פרעס רעליס: 'קרעמער' אלס קאמפיין פארזיצער!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

יענטאאש08

פרעס רעליס: 'קרעמער' אלס קאמפיין פארזיצער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש08 »

דינסטאג, י' כסליו תשס"ח. און לויט זייער מספר: נארוועמער 19 2007.

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן איבער די נאמינאציע פונעם בארימטן הר"ר קאסמא קרעמער שליט"א, מייסד הקרעטשמע, אלס 'קאמפיין פארזיצער' פון יענטאאש פאר ראה"ק 2008'.

די וויליגקייט פון אט דעם בארימטן פערזענליכקייט אנצונעמען דעם פאסטן איז פאר אונז א גרויסער כבוד, און טוט אייגנטליך פעסטשעלן וואס דער 'יענטאאש קאמפיין' שטעלט מיט זיך פאר, דהיינו, 'להחזיר עטרה ליענטאאש' און דערמיט 'להחזיר עטרה לקרעטשמע', צוריקצוברענגען דעם אמאליגן גייסט פון וואס די אלטגעזעסענע בירגער רעדן מיט אזויפיל נאסטאלגיע און בענקשאפט. די אלטע גוטע צייטן! די גוד אלד דעיס! און ווער איז דען בעסער צו פארטרעטן די גוד אלד דעיס ווי 'יענטאאש' און 'קרעמער'?!

ההההוי מי יתננו ירחי קדם? ווער?! 'מי' פרעגט איר?! איר אלע! דער שליסל ליגט אין אייערע הענט! (אדער אויפן שליסל האלטער).... עס איז בידכם! שטיצט אונז און פראקט אונטער אייערע פריינד זיי זאלן אויך אונז שטיצן! געדענקט! א שטימע פאר יענטאאש איז א שטימע פאר יענטאאש!

פאלגט נאך אונזערע ווייטערדיגע מעלדונגען!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיט דעם טוה איך בעשטעטיגן דאס איך בין בעוויליגט געווארן אנצונעהמען דאס געערטע פאזיציע פון פארזיצער צו די יענטאאש נול-אכט קאמפיין, ווי געשמועסט "להחזיר כפרה ליושנה", צוריקצוברענגן די אלטע שמאטעס פון אברהמ'עלע מלמד וכיתה דיליה, עס זאל זיין יקראו ענבים ויחחחכו.

קאסמא קרעמער,
יענטאאש'ס קאמפיין הויפטקווארטיר

נ.ב. צו די וואס פארלאנגן אן אונטערשריפט פונעם קאנדידאט אז ער וועט נישט אנטרינען בעפאר זיין קאדענץ לויפט אויס: צוערשט מאכט זיכער אז איר שטומט פאר א קאנדידאט וואס קומט בכלל אריין אין קרעטשמע ווי א מענטש (לאפוקי מיט א האנט-פלאך [פאלם בלעז] וואס איז געאייגענט פאר בלויזע חחח'ס וכדומה).
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

קען איך שטימען??
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לויט די שטאטוטן דארפ מען זיין א מעמבער עטליסט דריי חדשים צי קענען שטימען
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער האט געשריבן:צוערשט מאכט זיכער אז איר שטומט פאר א קאנדידאט וואס קומט בכלל אריין אין קרעטשמע ווי א מענטש (לאפוקי מיט א האנט-פלאך [פאלם בלעז] וואס איז געאייגענט פאר בלויזע חחח'ס וכדומה).


באלד כאפסטו צוויי פעטש פון מיין האנט פלאך, אז די וואנט וועט דיר געבן די ערשטע! א מין גערעדעכטס דאס!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאשקע;

אלס קאמפיין פארזיצער פון "יענטאאש08" האב איך געוואוסט אז דער צד שכנגד וועט זיך נעמען צו ווילדע טאקטיקן, מיטן איינעם ציהל צו ווארפן מאראסט אין אונזערע הינער-אויגן. עס איז אבער שאקירענד צו זעהן ווי פריה אינעם קאמפיין איר געט אויף אויף די נאטורליכע וועג פון קאמפיינען, זייט נישט אזוי פארלוירן, אין ערגסטן פאל בלייבט איר סגן!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אונזער פאליסי איז, נישט ענטפערן אויף דירעקטע אטאקעס, בפרט אויב זיי מאכן סענס.

נעקסט פליז.
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”