טויזענטע "סופער סנעקס": מיר וועלן שטיצען די אנדי ק

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

טויזענטע "סופער סנעקס": מיר וועלן שטיצען די אנדי ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

טויזענטע "סופער סנעקס": מיר וועלן שטיצען די אנדי קאמפיין!

היות איך האב געזעהן די שטיפעניש און די געיעג וואס קומט פאר צווישען די צוויי הויפט קאנדידאטען צו כאפען וואס מער "סופער דעלעגאטען" , און דערווייל, איך אליינס האב דאך נאך נישט מחליט געווען צו איך וועל בכלל לויפן אדער נישט. נו, וואס וועט זיין אויב איך וועל מחליט זיין צו לויפן איבער מארגן אדער איבער א יאר, און דערווייל וועלען אלע "סופער דעלעגאטען" שוין זיין פארכאפט ביי מאשקע און באכי, מיט כל'ערליי הבטחות און סטראשונקען, וועלען זיי שוין האבן אלע טיף טיף פארפאקט אין טאש, (נישט טאש אזוי ווי טאהש, נאר אזוי ווי המן טאש!) ואני אנה אני בא? :cry:

אבער פון דער אנדערע זייט קען איך דאך נישט פרובירען צו פארכאפען אפאר "סופער דעלעגאטען" פאר מיר און מיין קאמפיין, ווייל אויב איך וועל למעשה צום סוף מחליט זיין נישט צו לויפען, וועל איך זיין סטאק (נקוד חטף קמ"ץ) מיט א גאנצע סטאק (נקוד פת"ח - עי' ערך לאק סטאק און בערעל) פון "סופער דעלעגאטען", וואס איך וועל דאך נישט האבן וואס צו טון מיט זיי!

נו, ווי גיבט מען זיך אן עצה?

האב איך מחליט געווען אז איך וועל גיין זוכען די שטיצע פון אלע "סופער סנעקס"! יא! איר הערט גוט! ווער דארף "סופער דעלעגאטען" ווען מען קען האבן "סופער סנעקס" :grin: . און די מעלות פון "סופער סנעקס" איבער "סופער דעלעגאטען" זענען ווי פאלגענד.

1)איך קען זיי סטארען אין מיין סטארעדזש ביז איך בין מחליט, און אויב איך וועל נישט לויפן קען איך עס האלטען פאר עונג שבת, פאר ווען מען שטייט אויף שבת נאכמיטאג צו עסען צוזאמען מיט די וואסער מעלאנע!

2)"סופער סנעקס" איז זייער גוט! עס טעיסט א מחי'! משא"כ "סופער דעלעגאטען" זענען איין שטיק ......

3)אויב איך דארף עפעס אמאל אונטער צו קויפן וויילער קען איך זיי אלעמאל צוזאגען אז איך וועל זיי אוועק געבן אפאר פון מיינע "סופער סנעקס". גיי זאג צו א מענטש אז אויב ער וועהלט פאר ידר באקומט ער א "סופער דעלעגאט"!

למעשה האט מיר נישט גענומען א לאנגע צייט צו באקומען די פולע שטיצע פון רוב רובם פון די "סופער סנעקס". אלע זאגן אז זיי וועלען מיר בעקען אלל די וועי, בין במאכל ובין בשתמה! אלע מיינט אלע! היקארי פלעיוואער, פאלאפעל, פיצא פלעיווער, בארביקיו, סמאוקי, טאקאו. סיי אוסם, כי טוב, זה טוב. אלע!

די איינציגסטע פלעיווער וואס וויל מיך נישט שטיצען דערווייל איז די אניאן גארליק פלעיווער! איר ווייסט? די געלע סופער סנעק! דער וועלעכער מיר האבן ארויף געלייגט ביי ריסעס אלץ רינגלעך אויף אלע 5 פינגער, איר ווייסט אודאי פון וואס איך רעד!

זיי טענה'ן אז אלטער בחור האט זיי געשטיצט אלע יארן, דורך נאר עסען זייערע פלעיוואר און נישט קיין אנדערע. און דאס האט ער געטון כאטש אפילו ער האט אלעמאל געהאט גראבע פינגער, און ווען ער האט פרובירט ארויף צו לייגען די רינגלעך אויף זיין פינגער האט זיך עס אלע מאל צובראכן, דאך האט ער נאר געגעסן דער פלעיווער! ער האט קיינמאל נישט געגעסען די קרייזעלדיגע פאות סופער סנעק! קיינמאל נישט געגעסן די גרינע אדער די רויטע, נאר די געלע אניאן פלעיווער, און פארדעם גייען זי שטיצען באכי.

מיר האפן נאך בקרוב ממש צו מעלדען אז מיר האבן זיי אויך איבערגערעדט!

נו? וואס זאגט איר? אזא קלוגע קאנדידאט ווי מיר איז דאך נישט דא!!!
אטעטשמענטס
buc.jpg
buc.jpg (18.87 KiB) געזען 2481 מאל
N LL.JPG
N LL.JPG (60.06 KiB) געזען 2481 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

גייצענק מיט אלע סופער סמעקס (פעטש בלע"ז).

הילערי האט אויך אנגעהויבן מיט סופער דעלעגאטן, און קיקץ ווי זי האלט....


מאשקע פאר ראש הקהל!
6 מאר מאנטס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אנדי דו ביסט מעכטיג, לויף שנעל !! דו האסט מיין פילע שטיצע !!

אנדי איז דענדי !!!!
אוועטאר
ובחרת קאמפיין
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2008 12:58 pm
לאקאציע: קלאויני בעד "אלטע בחור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ובחרת קאמפיין »

עוד מעט אנדי אין איך פאחק אויס מיין גאנצע נאש קלאזעט...

א זיסער איידע אנדי!
נאט נאט, שטיי נישט אין וועג לאז מיך גיין וואוטען פאר אלטער08'
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנדי, ריזיג
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אנדי, סופער סופער...

איך זאג דיר אנדי, ס'איז בעסער ווען די לויפט נישט!... מיר וועלן אנקומען אסאך מער אזוי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אנדי, ס'איז א סופער, סנעק. וואויל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אנדי;

האסט פארגעסן צוצולייגן אז די מאשקע קאמפיין האט זיך פרובירט חנפ'ען צו די אניאן-גארליק רינגעלעך מיטן אנטאן א רינגל אויפן האנט, כידוע די פרישסטע סקאנדאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, אויך גוט, נאך חומר למחשבה.
מאשקע קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע קאמפיין »

אלה בסופער סנעקס ואלה בקארן טשיפס, ואנחנו בשם פאפקארן וקרעקערס נזכיר!

דערמיט טוען מיר מסר'ן די מודעה, אז מיר וועלן פארטיילן אומזיסט פעמפערס... הממממ פאפקארן און קרעקערס, פאר אלע משפחות הנצרכים. קומט אין די מאסן! קיינער טאר נישט פעלן!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אלה באנדינימו, ואלה במאשקענימו, ואנחנו בבחורימו נזכיר.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

המה בחורי ומאשקינו, ואנחנו אנדי ונתאנדיד. (וואטעווער)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

די סופער שמעקס האבן עפעס אויפגעטוען?

לאמיר זעהן וואס איר קענטץ.....
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חחחחחח וואט אן איידיע?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

נאך א מזל איך האב צאם גענומן סופער סנעקס אנשטאט סופער דעלעגאטן!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”