זאג'זשע זיידעניו...

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

זאג'זשע זיידעניו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

זאג'זשע זיידיניו...

וואס וועט זיין ווען צייטליך וועט געווינען?
ווען צייטליך וועט געווינען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניו

וואס וועלן מיר עסן ביי דעם סעודה'ניו?
שוועמלען מיט שמעריבערי'ס, שוועמלען מיט שמעריבערי'ס
שוועמלען מיט שמעריבערי'ס וועלן מיר עסן, אויף דעים סעודה'ניו

וואס וועלן מיר טרינקען ביי דעם סעודה'ניו?
דולה ומשקה מיט סאדע, דולה משקה מיט סאדע
דולה ומשקה מיט סאדע וועלן מיר טרינקען, שוועמלען מיט שמעריבערי'ס וועלן מיר עסן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אנטריקען דעם עולם ביי דעם סעודה'ניו?
ארענדער מיט מאשקע, ארענדער מיט מאשקע
ארענדער מיט מאשקע וועלן אינז אנטרינקען, דולה ומשקה מיט סאדע וועלן מיר טרינקען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אינז חכמה זאגן ביי דעם סעודה'ניו?
מילער מיט קאנאו, מילער מיט קאנאו
מיללער מיט קאנאו וועלן אינז חכמה זאגן, ארענדער מיט מאשקע וועלן אינז אנטריקען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט תורה זאגן ביי דעם סעודה'ניו?
יגר'ל מיט פארשלאפען, יגר'ל מיט פארשלאפען.
יגר'ל מיט פארשלאפען וועט אינז תורה זאגן מילער מיט קאנאו וועט אינז חכמה זאגן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט שפילן ביי דעם סעודה'ניו?
קרעמער מיט חיים ברוך, קרעמער מיט חיים ברוך
קרעמער מיט חיים ברוך וועלן אינז שפילן, יגר'ל מיט פארשלאפן וועלן תורה זאגן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט זינגען ביים סעודה'ניו?
פלאפי מיט יא יא, פלאפי מיט יא יא
פלאפי מיט יא יא וועלן פאר אינז זינגען, קרעמער מיט חיים ברוך וועלן אינז שפילן.......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אנפירן מיט די עסקארד ביים סעודה'ניו?
וויכי מיט אלחנן, וויכי מיט אלחנן
וויכי מיט אלחנן וועלן דו עסקארד אנפירן, פלאפי מיט יא יא וועלן זינגען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אויפקערן ביי דעם סעודה'ניו?
יאנאש מיט פוילישער, יאנאש מיט פוילישער
יאנאש מיט פוילישער וועלן אויפקערן, וויכי מיט אלחן וועלן זיך מיט דו עסקארד אפגעבן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט דעקן דו נייעס ביי דו סעודה'ניו?
צייטליך מיט לעווי, צייטליך מיט לעווי
צייטליך מיט לעווי וועלן דו דעקן דו נייעס, יאנאש מיט פוילישער וועלן אויפקערן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועלן זיין פון דו שמועסערס ביי דו סעודה'ניו?
איכער מיט טהור'ל, איכער מיט טהור'ל.
איכער מיט טהור'ל וועלן זיין פון דו שמועסערס, צייטליך מיט לעווי וועלן דעקן דו נייעס .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט כאפן דו פיקטשערס ביי דו סעודה'ניו?
אלף בית מיט צוביילטער, אלף בית מיט צוביילטער
אלף בית מיט צוביילטער וועלן כאפן דו פיקטשערס, צייטליך מיט לעווי וועלן דעקן דו נייעס .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אראפזעצען דעם עלום ביי דו סעודה'ניו?
טריאו מיט סאכדעס, טריאו מיט סאכדעס
טריאו מיט סאכדעס וועלן דעם עולם אראפ זעצן, אלף בית מיט צוביילטער וועלן בילדער כאפן ........ אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט דיזיינען דעם סעודה'ניו?
מעסטערמיינד מיט דו פאקט, מעסטערמיינד מיט דו פאקט
מעסטער מיט דו פאקט וועלן דיזיינען, טריאו מיט סאכדעס וועלן דעם עולם אראפ זעצען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט טיילען צדקה ביי דעם סעודה'ניו
ראמני מיט וואלוועלע, ראמני מיט וואלוועלע
ראמני מיט וואלוועלע וועלן צדקה טיילן, מעסטערמיינד מיט דו פאקט וועלן דו סעודה דיזיינען .......... אויף דעים סעודה'ניו

פון ווי וועט מען קומען צופארן צו די סעודה'ניו?
מאנטיסעלא און אונגארישער, מאנטיסעלא און אונגארישער
מאנטי און אונגארישער וועט מען קומען צופארן, ראמני מיט וואלוועלע וועלן צדקה טיילן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט באשיינען דו אויבן אן ביי דעם סעודה'ניו?
יענטאאש מיט זארעכפעפער, יענטאאש מיט זארעכפעפער
יענטאאש מיט זארעכפעפער וועלן באשיינען, מאנטי מיט אונגארישער וועלן קומען צופארן ......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט אויפטרעטן ביי דעם סעודה'ניו?
גרויזאמער מיט בניהכלא, גרויזאמער מיט בניהכלא
גרויזאמער מיט בניהכלא וועלן אויף טרעטן, יענטאאש מיט זארעכפעפער וועלן באשיינען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט זיין דער יושב ראש ביים סעודה'ניו?
שאץ מאץ מיט אלטעבחורל, שאץ מאץ מיט אלטעבחורל
שאץ מאץ מיט אלטעבחור וועלן זיין יושב ראש, גרויזאמער מיט בניהכלא וועלן אויף טרעטן .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט צושטעלן דו דרשת ביי דעם סעודה'ניו?
אינטעליגענט מיט יידישיסט, אינטעליגענט מיט יידישיסט,
אינטעליגענט מיט יידישיסט וועלן דרשת צושטעלן, שאץ מאץ מיט באכי וועלן זיין יושב ראש ......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט זיין דו בדחן ביי דעם סעוד'ניו?
אבימלעבט מיט ר' שמחה, אבימלעבט מיט ר' שמחה,
אבי מיט ר' שמחה וועלן בדחנ'ן, אינטעליגענט מיט יידישיסט וועלן צושטעלען דו דרשת .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט זיך אנטרינקען ביי דעם סעודה'ניו
סתם אזוי מיט זאנוויל, סתם אזוי מיט זאנוויל
סתם אזוי מיט זאנוויל וועלן זיך אנטרינקען, אבי מיט ר' שמחה וועלן זיין דו בדחנים .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט קאמפלימענטן ביי דעם סעודה'ניו?
שלעפער מיט לוסטיג, שלעפער מיט לוסטיג
שלעפער מיט לוסטיג וועלן טיילן קאמפלימענטס, סתם און זאנוויל וועלן זיך אנטרינקען .......... אויף דעים סעודה'ניו

ווער וועט מנדב זיין דעם סעודה'ניו?
ביזנעסקאפ מיט באנקיר, ביזנעסקאפ מיט באנקיר
ביזנעסקאפ מיט באנקיר וועלן זיין דו נדבנים ,שלעפער מיט לוסטיג וועלן טיילן קאמפלימענטס.......... אויף דעים סעודה'ניו


נ.ב. ווער ס'פעלט קען זיך נאך איינשריייבן, דער מסיבה וועט הערשט פארקומען קומענדיגער וואך...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחח, זייער א שיין לידל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אהה וואס זיידעניו זאגט...

ווער וועט אינז שרייבן אויפן סעודה'ניו?...
הערשי קניהויז, אויהוי הערשי קניהויז...
הערשי קניהויז וועט אונז שרייבן און זיידעניו און די קרעטשמע וועלן הנאה האבן ביי דעם סעודה'ניו...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

הנאה געהאט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

העשי, פארוועם גייסטו וואוטן? (כ'רעד נישט פון דעי ניק.)

א הערליכע ניגון, נו צייטליך, וואס זאגסטו צו דעם ניגון פארפאסט לכבודך?

ביידאוועי העשי, כ'האב גוט הנאה געהאט, כ'האב פיין גע'שמייכל'ט פון די איידיע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

WOW וואט עי קיבוד איי גאט...

שכוח הערשי פארן לידל עס איז פארט זייער סמוד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאנק הערשי פאר דעם שמייכל אויף מיינע לעפצן........
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

הערשי? הערסט מיך?

איך מידער זאגן כאדער שוין לאנג געהאט בדעה צו מעלדן, דו האסט געוואלדיגע פאעטישע טאלאנטן!

און צום עצם ליד, זאגעך דיר, ס'שטארק זיס, און א צוקערדיגע איינפאל, אה ווי גוט פאסט זיך דעם זיסליכן נאמען "הערשי" צום געשרייבעכץ, ס'איז געגאסן אווי האניג אויפן בארכע.

האלט אן דיינע זיסע ווערק
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

שקויעך הערשי זא שיינע ניגון,
און ווער וועט זינגען די ניגון ביי די סעודה'ניו זאגטס אלע צוזאמען הערשי קניהויז. הערשי קניהויז, הער קניהויז וועט אונז זינגען ביי די סעודה'ניו

ביי די וועי איך רעד שוין וויל איך דיר שוין זאגן הערשי איך האב נישט קיין געלט צוטיילן צדקה יעצט אויפן מינוט, קענסט מיר אפשר בארגן אפאר טאלער, איך וועל דיר שוין צוריק באצאלן,
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

הירשי אמחי' דאס צו זינגען, אבער איך מיין וואלסט געדארפט שרייבן
"זאג'שע צייטליך אדער שמערי...

וואס וועט זיין ווען זיידעניו וועט געווינען?"

הערשי קניהויז האט געשריבן:ווער וועט אנפירן מיט די עסקארד ביים סעודה'ניו?
וויכי מיט אלחנן, וויכי מיט אלחנן
וויכי מיט אלחנן וועלן דו עסקארד אנפירן, פלאפי מיט יא יא וועלן זינגען .......... אויף דעים סעודה'ניו


וויכי שיין מיר זיצן צוזאמען, אבער קען איינער זאגן וואס איז א 'עסקארד' איך דארף דאך וויסן מיין זשאב
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

חני די ווייסט טאקע נישט וואס א עסקארט איז? לאמיר דיר זאגן וואס עס איז א עסקארד, למשל ווען מיין טאטע מאכט א חתונה פון א קינד יא נאך די חופה גייט ער אריין און זאל ער נעמט אפ די מז"ט פון יעדע איינעם, און פריידט זיך מיט זיין קינד'ס חתונה ווי יעדע נארמאלע מענטש טוהט,

אבער ביי א רבי איז די גאנצע זאך א 2טע מסכתא קודם כל די חופה איז נישט עפעס סתם א חופה וואס עס איז א צייט ואס מען בעט אויס פאר'ן חתן כלה וואס גייען יעצט אויפבויען א נייע נעסט אז עס זאל דארט זיין נאר שמחה און נחת, נישט ח"ו צו זאגן אז ביי זיי איז א חופה נישט קיין דערהויבענע צייט, נאר ביי זיי האט די חופה נאך א באדייט, ווילסטו דאך וודאי וויסן וואס. וועל איך דיר זאגן די חופה איז אויך אזא שאו. אויב די ביסט א מאל געווען ביי א רבי'שע חתונה ווייסטו וואס איך מין. מען שטייט אויף א הויכע סטעידזש און מען עקט. און איצט צום פאונט ווען מען גייט אוועק פון די חופה גייט מען נישט סתם אזוי אוועק עס פאסט דאך נישט. נאר וואסזשע דען עס איז אנגעגרייט שוין פון פריער אלע יוקאנ'ס פון די חסידות און ביי יעדעם איינעם לייגט מען אריין לייט'ס מיט שרייענדע סייערינ'ס מעג נאר זיין שווארצע SUV'S און זיי שטייען אזוי אויסגעשורה'ט איינס אונטער'ן אנדער'ן, און אין די שענסטע יוקאן גייט די הייליגע רבי אריין, און ביי כמה חסידות ווערט די קאר וואס די רבי גייט אריין אנגערפן קעדילעק, יעדער איינער אזוי ווי זיינע עלטער'ן האבן זיך געפירט, און דאס איז אלעס געפאלישטע קאר'ס און אזוי פארט די רבי אוועק פון די חופה
און דאס ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען עסקארט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

הערשי! הערררשי! די ביסט עס??!!...

לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון הערשי קנייהויז.
לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון הערשי קנייהויז.

איין מעלה איז, א שרייבער איינס אין דער וועלט,
נאך א גרעסערע.. מעלה איז, ער בעט נישט דערפאר קיין געלט.

כאטש כאטש כאטש, ער האט שוין געשריבן לאנג,
דאך דאך דאך, איז דאס מיט דעם ניק דער אנפאנג.

נעבעך נעבעך נעבעך, זיידעניו גייט פארלירן..
נעבעך נעבעך נעבעך, שמערי טוט דאס אויך שפירן...

כאטש כאטש כאטש, הערשי האטעס געקענט מאכן פאר זיי,
דאך דאך דאך, ארבייט ער פאר מיר אזוי געטריי.

לעבעדיג!

לאמיר דערציילן... די מעלות פון הערשי.
לאמיר דערציילן... די מעלות פון הערשי.

הערשי, עי וואנדערפול דזשאב! עי מעסטער פיס!

גיי אן דערמיט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

צייטליך האט געשריבן:נעבעך נעבעך נעבעך, זיידעניו גייט פארלירן..

אמת גראדע

צייטליך האט געשריבן:נעבעך נעבעך נעבעך, שמערי טוט דאס אויך שפירן...

וואס טוט ער שפירן? אז זיידעניו גייט פארלירן?, לאמיר זאגן, אבער גראדע שפירט ער אויך אז צייטליך גייט פארלירן
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

הערשי קניהויז האט געשריבן:

נ.ב. ווער ס'פעלט קען זיך נאך איינשריייבן, דער מסיבה וועט הערשט פארקומען קומענדיגער וואך...


זייער שיין כהאב הנאה געהאט. אבער ווי בין איך......
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

און מיר זינגען:
שמערי שמערי ווי גרויס ביזטו
צייטליך צייטליך ווי קליין ביזטו
וואלט שמערי קלענער געווען
וואלט צייטליך גרעסער געווען

(נעם עס נישט פערסאנעל)
לעצט פארראכטן דורך שלעפער אום דינסטאג יאנואר 05, 2010 8:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

הערשי ;l;p-
און פאר אלע אנדערע מגיבים וואס האבן אויך אויפגעמאכט נגינום ווילאיך לאזן וויסן אז... איך האב געלאכט!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

סאלא קאקאש מאר
שמערי בערי מאר
זילד ער דעווען
פליט אין העווען
שמערי, עדיע מאדאר

דע מיטשאדא שמערי
דע מי טשאדא שמערי
שאר גא לאווא, דשינדשע אה סא יא
ענגעם שמערי וואר

וואר שמערי וואר
וואר שמערי וואר
הא אז אישטען, נעקעד רענדעל
די שטימען וועסטו געווינען

דע מי טשאדא שמערי
דע מי טשאדא שמערי
יבנה הקרעטשמע, עיר שמערי תמלא
אה קאר, קרעטשמע וואר איין שיינע פלאץ זיין
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

קאר אינשורענס האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:

נ.ב. ווער ס'פעלט קען זיך נאך איינשריייבן, דער מסיבה וועט הערשט פארקומען קומענדיגער וואך...


זייער שיין כהאב הנאה געהאט. אבער ווי בין איך......


איך און דו וועלן קלעבן סטיקערס אויף די 'סאדע באטלעך'

ר''ר הערש, ממש ווי שמערי זאגט. ''איך פליה אין העווען''. זוי וואר איין שעהנען ליד... (שטייסניש? אריינגעכאפט צו געבן צוויי שכח'ס אויפאמאל)
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

שמערי ספעשיל שיינע ליד, מען וועט בעטן די באבע זאל עס איבערטייטשען פון אינגעריש..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

דזשאסט האב איך עס געהרט דיע שיינע סאנג, מיט ביסעל אנדערע ווערטער, און דער שמערי האט עס אינגאנצען צודרייט,
און אטעדא האט איר די ניגון אמת'די וויזוי ס'שטייט



סאלא קאקאש מאר
זיידע זיידעניא מאר
זילד ער דעווען
פליט אין העווען
זיידעניא, עדיע מאדאר

מיס די באוט שמערי
לאז די וואלן שמערי
שאר גא לאווא, דשינדשע אה סא יא
נעבאך שמערי וואר

לאך זיידעניו וואר
וויין שמערי וואר
הא אז אישטען, נעקעד רענדעל
די שטימען וועסטו געווינען

דע מי וויין וויין שמערי
דע מי נעבאך נאבאך שמערי
יבנה הקרעטשמע, עיר זיידעניו תמלא
אה קאר, קרעטשמע וואר איין שיינע פלאץ זיין
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וואלווי, לאמיר דיר עפעס זאגן, קענסט אויפקומען מיט הונדערט נייע איידיעס, אבער נעמען א עקזעסטירנדע זאך און איבער שרייבן קען יעדער איינער... במח"כ... בלייב מיר גוטע פריינד, אמת?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

שמערי. איי עם וויט יוא אלל די וועי
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

איך האב נישט געוואלט זאלסט עס נעמען זוי ערענסט, סוי איך בעט דיר איבער,
וואס זאל איך טוהן צו תשובה
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

איך מוז עס ארויסברענגען נאכאמאל.
שמערי, דער 'פליט אין העווען' האט מיך ממש געמאכט פליען פאר געלעכטער...

איי עם אלל יורס...
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”