וויכטיגע פרעסע קאנפערענץ איבער מיין קאנדידאטור.

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

וויכטיגע פרעסע קאנפערענץ איבער מיין קאנדידאטור.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב דא צוזאם גערופן אן עמערדזשענסי פרעסע קאנפערענץ ווי איך וויל דא איין מאל פאר אלעמאל מאכן אן אפיציעלע מעלדונג וואס איז נוגע מיין קאנדידאטור.

אין די לעצטערע וואכן לעב איך אונטער שווערע פרעשור! אנגעהויבן האט זיך עס מיט די פעטיציע אז איך זאל לויפן. כ'מיין וואס ווילן זיי פון מיר? ווייסן זיי דען נישט אז איך קען נישט לויפן? ווען איך קען ווען לויפן וואלט איך דאך שוין פון לאנג אנטלאפן פון דא! אלא מאי, זיי ווילן סתם מאכן א חוזק פון מיר. שטעלט אייך פאר א דריי הונדערט פונטיגע איד נעמט זיך לויפן! די עולם וועט זיך דאך ראגעלען (גע'גנב'עט פון באכי) פאר געלעכטער. אבער יענער פרעשור איז נאך געווען גאלד צו די פרעשור וואס איך מאך מיט אין די לעצטערע טעג. הערט מיר אויס רבותי.

אין די לעצטערע טעג באקום איך פאון קאללס און טעקסט מעסעדסשעס. יא! א יעדע טאג באקום איך טויזענטער טויזענטער טעקסט מעסעדזשעס, אז אויב איך וועל נישט אפשפארן מיין האט ליין וועט מען מיך לייגן אין חרם! איר מיינט אז איך האב מורא פון דעם? איך האב דאך שוין פארשפארט א שוויץ בא........ אוי! איים סארי, דער דרשה איז פאר מיין אנדערע האט ליין! איין מינוט, לאמיך ארויס נעמען מיין אנדערע פאפיר. אה! דא איזעס.

איך באקום טויזענעט פעאון קאללס און מעסעדזשעס, די עולם וויל ווייסן וואס איז געבליבן? גיי איך לויפן אדער נישט?

איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל? קודם כל עס ווענדט זיך, אז איינער גייט מיר נאך לויפן, וועל איך אודאי לויפן! נישט סתם לויפן נאר איך וועל רייסען! און אויב איך דארף גיין אין טוילעט וועל איך אויך לויפן! און אויב די טאטע וועט הייסן לויפן וועל איך לויפן! אבער בעיקר האט מיר געבאדערט, זענט איר אלע טויב און שטום? אפשר גאר בלינד? האב איך נישט גענוג קלאר געזאגט מיין מיינונג איבער דער נושא? האב איך דען נישט ארויסגעשריבן מיין פיינליכע החלטה קטבול גם וגעביידע? איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיין אזוי איגנארענט און נישט הערן די קול כרוז במחנה איבער מיין קלארע החלטה? איך האב עס שוין אזוי פול מאל ארויס געזאגט!

אבער, היות די עולם בעט זיך ביי מיר אז איך זאל נאכאמאל קלארשטעלן מיין דעת תורא, איך זאל זיך אוועקשטעלן און מיט א קלארקייט אן קיין מורא פאר קיינעם (מאשקע האט צוגעזאגט אז ער גייט מיר פראטעקטאן) ארויסזאגען צו איך גיי לויפן אדער נישט, פארדעם האב איך אייך צוזאם גערופן דא, די גאנצע פרעסע, און איך בעט אז מען זאל נישט אריין האקען מיט קיין קשיות אדער תירוצים איידער איך גיב א סיגנאל אז איך האב געענדיגט קלארשטעלן מיין דעת קדשי פונם רבי'ן זיסע ליינע.

איז אזוי, נאכאמאל איך וויל דא קלארשטעלן מיין החלטה צו איך וועל לויפן אדער נישט, סאו הערטס גוט אויס ווייל איך וויל נישט דארפן נאך אמאל צוזאמרופן אזא פרעסע קאנפערענץ. המ המה המהמ חחחחחחח. אנטשולדיגט איך בין אביסל פארקילט, זייט מיר מוחה ביטע.

איינער קען מיר אפשר ברענגען א טיי? אה! שכח! ניין! נישט א נעק טיי! א טיי! א טיי מיט האניג פאר מיין האלדז! אקעי. איז די מעשה גייט אזוי. נישט ממש אזוי, אבער עפעס אזוי. וואס מיינט עפעס אזוי? ס'מיינט אז סיניש ממש אזוי. די עצם קלארשטעלן א דעת איז נישט אזוי גרינג ווי איר מיינט. ווייל קודם ברויך מען האבן א דעת, דערנאך דארף מען זיך אליינס קענען שטעלן אויף די פוס. דערנאך דארף מען וויסן ווי אזוי צו שטעלן די קאפ אויף די פלייצע, אויף דעם ארויף לייגט מען די דעת און הערשט דערנאך קען מען עס קלארשטעלן. דאס איז אזוי ווי, אזוי ווי . . . . . . נו, . . אזוי ווי די טשערי אויף די אייז קרים! איר פארשטייט וואס איך רעד? פארוואס קוקט איר מיך אן אזוי פאני? איר פארשטייט נישט וואס איך רעד? פארוואס שיקט מען אזעלעכע שוטים צו אזא לעבענס וויכטיגע פרעסע קאנפרענץ? ווייסן זיי דען נישט ווי אזוי צו שוקן מענטשען וואס זענען אזוי קלוג ווי מיך און וועלן פארשטיין מיין שפראך?

עניוועי, ווי האט מען נאר דא געהאלטן? יא! איז די שטארקלערן דיין מעת גייט אזוי. ווי אזוי ווייסט א מענטש צו ער גייט לויפן אדער נישט? דאס איז א שווערע קשיא. אבער די ריכטיגע קשיא איז פארוואס דארף מען בכלל וויסן צו ער גייט לויפן צו נישט? לאמיר ציווארטען און מען וועט זעהן, אויב לויפט ער וועט מען וויסן אז ער לויפט, און אויב נישט איז נישט. אבער, די היינטיגע נייגעריגע יונגווארג מוז אלעס וויסן פון פאראויס.

בעצם פרעגט זיך א שווערע קשיא, מה לי לשררה הזאת? וואס פעלט מיר דאס אויס? איר מיינוט טאקע איז איך דארף די נאמען ראשעקאל אונטער מיין נאמען צו קענען פארשוואונדען ווערען פון דא? איך קען עס טון סתם אזוי אויך! איך פייף דאף אויף יעדעם! אלא מאי פאר אפאר סופער סנעקס? נו! עס אידאך דא א סעיל ביי פרענקעלס 5 פאר א דאלער. איך עפארד נאך א דאלער פאר 5 סופער סנעקס. איז פארוואס דארף איך דען לויפן.

אבער פון די אנדערע זייט שטעלט זיך די נאך שווערערע קשיא, פארוואס נישט???????? און אויף דעם קשיא איז דאך דא די באקאנטע וועלטס תירוץ וואס א יעדע בר בי רב דכדומה ווייסט עס צו זאגן, פארוואס יא??????

נו איז די איינציגסטע שאלה יעצט געבליבן וועלעכעס וועגט איבער דאס אנדערע, פארוואס נישט אדער פארוואס יא? און פארדעם טאקע בין איך דא דאס קלאר צו שטעלן.

WOW!!!!!!!!!

דאס איז געווען א שווערע פרעסע קאנפערענץ, אבער יעצט אז איך האב אלעס קלאר געשטעלט, ווי אויך האב איך אייך אלע געשטעלט אין פלאץ, עס איז ברור כשמש אמעריקאן טשיז, די גאנצע נושא איז פריץ לפניכם כשמלה.

און מיט דעם האב איך יוצא געווען מיין חובת גילו.... א שטיין אראפ פון מיין הארץ, יעצט ווייסט איר דאך שוין מיין החלטה קלאר און דייטליך.


עני קוועטשענס? איינס אויך א מאל, נישט אריין שרייען, אויף הייבן די הענט שיין און ווארטן ביז די רבי רופט אייער נאמען.
לעצט פארראכטן דורך אנדי פעטיט אום זונטאג יוני 22, 2008 5:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

זאג נאר אנדי, דו לויפסט אדער נישט??...??

ככ, סאיז א הערליכע ארטיקל, נהניתי עד למאוד, א ריזיגין יאשערקע-הויעך פארן מאכן מיין טאג אזוי גוט.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

איך ווייס נישט צו די לויפסט אבער נישט, אבער איך בין זייער שנעל געלאפן פון שורה צו שורה, נאכלויפענדעג דעם הערליכן שריפטליכען לויפער.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווי איז דער "האמת" ווען מען זוכט אים? אזויפיל לאזונגען דא, גענוג צו ווערן א שר העלעוו.

אגב, מיין האנט איז אויפגעהויבן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איי איי איי איך זיץ אפ שעות ווארטנדיג אויפן קאנדידאט וואס האט געמאלדן אז דאס וועט זיין א פרעסע קאנפרענס וואס מען טאר נישט פארפאסן ווייל ער גייט איין מאל פאר צוויי מאל מעלדן זיין באשלוס.

איך וארט און ווארט און ער קומט אן, אן אומפארפאסבארער קאנפרענס איז עס געווען טויזענט פראצענט, אבער צו ער לויפט צו נישט האבעך נישט קיין מושג.

אנדי; איך מיין אז מען מוז מאכן נאך א קאנפרענס...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אנדי, זאג נאר, אפשר קענסטו מאכן א שטיקל קאנפרענץ מיט א קלארשטעלונג איבער אייער קאנדידאטור?..

ביסט גוט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב הנאה צו זעהן אז דאס מאל האט די עולם געכאפט אויפ'ן ווינק.

אבער קרעמער זיצט דארט אזוי שיין אין שטיל מיט די הענט אין די הייעך, יא קרעמר, קענסט גיין אין טוילעט אבער מאכעס שנעל ווייל מען וויל שוין אנהייבן חזרה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחחחחחח אנדי, דו ביזט געוואלדיג... לויף מיין קינד, לויף... דו ביזט עס ווערד.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אנדי, איך האלט אז דו זאלסט לויפן, כדאי אז ווען דו וועסט געווינען, זאלסטו קענען אנפייפן און זאגן פארן עולם אז דו ביסט אפילו נישט געלאפן, און ממילא קען נישט זיין אז דו האסט געווינען.

אדער טראכטעך פארקערט, דו זאלסט נישט לויפן, און אז דו וועסט נישט געווינען, וועסטו אלץ קענען בלייבן ביים ספק, אז ווען דו לויפסט ווען, געווינסטו, סאו וואס האלטסטו איז ענדערש?

כ'מיין אז זאלסטעס אויסשמועסן ביים נעקסטן דעפרעשן קאנפרענץ. וואסיז האסט נישט געפלאנט צו פאררופן נאך א קאנפרענץ? טו בעד, איך האלט אז דו זאלסט יא, זעסטעך דערוילעם האט הנאה געהאט, מיט וואספארא רעכט, ווילסטו דאס פון זיי צונעמען?

שכוח.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איכער, וואסי נאך דא צו צולייגן דא? כ'האב דאך שוין אלע מיינע פלענער קלאר געזאגט דא? ניין?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וואס זאגסטו, האסט געזאגט קלאר אדער יא?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב קלאר געזאגט וואס איך האב קלאר געזאגט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אנדי, אזוי קלאר צו זיין! קעניש זיין מער פון דעים, אבער בנוגע דיין לויפעניש, וואס וועט זיין, די גייסט לויפן?

ביידעוועי, אויב דו לויפסט, מוזטע אוועקלייגן דיין סקוטער, ס'נישט יושר!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך דארף שוין נישט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דאן לייג אראפ דיין האנט ביטע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אנדי מען קען דא מער קיין ברכה נישט מאכן.... אויף דיין ארטיקל ביז די שיקסט אהיים קרעמער פון חדר.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

הע אנדי - ווילסט שפילן א געים, אההה וועלעכע, יא דו קענסט עס, איך געדענק אז יארן צוריק ביסטו געווען א דזשיניעס אין די געים, אהה איא עס הייסט אזוי: "יא - ניין - נישט - שווארץ - ווייס"?

גרייט? אלזא שפרונג אראפ פונעם סקוטער אין בלא! טו גענענענן צו מיר מיט א אפגעמאכן פלאן.

אנדי - רעדי? נאחט איט!

אקעי ווילסט נישט? דו ביסט ערשט, קום אהער - וואס איז? לויפסט פאר ראה"ק אמט (מיין אינוט: וואס לויפט מען דא?) הא? ... צו ניין?

טשידער... דו דרייסט דיך אוועק! העי אנדי. וואסעגעוואטרן? זאג מיר נאר וואס איז געבליבן, הייבן מיין האנט? וואטסאחרויף? עהה! צום טאחטן אין הימל וועלן מיר דאס הייבן...

*

אנדי וואחט שאטלד איי טעל יו? איטס עי פלעיזשער רידינג יור ארטיקעל'ס ריגאחרדלעס...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

Andi!!

U made my ungezetzte day !!!!

דיין קאמפיין קומט פאר ווי רבי ברוך אבאמאוויטש'ס, אזוי פלוצלונג ארויסגעשפרינגען וואס האט געשטעלט אין שאטן אלע אנדערע קאמפיינס... שאף דיר נאר עפעס א שווארצער גאלח...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joba »

נאך א שטארקע ענדליכקייט צו ר' ברוכל'ס קאמפיין, זאגט און זאגט און גארנישט געזאגט............ און דערוילעם האט אזוי הנאה...............
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”