הראשעקאל והצילינדער צו וועמען און צו וועמען?

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

תרנגולת

הראשעקאל והצילינדער צו וועמען און צו וועמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגולת »

אלס פארטיי פירער פון די תרנגולים סעקטע, איז ווי פארשטענדליך אז איך זאל אינדארסן דעם ריכטיגן קאנדידאט וואס וועט זיך געטריי אפגעבן מיט די תרנגולים, און אכט געבן אז יעדער לייגט אייער אין צייט, און נישט סתם אייער נאר גוטע געשמאקע וואס איז ראוי לעלות אין על שלחן מלכים, אאאא... איך מיין צו זאגן אין סמעטענע (זכרונו לברכה), און ווי פארשטענדליך א קאנדידאט וואס וועט זיין צוגעלאזן און געשמאק צו יעדן... נו וועם אינדארסט מען??????????????

שמערי בערי? ער איז דאך א ביזי מען, די קאסטומערס דריען עם אראפ א קאפ יומם ולילה פאר זייערע גרעפיק געברויכן, האט ער דען צייט צו אונז?

ווידער צייטליך? האט ער שוין יא צייט, אבער וואס דעליווערט ער? אביסל שיינע זיסע תגובה'לעך פון צייטליך צו צייטליך

אלזא בלייבט עס ביי דעם אז מ'נעמט זיך צו זיידעניו, דער "זקן" שקנה חכמה, וואס פארציילט אונז אזעלכע שיינע תורה'לעך יעדע וואך אויף די סדרה, שטענדיג איז ער גרייט אויסצוהערן א צווייטן, אפילו ווען ער איז ביזי... טררר טררר ...

איין מינוט, איך מוז אויפהייבן דעם בלעקבערי
עס רופט דא אריין שמערי בערי

תרנגולת: האלוי שמערל, אינמיטן ארבעט רופסטו? מן הסתם איז עס וויכטיג
שמערי בערי: יא גוט געזאגט, זייער ריכטיג

תרנגולת: וואס זאגסטו עפעס מיין פריינט?
וואס מאכט דיר קאלן היינט?

שמערי בערי: איך האב געזען דיין אשכול אין "ולאחיו יאמר חזק"
תרנגולת: אנטשולדיגט אז איך האק אריין, אבער ווילסטו מיר מיט דעם אריינכאפן אין זאק?

שמערי בערי: ניין, ניין, ח"ו אזאנס צו טראכטן! איך שפיל נישט קיין פאליטיק
איך וויל דיר ערענסט העלפן, פארוואס זאלסטו זאגן אזעלכע קריטיק?

תרנגולת: איין מינוט, האלט אן דעם שווארצן בערעלע!
האט עטץ מיטגעהאלטן דעם שמועס מיט שמערעלע?

נו מיר זענען דא אין א ערענסטע פארלעגענהייט, פאר וועם זאל מען שטימען?
הראשעקאל והצילינדער צו וועמען און צו וועמען?
לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשן קיגל »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

ים רויבער האט געשריבן:איך זעה נישט די אויפטוה פון ארויף ברענגען אשכלות וואס האט נישט קיין ניצען אין זיכן יעדע מאל א ווארט פארוואס עס ארויף צו ברענגען, ביי מיר איז אויך דא די אפשען פון "אומגענטפערטע אשכולות"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”