אייוועלט פורים רב תשע''ז

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 7:09 am

איך גרייט שוין אן פראטעסטן, נישט קיין צווישנשייד ווער עס געוואונט, בין איך מיט די אנדערע זייט. מען וועט פלינדערן, ראבירן, גיין זיך שאוערן אין יענעמס שאוער און כאפען א נאפעץ אין די עלטערן'ס שלאפצימער. מיר וועלן דאס נישט דורכלאזען.






און נאכדעם פארהאלטן דעם פ"ר איבער ראסיזם...
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:29 am

חאצקל עה אנטשולדיג- רבי, איר האט שוין געמאלדן פאר די הנהלה אז איר צאלט נישט פאר די וואנט?

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:36 am

נאך א הארציגן תפילת ותקננו בעצה טובה מלפניך ביי מעריב און ביי קר"ש שעל המטה און נאך א שלאפלאזע נאכט פון שיקול ה(אם אין) דעת אין כל סברות שונות ומשונות לכל הצדדי האיבעיא לטוב או למוטב, איז געבליבן בבירור גמור אז אי"ה ביז דריי וואכן ארום פון היינט וועל איך בעז"ה האפנטליך קענען געבן א קלארע תשובה בס"ד, ואקוה לה' שיעזרני לכוון אל האמת לאמיתו בסילוק כל נגיעות הפרטיות וכדומה.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:49 am

כאאאאפצעעעם!!....

באקלאאאפצעעעעם....

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 12:06 pm

משה כספי האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:איך האב מורא אז די ווארט מיט שפאנונג אשכול האט עפעס מיט דעים....

#קאנפיראציע

שוין אנגעהויבן מיט די שטיק, קאנספיראציעס, פעיק ניוז און אלעס ארום אבער ווארט נאר ווי אלעס וועט אזוי שיין ליעקן טריפ טראפ און טשולי וועט רעזיגנירן פון ראשעקאלשאפט אין שאנדע
#ביגער דען וואטערגעיט

הוילע פאנטאזיעס!

באקומען אט יעצט די ווארט פון מורינו ר' חאצקל אז אויב וועט ער אנעמען די רבנות וועט ער לאזן וואקסן זיינע נעגל, מלחמה צו האלטן אז טשולי זאל זיין די ראש הקהל!!!!

סיי ווער אימער עס וועט נאר וועלן באקומען דא א פאזיציע וועט מוזן באקומען טשולי שעקאל'ס רשות!!

מעיק טשולי גרעיט עגעין
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 12:10 pm

א קורצע אויסצוג פון די דרשה פון מורינו ואדונינו וואו ער רומט אויס דעם ראש הקהל, און ער זאגט אז אן די ראש הקהל @טשולי קען ער נישט אפמאכן צו ער זאל אנעמען די רבנות.
חאצקל פרייליך האט געשריבן:.
באמת א שאד אז כ'האב דעמאלטס נישט געהאלטן אינמיטן דעם פליישיגן טשאלענט....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג פאברואר 20, 2017 1:13 pm

איין טאג וואס איך בין נישט דא און עס האלט שוין ביי צוויי פארטייען?!?!?!?
רבותי, יעדער זאל זיך האלטן רואיג, אראפזעצן אויף זיין פלאץ. מ'גיימיר אנייבן דעם פראצעדור פון אויסקלויבן א פורים רב.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 4:39 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:איין טאג וואס איך בין נישט דא און עס האלט שוין ביי צוויי פארטייען?!?!?!?
רבותי, יעדער זאל זיך האלטן רואיג, אראפזעצן אויף זיין פלאץ. מ'גיימיר אנייבן דעם פראצעדור פון אויסקלויבן א פורים רב.

פופצן מינוט וואס איך בין נישט דא און עס איז שוין דא א נייע ראשעקאל?!?!?!?!?

רבותי! יעדער זאל זיך האלטן רואיג!!

טשולי איז דא ראש הקהל!!

מ'האמיר שוין א אויסגעקליבענע פורים רב!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

זיך נישט אפלערנען

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג פאברואר 20, 2017 4:47 pm


נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תורות פון כ"ק הפ"ר שליט"א

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג פאברואר 20, 2017 8:01 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב!

החתן בן אדמו"ר מ'קראלי שליט"א
עב"ג הכלה היתומה בת הרב מ'קרעטשניף וויליאמסבורג שליט"א (בן אדמו"ר מ'קרעטשניף סיגעט שליט"א וחתן הרב מ'האניפאלי שליט"א)

אה, מזל טוב מזל טוב מזל טוב!!! אסאך אידיש נחת!

דער חתן איז מן הסתם הבה"ח אשר מרדכי הי"ו. שטימט? אויב יא, שוין אפשר צו שפעט צו געבן אינפארמאציע וממילא האף איך אז לאידך גיסא וועט עס שוין אויך נישט שאטן, צו דערציילן אז כ'קען זיך ב"ה פערזענליך מיטן חשוב'ן חתן שליט"א, באמת א חשוב'ער בחור און א ריכטיגער תכשיט פון א בנן של קדושים.

און א הארציגן מזל טוב פאר די צוויי גרויסע זיידעס דרי מעלה שזכיתי בעז"ה להסתופף בצל קדשם בחיים חיותם. אפשר א קליינער פראבלעם וואס מ'האט דא (מיט רעכט) פארקוקט, אז ווען די ארומיגע וועלן הערן דעם צוקונפטיגער טאטן זאגן פאר זיין אינגעלע שבת אין ביהמ"ד: קום אהער הערשעלע, שטיי דא נעבן טאטי און דאווען שיין! וועט זיך אפשר אנטוויקלען א שטיקל וויכוח נאך וועמען דאס קינד הייסט, צו נאכן הייליגן ספינקער עלטער זיידן זי"ע אדער נאכן הייליגן קרעטשינעווער עלטער עלטער זיידן זי"ע.

לויט ווי ס'דאכצעך מיר איז דער חתן הי"ו אויך א נאדווערנער אייניקל מצד אמו תחי', שטימט? אויב יא פארשטיי איך דעם הייליגער רבי ר' מרדכי'לע זי"ע פארוואס ער איז נישט געווען קיין מסתפק במיעוט, ביי רוחניות איז דאך פארקערט, אדרבה זאל זיין ווי מער. ער האט זעהט אויס געקענט באשטיין צו זיין א דאפלטער זיידע פאר דעם חתן, בבחינת יש לו מנה רוצה מאתים.

(און איז נישט מוותר דעם זוז כל שהוא, א מנה איז דאך מאה זוז און מא"ה איז ר"ת אשר מרדכי הורוויץ. ידוע שזיווג נקרא דעת, און די וועלט זאגט דאך ווער די מאה דער די דעה. יה"ר ס'זאל זיין למען ידעו דורותיכם ויעמידו דורות ישרים ומבורכים ההולכים בדרכי אבותיהם הק'. די וועלט זאגט דאך נאך פון הייליגן ראפשיצער זיידן זי"ע - פון וועמען דער חתן איז א בן אחר בן - שאמר אז זיין שורש נשמה איז אין מצות סוכה. אגב חשבתי אז סוכ"ה ר"ת כ"ו ספירת העומר, שחל ביומא דהילולא קדישא דראפשיץ י"א אייר).

און דער עיקר העיקרים איז אז ס'זאל אוודאי זיין א קש"ק (קשר של קיימא - קראלי שידוך קרעטשניף) מיט אסאך אידיש נחת, בשעה טובה ומוצלחת, וזכות אבותיהם הקדושים, וועט זיכער זיין עושה רושם, ויהיו הענפים דומים, לשורשם בגבהי מרומים, און די הייליגע זיידעס וועלן זיך מיען, אז דער שלשלת הזהב זאל זיך ווייטער ציען, און זיין מעליץ יושר ביים רוכב בערבות, אז ס'זאל מגין זיין דער געוואלדיגער זכות אבות, פאר נחת און פרייד, געזונטערהייט, ביי זייער גאלדענע קייט, חתן וכלה און די געהויבענע מחותנים, ובגלל אבות תושיע בנים, ותביא גאולה לבני בניהם, ולשנה הבאה בירושלים.

(געשריבן פשוט פון התפעלות אויס ובלי שום נגיעה, כ'בין ניטאמאל פערזענליך נאנט מיט די געהויבענע בני המשפחות המיוחסות שליט"א. און אפי' דער חתן מיט וועמען כ'קען זיך פונקט יא גוט, בין איך אבער זיכער אז אפי' צווישן אזא חשובע חבורה דא בתוכינו אויפן וועלטל טרעפט ער זיך אויך נישט דאס פלאץ - און ווען יא וואלט איך זיך אביסל געשעמט דא צו שרייבן אפי' נאר מקצת מן המקצת של שבחו בפניו - נאר חלקו בין יושבי ביהמ"ד בעז"ה).

נאר אויף שמחות! וועט די חתונה סימבאל זיין אויסגעפלאכטן פון צוויי רויזנביימער? מי בן שיח שושן חוחים הוא יברך את החתן ואת הכלה, בזכות דעם הייליגן זיידן משני הצדדים שהוא חד שרפי מעלה, ווי מיר אלע וועלן בקרוב הערן ליינען אזוי, כי מרדכי היהודי דורש (מצא אשה מצא) טוב לעמו, ודובר שלום לכל זרעו, זרעא חייא וקיימא, די לא יפסוק מפתמי, ונברכו בם כל משפחות האדמה. יהי רצון שיוציאו פירות מתוקים, קול רינה וישועה באהלי צדיקים!

א הארציגן ייש"כ כבוד הרב לכאורה פארן מבשר זיין די בשורה טובה ומשמחת, וליהודים היתה לכאורה ולשמחה ולששון וליקר (שתיית ה'ליקער בחג הפורים המתקרב ובא עלינו לטובה), כן תהי' לנו בזכות שמחת בית צדיקים בתוכינו, כי משמי שמים יבואו לשמוח בעולמינו, וזכותם הגדול יגן עלינו, על בנינו ועל דורותינו, עד ביאת משיח צדקינו, בשמחת עולם על ראשינו, יחי"ש (ר"ת יום ח"י שבט) וימה"ר (ר"ת ישמחו רבי הערשעלע מספינקא ומקרעטשיניף) לגאלינו, במהרה בימינו.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

המשך דא"ח

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג פאברואר 20, 2017 8:02 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:חאצקעלע, דער חתן הייסט טאקע הרב אשר מרדכי.

אה, יישר כח שנית למע"כ וברוך שכיוונתי! שוין חושש געווען מיט אביסל זארג אז אפשר האב איך בטעות אויסגערימט אן אנדערן זון (א ברודער אין א רבי'שע משפחה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן), ב"ה פאר דעם.

טריסקער האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:לויט ווי ס'דאכצעך מיר איז דער חתן הי"ו אויך א נאדווערנער אייניקל מצד אמו תחי', שטימט? אויב יא פארשטיי איך דעם הייליגער רבי ר' מרדכי'לע זי"ע פארוואס ער איז נישט געווען קיין מסתפק במיעוט, ביי רוחניות איז דאך פארקערט, אדרבה זאל זיין ווי מער. ער האט זעהט אויס געקענט באשטיין צו זיין א דאפלטער זיידע פאר דעם חתן, בבחינת יש לו מנה רוצה מאתים.

גערעכט חאצקל, אדמו"ר מקראלי שליט"א איז אן איידעם ביי רבי מאיר ראזענבוים ממאשאלוי בן רבי יששכר בער מסטראזניץ בן רבי איתמר מנדבורנא בן רבי מאיר מקרעטשניף בן רבי מרדכי מנדבורנא.
רבי יששכר בער מסטראזניץ איז געווען אן איידעם ביי זיין עלטער-פעטער רבי יששכר בער לייפער מסאטמאר בן רבי מרדכי מנדבורנא.

ייש"כ כבוד הרב, הייסט שוין לאנג א דאפלטער אייניקל און יעצט גאר געטריפלט געווארן! יה"ר שהחוט המשולש לעולם לא ינתק ולא יבוש המעין ולא יקצץ האילן במה אברכך, פירותיך מתוקים וצלך נאה אלא שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך וואס מיר האבן געזינגען חמשה עשר בשבט העעל"ט בין שאר הזמירות לכבוד יו"ט של ר"ה (לאילנות - כי האדם עץ השדה) שחל בשב"ק. וידוע כי כבו"ד שב"ת נוטריקון לשון הזוה"ק בפרשת השבוע: כל ברכאן דלעילא (דרי מעלה) ותתא (עם דרי מטה) ביומא שביעאה תליין.

שמו האט געשריבן:חצקל, ממש א מחיה צו ליינען דיינע תגובות, אזוי אומ'שולדיג ... ממש א נחת צו זעהן.

ייש"כ גדול לכבוד שמו הנעים, ויזכה מע"כ לראות רב נחת דקדושה מתוך שמחה וחדוה רבה ועצומה בזכות דעם גוטן געפיל באמת. איך פרוביר צו שרייבן בקיצור האפשרי, אבער מיינע תגובות קענען זיך אמאל פארציען און כ'בין באמת אומשולדיג. ס'געשעהט עפעס אזויווי פון זיך אליינס און כ'האב שוין פון לאנג צוריק פארלוירן קאנטראל איבער מיינע פינגער ווען זיי טייפן ועל כן אתחצף בזה לבקש מקוראיי האהובים שיחיו לדון אותי לכף זכות וייש"כ למפרע, ובזכות זה תזכו שירבו זכיותיכם.

געהאט פריער צו שרייבן נאך, אבער דאסמאל נישט קיינע רמזים נאר עטליכע סיפורי צדיקים וקדושים זי"ע בשייכות להנ"ל אבער ליידער האב איך קיין טראפעלע צייט נישט דערצו, אבל אם נהנה מע"כ כאשר העיד בעצמו אזי כדי להמשיך בחיות ובראיית נחת אתאמץ בעז"ה לכתבה עכ"פ בלשה"ק, און לאמיר האפן אז מיר וועלן אייך נישט אנטוישן בעז"ה.

בענין מה שכתבתי כשיאמר החתן אי"ה הערשעלע דאווען שיין, ויופרץ וויכוח בין שכניו בביהמ"ד יתווכחו נאך וועלכן זיידן ער הייסט. ידוע המעשה מהרה"ק מאפטא זי"ע שבאו אליו זוג ששם אבותם של שניהם האיש וביתו הי' משה רק שאביו הי' איש פשוט וכפרי משא"כ אבי' הי' תלמיד חכם ויר"ש, וענה הרה"ק לקראו סתם משה ואם יתגדל לאדם פשוט אזי יהי' נקרא על שם זקנו זה, ואם לאדם גדול בתורה אזי יהי' נקרא על שם זקנו הת"ח.

ולענינינו כלפי הרה"ק רבי הערשלע זכותם יגן עלינו, זענען דאך ביידע גרויסע זיידעס געווען זייער ערליכע אידן און צדיקים מפורסמים. אבער כאשר הנני מדמה מכח זכרוני ממה שזכיתי בעז"ה לראות איז דער הייליגער ספינקער זיידע זי"ע געגאנגען אויף מער אן איינגעהאלטענעם דרך בקודש און באהאלטענעם מהלך (הגם מ'האט אויך זייער זייער אסאך געזען), ווי דרכו בקודש פון הייליגן קרעטשיניפער זיידן זי"ע וועלכער האט זיך מער ארויסגעגעבן כנודע למשגב, וממילא וועט מען עס קענען באשלוסן גאנץ גרינגלעך נאכן זעהן וויאזוי דאס קינד וועט אי"ה דאווענען בתפילות צדיק בן צדיקים וידוע שזכות אבות מועיל מאוד לקיבול תפילות, ובפרט ע"י הבל פיהם שאין בהם חטא וגם לא באבותיהם הק' וזי"ע.

אגב, ידוע שהרה"ק מראפשיץ זי"ע שדרכו בקודש היתה בהצנע לכת הי' מדבר על דרכו בקודש של הרה"ק רבי מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע שהי' דרכו בקודש לגלות מסתורי רקיע, וכן מרן הקדושת יו"ט זי"ע לא הניח את תלמידי ישיבתו ללכת אל הרה"ק רבי מרדכי'לע זי"ע כשהי' בא לשכון כבוד אכסניא בק"ק סיגוט. (מן הסתם מטעם הנ"ל כי הרה"ק ר' מרדכי'לע זי"ע צעד בדרך הקודש של דודו הרה"ק ר' מאיר'ל זי"ע, ומרן הקדושת יו"ט זי"ע הי' תלמידו של מרן הק' מצאנז זי"ע שכידוע הי' תלמידו המובהק של של הרה"ק מראפשיץ זי"ע).

(כפי שמספר הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ז"ל בקונטרס פעולת צדיק לחיים שהוא הי' נוכח ובאזניו שמע האיך שהרה"ק מהוניאד זצ"ל ביקש מהרה"ח ר' פינחס צימענט ז"ל מסיגוט פעם בר"ה לפני תקיעת שופר לספר לו איזה דבר מרבינו הק' מסאטמאר זי"ע, וסיפר לו ר"פ שמרן מסאטמאר ביקש ממנו בהיותו ילד כבר שית או שבע לילך עמו בסתר אל הרה"ק ר' מרדכי'לע שהי' אז בסיגוט והלך עמו, עיי"ש המעשה באריכות וחלק מהמעשה היא ידועה בענין לימוד חומש רש"י, וסיפר הרה"ח ר' חיים מרדכי שר' פינחס ז"ל המשיך לספר שתיכף לאחר שסיים רבינו לקבל מהרה"ק רבי מרדכי'לע רץ בחזרה לבית אביו הק' כדי שלא יתוודע לו שהלך אצלו אבל הוא עדיין נשאר שם, ואחר התפילה אמר הרה"ק ר' מרדכי'לע זי"ע: עטס האטס געזען דאס קינד? ער לייכט, ער וועט לייכטן, ער וועט באלייכטן די וועלט, עכל"ק שנתקיים במילואו להאיר מתוך חשיכה).

וידוע מ"ש צדיקים בענין זה שהוא סימן יפה לבנים ולאבותיהם הק' בגן עדן מנוחתם כשנשתדכו בין תולדותיהם בעידן שאבותיהם הקדושים בחיים חיותם צעדו אחרת כל או"א לדרכו בקודש הקדשים הגם שאלו ואלו דברי אלקים חיים בענינים גבוהים למעלה מהשגתינו שאין לנו בהם מושג כלל וכלל, ואשר על כן גם כאן רבתה ביותר השמחה הגדולה בהתרת הספיקות בעז"ה.

אגב אז כ'האב דערמאנט דא דעם הייליגן אפטער רב זי"ע, ידוע המעשה שבק"ק אפאטא גר איש תם וישר ות"ח שישב על התורה ועל העבודה מתוך הדחק ועוני ושמו ר' הערשעלע ריבאשאווער, וכדי להשיא את בתו יעצו לו להתחפש כעושר ונתנו לו כמה מטבעות ונסע למקום אחר ובטעות נתן להאכסניא מטבע חשובה ביותר, וע"י כך נתפרסם בעיר שגביר גדול בא לכאן לחפש שידוך עבור בתו, ובא גביר גדול והשתדך עמו וככשאלו לגבי נדן גדול ענה ואמר מהיכי תיתי (פון וואו וועט עס קומען?!), ונסע בחזרה לביתו ובישר לבתו שנתארסה למז"ט ובשעטו"מ.

המחותן הגביר המתין על מתנות מצד הכלה ובראותו כי נכזבה תוחלתו התחיל לשלוח מכתבים למחותנו שלא בדומה לו, וכל מכתביו הגיעו לעושר אחר בק"ק אפטא שגם שמו הי' נקרא ר' הערשעלע ריבאשאווער אבל הי' ל"ע חשוך בנים וחשב שמאן דהו רוצה לצערו בסתם ועל כן לא ענהו כלום, עד שהמחותן העשיר נסע בדרכו לאפטא ונכנס לביתו של ר' הערשעלע העושר ורק אז בא על טעותו. ונודע לו שם כי דר כאן גם איש אחר בשם ר' הערשעלע ריבאשאווער אבל הוא עני ואביון מגוזלו ויושב בביהמ"ד כל היום.

והאורח תיכן צעדיו ונכנס לביהמ"ד ותיכף הכיר את מחותנו שראה מקודם בבגדים אחרים ושונים לגמרי, ובטרם יקרב אליו כשמחותנו העני ר' הערשעלע הבחין בו מרחוק רץ הביתה כי המחותן בא לכאן וצריך להכין סעודה לכבודו כראוי, ובקושי המציא מעות ובתו הכלה קנתה עוף ורצתה להשוחט, ופתאום קפצה התרנגול מידיה לרוץ הלאה והיא רצתה אחרי' עד מחוץ לעיר כי הלא המחותן בעצמו הוא כאן, ומה יאמר בלי ראות סעודה הגונה עם בשר.

וכן גם כשנכנסה העוף לאיזה חורבה שלא היו אנשים נכנסים לשם עם כל זה רצתה אחריה עד שנעמדה העוף באיזה מקום מסוים שם והתחילה לדפוק שם בשני רגליה עד שנעשה כחריץ באדמה והכלה הבחינה על אתר באוצר של זהובים אדומים לרוב בשפע גדול, ושוב לא השגיחה על העוף רק לקחה הרבה מטבעות וקיפלתה בתוך בגד ורצתה לבית אבי' ותיכף פתחה הסחורה ונפלו לארץ ונתמלא הבית אור במושבותיו ושמחה רבה, עודם מדברים ושליח בי"ד הגיע ויבהילו להביא את ר' הערשעלע לדין תורה שהזמינו מחותנו אצל הרה"ק מאפטא זי"ע.

המחותן הציע את כל טענותיו המובנים, ואח"כ כשפנה הרה"ק לר' הערשעלע ריבאשאווער לשאול אותו אם יש לו מה לענות ובמה לסתור את תרעומותיו ולהסיר מעליו תלונותיו של מחותנו, ענה ואמר בפה מלא שאכן הוא מחזיק בדיבורו והנו מוכן ומזומן לסלק את כל הנדן כולו ולהשתתף בהוצאת החתונה כאחד הנגידים, וכשהרה"ק סבר מקודם שמדבר בדרך ליצנות נוכח לראות האיך שר' הערשלעע מוציא מכיסו כמה מטבעות של זהובים יקרים ונתנם לו, וכששאלו הרה"ק סיפר את כל העובדא האיך שזכה לישועה מן השמים באופן פלא כל כך, וביקש ממנו הרה"ק כמה מטבעות לזכרון הנס.

ועל סיפור זה המעשה אמר הרה"ק ר' אליעזר מדזשיקוב זי"ע אמר שהוא מסוגלת לשידוכים הגונים (וכן עד המלחמה הי' עדיין המטבעות אצל הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע שקיבלה מאביו הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זי"ע שקיבלה מזקנו הרה"ק מהר"א מדזשיקוב זי"ע - אינני זוכר כעת האיך שהגיע אליו, אם מהרה"ק מאפטא זי"ע בעצמו או ע"י ממוצע).

ובשב"ק העעל"ט האבן מיר געליינט שירת הים בשמחה המסולת לזיווגו ופרנסתו של אדם ששני אלו נדמו לקריעת ים סוף כמבואר בדברי חז"ל וכן פ' המן המסוגל לפרנסה ועשירות כידוע, וכבר כתבתי כאן מאמר הזוה"ק בזו הפרשה (יתרו) כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין, יעזור לכולנו השי"ת שבזכות שמחת בית צדקים וקדושים זיווג הגון וקדוש שבין שני צדיקים ששמותיהם כמעט שוות ועכ"פ שניהם נקראו בדומה ובלשון החיבה רבי הערשעלע, יתעורר הסגולה של המעשה הנ"ל.

ובפרט שבנידון דידן אין כאן לא טעות ולא מרמה כלל בין שניהם אבל יש כאן אמת ויציב וקיים וישר וכו' כמו שאמר אליעזר עבד אברהם ואקוד ואשתחוה לה' ואברך את ה' אשר הנחני בדרך אמת לקחת את בת אחי אדוני לבנו (וכן כאן השידוך בתוככי המשפחה המיוחסת כנ"ל).

ולכבוד ידידי החתן החשוב והמחותנים הנכבדים שליט"א אסיים את תגובתי שנמשכה בברכת הדיוט שבהדיוטות, אחינו את היה לאלפי רבבה ויירש זרעך וגו' ותנחם אחר אמה (עיי"ש ברש"י על וינחם יצחק אחרי אמו וז"ל דרך ארץ כל זמן שאמו של אדם קיימת כרוך הוא אצלה ומשמתה הוא מתנחם באשתו עכ"ל, ומסברא י"ל שכן גם בהיפוך בס"ד בתוך שאר אבלי ציון וירושלים) וזכותם הגדול יגן עלינו לרב שמחה ונחת.

(אתנצל לכל החברים על אריכות התגובה שנכתבה במהירות מבהילה, אבל ידוע שהשל ראש עולה במדריגה מהשל יד וכן רואני בחוש ונתברר אצלי ע"י מעשים בכל יום כי המוח שליט על אצבעות ידי בעוה"ר וגם פה לא עשיתי מאומה, ואקוה לקצר בעתיד ובזכות זה נזכה כולנו לקיצור גדול בסיום הגלות הנורא שנתארכה כל כך בעוה"ר, ומשמחת בית צדיקים יושפע שמחת ציון וירושלים ועוד ישמע קול ששון ושמחה חתן וכלה במהרה דידן).

שוין כמעט געדרוקט דעם שיכור קנעפל אבער איך שפיר אביסל (און אפשר איז נישט קיין גוזמא לכתוב מער ווי אביסל) שלעכט נאך אזויפיל אריכות'ער שלא לענין כלל, אבל דעו נא אז ס'איז באמת נישט מיין שולד און כ'מיין קיינעם חלילה נישט וויי צוטאן נאר פשוט אלס הרגל שנעשה טבע ואקוה לשוברה בחוזק יד בעז"ה.

(א איד דארף דאך ארבעטן אויף זיך און צוברעכן דעם אייגענעם טבע כידוע מהצעטל קטן שרק לזה נברא האדם בעולם, ואע"פ שהוא דבר קשה מאוד מאוד כאשר מבשרי אחזה בעוה"ר. והגם שיותר נוח לו לאדם לשבור טבע חבירו אבל לא ארצה בכך בשום אופן שחבריי החשובים יצטרכו להתרגל בקריאת האריכות, ולאפוקי משיטתם של אנשי דור המבול וואס האבן דוקא נאר געוואלט צוברעכן נח'ס טבע אבי נישט די אייגענע כמ"ש רש"י בד"ה בעצם היום הזה, שהיו אומרים אילו אנו רואין אותו נכנס לתיבה אנו שוברים אותו).

ולהתנצל לפניכם עכ"פ במקצת מן המקצת אולי תבינו אותי, אסיים בעז"ה את תגובתי באיזה עובדא קטנה א קליינער אבער פילזאגנדער עפיזאד לדוגמא ומשל הדומה במקצת לנמשל לעניני ולענינו, והיא מעשה נוראה ונפלאה ביותר ממה שסיפר לי בעצמו חברי היקר לפני כמה שנים בשם א' מחבריו אשר שמעו מא' משכניו הקרובים אל ביתו, שבדידי' הוה עובדא.

וכך הי' מספר (שייכה גם אפשרות כל דהו שהלשון אינו מדויק כל כך, אבל עכ"פ אקוה שאת תוכן הסיפור יעלה בידי בס"ד להעלות על הכתב בדייקנות יתירה כאשר שמעתי' מפורש יוצא מפיו): מיין בני בית האט געהערט דעם טעלעפאן קלונגען און זיך זייער געוואונדערט צו זען אויפן קאלער איי-די‏ די נאמען פון איר טאכטער'ס טיטשער. האלא? יא, א גוטן. א גוטן, איז דאס שיינדי עקשטיין'ס מאמע? יא.

אקעי דא רעדט איר טיטשער מיס. בלומענקראנץ. כ'האב אייך געוואלט זאגן אז אייער טאכטער שיינדי איז א זעלטן זיס קינד, און אן אויסגעצייכנטע תלמידה.‏ די טיטשער בלייבט שטיל און זוכט פאר די ווייטערדיגע ווערטער. די מאמע איז אומגעדולדיג און פרעגט, אבער?

זאגט די טיטשער: אבער, כ'ווייס נישט, קען זיין ס'איז נאר א צופאל אבער ס'קען אויך זיין אן ערנסטער פראבלעם. אלנפאלס, פיל איך אן אחריות אייך אויפמערקזאם צו מאכן דערוועגן. ווען איך טייל אויס פאר די קינדער בלעטער צו קאלערן, קאלירט זי אלעס גרעי, מענטשן, הייזער, גראז, ביימער, אפילו בלומען, אלעס גרעי.

די טיטשער שטעלט אפ אירע ווערטער פאר עטליכע סעקונדען, און איז דערנאך ממשיך: פסיכאלאגן האלטן אז דאס ווייזט אויף א טונקל זעלבסט-בילד וואס קען קומען פון א טיפער וואונד אין נפש פון קינד, אפשר איז עס א סימן פון פייניגונג, א מאנגל אין זעלבסטשטאלץ, אדער גאר א באהאלטענער פחד? ס'איז כדאי צו דערגיין וואס דו טוט זיך און איר העלפן אויסהיילן איר נפש. דא האט איר דעם נומער פון א טעראפיסט, איר האט א צעטל? שרייבט עס אראפ.

מ'קען זיך (אוודאי נישט) פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר א מאמע, א נייע תקופה הייבט זיך אן מיט איר קינד, מ'מוז עס ווי אמשנעלסטן שליכטן. יענע נאכט האט די מאמע זיך אראפגעזעצט מיט איר קינד. וואס באדערט דיר, שעפעלע? עפעס פעלט דיר אין סקול? איינער טשעפעט דיר? אפשר האסטו מורא פון עפעס?

שיינדעלע קוקט אן איר מאמען מיט גרויסע אויגן, אבער די מאמע לאזט נישט נאך. זאג שעפעלע, האב נישט מורא. כ'וועל דיר גארנישט טון. ענדליך האט דאס קינד אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג, און שטאמלט ארויס: כ'האב מורא געהאט צו זאגן, אבער כ'האב פארלוירן די נייע פעקל קרעיאנס וואס דו האסט מיר געקויפט, און כ'מוז אלעס קאלערן מיט מיין בליי.

עד כאן תוכן העובדא במילואו. מאוד אקוה שעכשיו כבר מבינים אותי כבוד הקוראים החשובים שיחיו כי בעוה"ר ארכה לי השעה אי אפשר להאריך עוד כעת, אבל בעוה"ר נתקיים אצלי מה שקראנו בתורה בשב"ק העעל"ט ומה שאמרנו היום לפנצ"ה אצל פסוקי דזמרה, צללו כעופרת במים אדירים. אבער באמת לאמיתו, איך מיין קיינעם נישט וויי צו טאן אדער ח"ו באקריוודען, חלילה לי מעשות זאת ונא שלא להעלות אפי' מחשבה קלה של חשדות כאלו, ואם נכשל בשוגג אדרוש במפגיע שלא להשהותה במוח אפי' רגע כמימרא. אדרבה ואדרבה, היו לא תהי' לעולמי עד בשום פנים ואופן.

נאר אויף שמחות! ומשמחה זו בבית צדיקים וקדושים מלאכי השרת מלאכי עליון יושפע לכולנו שפע רב לכל העולמות ברוחניות ובגשמיות מאת ה' מן השמים מיט בני חיי ומזוני רויחא, עד ביאת מלכא משיחא, ואתכם הסליחה.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

והמעין אינו פוסק...

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג פאברואר 20, 2017 8:06 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב!

החתן בן אדמו"ר מ'קראלי שליט"א
עב"ג הכלה היתומה בת הרב מ'קרעטשניף וויליאמסבורג שליט"א (בן אדמו"ר מ'קרעטשניף סיגעט שליט"א וחתן הרב מ'האניפאלי שליט"א)

אה, מזל טוב מזל טוב מזל טוב!!! אסאך אידיש נחת!

און א הארציגן מזל טוב פאר די צוויי גרויסע זיידעס דרי מעלה שזכיתי בעז"ה להסתופף בצל קדשם בחיים חיותם. אפשר א קליינער פראבלעם וואס מ'האט דא (מיט רעכט) פארקוקט, אז ווען די ארומיגע וועלן הערן דעם צוקונפטיגער טאטן זאגן פאר זיין אינגעלע שבת אין ביהמ"ד: קום אהער הערשעלע, שטיי דא נעבן טאטי און דאווען שיין! וועט זיך אפשר אנטוויקלען א שטיקל וויכוח נאך וועמען דאס קינד הייסט, צו נאכן הייליגן ספינקער עלטער זיידן זי"ע אדער נאכן הייליגן קרעטשינעווער עלטער עלטער זיידן זי"ע.
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
בענין מה שכתבתי כשיאמר החתן אי"ה הערשעלע דאווען שיין, ויופרץ וויכוח בין שכניו בביהמ"ד יתווכחו נאך וועלכן זיידן ער הייסט.

ולענינינו כלפי הרה"ק רבי הערשלע זכותם יגן עלינו, זענען דאך ביידע גרויסע זיידעס געווען זייער ערליכע אידן און צדיקים מפורסמים.

וידוע מ"ש צדיקים בענין זה שהוא סימן יפה לבנים ולאבותיהם הק' בגן עדן מנוחתם כשנשתדכו בין תולדותיהם

דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס די צוויי גרויסע הערשן (ידוע הסיפור מהרה"ק ר' הערש'לי זידיטשוב'ער זי"ע) הרה"ק מספינקא און הרה"ק מקרעטשנוף ווערן מחותנים.

און אויך למעשה יש ליישב אז שמואל איז נאכ'ן ספינקא זיידע און צבי נאכ'ן קרעטשנוף'ער זיידע

זכותם יגן עלינו

טאקע? ווען נאך? וועלכער קינד אדער אייניקל אדער אור אייניקל?

וואס איז די מעשה פון הרה"ק רבינו העטרת צבי זי"ע?

נישט מסכים צו דיין פשרה (כאילו איינער פרעגט מיר אן פאר א מיינונג).

ניין, נישט וועגן דעם. נאר פשוט כ'גלייב שווער אז מ'וועט אים אמאל רופן שמואל. (בשלמא לאמיר זאגן ווען ביידע זיידעס וואלטן ווען געהייסן שמואל - נאר א משל - וואלט מען אפשר געקענט זאגן שמואל א' אדער שמואל ב'. משא"כ יעצט, זאל מען זיך נעמען זינגען צוה צוה? - ואתה תצוה, און דו וועסט הערשן. קרעדיט: יוסי אלס חתן אין די תורה צום מחותן טעלעפאניש, שהי' נעתק בקול מבשר פורים תשס"ט אדער תש"ע, שטימט? מ'האט שוין א דאטום?!).

אסיים בעז"ה ווייל כ'קענשויניש מאריך זיין מער. קודם כל האביך ליידער נישט קיין רגע צייט, און נאכדעם כל האב איך אויך נישט קיין טראפ צייט, ואחרי ככלות הכל זע איך יעצט אין איינע פון די לעצטיגע תגובות אין דעם שנירל אז מ'האט מיר ממש ווי אפגעשאכטן דא אינגאנצן.

אפילו נאכן אזוי ביטער זיך משפיל זיין לעיני אמהות עבדיו און קלאר ארויסשרייבן אזא שוידערליכן התנצלות פריער דא ברבים אויפן אריכות הדברים, זע איך אז האב איך גערעדט צו א וואנט. שטייט זיך דארט איינער ביי א ווינקל פונעם מעקסיקאנער ווענטעלע און - נישמעריש וויינבערגער - ער איז מיר פשוט מגלה דא וואו איך וואוין! דערנאך וואונדערן זיי זיך אז איך בין אזוי פרא-ירום הודו, וחצוצרות התרועה בידו. (זבחי צדק שמה נזבחה).

בטעות פארקראכן, ואתכם הסליחה. דער עיקר א תירוץ ביטע אויף מיינע ערשטע צוויי קשיות דא, וייש"כ גדול מאוד!

אגב, בינעך בעז"ה זייער בידידות מיט אסאך אייניקלעך שיחיו פונעם ספינקער רבי'ן זי"ע און אפי' אור אייניקלעך שיחיו. גראדע האביך פונקט לעצטנס דערציילט פאר א חשוב'ן אור אייניקל אז כ'בין אמאל געווען אין מחנה ספינקא אין וואודרידזש ווען ס'איז דארט געפראוועט געווארן א ברית פון רבי'נס אן אור אייניקל און ממש ביזן יום הברית האט געהייסן אז דער רבי (הרה"ק רבי הערשעלע זי"ע, אין די יארן ווען ער איז שוין נישט געווען דארט במשך ימות הקיץ) גייט קומען, אבער למעשה איז ער לדאבונינו נישט געווען דארט.

זאגט מיר דער חשוב'ער בנש"ק אז ער מיינט ער ווייסט פונקטליך פון ווען איך רעד. פרעגיך אים? ווען? זאגט ער מיר א דאטום, וואס האט ס'האט גענוי געשטימט אויפן טאג! פון וואנעט ווייסטו? זאגט ער מיר אז ער האט שוין נאכגעהערט אז ביז די לעצטע מינוט האט געהייסן אז זיין עלטער זיידע וועט אי"ה קומען באשיינען זיין ברית אין קעמפ אבער איז למעשה נישט געווען. כ'האב אים געזאגט אז ער איז נישט צום דערקענען פון דאן, אזוי דראסטיש זיך צו טוישן?!

אגב, לעצטנס געזעהן א הערליך ספר אויפן ספינקער רבי'ן זי"ע מיטן נאמען אהבת קדומים, ווי עס איז צווישן אנדערע אויך זייער שיין באשריבן זיין געוואלדיגע מדת הקנאות לשם שמים. זיך עס יעצט דערמאנט פשוט ווייל כ'האב דא דערמאנט א ברית און פינחס קנאה זה אליהו מלאך הברית (אגב, טאקע אין יענע פרשה - פון הנני נותן לו את בריתי שלום תחת אשר קנא לאלקיו ויכפר על בני ישראל - שטייט פינחס מיט א קליינער יוד, כמו ניקך החשוב. (שטימט ב"ה פיין, ובעל כרחו יענה אמן. אויב אפשר האלטסטו אז ניין, רעכן עס ביטע אויס דו אליין, און לאמיר האפן אז ס'וועט טאקע גרינג גיין: חושבנא דדין, כיודל קליין).

אגב, אז כ'האב שוין דא פונקט דערמאנט די הייליגע נעמען פינחס און שלום און ישראל. געווען אויך באריכטעט דא אין זעלבן שנירל שוין מיט מער ווי א צוויי שעה צוריק איבער שמחת בית צדיקים זי"ע ושליט"א, א וויזניצער - סקולענער - טשערקאסער שידוך למז"ט ובשעטו"מ. דער חתן הייסט הרב ישראל שליט"א, און איז א זון פונעם וויזניצער רב ז"ל פון בארא פארק. ס'ליגט מיר עפעס אזוי אין דמיון צו האבן געהערט אז דער רב ז"ל איז אניידעם געוועזן ביים הייליגן ספינקער רבי'ן זי"ע. ווייסעך וואס כ'רעד, אדער איז עס א בלויזער חלום מיט דברים בטלים?

אויב יא, איז עס דאך געוואלדיג! קול רינה וישועה באהלי צדיקים. ב"ה צום צווייטן מאל אין די לעצטע מעת לעת א מזל טוב פארן ספינקער רבי'ן זי"ע, און יבדלחט"א פארן וויזניצער רבי שליט"א און פארן סקולענער רבי שליט"א זאלן לעבן א מזל טוב, לאריכות ימים ושנים טובים מתוך נחת ושמחה רבה עד ביאת משיח צדקינו במהרה. אלע חסידים א מזל טוב, און א מזל טוב! און אויב טאקע נישט, ביטע שרייבן וואו יא דער בארא פארק וויזניצער רב ז"ל איז געווען אן איידעם, וייש"כ למפרע.

נאר אויף שמחות ביי אלע אידישע קינדערלעך!



גענומען פון דא
viewtopic.php?p=1395279#p1395279
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

שא!! זאל זיין שטיל!! די רבי זאגט תורה!!

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג פאברואר 20, 2017 11:47 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:שוין לאנג נישט געשריבן דא אין דעם שנירל מחוסר הפנאי שאין לי כמעט בעוה"ר ואפי' בצמצום, אבער נאכן זען ביי די מקוה לכבוד שב"ק א געוויסער אנאנס אויף א צעטל אין ביהמ"ד איז מיר עפעס אזוי א געדאנקל פייגעבאלן‏ און עס שוין אפי' געשריבן אין שנירל מילתא דבדיחותא.

אבער בהיות ס'האט זיך אביסל פארצויגן איז דארט אוודאי נישט דאס פלאץ פאר אריכות הדברים, האב איך לאחר הכתיבה וקודם השילוח עס געקאפי-פעיסט אהער (נאר דעם התנצלות שכתבתי בתחילתי אויפן לייגן אן ערנסטע דבר תורה אין בדיחותא האב איך ארויסגענומען און געלייגט גאנץ צום סוף).

ידוע מ"ש בזוה"ק אין די וואכעדיגע סדרה‏ כל ברכאן דעילא ותתא ביומא שביעאה תליין, והגם אז דארט איז משמע אז ס'איז נאר כלפי די ששת ימי המעשה ווי ווייטער שטייט משום דההוא יומא מתברכאן מיני' כל שיתא יומין וכו' ממהוא ברכה דמתברכאן ביומא שביעאה.

אבער אין די גמ' שטייט דאך אז דער מלאך טוב פון די שני מלאכים המלוים לו לאדם בער"ש זאגט יהי רצון שיהי' לשבת הבאה כן ומלאך רע עונה אמן בע"כ, וואס פון דעם איז משמע אז דער גרויסער שפע פון נר דלוק ושולחן ערוך ומטה מוצעת (שכידוע רומזים על כל השפעות טובות) מיינט אפשר אויך דעם קומענדיגן שב"ק אויך ולא רק על ימי החול הבעל"ט, און קומענדיגן שב"ק איז דאך שוין שקלים און מ'בענטשט שוין ר"ח אדר‏ איז דאך שוין יעצט דא די גרויסע השפעת השמחה כי רבה היא.

(ווי אויך וועט מען דאך מארגן שב"ק אנהייבן אי"ה דאס ליינען מיטן וישמע יתרו ופירש"י מה שמועה שמע ובא, הערינג איז דאך א מין פיש כפתגם הידוע אז במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש והלא מזל אדר דגים, וכן ראיתי עכשיו שבלילה הזה ליל שישי לס' מה שמועה כבר נפתח שנירל בענין משלוח מנות לפורים תשע"ז ע"י חברינו דמתקריא במקום שאין איש. יה"ר שנזכה לשמועות טובות ולבשורות טובות, גוטע הערינג און גוטע פלייש ואין שמחה אלא בבשר, ולענין שמחה בדגים כבר כתבתי אתמול בשנירל החידות).

אויפן פסוק אין פ' מקץ וישתו וישכרו עמו ברענגט רש"י פון חז"ל מדרש רבה‏ ומיום שמכרוהו לא שתו יין ולא הוא שתה יין (משום הנדר), ואותו היום שתו. וידוע הקושיא בשלמא יוסף הצדיק האט דאך שוין צוריק זיך פאראייניגט מיט די הייליגע שבטים, משא"כ זיי האבן דאך נאך דעמאלטס בכלל נישט געוואוסט אז יוסף הצדיק איז שוין מיט זיי אינאיינעם נו פארוואס האבן זיי געטרינקען (ידוע המעשה מהרה"ק משינאווע זי"ע מה שתירץ על זה הקשיא, ואכמ"ל).

ועפ"י מה ששמעתי בשם צדיק וקדוש מפורסם זי"ע (אינני מזכיר נשמות קדושות משום שלא ביררתי היטב אם אכן הוא הק' בעל השמועה הלזו) אז דאס ערשטע מאל וואס די הייליגע שבטים זענען געווען ביי יוסף הצדיק איז געווען חנוכה און דאס צווייטע מאל איז געווען פורים, ואדעתא דהכי לא נדרו כי הלא יש חיוב בסומי וממילא האבן זיי געמעגט טרינקען.

‏ועפי"ז חשבתי אז לויט דעם קומט אויס אז דער טאג וואס יהודה ואחיו האבן זיך אזוי‏ מוסר נפש געווען פאר בנימין איז געווען שושן פורים, ובמגילת אסתר כתיב איש יהודי הי' בשושן הבירה ושמו מרדכי וגו' איש ימיני ובמס' מגילה אחז"ל אביו מבנימין ואמו מיהודה, קען זיין אז דעמאלטס האט מען אויך עפעס דעם הייליגן פורים אויסגעפועלט, און ס'קען אפשר שטימען מיטן לשון פון חז"ל המובא בילקוט שמעוני, אמר לו הקב"ה אתה נתת נפשך לעבד ‏תחת בנימין, חייך הגואל שאני עתיד להעמיד ממנו לשמך אני כותבו איש יהודי.

ווי אויך איז דאך ידוע דער לשון המדרש רבה אויף די מגילה אתם מכרתם את אחיכם מתוך מאכל ומשתה כך אני אעשה לכם הה"ד והמלך והמן ישבו לשתות‏, קומט אויס אז די גזירה איז אויך געווען אלס עונש אויף דעם פגם. וידוע אז ווען די הייליגע שבטים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר בנימין איז עס געווען א תיקון אויף חטא מכירת יוסף (וואס דאס איז דאך געווען די כוונה דערביי פון יוסף הצדיק), עכ"פ משתי אלו איז צו זעהן אז די הייליגע שבטי קה האבן דעמאלטס אויסגעפויעלט פאר אונז און פארן גאנצן כלל ישראל א הייליגן יו"ט פורים שלא יהיו נבטלים לעולמי עד.

(ועפ"י מה שראיתי מובא בשם הרה"ק משינאווע זי"ע שאמר אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יוסף הצדיק, האט דאס אפשר אויך א שייכות מיטן לכולם נתן לאיש חליפות שמלות ולבנימין נתן שלש מאות כסף וחמש חליפות שמלות מרדכי - י"ל שהי' בבחינת פורים געלט און אסאך פארשטעלעכצער - ולאביו שלח וגו' נושאים מטוב מצרים ופירש"י ששלח לו יין ישן. והגמ' ידועה במס' מגילה דף ט"ז על הפסוק הנ"ל אז רמז רמז לו שעתיד בן לצאת ממנו שיצא מפני המלך בחמשה לבושי מלכות ומנו מרדכי).

‏וידוע אז דער הייליגער יו"ט פורים איז מסוגל פאר כל מיני ישועות ורפואות בכלליות ובפרטיות, ובפרט לזרע של קיימא כנודע הרבה סיפורים מפורסמים אצל צדיקים וקדושים זי"ע וואס האבן אויס'געפועל'ט גוטע קינדערלעך פאר חשוכי בנים ל"ע (וכן יש הרבה סיפורי צדיקים וואס האבן געגעבן א ביין מבשר סעודת פורים כסגולה להוושע עם בן וכך הוה בעז"ה) ואכמ"ל באריכות.

ובאמת שטייט דאך הכל הולך אחר הגמר, און קריאת המגילה ענדיגט זיך מיט די ווערטער לכל זרעו.‏ (יין איז דאך ישמח לבב אנוש, ועי' בגמ' מס' שבת על הפסוק וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב‏ דקאי על שנהנו מזיו השכינה ושנולדו להם בנים).

חז"ל זאגן אונז דאך אז מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, ובאמת ידוע שזה שני יסודות הדת של סור מרע ועשה טוב. שבאמת גם קירוב הגאולה הוא, ווי די חז"ל אין מס' מגילה בטעם הדבר פון סידור הברכות בתפלת שמו"ע און ביי ולמלשינים און על הצדיקים און ולירושלים זאגט דארט די גמ' וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו, וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע וכו' והיכן מתרוממת קרנם בירושלים וכו'.

(וכן כתב הרבינו יונה בשערי תשובה שאין הצלחה לכבוד הצדיקים זולת השפלת כבוד הרשעים כמ"ש בית רשעים ישמד ואוהל ישרים יפריח, עכ"ל).

אגב, אפשר לומר טעם לשבח שלכך במלכות אחשורש כתבו שטנה על יהודה וירושלים בתחלת מלכותו כדכתיבי קראי וכן עשה משתה כשבת המלך שנתיישבה מלכותו כידוע מחז"ל משא"כ לאחר הנס חזרו לירושלים ‏ונבנה בית שני כי כבר הי' אחר השפלת כבוד הרשעים וכליון הפושעים והזדים מזרע עמלק‏ והתרוממות קרן הצדיקים של מרדכי הצדיק וממילא גייט מען ווייטער צו ולירושלים עירך ברחמים תשוב.

ואפשר שיש לרמז אז צווישן די הייליגע שבטים וועלכע האבן דאס אויסגעפועלט קען מען טרעפן אז זיי האבן אויך זוכה געווען דערצו, דהיינו סיי אין סור מרע, ווי מיר קענען זען ביי דן בן יעקב אז ער האט זוכה געווען צו א קינד (חושים) וועלכער האט אוועקגעלייגט דעם עשו הרשע. און סיי אין עשה טוב, ווי מיר קענען זען אשר בן יעקב וועלכער האט זוכה געווען צו א קינד (סרח) וועלכע אויפגעלעבט יעקב אבינו.

‏והאמת הוא שהגם שעפ"י הנ"ל האבן די הייליגע שבטים דאס אלעס אויסגעפועלט גייט עס אבער באמת צוריק נאך אביסל פריער אויך, און יעקב אבינו אקעגן עשו הרשע איז שוין א גרויסער מחותן לגבי דעם נס פורים. כידוע לשון קדשו פון הייליגן בעל הטורים בפ' וישלח אויפן פסוק הצילני נא מיד אחי מיד עשו זאגט אז הצילני נא מיד איז ר"ת המן, רמז להמן שיצא להכות אם על בנים כדכתיב טף ונשים, עכ"ל.

עכ"פ דער תפילה מעורר צו זיין דעם נס פורים צווישן מרדכי והמן האט זיך נאך אנגעהויבן ביי יעקב ועשו, און דעמאלטס האט ער אויסגעפועלט דעם גרויסן נס, והרחמן הוא יעשה לנו נסים ונפלאות כמו שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה.

***

ידוע וואס דער מדרש רבה זאגט אויף יעקב אבינו (ווען ער איז אנטלאפן פון סכנת עשו לבית לבן) על הפסוק וישכב במקום ההוא, ר' נחמי' אומר כאן שכב אבל כל כ' שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב, ומה היה אומר, רשב"נ אמר כל ספר תהלים היה אומר, מאי טעמא, ואתה קדוש יושב תהלות ישראל, ישראל סבא, ע"כ המדרש. וכן ידוע מספרים הק' אז דאס האט ער אנגעגרייט פאר אידישע קינדער בימי גלותם אלס א כח נצחי אקעגן די רשעים.

כן ידוע מה שכתב הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע לגבי מ"ש בדניאל שקודם שיבא משיח יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים והמשכילים יבינו, שיהי' אפקורסות גדול בעולם וכו' ואמר משל למלך שהלך בדרך ופתאום ירד מטר גדול ממש מבול מים וכל שרי המלוכה נתפזרו אחד לאחד והמלך הי' בסכנה גדולה וניצול רק ע"י איש כפרי, כמו כן יהי' בעיקבתא דמשיחא וכו' ולא יתחזק מלכות שמים אלא ע"י שאומרים תהלים בפשיטות וכו' וכתב שהולך ונמשך אפיקורסות גדול בעו"ה בעולם אשרי מי שיחזק עצמו באמונה בעתים הללו, עכל"ק.

עכ"פ זעהט מען אז תהלים זאגן איז א סגולה בדוקה אקעגן די רשעים, אפשר דערפאר האט כולל תהלים גענומען דן, וואס זיין קינד האט גע'הרג'עט עשו הרשע.‏ (דער בילד וואס איך וועל אי"ה אטאטשירן דא, איז מיט א צוויי דריי חדשים צוריק געווען דא אויפן וועלטל).

כן ידוע אז אחר בשורה ע"י סרח בת אשר האט זיך אנגעהויבן גלות מצרים שהוא שורש כל הגליות כידוע און חצות איז דאך דער זמן המיוחד להתאבל על החורבן, עכ"פ תיקון חצות איז א דבר המסוגל אקעגן דעם ביטערן גלות אפשר דערפאר האט כולל חצות גענומען אשר, וואס מיט זיין קינד האט זיך אנגעהויבן גלות מצרים. (דעם צווייטן בילד וואס איך שטעל אהער, האב איך פריער דא גענומען פון א צעטל אין ביהמ"ד).
כולל תהלים - דן.png

כולל חצות - אשר.png

אגב, קען אפשר זיין פשט אין פארוואס נאך צוויי און צוואנציג יאר האט פונקט יעצט געדארפט זיין דער ותחי רוח יעקב אביהם, עפ"י הידוע מספרים הק' זי"ע אז ווי גרעסער א מצוה איז אלס א גרעסער התגברות היצר איז דא דערקעגן, און ווען מ'זעהט וואס פאר א גרויס התגברות ס'איז ליידער דא אקעגן דעם קבלת עול הגלות ווי מ'זעהט אז מ'האט נישט מורא צו פארשעמען דעם פרעזידענט בפניו לעיני כל העולם כיום אתמול כי יעבור וכדומה.

(אפי' שוין נאכן זען קלאר די תוצאות קשות ומרות רח"ל מעת שהתחילו במהלך הלזה אצל דייטשלאנד וכדומה אז דער אכזריות'דיגער גאנג האט שוין אפגעקאסט שווערע מיליאנען קרבנות פארן כלל ישראל רח"ל, אבער אלעס אויף דער וועלט איז כדאי צו ליידן און אפי' הונדערט מאל נאך האלאקאוסט ומלחמות עד שלא ישאר וכו' ביי גאנץ כלל ישראל ה"י אבי צו ווייזן אז מיר בייגן זיך נישט צום גלות).

על כן יעצט ווען יעקב אבינו האט געדארפט מקבל זיין דעם עול הגלות באהבה גרמה לו זכותו הגדול אז ס'זאל שוין זיין מיט השראת השכינה ווי רש"י זאגט אויף ותחי רוח יעקב אביהם שרתה עליו שכינה שפירשה ממנו‏, ווי די גמ' זאגט אין מס' שבת א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן ראוי היה יעקב אבינו לירד למצרים בשלשלאות של ברזל (ופירש"י כדרך כל הגולים שערי עפ"י גזירת גלות ירד לשם) אלא שזכותו גרמה לו. יעזור השי"ת שזכותו יגן עלינו, ובמהרה נגאל מגלותינו, בקרוב בימינו.

ידוע פון צדיקים זי"ע אז ביי א יארצייט איז די ירידת השפע אלע דריי טעג דהיינו אפי' נאר א טאג פריער און שוין א טאג שפעטער (ויש אומרים גם דריי טאג פריער און דריי טאג שפעטער. נעכטן איז דאך געווען די יארצייט פון אשר בן יעקב כמבואר בהצעטל שהבאתי כאן, ונזכה לכל השפעות הנכללים בבני חיי ומזוני. בני אלס ברוך מבנים אשר, און חיי אלס זיין טאכטער וואס לעבט נאך היינט און מזוני אלס מאשר שמנה לחמו.

***

‏ולסיום התגובה שנתארכה קצת, לייג איך אי"ה אהער דעם התנצלות שכתבתי קודם התחלת כתיבתה בשנירל מילתא דבדיחותא, ווי געשריבן אין אנפאנג אז כ'האב עס ארגינעל דארט געשריבן נאר בהיות ס'האט זיך אביסל פארצויגן האב איך עס אהערגעלייגט דא אין שנירל, וזהו:

דיסקלעימער: ‏איך ווייס נישט אין וועלכן שנירל דאס צו לייגן (דהיינו די פאלגענדע תגובה וועלכעס באשטייט בלויז פון א קורץ ווארט אויף די מגילה - שוין בתוך שלושים יום קודם החג הגדול והנורא שיום הכיפורים נדמה לה בכף הדמיון), ועל כן לייג איך עס דאהי אין בדיחותא טראצדעם וואס ס'איז גאר ערנסט גערעדט. און העכסטנס זאל דאס אליין זיין דער גרעסטער וויץ אז אזא ערנסט ווארט ווערט דא געשריבן, שזהו כדאי לעצמו.

ואם לא זכיתי, רק שגיתי, או טעיתי, או לא ראיתי, יבואו המנהלים החשובים שיחיו שם בני בריתי, וכטוב בעיניהם יעשו ואז כולכם שמחו ושישו, וייש"כ למפרע.‏ אדרבה ואדרבה, איך בעט ביי די חשובע מנהלים ואחראים שיחיו אז ביים ערשטן באריכט וואס זיי וועלן באקומען דערקעגן זאלן זיי עס ביטע אוועקפירן ערגעצוואו (אדער מעקן?).

אויך בעט איך זיך הארציג צו מיינע טייערע חברים שיחיו די חשובע ליינער און שרייבער, שפירט אייך ביטע פריי צו באריכטן. ס'איז אייער וועלטל להנאת כולכם און איך וויל עס חלילה פון אייך נישט אוועקנעמען, וכמ"ש המסילת ישרים בפרק א' בחובת האדם בעולמו, שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' וכו' אך הדרך כדי להגיע אל מחוז חפצינו זה, הוא זה העולם. וממילא ווען איר קומט אהער אין וועלטל אין שפאצירט אריין אין דעם שנירל צו טרעפן א וויץ נאך א טאג ארבעט, זענט איר נישט מחויב זיך צו באגעגענען מיט ערנסטע פשעטלעך.

איך אנטשולדיג זיך באמת פארן אומבאקוועמליכקייט אויב ס'קומט נישט דא אריין,‏ כי בעוה"ר כבר שכחתי את תקנות המקום מעת שנרשמתי לאתרא קדישא הדין. וכמדומה שכבר עבר זמן שהוא די וגם מספיק לשכחם, כי לפי זכרוני הדל האב איך זיך איינגעשריבן אהער אין וועלטל אין א גאר שפעטע נאכמיטאג שעה (אפשר קען מען עס שוין אנרופן פארנאכטס) טרם הילוכי להתפלל תפלת מנחה בערב יומא דהילולא של הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק באדר הראשון דאשתקד (דהיינו כ' אדר א' תשע"ו לפ"ק), וממילא עכשיו ביום כ"א שבט כבר עברו י"ב חדשים שלמים זמן שכחה (כדנאמר כלפי נפטר וכלפי אבידה).

כן איז דאס כמדומה מיין תגובה ה'שס"ה כמנין ימות החמה וכמנין מצוות לא תעשה של איסור ה'אינטערנעט, ובאמת נאכן זיין א גאנץ יאר אויפן וועלט דארף מען דאך אפגעבן דין וחשבון אויף אלע מעשים ווי ביי מראש השנה עד ראש השנה. וזאת נחמתי אז הלא להלכה ‏ולמעשה הרי לא נהוג אצלינו כפסק המהר"ם שיק זי"ע ודעימי' אז איידער א שנת העיבור דארף מען אינזינען האבן יוצא צו זיין מחיית עמלק אלס זמן שכחת י"ב חודש און ס'איז דרייצן חדשים, נאר גענוג ווי יעדעס יאר און מ'מאכט נישט קיין חילוק. ולפי"ז האב איך נאך כמעט א חודש ביז כ' אדר, עכ"פ יעצט איז א בחינה פון חודש התשובה ע"י שמחה.‏ (חוץ אויב מ'וועט צורעכענען די געמעקטע תגובות האלט איך שוין אביסל ווייטער. ואומר כך ימחו עוונות עמך בית ישראל).

(אגב, דו"ק ותשכח אז פ' זכור ליינט מען יערליך בפ' כי תצא שב"ק פאר י"ד אלול אדער - ווי ס'איז דאכצעך דאס לעצטע יאר אויסגעפאלן - י"ד אלול גופא, אבער שפעטער מיין איך קומט עס קיינמאל נישט אויס. האט אוודאי‏ שייכות מיט דברי המקובלים זי"ע לגבי חודשי הקיץ והחורף דוגמת דוכרא ונוקבא, און י"ד אדר איז דאך דער הייליגער פורים ומחיית עמלק).

דער מדרש איז דאך מקשר זכירת יום שבת לזכירת מחיית עמלק כידוע כתוב אחד אומר זכור את אשר עשה לך עמלק וכתוב אחד אומר זכור את יום השבת לקדשו וכו', וועליך מסיים זיין מיט דעם. שמעתי פעם פארוואס ביי די לוחות ראשונות שטייט זכור און ביי די לוחות שניות שמור, ווייל די ערשטע ליינט מען אי"ה מארגן בשב"ק קבלת התורה און היינט איז א קורצער פרייטאג און מ'דארף געדענקען אז ס'קומט שבת, און די צווייטע ליינט מען אין די זומער בפ' נחמו און דעמאלטס דארף מען ווארטן אויפן שבת‏, שמור איז דאך מלשון ואביו שמר את הדבר.

אגב, ידוע וואס הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געזאגט אויפן גרויסן שווער הרה"ק ר' איציקל זי"ע אז ווינטער איז דער‏ שווער א רחמנות, זומער האט ער א לאנגן פרייטאג אסאך צייט זיך צו יאגן לכבוד שב"ק, משא"כ ווינטער קוים מ'יאגט זיך אביסל און ס'ווערט שוין באלד דער זמן. כן הלא מספרים על הרה"ק ר' איציקל שאפי' בר"ה אם חל בעש"ק אזי בחצות היום כבר הי' לאחר תפלת מוסף כידוע, והיינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, שוין עש"ק נאך חצות און כ'וועל אי"ה פרובירן לקצר בכל האפשרות והרבה יותר מכפי יכולתי, ואם לא יעלה בידי אזי אתכם הסליחה בס"ד.

(ביז אהער איז דער דיסקלעימער וואס איז געשריבן געווארן טרם התגובה. יעצט ווייסעך נישט צו כ'דארף זיך אזוי שטארק פארענטפערן ווייל כ'האב דאך למעשה עס צום אריינגעלייגט אינעם אייגענעם שנירל דא, אבער עכ"פ לתקן פגם המחשבה שברצון הגם שלא נצרפה למעשה ב"ה צירפתי' כאן בסוף דברי).

וויאזוי ענדיגט מען נאר גוט? אין נעשכיז האט געוואוינט א גוטער איד (היינט איז דאכצעך די יארצייט פון בנו הרה"ק ר' איציקל נעשכיזער זי"ע). א גוט שבת מיינע טייערע ליינער און מגיבים, האטס מיר אלע א לעכטיגן גוט שבת! א פרייליכן פורים און א כשר'ן פסח און א מילכיגן שבועות און א פליישיגן תשעה באב.

א גוט שבת!


גענומען פון דא
viewtopic.php?p=1397672#p1397672
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 21, 2017 2:38 pm

כ'זעה אז אייער חשובע רב ווייסט צו טרעפן די ריכטיגע סחורה ! עי' כאן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מצה בעקערי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » זונטאג מארטש 26, 2017 4:32 pm

:lol:


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט