פרעסע קאנפרענץ אין "מאשקע קאמפיין" הויפטקווארטיר

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע קאמפיין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2007 6:59 pm

פרעסע קאנפרענץ אין "מאשקע קאמפיין" הויפטקווארטיר

תגובהדורך מאשקע קאמפיין » דאנארשטאג מאי 10, 2007 3:36 pm

היינט דאנערשטאג פ' תענית בה"ב, איז פארגעקומען א פרעסע קאנפרענץ אינעם הויפטקווארטיר פונעם מאשקע קאמפיין, וואס איז צייטווייליג סטאנציאנירט אויף קרעטשמע עוועניו.
עס האבן זיך באטייליגט די פילע שטיצער און פארעהרער פונעם אזוי-באליבטן שר המשקים, און מ'האט געמוזט עפענען דעם זייטיגן שטובל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור.
מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו!...
עניוועי, מיר וועלן אראפברענגען א ווארט-ביי-ווארט איבערזעצונג פון די דרשה, אויף די אידישע שפראך, כדי שירוץ בהם עיני הקורא.
וזהו:

א גוטן טאג, א גוט יאר. הממ הממממ ההמממ הע הע העם העהעם העהעהעםםםם...
ס'מיר שווער צו רעדן, איך ווייס, דער עולם וויל הערן, מ'איז צעבראכן, מ'איז אנגעווייטאגט, מ'ווארט שוין קוים אויף דעם מאמענט, דער עולם דארף, מ'פאדערט, מ'וויל הערן דברי חיזוק, אביסל בענינים העומדים על הפרק.
אבער דאך, מ'זעמיר אידישע קינדער, מ'זעמיר מצווה געווארן נזהר צו זיין בכבוד אחרים, מאן אחרים ר' יגר, דערפאר טאקע וויל איך דא אויסרופן פאר יעדן איינעם:
מיר וועלן זיך נישט לאזן שאנטאזשירן און פארפירן און טעראריזירן און טאלערירן און פארשמירן און צורירן פון די אלע וואס ווילן אונז צוברעכן.
און כ'וויל דא זאגן קלאר, זאל עס יעדער דערהערן. ווער ס'וועט זאגן אן הויך ווארט קעגן מיין קעגנער, וועט באקומען זיין שטראף אויפ'ן פלאץ! אז נישט פון מיר, וועט עס זיין דורך מיין קעגנער!
איך וויל דא מסיים זיין מעין הפתיחה, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום, און טאקע ס'זאל שוין מקוים ווערן, און כ'האב טאקע געוואלט דא מעלדן ברבים, אז איך פלאן אי"ה אפצוגעבן מיין שטימע פאר ר' יגר, ווייל איך האלט אז ער איז דער בעסטער קאנדידאט פאר ראש הקהל (נאך מיר, שטייטסעך), און איך האף אז ער וועט אויך טון דאס זעלבע, מפני השלום.
איך קוק ארויס צו ארבעטן מיט'ן אנדערן לאגער נאכ'ן געווינען די וואלן אי"ה, און איך וועל אויסהערן מיין סגן מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ. נאכדעם וועל איך טון ווי איך פארשטיי.
ר' חנניא בן עקשיא וכו'. יתגדל.
*

נאכדעם וואס דער מיקראפאן איז שוין געווען פארלאשן (לכה"פ אזוי האט מאשקע געמיינט), האט זיך מאשקע אנגערופן צו זיינע ארומיגע:
נו, וויאזוי איז עס געווען? גוט, הא? זאלן זיי פלאצן! זאל יעדער זעהן וואספארא עניו איך בין, וואספארא איידעלע מדות איך האב! יאללה! LET ROLL!
מאשקע 08!!!! ;l;p-
סגעפעלטער נישט? =k?%0

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 3:46 pm

ווען איז ס'נעקסטע? וועט מען קענען מיטהאלטן?

אוועטאר
מאשקע קאמפיין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2007 6:59 pm

תגובהדורך מאשקע קאמפיין » דאנארשטאג מאי 10, 2007 3:50 pm

מ'וועט לאזן מעלדן בקארעב.
מאשקע 08!!!! ;l;p-

סגעפעלטער נישט? =k?%0

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:05 pm

טענקס א מיליאן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:06 pm

דארפסט טשעינדזש?
כ'האב נאר א הונדערטער ביי מיר.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:12 pm

הייב אן מיט דעם, דו ווייסט ווי איך גיי באלד זיין, קענסט עס מיטברענגען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:13 pm

חחחחחח
דארט באקומסטו נישט קיין פרוטה פון מיר!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:16 pm

מאך דיך כאטש ווי די ווילסט מיר געבן, נישט לייקן איין מינוט נאכן שרייבן אז דו האלסט דערביי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:17 pm

ליסען, ווילאנג מ'רעדט פון ווירטואלע געלט, קעניך דיר געבן וויפיל דו ווילסט, אבער אז ס'פאנגט זיך שוין מיט ווירקליכקייט, מעען, איי עם אוט!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג מאי 10, 2007 4:25 pm

מאשקע חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 10, 2007 5:41 pm

א שיינע דרשה, לאמיר האפן אז די שפעטערדיגע וועלן בעסער זיין.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג מאי 11, 2007 12:14 pm

סאכדעס, פארפיר נישט....

מאשקע, דו האסט א הונדערטער? כ'זעה נאר א צענער'ל...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 11, 2007 1:17 pm

אזוי גייט עס מיט די פאלעטישענס, זיי זאגן איין זאך און זיי מיינען עפעס אנדערש..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מאי 11, 2007 1:32 pm

געהערט א גוט ווארט פון הערשל פריעמאן אויף קול מבשר. ער רעדט דארט פון די קלינטאנ'ס, זאגט ער נאך בשם איינער פון די האליוואד חברה, סתם א פאליטישן איז נישט קיין ליגנער נאר ווען ער עפנט זיך אויף ס'מויל, אבער די קלינטאנס, אפילו ווען זיי רעדן נישט, זענען זיי אויך ליגנער'ס.

אוועטאר
מאשקע קאמפיין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2007 6:59 pm

תגובהדורך מאשקע קאמפיין » זונטאג מאי 13, 2007 12:46 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:סאכדעס, פארפיר נישט....

מאשקע, דו האסט א הונדערטער? כ'זעה נאר א צענער'ל...


שוין צייט צו גיין אויסטשעקן די אויגן.
מאשקע 08!!!! ;l;p-

סגעפעלטער נישט? =k?%0

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג מאי 14, 2007 11:47 am

ווען איז די נעקסטע פרעסע קאנפרענץ


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט