בלאט 1 פון 1

ווארצל מעטטער קאנדידאט קאמפיין רעדע

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 12:34 am
דורך אויסערן מיניסטער
ביטע ארויסלייגן אונטער א אנדערע ניק.

די קאנדידאט איז מיט זיין האלצערנע קאפ אויפגעקומען אויף א מוראדיגע פייבאל! אזויווי ביינאכט שלאפט דער געווענליכער בירגער, און די העצע קאמפיין כראפעצט א טיפע בערן שלאף, וועט ער אויסנוצן די שטילקייט פון די נאכט צו געבן זיין פארמעסט רעדע.
זיין הילצערנע קאפ/ווארצל האט אים נישט פארציילט אז צוליב די זעלבע סיבה וועט ער נישט האבן קיין מענטשן ביים רעדע.
באמערקונג: ביטע ארויסנעמען די לעצטע פאראגראף בעפארן גיין צודריקט.

ווי נאר דער ברייט ביינערדיגער עההם סארי, ברייט בארימטער קנאק-די-דאט איז ארויפגעקומען אויפן סטעיק איז אויפן עולם באפאלן א פרייד אזש געלעכטערס האבן זיך געריסן פון אלע עקן פון די ליידיגע זאל!
די עפל חברה וועלכע האבן אלע געהאלטן אויפגעגעסענע עפל מיט צובליטיגטע ענדרויד מענטשעלעך האבן זיך גענומען שרייען העפטיגע לאזונגען אזש די זאלץ מיט וואסער צוהערער האבן געהאט צו הערן דערפון עטליכע טעג...

דער קאנדידאט האט מיט זיין דיקע פייגעלע שטימע פרובירט אונטערצושרייען די מאסן, ווען מיט שווערע פלאג איז אים געלונגען צו איינשלעפן דעם עולם, דאן האט ער זיך גענומען רעדן וועגן פארשידענע נאציאנאלע און אלוועלטליכע אישוס.
ער האט אנגעהויבן מיטן רוסישן בער, דערציילנדיג אז היינט נאכן דאווענען האט ער געמאכט א לחיים אויף לאזאר'ס וואדקע און עס האט פיין געארבעט!
[געלעגער קום אריין מיט דעטאלן...]
ווען איינער האט אים אריינגערוישט אין אויער אז ער זאל רעדן וועגן פוטינ'ען וועלכע האט זיך געהערט אויף די מייקס, האט ער זיך גענומען לאכן אויפן נאז, עס האט אויסגעקוקט ווי ער איז נאך אונטעקן רושם פון די וואדקא.
די צווייטע טישו איז געווען וועגן די וואנט וואס איז געבויט געווארן ביי די מעקסיקא גרעניץ ביי די 2016 וואלן למספרם, דער קאנדידאט האט געסטראשעט אז אויב גייט ער ווערן אריינגעוואויט דאן גייט די ערשטע זאך זיין צו אראפברעכן די דאזיגע וואנט וואס עקזיסטירט נאכנישט!
דערמיט וועט מען שניידן ספענדינג צו א צענטל פון די פיסק-א-קליפ!
ביי די לעצטע פאר שורות האט דער עולם געוויינט פאר התרגשות.

אפדעיטינג לייוו העיר פראם ווארצל מעטטער קאמפיין.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 12:41 am
דורך אויסערן מיניסטער
אאאפס!! סדשאסט געפלויגן שיך!