וויכטיגע מעלדונג בנוגע נעקסטע דעבאטע

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

וויכטיגע מעלדונג בנוגע נעקסטע דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קשה עתיקא מחדתא.

איך בין פארנומען אין אייאווא, אבער איך מוז זיך ארויס שטעלן און קלאר מודיע זיין מיין לעצטיגע באשלוס. ס'איז נישט געווען קיין איבערגעטראכטע באשלוס, כ'האב נאר געטראכט און געטון און געטון ווי געטראכט (ק: נייטרא ישיבה קאר ראפפעל #64) וועא"מ.

אין קורצן, מיין החלטה איז חרב ולא יעבור, אז איך גיי נישט אנטייל נעמען אינעם דעבאטע וואס קומט פאר צוויי טעג פאר די קאקוסעס אין שטים בודקע. דאס איז צוליב מיין אלטן לאנג פארצויגענעם קאמף מיט מרת קרעמער פון פלאקס נייעס אגענטור, נאכדעם וואס זי האט מיר געפרעגט פאריגעס מאל אין פנים אריין צי איך בין נאך בארעכטיגט צו לויפן היות כ'האב נישט געשריבן קיין תגובות די לעצטע פיר און א האלב חדשים (ובלשונינו: כליפ כליפ). דאס איז אלעס ווייל די פארטיי וויל מיר נישט זעהן לויפן ווייל איך זאג דעם אמת אין פרצוף אריין. אנשטאט דעם וועל איך פארברענגען ביי א פאנדרעיזער צו שאפן ווי מער תגובות אנצוקומען צו א שר אלף אלפי אלפים ורובי רבבות.

איך טו דא מעלדן מיט שארפע טערמינען, איך וועל נישט אויסנוצן וויכי'ס יונגקייט און אומערפארנקייט פאר פאליטישע סיבות.

איך וויל ביי דעם געלעגנהייט באדאנקען דעם געוועזענעם מ. ראש הקהל פאר'ן מיר אינדארסירן, ס'איז מיר א כבוד צו שטיין און הערן 20 מינוט ווערטער וואס קלעבן נישט איינער צום צווייטן. אט דאס הייסט קרעטשמע (נד"נ)!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נא.... כא.. כאפטס אים... שנעל... יא יא דארט איז ער געלאפן... נאך פאר דער ווערט פארשווינדען.... וואף... פארלוירען... ממש פאר א סעקונדע האמער געהאט דא שמערי בערי... נייס פארן זיך וויסנדיג מאכן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

וווואאאאאססס???!!!

צוויי שעה וואס ער דרייציך דא און הערדט היצט באמערקט?
וואס גייט דא פאר?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קנא מעלד אויף זייער אייוועלט אקאונט אז זיי וועלען זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פונעם צאפעלדיגן פאפירענעם ראשאקול. און קרעמער וועט בלייבן מאדערעטער אזוי ווי ביז היינט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”