אייוועלט פורים רב תשע''ז

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

איך האב מורא אז די ווארט מיט שפאנונג אשכול האט עפעס מיט דעים....

#קאנפיראציע
איזי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דער רב רופט זיך אינגאנצן נישט אן, איך האב געמיינט אז ער וועט אונז געבן אביסל סחורה, אוי וויי, אן אנטוישונג!!!!!!!!!!! :-( :-( :-(
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך האלט אויך ער איז זייער א גיטע קאנדידאט

אבער איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל ארויפשטעלן מער ווי איין קאנדידאט,

וואס זאגט עטץ צוצילייגען צום ליסט

שמעלקא זאפטיגער
און
טשאלענט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

דאס איז נארמאל (אויך מיר נארמאל) היינט, ירימודו האט די פרעסע אויך געוויסט צו זאגן אז ער וויל עכט נישט זיין, זעט אויס די עלטערן האבן אים געצווינגען.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

געשמאקער האט געשריבן:איך האלט אויך ער איז זייער א גיטע קאנדידאט

אבער איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל ארויפשטעלן מער ווי איין קאנדידאט,

וואס זאגט עטץ צוצילייגען צום ליסט

שמעלקא זאפטיגער
און
טשאלענט


זאג נאר, האלטסט טאקע אז דו ביסט געשמאק דו?

#הנה באלאכאלוימעס בא.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
פורים רב
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 9:46 pm

פלניא גזלנא הוא!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים רב »

איך זיץ שוין אויפן כסא הרבנות זייט פאראיאר, און דא גארנישט!? אזא פראסק און פנים.
וואס טוט זיך מיט עני חשוב כמת,..... סארי איך מיין עני המהפך בחררה???
איך מיין נישט אזוי מיין כבוד ווי דעם זיידענ׳ס זצוקל״ל.
ווער עס וועט זיך אן נעמען פארן זיידעס כבוד וועל איך אים אי״ה נישט שולדיג בלייבן בבא,
און ווערט עס וועט זיך נישט אונעמען פאר מיין כבוד. ...איך מיין דעם זיידענס כבוד...... וועל איך אים אוואדא נישט שולדיג בלייבן בזה,
וד״ל, ודו״ק. והמיבן יכין, וגו. וכו, וק״ל.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פורים רב האט געשריבן:איך זיץ שוין אויפן כסא הרבנות זייט פאראיאר, און דא גארנישט!? אזא פראסק און פנים.
וואס טוט זיך מיט עני חשוב כמת,..... סארי איך מיין עני המהפך בחררה???
איך מיין נישט אזוי מיין כבוד ווי דעם זיידענ׳ס זצוקל״ל.
ווער עס וועט זיך אן נעמען פארן זיידעס כבוד וועל איך אים אי״ה נישט שולדיג בלייבן בבא,
און ווערט עס וועט זיך נישט אונעמען פאר מיין כבוד. ...איך מיין דעם זיידענס כבוד...... וועל איך אים אוואדא נישט שולדיג בלייבן בזה,
וד״ל, ודו״ק. והמיבן יכין, וגו. וכו, וק״ל.

WOW ער האט ארויסגענומען זיין פארשטויבטע ניק
וואס ער ניצט נאר איינמאל א יאר -d;r ...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

האלאו, דו טראגסט אפ פון דאנעט אין דעי רגע?!

געדער אבאכט דיינע ביינער, שוין ארויס פון דא!!!

אויכמיר א פורים רב, פני הבור כפני הכלב...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שמעלקא קאלם דאון.

דא טוט מעניש וואמעוויל דא בין איך באלעבאס
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שמעלקא קאלם דאון.

דא טוט מעניש וואמעוויל דא בין איך באלעבאס


שעפעלע זיסער, די טיר ארויס איז דארט :arrow: :arrow: :arrow: :arrow:

אדער גייסטו מיט שיינעם, אז נישט וועסטו פשוט פליען!!!

פארשטאנטא?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דער מעלקע איז זיךנגעקומען א גאסט פונערעץ ישראל מיטן גאנצן פרישקייט און מיינט ער עט אונז אלע האלטן האסטעדזש

קענסט צוריק גיין זיך שלאגן אויף ככר השבת מיט די משטרה


(אויב דו ווילסט נישט איך זאל ארויסליגן די בילדער פון דיר מיט א צובלוטיגטע נאז)
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

ה
לעצט פארראכטן דורך קאזאבלאנקא אום מיטוואך פעברואר 22, 2017 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פורים רב
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים רב »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:האלאו, דו טראגסט אפ פון דאנעט אין דעי רגע?!

געדער אבאכט דיינע ביינער, שוין ארויס פון דא!!!

אויכמיר א פורים רב, פני הבור כפני הכלב...


דו חצוף איינער. ווער זענט איר אפילו אריין צו רעדן?,,
ווען דו האסט נאך געציינדעלט און וויגעלע. האבן מיר שוין געהאט שונאים,

סאיז א שפיל מיט פייער !!!!
נישט פאר מיין כבוד,,אלעס נאר פאר כבוד בית אבא,
מיין זיידעס זיידע (דער מיטעלער רב׳ס פאטער)
האט שוין געהאט מחרחרי ריב פאר צוויי הונדרעט יאר צוריק.
קיינער פון זיי לעבן שוין נישט היינט. אלץ נאר פון דעם עלטער זיידענ׳ס ז״ל׳כס הקפדה.
הה״ד והוי זהיר בגחלתן ,,.

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שמעלקא קאלם דאון.

דא טוט מעניש וואמעוויל דא בין איך באלעבאס


@ וואוילע דו ביסט א געהאלפענער,,
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

וואדא גייט פאר איך רוף באלד מיין סטאטוע קריסטי פון דשערסי אפצושפארן די בריק! סארא חוצפה קומט אריין איינער דא א המולך! שמלך מעצמו און אופס! מאכטס פלאץ דער זעלבסט געקרוינטער פ"ר רוקט שוין בענק און טישן! העי ווי זאגט שמעלקא קאלם דאון! דא איז דא וואלן ס'גייט נישט פשוט דא! עס גייט זיין א יודדדדש קאמפיין מיט דיבעיט'ס און ביז אלע לייטוועיטס וועלן אַרויספליען און דאן וועט זיין א יודדדדש אינאוגערעישן מיט די גרעסטע ציבור אין היסטאריע, פיריעד
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

טראבל מעיקער האט געשריבן:איך האב מורא אז די ווארט מיט שפאנונג אשכול האט עפעס מיט דעים....

#קאנפיראציע

שוין אנגעהויבן מיט די שטיק, קאנספיראציעס, פעיק ניוז און אלעס ארום אבער ווארט נאר ווי אלעס וועט אזוי שיין ליעקן טריפ טראפ און טשולי וועט רעזיגנירן פון ראשעקאלשאפט אין שאנדע
#ביגער דען וואטערגעיט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שמעלקא דאוט קאלם איז געבלאקט ביי מיר
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

נא? פאר ר״ח?
אלעס איז בטול ומבוטל!
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

קליינקעפיק האט געשריבן:נא? פאר ר״ח?
אלעס איז בטול ומבוטל!

האהאה ביסט שוין שטרענגער ווי מיין מנהל
איזי
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

רבונא דעלמא כולא!‏ טאטע אין הימל! הייליגער באשעפער!

WOW!!!‎‏

געוואלד(יג)!

כמעט נישט קיין צייט יעצט, אבער בעז"ה אענה חלקי בקיצור הנמרץ עד תכליתה, מיט א הייסע תפלה שלא אכשל בלשוני כנגד רצוני.

קודם כל, א ריזן ייש"כ כבוד הרב ר' משה פארן גוטן געפיל וואס איר האט מיר געגעבן. ווי האט הרה"ק ר' יאנקעלע זי"ע געזאגט אמאל צום בדחן נאכן אים אויפרופן צום געהויבענעם מצוה טענצל? כ'ווייס האסט עס נישט ערנסט געמיינט אבער ס'האט מיר דאך געשמעקט. (כן ידוע מה שמספרים על הג"ר חיים שמואלעוויטש ז"ל אז אין א פארטאגס האט ער געהערט צוויי בחורים זיך ארומ'טענה'ן וואס (הגה"ק) ר' חיים (מבריסק זצוק"ל)‏ זאגט. ניין, ניט דאס זאגט ר' חיים, ער זאגט יא דאס! ניין, כ'זאג דיר דאך, ר' חיים מיינט עפעס אנדערש, וכו' ואמר כ'האב געוואוסט אז מ'רעדט נישט פון מיר, אבער ס'האט מיר געשמעקט אז מ'טענה'ט זיך איבער א ר' חיים).

טוט זיך אויף טישן און בענקעלעך און הייטשערס דא, און הערשט יעצט דאס באמערקט נאך העכער זעקס און אהאלב שעה. באמת א שאד אז כ'האב דעמאלטס נישט געהאלטן אינמיטן דעם פליישיגן טשאלענט, ווייל אז יא וואלט איך שוין יעצט געקענט האלטן ביים צווייטן טשולענט שוין נאכן מילכיגן קאווע. שוין ס'איז שוין סייווי דערנאך, וויסן אויף קומענדיגס מאל אי"ה און לאמיר האפן אז ס'וועט מער נישט אויספעלן חלילה.

אריבער א שטיקל אנטוישונג ביים ליינען דעם אנפאנג שנירל, זייענדיג בטוח אז איינער (וואס איינער? לכה"פ צען צוואנציג דרייסיג פערציג) וועט זיכער זיך אנרופן, חאצקל אלס פ"ר? ער איז דאך גאר ערנסט! געווענליך נעמט מען‏ פאר דעם פאזיציע א וויצלער וכדומה וכהנה. ואיננו! זעהט אויס דער עולם גלייבט דיר אויפן ווארט און גייט נישט ארום זוכן פאר מיינע תגובות בבחינת חאצקל זוך מיר. שוין, בוודאי תהי לכפרת עוונותי המרובים ביותר.

בכל אופן, לאמיר רעדן אביסל ערנסט. וויאזוי מיינט-עטס בינעך געוואויר געווארן פונעם גאנצן מאכערייקע דא? איינס פון מיינע דריי פרנסות איז א פלאמבער. געווען היבש פארנומען ב"ה היינט נאכמיטאג, און יעצט פונקט אינמיטן וואשן דעם רצפת הביהמ"ד הקטן וואו איך בין משמש בשמשות בס"ד ווען דער טיר ווערט פלוצלונג אטאקירט פון א גרויס פראל-אויף און א גאנצע באנדע פון בויערס און קאנטראקטערס און עלעקטארישאנס און ארכיטעקטארס וכו' מארשירן אריין און דער הולך לפניהם כאפט ארויס דעם מאפ פון מיין האנט אונטער אן אויגנבליק און פאכעט דערמיט העכער מיין קוטשמע לעיני כולם באזהרה חמורה אז איך זאל זיך נישט וואגן אפי' זיי איבערצולאזן און גיין קיין אייוועלט, און אויב יא וכו'. לגודל פליאתי מה היום מיומים, פארוואס עפעס זאגן זיי אז מ'האט מיר דארט אויפגענומען אלס פ"ר. נישט געגלייבט וואס איך הער.

(אגב להשלמת הענין, ביים זיי פרעגן וואס עס זוכן דא די עטליכע חשובע אינגעלייט ומה טיבם ביניהם, האבן זיי געזאגט אז דאס זענען די ריכטיגע חברה וואס ווען נישט זיי קענען מיר בויען ביז אייערנעכטן אבער קיינער האלט נישט ביים אריינציען זיך, זיי זענען די ויהי נועם זאגער'ס).

בעוה"ר אין לי פנאי להאריך כלל, אבער ידוע די מעשה מיט מיין פארגייער דער פריערדיגער שמש בביהמ"ד הזה אז ויהי היום און דער פרעזידענט אוו די קאנגאראציע גיבט אים א צעטעלע אונטערצושרייבן זיין נאמען אלס אונטער-שמש און ער זאגט כ'קען נישט קיין ענגליש‏, זאגט אים דער ראש הקהל אזא איינער זאל זיין שמש ביי אונז? ארויס פון דאנעט, אבער באלד!

ס'האט אים נישט געהאלפן קיין טענות ומענות און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן יארכע זוכן פאר א פרנסה כבידה ונקי', געעפנט א קליין גראסערי אין א גוטן געגענט און ס'איז געוואקסן בלעה"ר מער און גרעסער ביז ער האט געדינגען ארבעטערס וכו' און געווארן א מולטי שר עשרת אלפים. א שיינעם טאג דארף ער אונטערשרייבן א קאנטראקט צו שליסן עפעס א זיבן און אהאלב טריליאן דאלער'דיגער געשעפטל, זאגט ער כ'קעניש קיין ענגליש. שרייט יענער: וואס? וויאזוי קען אזוינס געמאלט זיין? אזא ריזיגן פארמעגן אן קענען ענגליש? זאגט ער, ווען איך זאל ווען קענען ענגליש וואלט איך געווען שמש אין א קליין ביהמ"ד אין א לעכל.‏ (איך קען אויך נישט קיין ענגליש, אבער זעהט אויס דער פרעזידענט האט שוין לערן געלט אז פון א שמש בעט מען נישט קיין ענגלישע חתימה).

בקיצור המעשה, כ'בין אביסל - אדער אסאך - צומישט. קודם וואס בכלל דארף א פ"ר טוהן? וואס זענען זיינע פונקציעס און וואס פארלאנגט מען פון אים? (די ערשטע זאך נאכן זעהן דא האביך געק/פ דעם טוויט הראשון של נשיא המדינה בליל נצחונו‏ נאר ארויסגענומען די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא פרעזידענט און אריינגעלייגט במקומו די יונייטעד ניקס אוו אייוועלט פארים ראבינער, אבער ליידער נאכנישט באוויזן צו ערהאלטן א קלארן ענטפער). ‏זאל איך טאקע איבערלאזן די פורים סעודה אין ביהמ"ד כדרכי לשמוח בכל שנה ושנה און גיין קיין אייוועלט? טוב ללכת אל בית אייוועל[ט] מלכת אל בית משתה באשר הוא סוף כל האדם (אדער ווי מיט צוויי פסוקים דערויף שטייט, לב חכמים בבית אייוועלט ולב כסילים בבית שמחה - פרייליך)?‏

בקיצור, דערווייל קעניך דא נישט געהעריג ענטפערן, כ'בין צומישט אינגאנצן. וואס טוט מען דא? (גראדע עס יעצט אדורכגערעדט כמ"ש אייזל ואימליך וכו', און דער ענטפער איז געווען אז פאר געלט זאל איך עס אננעמען. זיי זאגן אז כ'זאל קודם גוט מאכן דעם אנשטעל ווי איך וויל עס נישט אננעמען ביז מ'זאגט מיר צו לכה"פ אכצן סענט).

דערמאנט פריער ר' חיים בריסקער זצוק"ל, וכיון שהזכרתיו אספר בשבחו. געהערט פון א איד ששמעו מא' ששמעו פון (כמדומה) אן איידעם פון בריסקער רב הגה"ק ר' וועלוועלע זצ"ל‏ ששמעו מחמיו הגדול ששמעו מאביו הגדול, אז אין צייטן פון זיין גרויסן טאטן ר' חיים זצ"ל האט מען אין בריסק שווער געליטן פונעם צרה צרורה ל"ע נעמען אין מיליטער (אמאל האט מען עס באטראכט ווי א צרה), נאר מ'פלעגט אונטערשמירן דעם געשטעלטן דערויף מיט געלט ולא יחרץ כלב לשונו. (כמ"ש בהגדה של פסח הבעל"ט, ואח"כ יצאו ברכוש גדול והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד וכו').‏

ויהי היום אין א שיינעם (דעפיין שיין) טאג האט די רעגירונג געשטעלט א נייעם חברה מאן א רשע עריץ וואס האט זיך ניטאמאל געלאזט משחד זיין, פארקערט גאר אז אויב האט אים איינער געוואלט אונטערקויפן מיט געלט האט ער יענעם גע'מסר'ט. מ'איז געקומען זאגן פארן בריסקער רב אז ס'איז גרויסע צרות, בחורים גייען אין מיליטער. דער רב האט געענטפערט גיבט מיר אפאר טאג און די זאך וועט בעז"ה מסודר ווערן על צד היותר טוב.‏

ס'איז געווען בתקופת תמוז, און דער בריסקער רב‏ האט געעפנט דעם ווינטער קלאזעט און זיך גוט באפעלצט מיטן מאנטל און אויבערראק, שאל און הענטשקעס און שטיוול אויערן שיצער און קוטשמע (אדער שטריימל?) און אזוי באפאנצערט פון אלע זייטן אריבערגעגאנגען נעבן דעם רשע. יענער קוקט מיט שטוינונג און דרוקט אויס זיין גרויס וואונדער: וואס גייט דא פאר מיטן ראבינער? די זון ברענט העכער די קעפ און די אלע מלבושים מאכן נאך מער הייס. דער רב וועט דאך צושמאלצן ווערן!

זאגט אים דער בריסקער רב, דו ווייסט נישט? אין ווייניגער ווי צוויי שעה ארום לאזט זיך אראפ אזא מין בליזערד פון שניי און האגל און שווערע גליטשן באגלייט מיט שטורעמישע ווינטן און פראסטיגע קעלטן, און כ'וויל נישט ליידן דערפון! אויב דו ביזט גרייט זיך אויסצוגליטשן און אריין אין שפיטאל, געזונטערהייט! אבער איך נישט. יענער עפענט אפאר אויגן און פרעגט וואס עפעס? פארוואס פאלט אייך איין אזא זאך בכלל? ס'איז אינמיטן זומער זאגט ער כ'האב אזא חלום געהאט. זאגט יענער און איך זאג אייך אז נישט! לאכט אייך אויס, ס'איז א הערליכע וועטער און ס'וועט אזוי זיין ביז ביינאכט, אבער ס'איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן.‏

זעענדיג ווי פעסט דער רב האלט זיך ביי דאס זייניגע און לאזט זיך נישט איבער רעדן דערקעגן זאגט דער קאמיסיאן, איז אפשר דער ראבינער אויך גרייט צו וועטן דערויף? אוודאי אזוי, פארוואס דען נישט? אויף וויפיל? וויפיל ווילסטו? איך בין גרייט צו געבן טו‏יזנט דאלער אויב דאס גייט געשעהן! פיין, געשעפט איז געשעפט און אויב פאסירט דאס נישט דאן באקומסטו פון מיר פונקט אזויפיל. שטייצעך אז די שניי איז ווי ערווארטעט קיינמאל אין יענעם טאג נישט אנגעקומען, אבער זינט דאן איז אלעס געגאנגען שוין גאר אנדערש און טאקע מיטן רעכטן פוס.

דער בריסקער רב האט מיט יארן דערויף אליינס איבער דערציילט די מעשה מיט איר פרייליכן ענדע, און אויסגעפירט: מיינע טויזנט דאלער זענען געבליבן ביי אים אין טאש, אבער ער אליינס איז שוין געבליבן ביי מיר אין טאש, ודפח"ח. ‏פשוט, דער בריסקער רב האט בעומק חכמת תורתו געטראפן א וועג אים אויסצושפילן אז ער זאל גרייט זיין צו נעמען געלט ביי אים, און נאכן אריינהעקן אין זיין באנק אקאונט און אינוועסטירן דארט אן אלפ'ל, איז אלעס געפארן אויף די ריכטיגע רעלסן, והכסף יענה את הכל. זכותו יגן עלינו.

נו, נאך צען מאל רעדן פארשטייט איר אויפן ווינק?‏

ביטע אנטשולדיגן ‏פאר אזא טרוקענע תגובה שנכתב במהירות קצת. ס'האט מיר גענומען איבער א חצי שעה ויותר און אפשר נענטער צו א שעה שלימה, אכט געגעבן נישט זיך צו באנוצן מיט לשונות וואס קען אפגעטייטשט ווערן אז כ'נעם עס אויף זיך, און כ'האף בכל לבב אז כ'האב זיך גענוג ארויסגעברענגט, ועוד חזון בעז"ה. דער עיקר, ביטע זוכן א פאסיגן קאנדידאט פאר אזא שיינעם רבנות שטול, ידוע מה שאמרו צדיקים וקדושים זי"ע על גודל כח הפ"ר שבעוה"ר אינני ראוי לא מיני' ולא מקצתי' ואתכם הסליחות והכפרות.

אויוויי! לעצט מינוטיגער אפדעיט: יעצט באמערקט א קורצן אימעיל פונעם הנהלת הביהמ"ד וואו איך קער און וואש דעם פלאר‏: חאצקל שמש, זאלסט וויסן אז מיר ווייסן אלעס! אויב דיין לעבן איז טייער ביי דיר, לאז אונז נישט איבער! מיר וועלן בויען א ריזן וואנט צווישן דעם ביהמ"ד און אייוועלט! ראה הזהרנוך!

דער אימעיל איז אונטערן לעטערהעד פון קהל, און איז אונטערגעשריבן דורך די גאנצע הנהלת הקהלה: מצד היכל הביהמ"ד: מאכל בן דרוסאי (הרה"ג הרב שליט"א), בר חכים (הדומ"ץ שליט"א), נ"ט בר נ"ט, בן פקועה, ירח בן יומו (שלשה רועי בקר) אין נאמען פונעם קרן הבנין פוטיג עד פאנדעישאן. מצד די עזרת נשים: קדירה בת יומו (רעביצין), בת היענה (דיינס רעביצין), גישתא בת גישתא (פרעזידענטקע) אין נאמען פון די לעידיס אקזילערי).

א פרייליכן פורים אייך אלע, און ביטע זוכט אייך א צווייטן און בעסערן קאנדידאט. ייש"כ גדול ר' משה זוך מיר און ר' וויל זיין גוט, ס'וועט אוודאי זיין גוט בעז"ה!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

WOW פאר אזא בשורה פון אזא התמנות קומט זיך א געשמאקע גלעזאלע לחיים
לחיים אידן לחיים דער רבי זאל אונז פירן אין באד אריין באנפין נהירין
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

שאאאאאאאאאאאאאאאא די רבי איז יעצט אריין געקומען דרך ארץ
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מעקאשער זיין צי דיר
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך זעה אז די רבי פרעגט וואס א פורים רב דארף טוהן זארג דיך נישט טראמפ האט אויך נישט געוויסט וואס מען דארף טוהן אלץ פרעזידענט (אין ער ווייסט נאך אלץ נישט) אין ...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קומט אריין ש'נדר'ן
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך הער אז שמאטע איז פארבעטן געווארען צו משמש זיין אלס רב פון די צד שכנגד.

כולנו למערכת כבוד שמים.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”