~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

די פאלגענדע זענען די סעקשאן'ס פון די קרעטשמע קאנסטיטאציע וועלכע באציען זיך אויף 'ראש הקהל וואלן', ביטע ליינט מיט פארזיכטיקייט.


סעקשאן זיבעצן: וואל פעריאד

אמענדמענט איינס: יעדע 6 חדשים דארף פארקומען וואלן פאר די הויכע אמט פון 'ראש הקהל'.

אמענדמענט צוויי: פיר וואכן בעפאר די וואל פעריאד געפאלט, וועט די הנהלה אפיציעל ארויסשטעלן א הודעה איבער די קומענדיגע וואלן.

אמענדמענט דריי: די הנהלה שטעלט נישט ארויס קיין קאנדידאט מצידם, כדי מ'זאל זיך נישט קומען צו קיין מריבות.

אמענדמענט פיר: די וואל פעריאד ציהט זיך 4 טאג נאכאנאנד, פון מאנטאג אינדערפרי נאך די 4 וואכן, 7:00am, עפענט מען א וואל בודקע אשכול, ביז דאנערשטיג נאכט 7:00pm, א שטימע נאכדעם וועט נישט גערעכנט ווערן.

אמענדמענט פינף: די נעקסטע דינסטאג אינדערפרי קומען ארויס די באשטעטיגטע רעזולטאטן.

אמענדמענט זעקס: אין א ראנאף פאל, פארציהט זיך די וואלן מיט איין וואך פאר קאמפיינען און א וואך די וואלן אזוי ווי אויבן אין אמענדמענט פיר.

אמענדמענט זיבן: אין פאל וואס איינע פון די קאנדידאטן פאדערן א ריקאונט אויפן באזיס פון גערעכטע טענות, זאל מען צולייגן נאך צוויי טעג צו די וואל פעריאד, און די רעזולטאטן וועלן ערשיינען הערשט מיטוואך 6:00 נאכמיטאג.

אמענדמענט אכט: א ריקאונט וועט געמאכט ווערן לפי המקום והזמן, די טענות פונעם קאנדידאט וועלן איבערגעקוקט ווערן מיט גרויס ישוב הדעת, און לויט די אומשטענדן וועט די הנהלה אויפקומען מיט א פאסיגן לעזונג.

אמענדמענט ניין: (קרעמער אמענדמענט) אין פאל וואס ביידע קאנדידאטן קומען ארויס גלייך אויף גלייך (50-50), וועט מען באשטימען דעם געווינער דורכ'ן ווארפן א מטבע, וואס ס'רופט זיך אויף ענגליש Coin Flipping, וואס דאס וועט אנטשיידן ווער איז ראה"ק און ווער איז וויצע ראה"ק.

אמענדמענט צעהן: די "קאין פליפ" קומט פאר אויף א פון-פריער-אפגעשמועסטער ארט, וואו איינע פון די מנהלים טרעפט זיך מיט ביידע קאנדידאטן. דער מנהל באשטימט וועלכער קאנדידאט איז "קאפ" און וועלכער איז "וויידל". דער מנהל ווארפט דעם קוואדער אויף א גלייכן אויבערפלאך, און וועלכער סימבאל ס'פאלט מיט'ן פנים ארויף, יענער איז דער געווינער.

אמענדמענט עלף: (מאשקע אמענדמענט) אין פאל די צוויי קאנדידאטן קענען זיך נישט - און ווילן זיך נישט באקענען - פערזענליך, קענען זיי אויסקלויבן סיי וועמען מחברי הקרעטשמע - וואס קענען זיך - אלס שליחים.


סעקשאן אכצן: קאנדידאטור רעכט

אמענדמענט איינס: א קאנדידאט קען נאר לויפן אויב איז ער א מעמבער פאר כאטש פינף חדשים.

אמענדמענט צוויי: דארף שרייבן לכה"פ 80 תגובות אין די לעצטע 6 חדשים.

אמענדמענט דריי: דארף באשטעטיגט ווערן דורך די מנהלים.

אמענדמענט פיר: עס איז נישט דא קיין טוירם לימיטס.


סעקשאן ניינצן: שטים בארעכטיגטע

אמענדמענט איינס: מוז זיין רעגיסטרירט לכה"פ 12 וואכן פאר די וואל פעריאד.

אמענדמענט צוויי: מוז שרייבן לכה"פ 12 תגובות אין די לעצטע 3 חדשים אפשניט.

אמענדמענט דריי: מעג נאר וואוטען מיט איין ניק, א דאפעלטע ניק וועט נישט גערעכנט ווערן.

אמענדמענט פיר: צוליב די פרייהייט פון די קרעטשמע מיטגלידער טוהן מיר נישט נאכגיין קיין דאפעלטע ניקס, אבער אויב באיזה אופן שיהיה וועט מען געוואר ווערן פון א דאפעלטע ניק, וועט סיי דער דאפעלטער ניק און סיי די ערשטע ניק ווערן אפגעהאלטן פון שטימען אין די קומענדיגע דריי וואלן.

אמענדמענט פינף: קאנדידאטן זענען שטים בארעכטיגט.


סעקשאן צוואנציג: די וואלן

אמענדמענט איינס: אין די וואל פעריאד קען יעדער שטים בארעכטיגטער אפגעבן זיין שטימע.

אמענדמענט צוויי: (זארעכפעפער אמענדמענט) נאר די וואס זענען אין די קבוצה שטים בארעכטיגטע, קענען שטימען, (שרייבן קען יעדער) דער קרעטשמע סעקרעטאר וועט צוזאם שטעלן די ענדגילטיגע קבוצה.

אמענדמענט דריי: יעדער האט רעכט צי פלליען די פיפט אמענדמענט פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטאציע, מען מוז נישט שטימען.

אמענדמענט פיר: א שטים בארעכטיגטער וואס וועט צוליב א סיבה נישט קענען פערזענליך ערשיינען אין די וואל פעריאד, קען אפגעבן אן עבסענטי שטימע דורך שיקן א אישית צום קרעטשמע סעקרעטאר פון א וואך פריער.


סעקשאן איין און צוואנציג: געווינער

אמענדמענט איינס: דער געווינער איז ווער איז ציהט אן מיט 50% מערהייט.

אמענדמענט צוויי: אויב איז דא מער ווי 2 און קיינער ציהט נישט אן די נויטיגע שטימען, דארפן די צוויי העכסטע איבערלויפן, אכט געבן מ'זאל נישט פאלן...

אמענדמענט דריי: די ניק וואס קומט אריין צווייט, ווערט אויפגענומען אלץ א סגן ראש הקהל, וואס אין פאל דער ראש הקהל ווערט אפוועזענט פון קרעטשמע אויף א חודש צייט ווערט דער סגן 'ראש הקהל'.

אמענדמענט פיר: דער געווינער קען זיך נישט אנטזאגן פון זיין פאסטן.

אמענדמענט פינף: דער געווינער מוז זיך באלד אנטוהן דעם צילינדער הוט.

אמענדמענט זעקס: דער געווינער מוז זאגן א איינצוגס דרשה מינימום 200 קערעקטערס.





זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סיר קרעמער די קרעטשמער:
איבערלויפנדיג די פריש אויסגעארבעטע געזעצן איבער די בעפארשטייענדע וואלן, האב איך זיך באגעגנט מעגליך מיט א טעות הזעצער.
ביטע נעמט דאס אין באטראכט און צייגט אן דאס ריכטיגע...


אמענדמענט צוויי: (זארעכפעפער אמענדמענט) נאר די וואס זענען אין די קבוצה שטים בארעכטיגטע, קענען שטימען, (שרייבן קען יעדער) דער קרעטשמע סעקרעטאר וועט צוזאם שטעלן די ענדגילטיגע קבוצה.

אמענדמענט דריי: יעדער האט רעכט צי פלליען די פיפט אמענדמענט פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטאציע, מען מוז נישט שטימען.


מעגליך איר האט געמאכט א טעות, פארטוישט די פערעגראפן, און עס דארף זיך ליינען ווי פאלגענד:
אמענדמענט צוויי: נאר די וואס זענען אין די קבוצה שטים בארעכטיגטע, קענען שטימען, (שרייבן קען יעדער) דער קרעטשמע סעקרעטאר וועט צוזאם שטעלן די ענדגילטיגע קבוצה.

אמענדמענט דריי: (זארעכפעפער אמענדמענט) יעדער האט רעכט צי פלליען די פיפט אמענדמענט פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטאציע, מען מוז נישט שטימען.

מעגליך אז איר האט פארטוישט דעם זארעכפעפער אמענדמענט?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמענדמענט צוויי פון סעקשאן צוואנציג ווערט אנגערופן 'זארעכפעפער אמענדמענט' צוליב וואס זארעך איז געווען דער וואס האט אויפגעברענגט די איידיע פון א קבוצה.

טענקיו זארעך.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

"דאס" הייסט א זארעך
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מנהלים: ווי שפעט אינעם קאמפיין מעג א קאנדידאט זיך מעלדן?

איז יענטאאש בארעכטיגט צו לויפן, טראצדעם וואס ער טרעט אריין קוים 5 טעג בעפאר די וואלן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פארוואס דען נישט.
אבער די אנדערע פראבלעם איז יא קאי וקים, ער האט נישט געשריבן 80 תגובות איבער די לעצטע זעקס חדשים, אבער ווי טריאו האט פריערט ארויסגעברענגט, פאר א יענטאאש דארף דאס קיין פראבלעם נישט זיין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס טייטש "פאר א יענטאאש דארף דאס קיין פראבלעם נישט זיין"?

דאס מיינט אז אויב נעמט ער זיך שמייסן תגובות איז ער בארעכטיגט צו לויפן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פארוואס דען נישט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאו ס'מיינט אז כ'דארף מיר אנטון בלעכענע הויזן? (אויב ס'בכלל דא אזא זאך...)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סי דא דא נאך א פראבלעם, ווייל ווי אזוי איך האב אפגעלערנט די שטאטוטן, פון בארעכטיגטע מעמבערס צו שטימען, דארף אלעס זיין פארן וואל סעזאן, דאס מיינט, פאר א חודש פאר די וואלן, ס'מיינט צו זאגן, אז צוועלעף תגובות אין דריי חדשים, מיינט פיר חדשים פאר די וואלן, סאו אפשר מיינט דאס אזוי אויך אויף די אכציג תגובות, אז דאס דארף זיין ביזן אנפאנג פונעם וואל פעריאד, ווייל נאכדעם קען מען שוין נישט רעכענען.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גראדע קוקט מיר אויס אז די לשון איז אנדערש ביי סעקשאן אכצן: קאנדידאטור רעכט ווי ביי סעקשאן ניינצן: שטים בארעכטיגטע טאקע פאר די סיבה, דהיינו: די סיבה פארוואס מען מוז האבן געשריבן א געוויסע סכום תגובות צו קענען 'וועלן' איז געמאכט אז עס זאל נישט ווערן א פלייץ פון דאפעלטע ניקים ביי די וואלן, און כדי דאס צו פריווענטן מוז מען טאקע נאכקומען דעם סכום 'פאר' די וואל סעזאן, משא"כ צו קענען לויפן איז באמת פיל גרינגער די תקנות פשוט ווייל קיינער וועט במילא נישט וואוטן פאר א נייעם אומבאטאמטען ניק.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אמענדמענט צוויי: דארף שרייבן לכה"פ 80 תגובות איןדי לעצטע 6 חדשים.


אמענדמענט צוויי: מוז שרייבן לכה"פ 12 תגובות אין די לעצטע 3 חדשים אפשניט.


כ'זעה דערין נישט קיין חילוק, קען זיין דו רעדסט פון זיין רעגיסטרירט, אבער איך רעד פונעם חלק פון שרייבן, מ'קען נישט צו לאזן אפילו איינער וואס איז שוין לאנג רעגיסטרירט, און גארנישט געשריבן ביזן וואל פעריאד, וואס דאן מאכט מען די וואוטער ליסט, און ער וועט זיך פונקט נעמען שרייבן א וואך צוויי פאר די וואלן, אז יענער זאל ארויף קומען אויפן ליסט, ממילא האלט איך אז דאס זעלבע איז מיטן קאנדידאט זעלבסט, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, לאמיר הערן וואס דער עולם און די מנהלים זאגן דערצו, איך פון מיין זייט וועל איך מיך בלי נדר צושטעלן.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

איך זע עפעס א מיליאן אין איין "אמענדמענטס", אבער כ'זע נישט די אריגינעלע שטאטוטן איידער זיי זענען אמענדירט געווארן.

וואס גייט דא פאר?

אדער אפשר ווייסט איר נישט אז "אמענדמענט" מיינט "קארעקשאן" אין גרינג-ענגליש?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אדער אפשר ווייסט איר נישט אז "אמענדמענט" מיינט "קארעקשאן" אין גרינג-ענגליש?


זייער מעגליך.
אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל »

אמענדמענט מיינט עטוואס קארעקשאן.
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

און ליכט פונעם קריזיס וואס האט זיך געשאפן ביי די פארגאנגענע וואלן, האט מען אראפגערופן קאנסטיטוציע מומחים וואס זענען אויפגעקומען מיט די פאלגענדע אמענדמענטס אין סעקשאן זיבעצן: וואל פעריאד

אמענדמענט ניין: (קרעמער אמענדמענט) אין פאל וואס ביידע קאנדידאטן קומען ארויס גלייך אויף גלייך (50-50), וועט מען באשטימען דעם געווינער דורכ'ן ווארפן א מטבע, וואס ס'רופט זיך אויף ענגליש Coin Flipping, וואס דאס וועט אנטשיידן ווער איז ראה"ק און ווער איז וויצע ראה"ק.

אמענדמענט צעהן: די "קאין פליפ" קומט פאר אויף א פון-פריער-אפגעשמועסטער ארט, וואו איינע פון די מנהלים טרעפט זיך מיט ביידע קאנדידאטן. דער מנהל באשטימט וועלכער קאנדידאט איז "קאפ" און וועלכער איז "וויידל". דער מנהל ווארפט דעם קוואדער אויף א גלייכן אויבערפלאך, און וועלכער סימבאל ס'פאלט מיט'ן פנים ארויף, יענער איז דער געווינער.

אמענדמענט עלף: (מאשקע אמענדמענט) אין פאל די צוויי קאנדידאטן קענען זיך נישט - און ווילן זיך נישט באקענען - פערזענליך, קענען זיי אויסקלויבן סיי וועמען מחברי הקרעטשמע - וואס קענען זיך - אלס שליחים.
אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעק »

אמענדמענט פינף: דער געווינער מוז זיך באלד אנטוהן דעם צילינדער הוט.

קען מיר איינער ערקלערן וואס א צילינדער הוט מיינט?
אין יעקישע שול
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

געב א קוק אויף מאשקעס קוטשמע, דאס איז א ריכטיגע צילענדער....
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

גייט ער דאס אוועקגעבן? :?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

Forget about it! Look at my head and decide for yourself.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

קרעטשמער האט געשריבן:אמענדמענט זעקס: דער געווינער מוז זאגן א איינצוגס דרשה מינימום 200 קערעקטערס.

וויאזוי קען דער קאנדידאט וויסן אויב ס'איז דא אין די איינצוגס דרשה די פארלאנגטע 200 קעראקטערס? לכאורה לפענ"ד קען מען נישט זעהן דא אין קרעטשמע די צאל פון די קעראקטערס, מוז ער עס דען שרייבן אין א ווארד פייל און דארט טשעקן די קעראקטערס?
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

נישט געזארגט היינטיגע שרייבערס/ראשעקאהעלים שרייבן א זאנע זאפטיגע ארטיקלען,
אז מען דארף שוין נישט ציילן די קערעקטערס.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

אלחנן האט געשריבן:נישט געזארגט היינטיגע שרייבערס/ראשעקאהעלים שרייבן א זאנע זאפטיגע ארטיקלען,
אז מען דארף שוין נישט ציילן די קערעקטערס.

דאס גייט שוין אריין אין די פלוגתא צי איך גיי בתר כמות צי בתר איכות.
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

דהיינו?
תרנגולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגולת »

נארישער האט געשריבן:דהיינו?

וואס פארשטייסטו נישט?
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”