דארף דען זיין א ראש הקהל?

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

דארף דען זיין א ראש הקהל?

16
55%
13
45%
 
סך הכל שטימען: 29

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

דארף דען זיין א ראש הקהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

עס איז שוין דא דריי אשכולות איבער די ענין פון א נייע ראש הקהל, צו וואס פעלט אויס א ראש הקהל?

וואלן פאר ראש הקהל
דעבאטע צווישן די קאנדידאטן פאר ראש הקהל
וואלן פאר גרויזאמער
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך קען נאר איבער'חזר'ן מיין פריערדיגע תגובה

לויפן, יא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך שעם זיך נישט מיט מיין שטימע "יא", וואס איז אויך די דעת פון רוב וואס האבן דערווייל אפגעגעבן זייער שטימע.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

נאך אזא טראגעדיע ווי היינט, זיכער אז יא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

טריאו דו רעגסט מיר אויף, סיז פונקט ווי איינער זאל פרעגן, ס'דארף זיין א רב? ס'דארף זיין א דאיען? וכדו',
אוודאי דארף זיין, מתחילת אן האביך נישט געוואלט אפילו ענפערן נאר בבחי' נוח לכעוס ונוח לרצות, וק"ל
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

סאכדעס,

טאקע אזוי, נאר ווער עס זאל זיין רב אדער דיין רעדט מעדט מען אויף הייד פארק, און צו עס זאל זיין ראש הקהל רעדט מען דא
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

3X0 זאל מען מאכן א אשכול צו מ'דארף א 3X0??

וודאי נישט, אמת

דעמאלטס אויב דו פארשטייסט דעם ווינק, טוה צו דער זאך. און אראפ מיטן אשכול
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ניין!

מ'דארף "נישט" קיין ראשאקאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אזוי גאר?!
פארוואס דארף מען נישט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

פארוואס יא?
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

פארוואס נישט?


אליבא דאמת, דער טעם פארוואס איך האב געוועלט אז עס זאל זיין, און ווער עס זאל זיין האט זיך ב"ה אויסגעשטעלו צו זיין א גוטער.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יגרסהדותא האט געשריבן:3X0 זאל מען מאכן א אשכול צו מ'דארף א 3X0??

וודאי נישט, אמת

דעמאלטס אויב דו פארשטייסט דעם ווינק, טוה צו דער זאך. און אראפ מיטן אשכול

פארוואס שרייבסטו וודאי נישט? אפשר פעלט עס יא אויס.

מאך א סקר צו די זאלסט מאכן א סקר צו מען דארף מיך אדער נישט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אהה איצט רעדסטו צו די זאך
פארוואס יא? מ'שטיינס געזאגט האסטע דען געזעהן א קהלה ביי אידן אנע ראשעקאל.?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אה, יא, איז אזוי: דו קענסט ענטפערן ווי א בן נח? נישט מיט קיין קאנטער-קשיות ווי א זרע אברהם? יא אדער יא?

צום ערשטן מאל: נאך וואס דארף מען דא א ראשאקאל?

ענטפער אויף וואס מען פרעגט, און זיי מסביר דאס נחיצות, זיין אויפגאבע וכו', דערנאך וועל איך דיר 'פרובירן' פונקטלעך אויספילן דעם אפליקעישן אויף אלע דיינע פראגעס וואס דו האסט געפרעגט, וואס דו פרעגסט, און וואס דו גייסט פרעגן...
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

איך בין איינשטימיג מיט פעפער באטשי, ווער ס'געדענקט געדענקט, אז איך האב שוין געפירט א מערכה איבער די ראש הקהל אמט נאך מיט'ן אלטען ראש הקהל יענטאאש זי"ע, איף פארשטיי בכלל נישט פארוואס ס'פעלט אויס אזא אמט דא, אז איינער וויל דוקא מהיכא תיתא, כ'מיין ער קען בעטן ארענדער זאל אים צולייגן אזא טיטול אינטער'ן נאמען אבער דעטס איט.
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

מי יגלה עפר מעיניך, יענטאאש, קוק אן וואס דא טוט זיך? א חרפה א בושה, אזוי זאלן מענטשן רעדן אחר מיטתו של רבינו

זאג כאטש, אזוי ווי יענטאאש איז געווען וועט מער נישט זיין, פני יענטאאש כפני מלוינע ופני יגר'ל/גרויזאמער כפני סטראבערי, דערפאר ווילן מיר זיך מער נישט אינטערווארפן

אבער אזוי ווי יעצט, איז א שאנדע, פאר יענטאאש אליין, פאר זיינע קינדער און תלמידים

איך שפיר יעצט, וויי געוואלד, איך שפיר, אוי עטס אויך, איך שפיר ווי די ערד דא ריקט זיך, אוי געוואלד, שפתותיו דובבות, און מיט אזא גרויסע מויל ווי יענטאאש פלעגט פארמאגן, גייט דא ווערן א ערד-ציטערניש

ה צ ל ה
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

חחחכאכא חאחאחאחאחאח

ס'זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו האסט נישט געקענט אונזער נאר-וואס פארלוירענער ליבער דיכטער "יענטאאש".

יענטאאש'ענס גרויסקייט; יענטאאש'ענס זיסקייט; יענטאאש'ענס בעטאמטקייט; יענטאאש'ענס אנוועזנהייט; האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט דעם טיטל אן א מיטל וואס מען האט אויף אים ארויף געשמירט.

אוי יענטאאש, יענטאאש, דיינע הערה'לעך; דיינע ארטיקלעך; דיינע פאעטן; דיינע, דיינע, וואס נישט?...
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

לאמיך עס דא מסביר זיין מיט א משל:

אמאל איז געווען א ציגעלע, וואס האט געגעסן און געפאשעט אויפן פעלד, דאס ציגעלע האט גאר גוט געוואוסט אז וועלף און ווילדע חיות לאקערן אויף אים, אבער דאס הונגער האט גובר געווען אויף אים, און מיט זיין דינטשיקן "מע, מע מע" האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.

מיט זיין גרויס מזל האט זי באגעגענט א גאנצע גרופע שעפלעך און ציגעלעך, מיט זייער פאסטוך בראש נישט מער און נישט ווייניגער, א יליד אשה ווי אלע אנדערע, אויך א ציגעלע!! , ווי דערפרייענד איז דאס געווען פאר אים, דאס ציגעלע האט זיך צוגעשארט צו דו גאנצע סטאדע, מיטגעגאנגן מיט זייער וועג, ווען קיינער באמערקט נישט דעם בשכבה ובקומה, ווי דאס ציגעלע איז זיך מחי' צו פארברענגן מיט אירע ידידים.

נאך גרעסער איז געווען איר הנאה, זענדיג ווי יעדער שפאצירט יעצט צו דעם קוואל וואסער, מיטן זיסן פייף פונעם רועה, דער פאסטוך דער ציגעלע, מיטן פידעלע, ווי איינגענעם ווי געשמאק, קען בעסער נישט זיין.

און דאס ציגעלע איז נישט געווען אליין, ס'פלעגן זיך צו די גרופע צושארן נאך און נאך ציגעלעך, באגלייט מיט שרעק פון זייערע בעלי-בתים פרעגנדיג יעדן צופרי אין מקוה איינער דעם צווייטן: מיין ציגעלע איז אויך פארשוואונדן געווארן, וואס גייט דא זיין? אבער די ציגעלעך האבן מוראדיג הנאה געהאט פון זייערע חברים און צוזאמען פלעגן זיי זינגן יעדן טאג דעם מע מע מע ניגון, אז די גראז פלעגן מיטזינגן, אך ווי שיין איז דאס געווען.

ווי גרויס איז אבער געווען דער שאק פון די גאנצע סטאדע, איין טאג נאכן טרינקן פונעם וואסער, נאכן עסן פון די גראז זעהנדיג ווי זייער באליבטער פאסטוך-ציגעלע האט זיך אויסגעשטרעקט א טויטער... קוקענדיג איינער אויפן צווייטן מיט פארלוירענע בליקן, על מי נטשת כל הצאן האבן זיי געוויינט, קיין טרוקן אויג האט מען דארט נישט געקענט געפינען

ווי גייט מען ווייטער, ווער קען די וועג אהיים, ווער וועט אונז פון היינט און ווייטער געבן ביינאכט פרישע וואסער לעבן דעם האלצערנעם שטאל, ווער וועט פון היינט מאכן דעם גללו את האבן מעל פי הבאר האבן זיי געברעטשט אויף די ציגעלע שפראך, ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל זיי קענען מנחם זיין

כצאן בלי רועה קען מען דאך זיכער נישט בלייבן, האבן די לעמעלעך מיט שעפעלעך וואס זענען דארט געווען, האבן באשלאסן תכלית, מיר וועלן וועילן איינעם וואס זאל זיין דער וואס וועט פירן די סטאדע.

דאס איז דער משל.

לאמיך פארווישן א טרער איידער איך קען קוים ארויסזאגן דעם נמשל

חברה, ווי זענט עטס דא? א באנדע בהמות, ציגעלעך מאכן וואלן, איך קען זיך נאך דערשטיקן פון לאכן
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

און וואו איז דער קליינער הינדעלע אנגעקומען צו די ציגעלעך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הינדל;

"זיס" איז אן אונטערשאץ אויף דיין שיינע משל (איז עס דומה לנמשל? WHO CARES...)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'איז זייער א שיינע משל, דער חידוש פון דעם "הינדעלע" איז נאר פארוואס שרייבט ער נישט מער אפטער.

דער נמשל האט ער נישט אזוי גוט גענדיגט, לפענ"ד מיינט ער צו זאגן, "ניק'ס" מאכן וואלן. אבער ער איז געוואלדיג.

הינדל, קום'זשע אריין, און מאך דיך באקוועם, שעם זיך נישט הינדעלע
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ראבויסיי דער פארמעסט איז זייער נאנט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גרויזאמערס בליק: די גאנצע וואלן דא איז נישט לעגאל, אך און וויי וועט זיין וועט אין וואשינגטאן וועט זיך איינער אויפשטעלן און מאכן וואלן צו מען דארף א פרעזידענט.

אבער אויב שוין יא, רוף איך אלע שטיצער און פיינט צוגלייך, לאמיר נישט איבערגעבן די לייצעס אין די האנט פון אומדעמאקראטישע פירער, איך בעט אלע וואס האבן נישט רעגיסטרירט צו וואויטען, און די אלע וואס געווענליך האלטן זיי זיך צוריק פון לאזן הערן, די יעצטיגע וואלן איז קריטיש וויכטיג!

קומט ארויס אין מאסן, געבט אפ אייער שטימע: יא!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גרויזאמער, צו וואס בליקסטו אז די וואלען איז נישט לעגאל?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קוקטס אים אן, אויב נישט ליגאל וועט ער שוין דיסיידן וואס איז נישט ליגאל.

ס'גייט נישט אזוי צדיק'ל, מנהלי הקרעטשמע וועלן אפמאכן וואס איז יא לויט די שטאטוטען און וואס נישט.

גרויזאמער, וועסט זיך מוזן האלטן רואיג און ווארטן אויף זייער באשלוס

ביזדערווייל וויל איך דיר נאר בעטן, ווען דו גייסט ארום קאמפיינען, לויף נישט ארום מיט קיין בנענאס אין מויל...


בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”