סקאנדאלן!!!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לכאורה האט געשריבן:קאנספיראציע

האט סטיטשי אליינס געשריבן דעם שלא כדרכו'דיגן ארטיקל?...

בום! מיט איין תגובה אוועק געהארגעט א האלבע שעה ארבעט! נישט שיין.... אבער איך נעם עס אלץ קאמפלימענט...
אויב דארפסטו באווייז קענסטו זוכען די ספעלינג מיסטעיקס...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פאליטיק דא

און אוודי נישט אין די סקאנדאלן

אבער עפעס שמעק איך אז אלעס ווערט דא אנגעדרייט דורך רוסלאנד

הכי קרא שמו "ראשע קהל"?

גיבט אייך אכטונג
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גארנישט רוסלאנד, אלעס איז קאראפטירט אין וואשינגטאן... א בארריכט וועט קורצליך נאכפאלגן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אינעם פארבער/לויפער ארעסט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטיטשינער האט געשריבן:ברעיקינג! באקאנטע קליפטשער פארבער ארעסטירט נאכן פארבען בשעתן לויפן אין מאנהעטן!
ווערט געזוכט איינעם איבער צו נעמען פאסטן צייטווייליג. דער עולם ווארט פאר ענטפערס אויף זיינע קענטעענישן.

maybeeynot האט געשריבן:ווי איז אונזער קליפטשע ?


דער עולם זוכט אין גרויסען די קליפטשע פון די פארשווארצונג פון די בל''מ פעינטינג אין מאנהעטען. זיי כאפן נישט אז זיי גיין דאס נישט באקומען בקרוב צוליב דעם וואס די צווי פארבערס זענען איינס און די זעלבער.

ליידער האט די געווענליכע קליפטשע פארבער/ ברענגער זיך גענומען לויפן פאר א פאסטן וואס פאדערט פיל מער קענטעניש ווי קענען אנפארבן קליפס, און בשעתן לויפן האט ער זיך אויסגעגליטשט אין די פעינט וואס ער האט געהאלטן אינמיטן נוצען צו כשרן דעם קליפ. פונקט איז ער געלאפען אויף די בל''מ פעינטינג, ווייל ווי באקאנט איז זיין גאנצע קאמפיין סייווי איין שטיק רעיסיזעם, און דעריבער איז די גאנצע פעינטינג געווארן פארשמירט מיט זיין פארב. (דאס לויפן אין מאנהעטן איז א סקאנדאל פאר זיך, ווייל ווי יעדער ווייסט האט ער נישט קיין טשאנסען דארט סייווי. ער איז געלאפען דארט מיט גאר א טינקעלע חשבון אין וואס מיר גיין מרחיב זיין א צוויטע מאל.)

דער פאליציאנט וואס האט אים פראבירט צו ארעסטירן איז א באקאנטע אקטיוויסט אין די אסדר קאמפיין, און דערפאר האט ער זיך אויך אויסגעגליטשט צוזאמן מיט אים, און איז יעצט אין שפיטאל נאכן כאפן א זעץ אין קאפ. (האפענטלעך גייט דעם קלאפ דינען אלץ א אויפשטיי רוף איינצוזעהען די מציאות.)

דער פארבער געפונט זיך יעצט אין סענטראל בוקינג, און האפט אז בקרוב גייט ער ארויס געלאזט ווערן מיט די זעלבער בעיל געזעץ וואס ער פארפירט אקעגען. אויפדערווייל ווערט געזוכט א צווייטן (אן אזעלכע הויך געשפריצטע השגות, און פראבירט נישט צו לויפן בשעת פארבן קליפ'ס), איבער צו נעמען די פארבעריי ביז ער ווערט ארויס געלאזט.

אבער אפילו נאכן ארויס געלאזט ווערן, האט דער פארבער הארבע פראגעס צו ענטפערן פארן עולם, ווייל ווי עס קוקט אויס קען ער נישט באלאנסירן דאס פארבען ארבעט זיינע צוזאמען מיט לויפן, און עס הערשט גרויס אויפברויז ביים עולם דערפאר. געציילטע האבן שוין אנגעהויבן פארלאנגען אז ער זאל אויפגעבען איינע פון די ביידע. דערווייל איז עס טאקע נאר א מועט, אבער זייערע קול ווערט העכער און העכער. פריער איז שוין אפילו פארגעקומען א פראטעסט אין פראנט פון די פארבער'ס הויפט קוואטיר ווי עס האבען זיך באטייליגט עטליכער פראטעסטירער מיט גרינע מאסקעס (פאר סיבות נאך נישט געהעריג קלאר).
"עס איז שוין געקומען די צייט ער זאל מחליט זיין - פארבן אדער לויפן, ווייל ער קען נישט ביידע און מיר לויפן זיכער שוין ארויס פון געדולד," האט א פראטעסטירער געשריגען. "ביי אונז זאגט מען, "אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.""
עס בלייבט צום זעהן אויב די פארבער גייט זיך צוהערן צום געשריי פון פאלק, אדער עס אוועק מאכן פונקט ווי זיינע סקאנדאלן ביז אהערף און וויטער לויפן ביז צום ענדגילטיגע גליטש.

ס'איז שוין אדורך 24 שעה און מען הערט נאכנישט קיין שום רעאקציע פון דעם טשאדעלע קאמפיין.. איז דאס אן אנווייז אז זייער גאנצע קאמיטע איז ארעסטירט?
איז ריכטער צל בייעסד פאר כאניש וואס האט איהם נאמאנירט צים העכסטן אמט אן אנפרענגען בדעת הקהל, און ער סעט נישט קיין בעיל פאר טשאדעלע?

מיר ווארטן אויף ענטפערס!
@צל עובר קאראפציע אין וואשינגטאן?!
@כאניש מי שמך לאיש?!
@אסדר וואס זענען געווען די מאטייון פונעם פאליציאנט?!
- האט ער געהאט א עמטליכע סטאפ ענד פריסק ארדער?
- ווער איז דער ריכטער ביהיינד?!

@טשאדעלע, אן אולטימאטום פון 12 שעה איז ארויסגעלייגט געווארן דורך די "יונייטעד פאר דשאסטיס ראשאקאאל באונד פאונדרי אוו די יונייטעד סטעיטס ענד קענעדע" ווי פאלגענד:
אויב קומט נישט קיין ענטפערס ביז היינט נאכט 10 אזייגער באנאכט טוהען מיר אריינגעבן אן אפיציעלע קאמפלעינט צי סוספענדירן דעם טשאדעלע קאמפיין וואס טוט לויט אלע באווייזן אפערעיטן פון אינטער די גראטעס אין רייקערס איילענד. אן אפיציעלע פארלעצונג פון די שטאטוטן!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
כאניש פאר ראש הקהל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 2:38 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש פאר ראש הקהל »

אפיציעלער סטעיטמענט פון ריכטער @צל איבער דעם טשאדעלע קאמפיין
סטעיטמענט טוט אפשלאגן קאנספיראציע טעאריע איבער אונזער קאנדידאטס נאמינירטער ריכטער


און א גרויסע אנטוויקלונג האט דער הויכגעשעצטער ריכטער @צל, וועלכער איז נאמינירט געווארן דארכ'ן ציקונפטיגן ראש הקהל @כאניש יר"ה, אין א אפיציעלער סטעיטמענט לעגיטימיזירט דעם טשאדעלע קאמפיין, אן אקט וועלכע טוט קלאר אנצייגן אויף די אביעקטיוועטי פון דעם הויכגעשעצטן ריכטער.

דערמיט ווערט אפגעשלאגן די פאלשע באשולדיגונגען פון קאנספיראציע טעאריקער אינערהאלב דעם סטאווטשינער קאמפיין אז ריכטער @צל איז בייעסט צו אונזער קאנדידאט...

דאס ווייזט נאכאמאל אויף אין די ריכטיגקייט פונעם באשלוס פון אונזער כאניש'ל יר"ה מוטן איהם נאמינירן צום סופרים קארט,

'אזא געלונגענע דעסישן מאכער ווילן מיר פאר ראש הקהל' שרייען איוועלטערס אויס!

קליקט דא פאר דעם סטעיטמענט פונעם ריכטער
אוטדעיטעד...
--
כאניש פאר ראש הקהל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.

טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.

טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.

דאס איז נאך א אנדייטונג אז סיי סטאוו, און סיי אסדר האבן שוין אנערקענט מיין ראשעקאלשאפט...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס זעהט אזוי אויס! מען מיז דאס פרעמיען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.

טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.

דאס איז נאך א אנדייטונג אז סיי סטאוו, און סיי אסדר האבן שוין אנערקענט מיין ראשעקאלשאפט...

בכלל נישט. הוילע שקרים.

אז צל דארף זיין ריכטער בין איך איינשטומינג, אבער נישט חלילה אז כאניש קען אדער וועט זיין ראש הקהל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.

טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.

דאס איז נאך א אנדייטונג אז סיי סטאוו, און סיי אסדר האבן שוין אנערקענט מיין ראשעקאלשאפט...

אנשטאט ענטפערן אויף די פראגן וואס מען האט אייך געשטעלט דרייסטו ארום די יוצרות?!,
"מי שמך לאיש" האט געלויטעט די פראגע אויבן... ווער האט דיך אויפגענומען צי שטעלן ריכטער?

צל זיצט יעצט אויפן ריכטער שטיל דאס איז דער פאקט.. איז דאס א רעזאלטאט פון דיין דיקטאטורישע צוואנג?
נידער מיט דעם טיראן!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סטאווי דו ביזט מכחיש שמש בצהריים אן קיין עיר קאנדישען?! עס איז דאך אזוי הייס.

למעשה האט צל נאכנישט באקומען דעם ריכטער שטוהל! נאר כאניש האט ״צוגעזאגט״ צו שטעלן צל פאר ריכטער און עס מיז נישט זיין אז כאניש וועט האלטען ווארט (ער גייט לשיטתו אז וואס מען שרייבט אין פארברענגען איז אמת מה שאין כן ביי די נייעס אפטיילונג איז אלעס פעיק ניוז)
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

צ/ק
די גאנצע וואלן איז געגאנגען שלאפן אז דער הויך געשפריצטער סטאוויא זאל זיין בארעכטיגט צו לויפן, יעצט קען מען שוין צוריק אנהייבן קאמפיינען...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נאכנישט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך שטיי און איך ווארט אויף שבת פ' וירא נאוו. 7 צו ברעכן די נייעס אז סטאוו איז קוואליפיצירט, קומסטו מיט א בלעכענע וויזויהייסטעסנאר און מעלדסט דאס צוויי וואכן פרי??....
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

כ'וועל דיר זאגן, כ'ניטאמאל געקוקט, כ'זיך פשוט שוין פארגעשטעלט אז ער איז שוין קוואלאפעצירט דערפאר..
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!

נו...
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א דריטער האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!

נו...

אויש... ווייטער בינעך ביזי געווארן.

יעצט האף איך שוין עכט אז זונטאג קומט עס.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: סקאנדאלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

פופציגער האט געשריבן:
א דריטער האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!

נו...

אויש... ווייטער בינעך ביזי געווארן.

יעצט האף איך שוין עכט אז זונטאג קומט עס.

סישוין זונטאג?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”