קאמענטארן און פראגעס איבער די שטאטוטן

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

קאמענטארן און פראגעס איבער די שטאטוטן

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 1:07 am

אלע פראגען און קאמענטארן זאל מען ביטע שרייבן-פרעגן איו דעם אשכול.

מיט דאנק, דער קרעטשמער

נ.ב. נישט אלע געזעצן וועלן אנגיין ביי די דאזיגע וואלן, א באזונדערע מודעה וועט נאכפאלגן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 1:36 am

אמענדמענט 21
איז דאס די גאנצע אויפגאבע פונעם ראש הקהל צו זאגן א 200-קערעקטער דרשה ??

און וואו ליגט דער צילינדער היטל ? עס ווערט נישט געזען אין בילדער פון בית יאנאש.

וכאן הבן שואל:
דער געווינער קען זיך נישט אנטזאגן פון זיין פאסטן נווווו? יענטאאש הערסט? קום צוריק!!!!!

און בכלל האט מען פארגעסן צו מאכן א געזעץ איבער וויצע-ראש הקהל, למשל ביי אונזער פאל וואו יענטאאש האט זיך יא אנטזאגט, וואס איז דער דין?


בכלליות איז עס זייער גוט, נאר מען דארף צולייגן אביסל אפפענדיקס דא דארט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 9:12 am

יענטאאש איז נישט געווען א געווינער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 10:53 am

גערעכט טריאו.

נאך א חשובע נקודה:
"פריימעריס"

פון דעם האט מען אינגאנצן נישט גערעדט, ווארום ווער קען זיך ארויסשטעלן אלס קאנדידאט, און וויאזוי, צי דורך פריימערי וואלן, צי דורך זיך אליינס אינדארסירן.

איך גלייב אז דאס איז געווען 'אמענדמענט זעכצן'...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 11:08 am

אמענדמענט אכצן: קאנדידאטור רעכט

סעקשאן איינס: א קאנדידאט קען נאר לויפן אויב איז ער א מעמבער פאר כאטש צוויי חדשים.

סעקשאן צוויי: דארף שרייבן לכה"פ 80 תגובות אין א 6 חדשים אפשניט.



יעדער וואס קומט נאך די פארלאנגטע פארשריפטן, ברויך אריינשיקן א פעטישען פאר די הנהלה, און אז ער ווערט אפראווד וועט מען עס מעלדן.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 12:04 pm

אן ערוועלטער קאנדידאט, קען נישט אויפזאגן זיין פאסטן??

זאל זיין א זמן וויפיל טעג ער דארף געבן נאטעס וכדו', אבער, כ'מיין, חלילה אז ער ווערט נפטר אדער בעסער געזאגט ער געווינט די לאטערי און ער וויל ארויסגיין פון כולל זיך זעצן לערנען, קען ער דאס נישט טוהן?

נישט חלילה שלעכט פארטייטשן, איך פלאן נישט אויפצוגעבן, נעווער נעווער, איך רעד יעצט פון די אנדערע וואס לויפן...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 12:15 pm

כ'על דיר זאגן דעם אמת, עס איז נישט א באפעהל ווייל וואס גייט מען אים טון אויב גיט ער יא אויף, עס איז מער א בקשה, נאר שטאטוטן שרייבט מען נישט בדרך בקשה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 17, 2006 2:24 pm

ווער האט די סמכות איבער די שטאטוטן?

וויאזוי הייסט עס נאר? אהה, סמכותו עליונה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג נובעמבער 19, 2006 1:32 pm

געב עס אפאר טעג, דער ראש הקהל וועט מסתמא סייווי טוישן אביסל די שטאטוען

אויב ער האט א כח

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 12:16 am

ציטוט:
אמענדמענט ניינצן; סעקשאן דריי: מעג נאר וואוטען מיט איין ניק, א דאפעלטע ניק וועט נישט גערעכנט ווערן.


עס ווילט זיך פרעגן, וואס מיינט א דאפעלטע ניק?
צוויי די זעלבע ניקס, למשל: שוועמל; שוועמל ?
אדער איין מאן מיט צוויי ניקס, למשל: שוועמל; קרעמער ?

כך או כך, וויאזוי קען מען אויפווייזן אז דאס איז טאקע פון די זעלבע מענטש, אדער צי די צוויי שוועמלעך זענען טאקע איינס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 9:51 am

די בארימטע שרייבער פונעם קאנסטיטאציע זענען געזיצן איבער דעם ספעציפישן סעקשאן דריי פונעם ניינצנטן אמעדמענט לאנגע נעכט, עס איז געבליבן אז עס גייט אריין אינעם קאנסטיטאציע אפילו עס וועט זיין זייער שווער צו קאנטראלירן.

די סיבה; לאז מיר אייך אויסזאגן אביסעלע סודות פון חדר, אין אמעדמענט אכצן (קאנדיטאטור רעכט) האט געברויכט זיין א פיפטע סעקשאן וואס לויטעט ווי פאלגענד 'מוז האבן א ריינע רעקארד פאר צוויי חדשים', דאס טייטש אז קהל האט נישט געהאט קיין שלעכטע עקספיריענס מיטן קאנדידאט פאר א צוויי חדשים צייט אפשניט (פרעגט נישט קיין שאלה'ס איבער דעם סעקשאן ווייל עס שטייט 'נישט' אינעם קאנסטיטאציע).

די סיבה פארוואס מען האט דאס ארויסגענומען איז ווייל סעמיועל עדעמס (איינע פון די קרעטשמע קאנסטיטאציע ראטגעבער צווישן אנדערע) האט גע'טענה'ט 'אטו בשופטני עסקינן' רעדט מען דען פון שלעכטע מענטשן, אז עס פאסירט א פראבלעם אמאל קומט עס נישט פון שלעכטיקייט, נאר פשוט פון נאכלאזיקייט, און עס פעלט נישט אויס אז מען זאל עס געדענקן אויף שלעכטס.

האבן מיר באשלאסן נאכן הערן די טייערע פערל ווערטער פון אזא הויכגעשעצטן פארשוין, אז ער זאגט דאך דברים של טעם, און אויב טאקע אזוי, קען מען שוין פון דעם ארויסלערנען אויך וואס מען זאל טאן מיט אמעדמענט ניינצן סעקשאן דריי, און ווי איר קענט זעהן איז עס טאקע יא אריין אינעם פיינעל ווערזאן פונעם קאנסטיטאציע.

בלייבט נאר איבער צו האפן, אז מיר דיעלן טאקע מיט קלוגע פארשטענדליכע אידאלעך, און יעדער גייט וואוטן נאר מיט איין ניק און נישט פעלטשן אזעלכע וויכטיגע וואלן.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 10:18 am

יאנאש האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו האפן, אז מיר דיעלן טאקע מיט קלוגע פארשטענדליכע אידאלעך


ענדליך געקומען צום שכל

וויאזוי גייט דער לאזונג: בעטער לעט דען עווער

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך נובעמבער 22, 2006 11:04 am

ווען גייט זיין די וואלן?

מיר פרעקטיסן שוין אגאנצן טאג, ווי אזוי צו דריקן דעם קנעפל, איך שפיר איך בין שוין גרייט, אויף וואס ווארט מען?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך נובעמבער 22, 2006 11:10 am

עס ווי ספיק קומט פאר א מיטונג.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 8:27 pm

איך וואלט פארגעשלאגען אז א נייע ניק אינגער פון די שבעה שבועות וואס פארלאנגט זיך, זאל קענען שטימען אויב האט ער אין די צייט געשריבען כאטש פופציג תגובות,

וועט איר פרעגען אזוי סאך?

איז דער תי' יא ווייל אויב איז ער א דאפעלטע ניק, וואס באמת איז ער נישט שטים בארעכטיגט, אבער אויב שרייבט ער מער ווי פופציג תגובות האט ער איך שיהיה געגבן הנאה פארן עולם, צו ליינען, דאן מעג ער שטימען,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 9:27 pm

מעסטערמיינד, דאס מיינט אז דו שטיצט מיין טענה אז איך בין בארעכטיגט צו וואוטען? אה, א מחי'...
העי, איין מינוט, דו מיינסט אז מיט דעם האסטו דיך שוין פארזיכערט מיין שטימע?
An article a day keeps the babies away

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 12:48 pm

may i vote?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 12:54 pm

אנפארטשענלי יא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 2:14 pm

פארוואס מעג "טייפ" שטומען אין די צייט וואס ער פארמאגט בלויז 39 תגובות? איז דאס צוליב זיין אלטגעזעסענע בירגערשאפט?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 2:56 pm

יא.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 4:59 pm

איך מעג שטימען?
כהאב געזען ווי מעסטערמיינד האלט גאר שטארק אז איך בין אריינגעקומען נאר צו שטימען
ווער סזעט מיינע תגובות ווייסט קלאר איך האב נישט געשריבן נערישע אדער קליינע תגובות, אלע תגובות זענען געווען וואס קרעטשמע געברויך, שמועסן צו פארברענגן צו לאכן
יאנאש מיין האר, מעג איך שטימען אדער יא
אז דו וועסט ענטפערן ניין וועל איך מיך נישט באליידיגן, און איך זאג אפן
איך וויל שטימען פאר גרויזאמער, נישט ווייל איך קען אים, נאר ווייל איך קען יגר

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 5:00 pm

איך בין נישט קיין האר, אבער ליידער יא, דו מעגסט שטימען.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 5:02 pm

יש"כ

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 5:05 pm

יעקב אלי':

אפי' ווען ער זאגט דיר אז דו טארסט נישט שטימען, און דו שטימסט יא, קען ער דיר אויך גארנישט טוהן...

ששש... זאג עס נישט אויס פאר קיינעם, ווייל די נייע אנגערוקטע היינטיגע-חברה, וועלן זיך באלד דערוויסן דעם סוד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 5:10 pm

זארעך;
עס איז דא עי ביג פלען.


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט