מעכטיגע לעצוטאציע פארן בענקל ביי זיידעניו'ס איינשווערונג

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

מעכטיגע לעצוטאציע פארן בענקל ביי זיידעניו'ס איינשווערונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער וועלט בארימטער אינטערנעט פארקויפער אי בעג, מעלדט היינט אז זייער וועב זייטל איז איבערגעצויגן אלע ווייער'ס, צילוב דעם וואס א ריזיגע ציבור פון נייגעריגע און שפאנענדע און סתם זיידעניו פענס, וואס ווילן זיך איינהאנדלן א סיט (מקום מושב), ביים גראזיענדען איינשווערונגס צרה-מאני וואס וועט פארקומען אין דעם טענט אינדרויסן פון די בודקע פון הוטקע בודעם, דער שאטער וועט ווערן געבויט מיט ריזיגע סקווער פיס, און באמבאסטישע זיילן, א ווי די זוילן פון עוג'ס באטסעס, און דער אינהאלט פון דער צערעמאניע ווערט נאך נישט ארויסעגעבן צוליב קיין שום סיבה אדער צוועק.

וויקטאר מאכעוויטש, דער נייער ווארשיינדליכער בענקל גראד-מאכער פון דעם זיידעניו'ס קאמפיין, גיט איבער וואס ער האט זיך אינטער געהערט ווען ער איז געווען אין אפיס [באמערקונג פון דער רעדאקציע: דער נאמען קען זיין געטוישט צוליב אנאנימקייט פון זיין ארבעט'געבער], אז זיידעניו האט קאמענטריט מיט צינה [מסתם איז דער ווארט דער לשון יחיד פון ציניש,] אז דער ערשטע מאל וואס מען האט אים איינ-גע-שווער-ן איז געווען אינטערן חופה און ער זעהט נישט קיין סיבה צו באקומען נאך א שווער, [ווער רעדט נאך פון א שוויגער...] גיט ער איבער.


אבער נישט קוקענדיג וואס די רעזולטאטן פון די זיידעניו קאמפיין'ס סטעף וועט אפמאכן, צו מען זאל עס מאכן בפומבי אדער אין א באשיידענע [קרעמער ווייסט שוין וואס ס'מיינט?] אטמאספערע, ווארשיינדליך אויף די טרי הויז בודקעלע, און נישט און די גרויסע טענט בודקע. אם כל זעקס זעהט מען שוין ווי ריזיגע זעכצען רעדל'דיגע (כמעט זיכער, כ'האב נאנישט געענדיגט ציילן) טראקס ברענגן זייערע סטעידזש'ס און פארענצעס, און כל מה שצריך להטראסק, ווי אויך איז פון א עיר פארס קאמפעני אין בית שמש באשטעלט געווארן איבער א מיליאן און דריי הונדערט זיבן און דרייסיג טויזענט און צוויי הונדרעט און אכט און זעכציג בענקליך פאר די פארזאמעלטע.

פון דער גאנע באלי הארץ קוקט מען מיט גרויס הנאה צו זעהן אז יא הנה זיידע בא, און אט קומט ער שוין אריין מיטן שיפן צולינדער אויפן גראדע קעפל, און דער עולם איז אזוי אנטוזיאסטיש צו דעם באפארשטייענדען מעמד אזש רוב פון די מיליאן און דריי הונדערט זיבן און דרייסיג טויזענט און צוויי הונדרעט און אכט און זעכציג בענקליך זענען שוין פארקויפט געוואגארן דורך די באקאנטע באגוילאווישט סיט רענטלס, וואס האט לעצטס שוין געהאט הזנחה מיט די בעסטע קוואלטעי בענקליך.

דאס האט גערעדט צים אייך זיידעל.

געדענקט קומט צייטליך צום בודקע און גיט אפ אייער שטומע פאר זיידעניו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יש גורסין: קומט זיידעניו צום בודקע און גיט אפ אייער שטומע פאר צייטליך...

אבער ווער זענען מיר זיך אריינצואווישן צווישן אזעלכע גרויסע קעפ (סייז 10)? וועלן מיר שטיין אין די זייט, ווייל מיר ווילן גאנץ זיכער נישט צוברעכן איינע פון די בלאגאיעוויטש בענקלעך וואס קאסטן מפי השמועה טבין ותקלין, און ס'רוב געלט ליגט דאך ביי מעיד-אף'ן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גע'שמייכל'ט, גע'שכוח'ט, און גע'שיקעס'ט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווי האלטן די פרייזן?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרעמער, פארדריי נישט קיין פאקטן. פינטל. (וועא"מ), דו זאלסט זיין צייטליך אין שטום ארט אין נישט שטומען דער לעצטע, חוץ אויב די האסט א טראדיציע צו פארמאכן די לעקטער ווען די קומסט ארויס פון די שטום בודקע, און שטייצעך איך קען דיר נישט איינטיילן פארוועמען צו שטומען, אבער איך אפעליר צו יעדן באזינדער צו שטומען פאר זיידעניו...

איכער, ג'ליינט' גע'תגובה'עט און בא'דאנק'ט

יאנאש ביסט עכט נייגעריג צו וויסן, אדער האסט פלעין געזוכט א ווארט אונטער זעקס ווערטער, כ'מאך א הלצה, איך וועל מיר אינטרעסירן ביי די קאמפיין ראצגעבער זיי ווייסן א עס די פרייז לויפט מייניך לויט די וואג, אזוי ווי דער פסוק זאגט איש לפי אכלו...
וזקנתי קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וזקנתי קאמפיין »

געדענקט קומט צייטליך צום בודקע און גיט אפ אייער שטימע פאר זיידעניו...
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

פרייזן געפאלן
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”