לעצטע קרישקעלעך בעפאר די וואלן

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

לעצטע קרישקעלעך בעפאר די וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין א פראבע אריינצובלאזן לעבן אינעם געשטארבענעם קאמפיין און פארכאפן די מאמענטום אין די לעצטע מינוטן בעפאר די קו-קלוקס סקולען דעם בעפארשטייענדן מאנטאג האט דער פאלטי-שאן'ער פארטיי ארגאניזירט א מאסן ראלי דורכאויס דעם פארגאנגענעם שבת.

פאלטי-שאן.png

פלייערס מיט געשיכטעס איבער פריינטשאפט צווישן די פארטיי און די פארשטארבענע וויליאמסבורגע פירער זענען פארשפרייט געווארן אינערהאלב אלע רעליגיעזע אנשטאלטן לענגאויס די שטאט. צום באמערקן, אפילו איין איינציגע אינדארסירונג איז נישט געווען צום האבן. #וואלידע פונקט

אין א שאק איז געטראסקעט די נייעס אז די נומערן פון די מיטהאלטערס זענען היסטאריש אסטראנאמיש! לויט ווי די נומערן האלטן יעצט שיינט אז "98%" וויליאמסבורגע איינוואוינער האבן מיטגעהאלטן די ראליס פונדערהיים! די מומחים גיבן איבער אז אין וויליאמסבורג'ס היסטאריע געדענקט זיך נישט אזויפיל פלוצלינג'דיגע אטענטשאן פאר אן איינציגער קאנדידאט מיט אזוי ווינציג אלטע באקאנטע!
די חילונים זאגן אז דאס איז ווייל "זייער מוסד נעמט נישט געלט פון די מדינה"...

אבער אין די צייט וואס די אלגעמיינע פרעסע טוט ווי אלעמאל בכוונה פארהוילן פון אייך טייל פון די פאקטן כדי צו נייגן דער דעת הקהל טוען מיר אין די ק.נ.א. שטומע-בודקע נאכגיין אלע פאקטן אהערצושטעלן די דברים כהווייתן, און העלפן אז די רעזולטאטן רעפלעקטירן דעם אמת'ן רצון הציבור.
למשל יעצט, אין ערגעץ האט איר נישט געזעהן באריכטן אז דר. אריבער האט געפירט א שטילערע סעודה ביי זיך אינדערהיים, אבער דאס איז די פאקט!ער טוט דאס שוין זינט די אנהייב פונעם קאמפיין, יעדע וואך א באשיידענע ראלי אין פארעם פון א סעודה, און די קאמפיין שלאגט טיפע ווארצלען!
איבעראל ווי מען האט געקענט לייוו מיטהאלטן די פאלטי-שאן'ע טיש האט מען געקענט מיטהאלטן חילי'ס סעודה, און די נומערן צייגן אז אין די צייט וואס בלויז 98% האבן מיטגעהאלטן פונדערהיים פאלטי-שאן'ס ראלי האבן "99.99%!" וויליאמסבורגע איינוואוינער מיטגעהאלטן פונדערהיים חילי'ס. #ק.נ.א. עקסקלוסיווס!



אינטערוויוס זענען אפגעהאלטן געווארן מיט ביידע קאנדידאטן דורך די "ק.נ.א. פעיס די קרעיטשמע" איינהייט, און די תוצאות זענען שטוינענד! אין די צייט וואס דר. אריבער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ערנסטע קאנדידאט און געענטפערט יעדע פראגע פילאזאפיש, דוכגעטראכט און פארשטענדליך האט פלטי אפגעענטפערט יעדע פראגע קורץ (-קעפיג) און מיט ליצנות.

א אינטערעסאנטע אנקעדאט האט זיך אפגעשפילט אונטער די קוליסען, אין די צייט וואס דר. אריבער איז געווארן אינטערוויוט דורך דער "ק.נ.א. פעיס די קרעיטשמע" פארשטייער "פלטיאל", האט דער פאלטי-שאן'ער קאנדידאט געסטארשעט נישט צו ערשיינען צום אינטערוויו, חוץ אויב מען נעמט א צווייטער צום אינטערוויוער, אין דעם פאל, "איש חמודות".
פון די הויכע פענסטער האט דר. אריבער געלאזט פאלן א סטעיטמענט: "אויב ציטערט ער פון פלטיאל, וויאזוי וועט ער זיצן מיט געלעגער ביי קהל'ס א מיטינג?!"
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איבערגעבליבענע קושקעס ווייסן צו דערציילן איבער פריש אנדעקטע ווארצלען וואס דר. ריבער שלאגט..

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט איבער געהיים-קלאציפידירטע אישית וואס די קאטכילע הויפט האט געזענדעט צו זיינע געהילפן איבער מעגליכע רעזיגנאציע נאך וואס ניי-באזירטע אנקעטעס ווייזן אן אויף דראסטישע לאנגווייליג-ציענדע מאמענטום גליטש אינערהאלב די ריבער קרו...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”