שמערי קראץ מיך

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

שמערי קראץ מיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טשעקאווע נייעס
ביי ק.נ.א. ניוס רעפארטער שוועמל שוועמקאוויטשיקאווע. 25 בדצמבר 2008.

קראצט אייך אייער רוקן?
אפשר גאר די פאנגוס אויף די פוס? נאו פראבלעם. שמערי קראצט היינט.

וואו מען גייט און שטייט, זיצט און פארט, הערט מען יעדן זאגן 'שמערי קראצט מעך'. א חרפה און א בושה אז פון א ראש הקהל קאנדידאט ברום המעלה ממש ווי א וואלקן קראצער, איז געבליבן נישט מער ווי א פשוטע פוסן קראצער. געוויסע קוועלער געבן איבער אז יוי נעבעך, שמערי האט געכאפט א נערווען אטאקע און גייט ארום מיטן גרויסן קראצער אויף די גאס. וויי גיוואלד, די שאנדע פון די אלוועלטליכע אומאפהענגיגע ארגאן פון די קרעטשמע איז דאך אין לשער!

דער ספיקער פונעם שמערי לאגער האט געלאזט פאלן א סטעטמענט אין רעאקציע צו דעם אויפדעקונג, " מיר האבן נישט קיין שום אינפארמאציע איבער סיי וועלכע קראצעריי פונעם שמערי, מיטן אויסנאם ביי די ראבבער פון די מקוה היינט אינדערפרי לויט ווי געוויסע עדות געבן איבער". דאס איז אין שארפן קאנטראסט צו די בילדער פארעפענטליכט ביי די פרעסע אין וועלכען שמערי ווערט געזען מיט א רוקן קראצער זיצנדיג אין זיין ווילטשעיר נעבעך, אין א אלד-עידזש האום.


ראבויסיי!
ס'יז א ווייטאג איך דארף עס זאגן, אבער גיבט אכטונג פארוועם איר שטימט.......
געדענקט ! לא עת לעשות!
שטימט פאר גארנישט, שוועמל פאר ראש הקהל 09 !!
אטעטשמענטס
AS SEEN ON TV
AS SEEN ON TV
TV.jpg (25.58 KiB) געזען 1526 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ספיקער פונעם שמערי לאגער האט געלאזט פאלן א סטעטמענט אין רעאקציע צו דעם אויפדעקונג, " מיר האבן נישט קיין שום אינפארמאציע איבער סיי וועלכע קראצעריי פונעם שמערי,


אוי ווי גוט דער ספיקער האט געזאגט ניבא ולא ידע, מיר האבן נישט קיין שום אינפארמאציע אויב דער שמערי וועט קענען אויסקראצן סיי וועלכע שטומע, האט דער פרעסע פארשטאנען.


שוועמעל ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שוועמל, כי צחקתי.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

ששמערי ניטעמאל ווייסט ער מיט וואס צוקראטצען. מיט א הבדלה?
אלנפאלס שכוח שוועמעל ;l;p-
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שוועמל, ;l;p-

א ווארטזאגער פאר די שמערי ספיקער האט גענצילך געלייקענט היינט אינדערפרי ס'גאנצער שמועס זיינער מיט שוועמל פון ק.נ.א.

לויט ווי ער זאגט איז דאס נאך א רינגעלע אין די לאנגע קייט פון פאלטשע און אויסגעטראכטע בילדער ביי וועלכע אומצאליגע קאנדידאטן - אריינגערעכנט צייטליך און זיידעניו - זענען געכאפט געוווארן.

א שנעלער אנקעטע האט געויזן אז 43% פון די אויסגעפרעגט טענה'ן אז שוועמל האט אליין געפעלטשט דעם בילד, וועלענדיג דערמיט אנדרייען עפעס קעגן שמערי. אנדערע 29% זאגן אז שמערי האט דאס געמאכט און שוועמעל האט אום פשוט געפאקט ביי די מעשה. 7% אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי האבן דאס נאכנישט געליינט און דערפאר זענען זיי אומבאשטימט. א שטייגער ווי אבאמא אין די סענאט.

"עס איז נאך צו פרי צו זאגן אין וועלעכע מקוה שמערי וועט היינט גיין" האט געזאגט מייקל פרינקאט, א שמערי קאמפיין אקטעוויסט "אבער ער וועט זיכער נאר גיין אין אזא מקוה ווי עס ווערן צוגעשטעלט ברייטע ראבער'ס פאר די פוס" האט ער צוגעזאגט, און גלייכצייטיג אויסגעפירט אז "יעדער נארמאלער קאנדידאט קראצט די פוס, עס איז קיין שום עוולה נישט".


צייטליך עט די ק.נ.א. פאליטיקל דעסק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

שמערי צוקראצט זיך נישט!!!

"שמערי קראצט נישט און צוקראצט זיך נישט!", אט אזוי האט באראק קראצמאן, א שמערי זארט-וואגער היינט אינדערפרי געזאגט פאר דאבליו עם.פי.פייוו. ראדיא סטאנציע.

"טראץ די אטאקעס וועלכע זענען אין די לעצטע טעג גאר מאסיוו פארשפרייט קעגן אונזער קאמפיין" - האט געלויטעט די עדיטאריעל אינעם שמערי פאוסט - "פון דעסטינעישאן, כ'מיין פון דעסטוועגן איז דאס גאר א גוטער צייכן פארן קאמפיין, ווען מיר זעהען אז די אלע קאנדידאטן האבן זיך אפגעלאזט פון די א.ג. "פראנט ראננערס" און זיך גענומען צו העפטיגע אטאקעס אקעגן דעם שמערי קאמפיין, וועלכע צייגט אן א קלארע חנוכה ליכט, אז שמערי איז שטארק אין אלע אינסיידער אנקעטעס. און א גרויסער פּראָץ-צענט וויילער זאגן קלאר אז זיי וואלטן אויסגעקליבן שמערי'ן אקעגן סיי וועלכען אנדערן קאנדידאט".

איבער דעם אויטענטישקייט פון דעם בילד האט שמערי נישט געוואלט קאמענטירן, ער האט בלויז געזאגט דאס פאלגענדע: "נישט יעדעס בילד וואס ווערט צוגעלייגט א שטיקל דערצו איז א שמערי ארבעט, און א ביעלד ווארס שמערי מאכט זעהט סייווי אויס מער אמת'דיג".

א לענגערע באַר-ריכט וועט אי"ה נאך פאלגן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אודאי קראצט ער שוין נישט, מען האלט שוין לאנג דערנאך.
ווען איז נאר געווען קראצמעך ? ...


בכל אופן, מיר ווארטן אויפן לענגערן באר-ריכט סיי וויאזוי.


ראמני,
דאס איז אזא כינעזער רוקן קראצער געמאכט פון באמבו האלץ, מען פארקויפט עס אין מענחעטן ביי די טישאלעך אויף קאנאל סטריט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אפילו שוועמל ווארט אויף שמעריס ארטיקלען!!!

געדענקט! שטימט פאר שמערי! שמערי בערי 09', איטס גאננע בי ווערי פיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”