, אלע האבן אראפגעלייגט זייערע פארציעס און געקוקט מיט שטוינונג ווי דער אזויגערופענער בעסטער סטודענט איז אינגאנצן אראפ פון זינען. יעדער האט אנגעשפיצט די אויגן צו זען די וואונדער און וואס איך גיי יעצט טון. "דאבעליו דאבעליו דאבעליו דאט!" האבן די קיבארט קנעפלעך ווי פון זיך אליינס אויסגעשריגן "עיטש וויי די אי פי עי אר קעי דאט סי או דאט איי על" פאר די פארזאמעלטע האט זיך אנטפלעקט א וועבסייט מיט היברו קערעקטערס. אלע האבן געוואוסט פון מיין שטאלץ צו זיין א איד, אבער קיינער האט נישט געוואוסט אויף אזוי ווייט.

די מויז האט געטון וואס מען האט איר באפעלט, שנעל ארויף אויבן צו הרשם, אריינגעלייגט מיין ניק, א פעסווארד (כ'האף קיינער האט נישט געזען), און ביז א מינוט האב איך זיך דערזען מיט א גרויזאמער לאטע אויף די פלייצע.

מיט עקסטאז האב איך צוריקגערופן קרעמער אז די זאך איז ארלעדיגט.

פארשטייט זיך אז די גאנצע גראדואציע מסיבה איז שוין דערנאך געגאנגגען בארג אראפ. אבער נישט פון דעם רעד מיר דא.

גלייך ווען די מסיבה האט זיך געענדיגט בין איך אריין אינם קאלידזש דארמיטארי, אריין אינעם אינטערנעט קאפע שטובל, און אפגעשריבן גאנצע מגילות פארן קרעטשמע.

דאס איבריגע איז היסטאריע.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

די שאלה איז לכאורה נישט געוואנדן צו מיר, וויפיל איך געדענק בין איך אריינגעקומען געציילטע וואכן נאכן דערעפענונג פונעם קרעטשמע.

וואס האט מיר באוואויגן בכלל אהערצוקומען? יוי, יוי, במחלת כבוד תורתכם, מיר ראה את אלו יוצאים ולא יוצא, ווער ס'מוז היינט צוקומען צום קאמפיוטער מיטן אינטערנעט, און ער וויל זיך האלטן ערליך, צוזאמען באהבה אחוה וריעות, איז נאר דא דאס פלאץ!!

מיט אונזער "היימישע קרעטשמע" קען קיינער נישט קאמפיטען.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אקעי, סאו "וואס" האט מיך באוואויגן, אה! הייסט נישט ווער עס האט מיך באוואויגן,, אקעי...
סארי, כ'האב מיך פארמישט מיט די ערשטע תגובה.

אקעי, נעי מיט גיין מיטן שטראם פון מענטשען, נישט מעסטער מיינד, סאו וואס יא?.

כ'האב נישט קיין ברירה וועל איך מוזן ארויס געבען דעם אמת און יענער וועט מיר מוזן מוחל זיין, איז אזוי, קודם מיין נאמען איז נישט מעסטערמיינד נאר איך בין,
געווען איז דאס יענער פארשווארצטען פארנאכט'ס ליידער האט די השגחה אזוי געפירט, און כ'האב געמוזט גיין ליינען הייד פארק דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן, איי איי יייי וואס האב איך דען דעמאלט געוואוסט וועגן הייד פארק ? גארנישט פארשטייט זיך נאכן ליינען אשטיק צייט האט מען געמאכט א ניק, אז יעדער זאל כאטש ליידן נישט נאר מיינע נאנטע, נאר אלע הייד פארק ליינער, און שון נאך אייניגע וואכן ליינען און ליינען און ליינען האב איך שוין גענדיגט ליינען דריי פארומען, נו וואס נאך קען איך ליינען, האט מען זיך ארויס געלאזט אויף אן עקספאדיציע, צו טרעפן פרישע לייען מאטריאל, נאכן אפאר טאג זוכן דא און דארט האב איך ענדליך דערזען א טיר מיט אן אויפשריפט וואו ביי אברהם אבינו'ס געצעלט, "קומט אריין פאר א גלעזעלע משקה וכו" נו אז מ'בעט מזאל אריין קומען בין איך געגאנען, און כ'האב געטראפן דעם טרעזשער, פאר דריי פולע וואכן בין איך געווען פארנומען צו ליינען און ליינען און ליינען, ביז כ'האב מסיים געווען כמעט די גאנצע קרעטשמע, מיין געוויסען האט מיך געהאלטן און איין שטיפען, שרייב עפעס שרייב עפעס, אבער איך האב אים צוריק געשטיפט טיעף אריין, נעי ס'נאך נישט דער צייט נגלה צו ווערן, ביז איין טאג אריין קומענדיג אין קרעטשמע זעה איך ווי א איד האט ארויס געשטעלט א סיין אז ער דארף הילף, נו האב איך דאך געוואלט גיין העלפען, אבער די ספיקות האבן זיך אנגערוקט, יא שרייבן נישט שרייבען, אזוי איז דורך א טאג צו מער און קיינער האט דעם אד נישט ארויס געהאלפען כדבעי' , דאן האב איך פארשטאנען אז ס'איז צייט נתגלה צו ווערן, און דערפאר ליידט איר נאך ביז היינט,...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א גוטע וואך חשוב'ע פארזאמעלטע, ובראשם די דריי חשוב'ע קאנדידאטן!

א גרויסן דאנק אייך - קאנדידאטן - אויף אייערע אויפריכטיגע ענטפערס אויף מיין ערשטע פראגע, עס איז אנצונעמען אז די ליינער זענען העכסט צופרידן פון אייערע ענטפערס, איר קענט זיך דאס איבערצייגן פונעם פאקט אז עס האט זיך נאכנישט געיאוועט קיינער צו גרינדן אן אשכול צו דעבאטירן דעם דעבאטע..

אלזא, לאמיר טאקע פאראויס גיין מיט אונזערע שאלות, און איך שטעל ווידער א פראגע וואס איז געוואנדן צו אלע 3 קאנדידאטן.

פראגע נומער 2 (אריינגעשיקט דורך איינער פון די וויילער):

איר לויפט דאך פארן "ראש הקהל" אמט פון די קרעטשמע, פילייכט קענט איר שילדערן פאר די וויילער וואס פונקטליך עס זענען – לויט אייך – די פריוויליגיעס, פליכטן, און פונקציעס פונעם ראש הקהל דא אין קרעטשמע?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

חחאחאחא, זארעכ איך האב געוואוסט דו וועסט נישט אויפגעבן, אבער אזוי ווייט אזש ארויפגיין אינמיטן די דעבאטע צום פארמיטלער און אים איבערגעבן דיין שאלה אויף א קליין צעטעלע דאס האב איך שוין נישט געוואוסט.

אבער זייער גוט זארעכ, זעסט? קוק אן די אנדערע צוויי דא, פלוצלינג איז יגר'ל הונגעריג געווארן אויף א שטיקל גמרא, און מעסטערמיינד האט געפונען א גאפל אין זיין טאש וואס אלע פיר שטיקלעך זענען שוין אראפגענומען געווארן, און יעצט מאכט ער שיינע זאכן אויף די ווייסע פלעסטיק. יא זארעכ, עס איז געווען דאס בעסטע רמז וואס דו האסט מיר געקענט געבן אז דו שטייסט אויף מיין זייט. זארעכ a1!!!

ששאאאא!!! מען האט געבעטן קיינער זאל נישט אפלאדירן! שא!!!

איז אזוי, א ראש הקהל וואס האט נישט די כאראקטער וואס איך פארמאג ב"ה, וואס האט נישט שטודירט אזויפיל וויפיל איך ב"ה, זעה איך טאקע נישט קיין געברויך אז ער זאל ווערן ראש הקהל, וואס האט מען דערפון?

אבער הארציגע ברודער; דא רעדט זיך פון איינעם וואס אלץ ראש הקהל וועט ער אייביג אנקומען אין די ריכטיגע פלאץ, ער וועט זען ווי די שמוץ וואלגערן זיך אין גרויסן, וועט ער רופן יאנאשן, אויף דעם איז נישט געווען קיינער ביז יעצט וואס האט קער גענומען, יאנאש האט געטוהן זיין ארבעט לויט זיין פארשטאנד, קיינעם נישט געפרעגט, און ווען איינמאל האט ער זיך פארטשעפעט מיט יענטאשש'ס בחור איז געפלויגן בעזעמעס!, ער האט אויפגערוימט ווען ער האט פארשטאנען, און געקומען ווען ער האט געוואלט, סוף וואך איז ער אנגעקומען צו קהל'ס קאסע און פארלאנגט א אפוטיקי מיט שמאלץ.

און כ'האב אנגעכאפט יאנאש'ן נאר פאר א משל, פערצופאל דאכט זיך מיר אז יאנאש איז שוין היינט פון מיינע מענטשן...

נו!!! שאאאא!!!!!!!!! וויפיל מאל דארף מען בעטן!!! אייי.......... שאאא!!!! איך בעט ענק לאטס מיך אויסרעדן קיינער זאל נישט קלאטשן און נישט שרייען!

....
אבער יעדער ווייסט דאך, אלע איינגעשטעלטע דא, יעדער מיינט אוודאי זיין ארבעט בנאמנות. אבער פון מאל צו מאל קען זיין אזוי מען זאל זיך פארגעסן. געט א קוק, דא רעדט מען שוין פון חדשים פון א שטרעם נענא וואס קיינער איז נאכנישט געקומען אויף זיינע שפירן, מען שטיפס עס אפ פון זונטאג צו מיטוואך, און פון מיטוואך צו שבועות, און דאן צו קידוש לבנה.

עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו די פארדינטע אויפמערקזאמקייט ביי אונז אין דארף. אוי... זייער אסאך!

געט א קוק דעם בית יאנאש. עס ווערט ווייניגער און ווייניגער, קיינער קימערט זיך נישט.

ווער דארף מכבד זיין צו רעדן ווען דער עולם קומט זיך צאם? ווער זאל זיין דער טשערמאן? צו וועם דארף זיך א פשוטע דארפסמאן ווענדן ווען ער האט א פראבלעם?

געדענקט! א צוקונפט וועט נאר זיין ווען עס וועט זיין א כמו 311 האטליין! פאר יעדע קאמפלעין וועט מען קענען רעדן צום ראש הקהל. דער ראש הקהל וועט נעמען אויף זיינע ברייטע פלייצעס זאכן וואס איר האט קיינמאל נישט געחלומט אז עס דארף ווערן קער גענומען!

אוי די לעמפל בלינקט שוין....

מינוט...

"א צוקונפט? נאר מיט גרויזאמער!"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זארעכ איך האב געוואוסט דו וועסט נישט אויפגעבן, אבער אזוי ווייט אזש ארויפגיין אינמיטן די דעבאטע צום פארמיטלער און אים איבערגעבן דיין שאלה אויף א קליין צעטעלע דאס האב איך שוין נישט געוואוסט.

אבער זייער גוט זארעכ, זעסט? קוק אן די אנדערע צוויי דא, פלוצלינג איז גרויזאמער הונגעריג געווארן אויף א שטיקל גמרא, און מעסטערמיינד האט געפונען א גאפל אין זיין טאש וואס אלע פיר שטיקלעך זענען שוין אראפגענומען געווארן, און יעצט מאכט ער שיינע זאכן אויף די ווייסע פלעסטיק. יא זארעכ, עס איז געווען דאס בעסטע רמז וואס דו האסט מיר געקענט געבן אז דו שטייסט אויף מיין זייט. זארעכ a1!!!

ששאאאא!!! מען האט געבעטן קיינער זאל נישט אפלאדירן! שא!!!

איז אזוי, א ראש הקהל וואס האט נישט די כאראקטער וואס איך פארמאג ב"ה, וואס האט נישט שטודירט אזויפיל וויפיל איך ב"ה, זעה איך טאקע נישט קיין געברויך אז ער זאל ווערן ראש הקהל, וואס האט מען דערפון?

אבער הארציגע ברודער; דא רעדט זיך פון איינעם וואס אלץ ראש הקהל וועט ער אייביג אנקומען אין די ריכטיגע פלאץ, ער וועט זען ווי די שמוץ וואלגערן זיך אין גרויסן, וועט ער רופן יאנאשן, אויף דעם איז נישט געווען קיינער ביז יעצט וואס האט קער גענומען, יאנאש האט געטוהן זיין ארבעט לויט זיין פארשטאנד, קיינעם נישט געפרעגט, און ווען איינמאל האט ער זיך פארטשעפעט מיט יענטאשש'ס בחור איז געפלויגן בעזעמעס!, ער האט אויפגערוימט ווען ער האט פארשטאנען, און געקומען ווען ער האט געוואלט, סוף וואך איז ער אנגעקומען צו קהל'ס קאסע און פארלאנגט א אפוטיקי מיט שמאלץ.

און כ'האב אנגעכאפט יאנאש'ן נאר פאר א משל, פערצופאל דאכט זיך מיר אז יאנאש איז שוין היינט פון מיינע מענטשן...

נו!!! שאאאא!!!!!!!!! וויפיל מאל דארף מען בעטן!!! אייי.......... שאאא!!!! איך בעט ענק לאטס מיך אויסרעדן קיינער זאל נישט קלאטשן און נישט שרייען!

....
אבער יעדער ווייסט דאך, אלע איינגעשטעלטע דא, יעדער מיינט אוודאי זיין ארבעט בנאמנות. אבער פון מאל צו מאל קען זיין אזוי מען זאל זיך פארגעסן. געט א קוק, דא רעדט מען שוין פון חדשים פון א שטרעם נענא וואס קיינער איז נאכנישט געקומען אויף זיינע שפירן, מען שטיפס עס אפ פון זונטאג צו מיטוואך, און פון מיטוואך צו שבועות, און דאן צו קידוש לבנה.

עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו די פארדינטע אויפמערקזאמקייט ביי אונז אין דארף. אוי... זייער אסאך!

געט א קוק דעם בית יאנאש. עס ווערט ווייניגער און ווייניגער, קיינער קימערט זיך נישט.

ווער דארף מכבד זיין צו רעדן ווען דער עולם קומט זיך צאם? ווער זאל זיין דער טשערמאן? צו וועם דארף זיך א פשוטע דארפסמאן ווענדן ווען ער האט א פראבלעם?

געדענקט! א צוקונפט וועט נאר זיין ווען עס וועט זיין א כמו 311 האטליין! פאר יעדע קאמפלעין וועט מען קענען רעדן צום ראש הקהל. דער ראש הקהל וועט נעמען אויף זיינע ברייטע פלייצעס זאכן וואס איר האט קיינמאל נישט געחלומט אז עס דארף ווערן קער גענומען!

אוי די לעמפל בלינקט שוין....

מינוט...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דזשינקס...
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

פארמיטלער, איך האב רשות צוריקצוענטפערן אויף יגר'לס תגובות?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גרויזאמער;

ווארט צו ביז מעסטערמיינד ענטפערט אויף די צווייטע שאלה, דאן האסטו רשות צוריקצוענטפערן יגר'לן.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

פריוויליגיעס,

* שרייען אויף יאנאש ווען ער קליענט נישט אויף,

* שרייען אויף סאכדעס ווען ער באדונט נישט דעם דיין כדבעי'

* שרייען אויף די בר מצוה בחור'לך וואס זונגען זיך אויס זייער גארגעל ביי זייער חברים'ס בר מצוה

* טיילען פסקים פארן איבער לאזען רויטע הארעלעך פון בארד אינעם ספר

* זיך אנעמען פאר אברהמ'לע מלמד

ועוד ועוד


פלוכטען, פונקציעס,

* זיך אנעמען פארן ראש הקהלשאפט ווען איינער פראבירט עס צו מינעמייזען

* שרייען אויף יאנאש ווען ער קליענט נישט אויף,

* שרייען אויף סאכדעס ווען ער באדונט נישט דעם דיין כדבעי'

* שרייבן אין קרעטשמע כאטש א שיינע פאר תגובות א וואך,

* זיך ארום דרייען מיט דעם שענסטען שטריימעל אין דארף,

* באקומען פארצוג אלץ א בעל תפלה,

*ועוד ועוד


און פארשטיין דעם שטורעם פונעם שטרם נענה, וואס אגב האט דער מעסטער מיינד שוין אויסגעטראפען וואו ער באהאלט זיך, און מודע געווען די ריכטיגע אינסטאנצען,
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך האב באשלאסן נישט צו ענטפערן פאר דעם יגר פון סהדותא. זאל דער עולם אליין זען וויאזוי ער גיט זיך אן עצה מיט בייסיגע פראגעס. אזא שמוציגע קאמפיין צו פירן?

כהאב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אזאנס!

שא! יגר האק נישט אריין!!!! ששאאאאאא!!!!!!!!! איך האב דיר נישט געפרעגט! האסט געוויזן פאר יעדעם ווער דו ביזט. פון מיר אויס האסטו שוין פארלוירן די קאמפיין. געדענק דער דעבאטע ווערט געדעקט דורך די אלקרעטשמעליכע מידיע און לכאורה ביסטו קאפוט!

נו, קרעמער, א שאד די צייט. נעקסט קעיס!

איין מינוט נאר... חאחאחחאחאחא

"א צוקונפט? בלויז מיט גרויזאמער!"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח חשוב'ע קאנדידאטן פארן ענטפערן אויף די צווייטע פראגע, און פארן איינהאלטן די רעגולאציעס.

יעצט ווערט יעדער קאנדידאט געבעטן צו ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע:

אויב דו וואלסט נישט געווען אינעם פארמעסט, פאר וועלכן פון די צוויי אנדערע קאנדידאטן וואלסטו אפגעגעבן דיין שטומע, און פארוואס?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ווי יאנאש האט אריינגעשריגן און דיך אפלאדירט גלייך נאכן פרעגן דיין מרפסין איגרא פראגע, בין איך אויך מודה אז דאס מאל האסטו מצליח געווען צו מאכן לאכן דעם אומסטאביליזירטן גרויזאמער. דאנקע שעהן!

יעצט'זשע האטסו געפרעגט צוויי שאלות אויפאמאל, איך ווייס נישט צו עס איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז דאך נישט מיין געשעפט. שוועמל וועט שוין קער נעמען לכבודי.

אויף דיין ערשטע שאלה: יגר'ל

פארוואס?

מיט אים האב איך שוין אן אלטע שייכות, מיר קענען זיך שוין אסאך מאנאטן בעפאר די קרעטשמע, און ער האט מיך מחזק געווען אריינצוקומען אויפטוהן לצורך הציבור אינעם קרעטשמע. עס איז געווען איינמאל ביי א טיי אווענט וואס ער האט געמאכט -כידוע זיין געוואלדיגע חסד וואס גייט ארויס פון זיין שטוב טאג טאגליך- איך בין אריינגעקומען און געגעבן א שיינע מטבע, האט ער מיר לכבוד דעם באלוינט און מיך מגלה געווען דעם סוד פונעם קרעטשמע. דערנאך איז שוין געווען די מעשה מיט קרעמער הנ"ל.

מעסטערמיינד איז אויך פון מיינע חברה, און ווען מען וואלט געקענט וואוטען מיט צוויי ניקס וואלט איך מיט איין ניק געוואוט פאר מעסטערמיינד און איין ניק פאר יגר'ל, אבער די ארינטליכע שטאטוטען ערלויבן דאס נישט, דעריבער "וואלט" איך בלויז געוואוט פאר יגר'ל. אבער דירעקט נישט לאפוקי פון מעסטערמיינד.

יגר'ל וואלט טאקע געדארפט ווערן ראש הקהל, ער וואלט געטויגט דערצו, און ער וואלט פארשטאנען זיין פאך... ער וואלט... ער וואלט... ווען נישט זיין בוזעם פריינד גרויזאמער פארשטייט בעסער ווי אים...

איר וועט זיך אלע קענען איבערצייגן די פריינדשאפט, מיט וואספארא שמחה ער וועט מיך אנרופן קאנגרעטאלירן, אדרבה! זאל יעדער מיטהאלטן!

וועגן דעם טאקע, "וואלט" איך געוואוט פאר יגר'ל!

יגר'ל יו אר די מען! מעסטערמיינד יו טו!

"א צוקונפט? בלויז מיט גרויזאמער!"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

גרויזאמער,
גאנץ דיפלאמאטיש, אבער פארדעקסט עס צופיל,

עניוועיס צו ענטפערען די פראגע, איז גאר שווער, פארוואס? נישט ווייל איך וויל מיך נישט פארפלאנטערען פאליטיש מיטן שיקן דאס אומריכטיגע מעסעדזש, נא, אינגאנצען נישט, נאר וואזשע דען, וואו באוואוסט די גאנצע סיבה וואס כ'האלט פון וויילען היינטיגע צייטן א ראה"ק, איז כדי די קרעטשמע זאל בליען, ודי ובזה תלוי הטעם פארוואס איך זוך א וועג ארויס, כידוע ליודעים,
נו יעצט אויב בין איך אינדרויסן, מיינט עס אז עס בלייבן נאך פארט איבער צוויי דריי מעסטער קאנדידאטען, איז פארוועם וואלט איך אפגעגעבן מיין שטימע, איז דער תי' כ'וואלט גורל געווארפען און דעם וועמענס נאמען עס וואלט/גייט ארויס קומען וועט די זכיה האבן צו ערהאלטן מיין שטימע, און כ'וואלט באפולמעכטיגט מיינע צוויי ברודער ודי אפצוגעבען זייערע שטימען פאר די איבריגע צוויי, ודי
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער, די פראגע איז א מעסטערפיס (שיעור געשריבן מעסטערמיינד...) פון א קשיא.

וואס ווילסטו, ווילסט איך זאל מיך טאקע אראפזעצן צום טיש און זיך עסן דאס געזונט? א רעכטע פליישיגע סעודה לכבוד ראש חודש?

אמאמאמ, אמאמאמ מ'דארף דא ענטפערן.

לשם יחוד, הנני מוכן ומזומן... בין איך דען גרייט?

דער תירוץ איז: גרויזאמער!!

יעצט: פארוואס? קרעמער דו הערסט אויף? קענסט ביטע לאזן דאס מענטשהייט אנגיין ווייטער מיט זייער לעבן?

אקעי: דער סיבה איז פשוטער ווי פשוט, איך מיט גרויזאמער זענען צווילינג ברודער'ס, געגאסן און געמאסטן, פון ווען מיר האבן זיך באגעגענט דאס ערשטע מאל האבן מיר ביידע פארברענגט לאנגע שעות צוזאמען, זאל עס זיין אויף וואסערע אויפן ס'איז נאר שייך.

א פארלוסט פון גרויזאמער איז מיין פערזענדליכע פארלוסט, און דאס זעלבע פארקערט.

פארשטייט זיך אז מיין בלוט איז מער רויטער, און בכלל בין איך מער טויגלעך, ווי יעדער ווייסט שוין היינט צוטאגס. דעפאר וועט יעדער בר דעת וועלן פאר... נו, פאר יגר'ל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די דעבאטע וועט יעצט ענדערן ריכטונג, און אנשטאט שטעלן איין פראגע געווענדעט צו אלע קאנדידאטן צוגלייך, וועלן מיר שטעלן איין פראגע אין ריכטונג פון איטליכן קאנדידאט. די קאנדידאטן זאלן זיך באציען אין זייערע ענטפערס בלויז צו די פראגן וועלכע זענען געוואנדן צו זיי.

פראגע פאר גרויזאמער:

וויאזוי פארענטפערסטו די טענות פון מאנכע 1) דו ביסט צו גרויזאם פאר די ווייכע ראש הקהל פאזיציע 2) דו ביסט א העפטיגער קאמפיינער פאר א ריקצוג פון ניי קרעטשמע צו היידפארק

פראגע צו יגרסהדותא:

וואס ענטפערסטו צו די טענות פון טייל וויילער 1) דו קענסט פארלאזן דעם קרעטשמע אויף לענגערע צייט אפשניטן 2) דו האסט א היסטאריע פון איבערגעבן די פעסווארד פון דיין ניק פאר אנדערע וועלכע מאכן פראבלעמען דערמיט

פראגע צו מעסטערמיינד:

וויאזוי ערווארטסטו ערוויילט צו ווערן 1) בשעת דו הערסט נישט אויף צו רעדן פון א שטעלפארטרעטער וואס זאל איבערנעמען דיין קאנדידאטור 2) די ראש הקהל אמט פארלאנגט אביסל מער שרייבערישע אייגנשאפטן וואו מעסטערמיינד'שאפט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איידער איך ענטפער, קרעמער יו ער די בעסט... פראק זיי גוט אויס, די אנדערע קאנדידאטן, כולי האי ואלי...

איין ענטפער פאר ביידע פראגן:
דער עבר לערנט א מענטש, א מענטש אטן א טעות, איז אויפן וועג צו מאכן א מיסטעק. געטס א קוק אן גרויזאמער, עני דעי אין ער גייט מאכן א טעות... וויאזוי גייט דער לאזונג: אזא שאד אז פונקט די 90 יעריגע אידן, וואס האבן שוין אזויפיל עקספיריענס פונקט זיי ווערן נפטר

לענינינו: דער עבר האט מיר געלערנט א לעקציע, וואס איך וועל אייביג געדענקן.

BUT, געס וואט, די אלע וואס קענען מיך ווייסן, איך ברענג אריין הומער אין מיינע תגובות, דאס איז מיין ציל, און ב"ה איך אנטויש נישט קיינעם (חוץ מעסטערמיינד, אוי איז ער ברוגז).

אויב איך שרייב אין א ציה פאר וואכן און חדשים, סתם אבי געשאסן, גיי איך אויסקוקן ווי... ... (איך ברויך נאך זיין שטימע קען איך נישט שרייבן דעם נאמען, אבער נאך די וואלן וועל איך עס מפרסם זיין), דערפאר בין איך נישט דא געווען א שטיק צייט, און צוריקגעקומען מיט א פילע זאק פון גוטע סחורה.

פון וואו ווייסט איר איך זאג אמת, פון מיינע הויכע צאל שטימען!!!

לאנג לעבן זאל יגר'ל
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קרעמער האט געשריבן:פראגע פאר גרויזאמער:

וויאזוי פארענטפערסטו די טענות פון מאנכע 1) דו ביסט צו גרויזאם פאר די ווייכע ראש הקהל פאזיציע 2) דו ביסט א העפטיגער קאמפיינער פאר א ריקצוג פון ניי קרעטשמע צו היידפארק


וואסישייך צו זאגן?

1) אזויווי דו שרייבסט איז עס נאר פון מאנכע, מיינע שטיצער ווייסן שוין אז איך בין שוין גארנישט אזוי גרויזאם, די סיבה איז ווייל איך בין נישט גרויזאם צו מיין לעבן, איז מיין לעבן נישט גרויזאם צו מיר, אויטאמאטיש בין איך נישט גרויזאם. א גלגל החוזר.

אט געב א קוק א משל ווי פרייליך און גומוטיג איך בין
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=745
אזאלכע פרייליכע מענטשן טרעפט מען נישט יעדען טאג!

נאר וואזשע דען? די יונגען האבן ליב חוזק צו מאכן פון מיין צורה, זיי זען דערין א גרויזאמער כאראקטער. זיי וויסן אבער נישט אז אונטער דעם גרויזאמען פרצוף פארשלייערט זיך א יודל מיטן פולסטן מאס ערנסקייט, אזויווי דו אלץ גוגל טאלק טאטע ווייסט זיכער דערפון.

2) איינער האט דיר געמוזט פארשרייבן די קשיא און דו האסט עס נישט גוט נאכגעזאגט, ווייל איך גלייב נישט אז דו ביסט אזא יגרל.

דאס איז אזויווי דו זאלסט זאגן, אז מען קען נישט וואוטען פאר א ראש הקהל אין א קהילה, ווייל יענער קאמפיינט אז די בית המדרש זאל מופען פון איר אלטן פלאץ. ח'מיין וואס איז פשט פון דיין פראגע?

גאנצ-רעכט אויב וואלט קרעטשמע געווען א אינדערהיים שטעטל, לאמיר זאגן אזויווי גארליץ, ווען דער גארליצער ראש הקהל וואלט קאמפיינט אז מען זאל זיך אריבערציען פון גארליץ קיין דאנצוג, וועט דאס אוודאי זיין א ריכטיגע סיבה פארוואס אים אויסצושליסן פון די ראשעקהילהשאפט. ער וויל דאך אוועקנעמען דעם נאמען גארליץ פון די קהילה.

אבער דא? די נאמען קרעטשמע איז דאך חי וקים, צו דא צו אין הייד פארק. אלא מאי- אז דא הייסט די מעין אריינגאנג שער היימישע קרעטשמע, און דארט שער הייד פארק? פארוואס זאל עס אויסמאכן? ווי נישט וואו (אדער וואו נישט ווי) קומט מען דאך אן אינעם קרעטשמע.

נאכמער!

אין דער אלטער היים האט געקענט פאסירן אזא גארליצע מעשה. דא אין אמעריקע ווי אויבן געשריבן, וועט גארליץ הייסן גארליץ וואו עס איז נאר, צו אינעם נייעם בית המדרש צו אינעם אלטן. עס איז דאך נישט די ארגינעלע שטאט גארליץ.

אזוי אויך מיטן קרעטשמע. דארט אינעם אלטן היים, אינעם דארף, אין הייד פארק איז געווען די ארגינעלע קרעטשמע. דארט אז איך וואלט אויפגעקומען אז מען דארף עס אריבערפירן וואלט עס געווען א גוטע סיבה מיך ארויסצוטראסקען בשן ועין. אז מען גייט אוועק פונעם ריכטיגן קרעטשמע מיינט דאך דאס אז מען האט פארלוירן די נאמען קרעטשמע.

אבער דא, אז מען האט זיך אריבערגעצויגן אינעם נייעם שטאט, מיט אלע טעכנעלאגיע איינריכטונגען, און די נאמען קרעטשמע איז נאר נאכגעמאכט פונעם אלטן דארף...

הערזשע... וואלט איך קאמפיינט אז מען זאל זיך אריבערציען ערגעץ אנדערש וואלט דיין טענה אויך נישט געווען גערעכט. ווייל אז ס'שוין נאכגעמאכט קען מען דאך גיין אין וועלכע בית המדרש מען וויל...

אבער דא! געוואלד און געשריגן! דא קאמפיין איך אז מען זאל צוריקגיין צום ארגינעלען קרעטשמע!!! איך ווייס אז איך וועל נישט אויספירן, אבער דאס זאל נאך זיין א טענה אויך???

ח'מיין וואס ווילסטו?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

מר. מאדערעטער
אויף דיינע שאלות וועל איך קודם מיגב זיין אייניגע פונקטן,

* ס'קען זיין אז צו זיין ראה"ק פאלאנגט זיך אפשר מער הומארוסטישע אייגענשאפטן, ווייל שרייבערישע אייגענשאפטן וואלט איך באשטאנען צו גלייבן אז עפעס דערפון האב איך.

* דיין צווייטע קשיא פארענטפערט מער וייניגער דיין ערשטע און דיין ערשטע פארענטפערט מער ווייניגער די צווייטע.

* נאך אלעמען האלט איך היבש פאראויס אין די אנקעטעס, גלייב איך אז פאר די וויילער איז עס גאר קיין פראבלעם דיינע חששות,

און איצט צום אריכות הענין, איבעסעלע צו פארשטיין געבן וואו אויף דער וועלט מיר האלטן מיטן מעסטער קאמפיין,
ווי יעדער קען זעהן זענען מיר כמעט נישט ארויס קאמפיינען כדרך כל הקאנדידאטען, וועט איר א וודאי פרעגען פארוואס, וועל מיר דאס פראבירען מסביר צו זיין אויפן שפיץ גאפעל, מה זה ועל מה זה,

איז אזוי ווער עס געדענקט ווען איינע פון אונזערע חשובע שרייבער, מר. כ'הער האט מדעתו ארויס געריקט מיין נאמען אויפן בעלאט צעטעל האב איך זיך בכל תוקף אקעגען געשטעלט, מחמת כמה סיבות,

* איך בין נישט ראוי,

* אויב איינער זאל זיין ראה"ק וואלט איך עס ענדערש געגעבן פאר איינעם וואס כ'האלט אז אלץ ראה"ק וועט ער מער שרייבען דא, וואס ביי מיר איז דאס נישט שייך,

* ס'פעלט מיר נישט אויס.

און כ'האב טאקע יעדען דעמאלט געבעטן ביטע נישט שטימען פאר מיר, און טאקע איך בכבודי ובעצמי צוזאמען מיט מיינע ברודער כנ"ל האבן געשטימט פאר יגר'ן, והכל על מקומו היה בשלום, "ביז" מ'האב מיר דיסקאווערד מר. גרויזאמער, און ציווישען די צוויי איז פארגאנגען א מעכטיגען קאמפיין, זענען דאן צו מיר צוגעקומען אייניגע חברים מחברי הקרעטשמע וואס איך וועל לעת עתה נישט פורש בשמם זיין און מיט תחנונים מיך געבעטן אז איך זאל אריין שפרינגען אין קאמפיין, מיטן אויסרייד,

* זיי גייען מיך העלפען,

* דאס וועט מער אויפלעבען די זאך,

נאכן דורך טראכטן די נושא אויף אלע מעגליכע זייטן, בין איך איינגעגאנגען דערויף מיט אייניגע תנאים,

* איך וועל זוכן א ריפלעסמענט ,

* פאר די וואלען קען איך פריוואט בעטען יעדעם איינעם נישט צו שטימען פאר מיר,

און דאן בין איך טאקע ארויס געקומען מין אומדערהעטע חוצפה אשכול,

און אזוי האט זיך מיין קאמפיין אנגעהויבן, מיט מיך זוכענדיג א צווייטער וואס וויל מיך איבער נעמען, כ'בין געגאנגען און זיך גענומען זוכען איינעם אבער דערווייל האלט עס ביי יגעתי ולא מצאתי,

ס'ליגט יעצט מיין בקשה אויפן טיש פון איינע פון די חשובסטע שרייבער ביי אונז אין קרעטשמע און כאטש ער האט מיך שוין צוויי מאל קאטאגאריש אפגעזאגט, האף איך אז ער וועט עס אננעמען,

איצטערט אויב ביז מארגען מיטאג האב איך נישט קיין פאזטיווע תשובה, וועל איך אי"ה ארויס לייגען מיין רעזיגנאציע בריוו, מיינט אבער נישט אז איך גיי דארט אינדארסירען איינע פון די קאנדידאטען, ניין , און נישט ווייל איך גלייך נישט קיינעם פון זיי, נאר פונקט פארקערט, איך גלייך ביידע און ביידע ברויכען ווען געווינען, וועגען די אויבן דערמאנטע טעמים ועוד.

און מיט דעם שלוס איך מיין דעבאטע , אי"ה האפענטליך וועט מיין פלאץ ווערן פארטרעטן דורך א געלונגענם קאנדידאט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לעצטע פראגע פון די דעבאטע, געווענדעט צו אלע קאנדידאטן (אויך די וואס פלאנען/ווילן זיך אפשר ארויסציען פונעם פארמעסט):

האלט איר אז די וואלן זענען יושר'דיג, בעת מען קען נישט וויסן וויפיל פון די ניקס זענען פשוט דאפעלט? קלערט איר נישט אז דער אנדערער קאנדידאט האט זיך אנגעגרייט עטליכע ניקס צו זיין אייגענעם באנוץ אוועקצוכאפן פון אייערע שטומען? און - אויב יא - וואס קלערט איר קען מען טאן דערוועגן.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מען קען גארנישט טון, חוץ זיך אליין צו באווארענען מיט אזאק פון די סחורה... דאס איז בתורת ווערטל.

אבער מ'קען טון אזוי. די מנהלים זאלן עפענען א פרישע ניק (ס'הייבט אן צו ווערן לעבעדיג... .. ניין, ליינטס ווייטער, איי מין וואט איי סעי) יעדער וואס וויל שטימען פאר איינעם, זאל אריינשיקן מיט דעם ניק צום מנהל פארוועם ער שטימט.

די מנהלים וועלן מסדר זיין די נעמען, ווי פארשטענדליך מ'דארף נישט און מ'טאר נישט ארויסגעבען ווער ס'האט געשטימט פארוועם.
אלע נעמען וואס האבן גארנישט געשריבן קען מען נישט רעכענען.
אלע נעמען וואס שרייבן פון צייט צו צייט, וואס איז א חילוק צו ס'איז א דאפעלטע ניק צו נישט, זאלן זיי צווישן זיך אליינס אויסגלייכן... וואס האט דאס מיט די מנהלים צוטון, לאז געמאכט זאגט מען אויף די לאדיינישע שפראך...

און צום סוף, בכלל בין איך נישט באקאנט אין די גאנצע סוגיא, איינער זאל האבן צוויי ניקס?? ס'פיט מיר נישט אריין אין מיין דזשעלי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ארויפגעברענגט לכבוד די היינטיגע דעבאטע...

ענדשוי
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פיין... דאס מיינט א דיבעט מיט רולס... איך רעדן צו טראמפ וועגן קרעמער... איינער ווייסט צו ער איז פאר טראמפ אדער הילערי?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

קרעמער איז פאר טראמפ, ער אידאך א רויטע...
------
פתאום, שכוח פארן ארויפברענגן, פיינע סחורה דאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”