בלאט 9 פון 10

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2011 10:08 pm
דורך געלעגער
היינט פרעגן וויכי? סימידיר??? אזא תגובה דארף פארמעקט ווערן! אדער פארשקיט ווערן צו פעילדמיינשיך.קאם
ווייסטו נישט אז וויכי זונגט היינט די נאציאנאלע ענטאם ביי די הצלה דינער? האסט נישט געזען זיין עד?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2011 10:28 pm
דורך פארדינט
קעי, גענוג געצעגערט, איך מאך אויף א 'דרעפט...' קאמפיין, ווער וויל מיר העלפן? איך ווייס נאך נישט וועם צי דרעפטן אבער די קאמפיין הייבצעך אן. מאשקע, געלעגער, יגר, ווער נאך זאל זיך קאלט אנרופן, סעט זיין א טישל.

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2011 9:08 pm
דורך געלעגער
מאשקע, איז וואר די קלאנגן וואס קורסירן אז דו פלאנטס צו לויפן אלס ראש הקהל אין 'אידן לאנד'? טוויטער איז פול מיט וויצן וועגן דיין חבד שטיבל וואס דו פלאנסט צו בויען נאכן געווינס. גיב אונז ביטע מער אינפארמאציע..

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2011 11:58 pm
דורך מאשקע
וואס???

(נכתב להגדיל תורא ולה'דירה...)

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 9:03 am
דורך געלעגער
דאס איז וויאזוי גוגל האט דאס טרענסלעט:

Is true the sounds that courses that you plan to run as prime audience in Jew - land

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 10:13 am
דורך מאשקע
גוגעל איז אונטערגעקויפט דורכ'ן צד שכ'לעגער.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 12:44 pm
דורך שמערי בערי
נא נא נא נא נא נא נא נא נא, עס גייט נישט אזוי שנעל, דער אינקאמבענט לאזט מען אינגאנצן ארויס פונעם קינדער-שפיל? איך געב ארויס אן עקל-זעקל-טיף ארדער (ס'ליגט נעבן די גראסערי ארדער) שוין צו פארמאכן גואנטא... כ'מיין דעם אשכול, און יעדעם פארטרייבן פון דא!

באדינער: צום באפעל.

פורהאנג איז אראפ געפאלן, איינער ווערט געבעטן עס אויפצוהייבן, כ'האב פשוט נישט קיין כח מיך צו בייגן.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 1:05 pm
דורך ווינקל
ברעקינג!

קראנטע קוועלער וואסער גיבן ארויס מיליאנען גאלנען יעדע שעה, עמממ וואס? יא, ניין, כמיין צוזאגן, וואס א חילוק וואס דו מיינט? אקעי, איז נישט קיין חלוק, אבער וואס יא? קראנטע קוועלער געבן איבער אז שמערי האט געשיקט א אישית פאר ארענדער אז ווי לאנג ער איז ראשאקאאל איז נישטא קיין וואלן!

איז ביי אן אסיפה געשלאסן געווארן די טיר, אז שמערי איז/וועט/געווען/זיין (וויטשעווער קאמס פירסט...), מהיום והאלוועי מ. ראש הקהל!!!!

מזל טוב שמערי לאור התמנותו לכהן פאר תחת אפר הפרה והניח מחוץ למחנה במקום טארא בארא בערג!

נ.ב. די אפיצעלע וואל פאמעסט וועט אריינגיין אין קראפט תיכף ומיד ווי שוין געמאלדן אין די לוח החיבור.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 3:31 pm
דורך געלעגער
געלעגער האט א צד? קיינמאל! אונזער דרך איז אייביג געווען דרכי' דרכי נועם.
מיר האבן פשוט געוואלט וויסן צו די קלאנגן זענען וואר.

מז"ט שמערי צום נייעם טיטל 'מ ראש הקהל' וואלט געפאסט אז דו זאלסט מאכן אן ארטיקל פאר אזא געהויבענע טאג. לאמיר רופן דעם טאג 'קאנסטעפאציע טאג...' אפפ... איך מיין צוזאגן 'קאנסעסיע טאג'!

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 3:52 pm
דורך שמערי בערי
שטייסטעמעך א מעשה? הערסט א חופה? צוויי רעבעלן ניקס האבן אפגעמאכט אז איך דארף ארויסקומען פון מיין מיליאן דאלארדיגע פאלאץ וואו ס'ניטעמאל דא קיין אינטערנעט און איך מוז נאך שרייבן א ארטיקל לכבודם, הא? ס'ארא פעילין... כ'מיין ס'ארא חוצפה, איך האב נאך אפילו נישט געמאלדן אז איך לויף פאר ם. ראה"ק און ער לייגט שוין אריין מיין נאז אינעם אנקעטע, אזאנס? לא ישמע ולא יזכר ולא י-בָּחור! לאמיר אלע אויסשרייען: מורישקעס זענען נישט פאר סעיל! מיר וועלן זיך נישט לאזן אונטערדרוקן פון די טשונגאמ'ס וואס זיי ווארפן!

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 5:10 pm
דורך געלעגער
שמערי, נאך א ווארט און איך קום דיך באזוכן מיט מיין 'מאטאר סייקל'!
זעה איין ס'איז צייט צו נעמען דיין פוילישע גארטל און גיין. פארגעס נישט מיטצונעמען דיין טאשטיכל וואס ליגט אויפן טיש, די קאליר ברענגט מיר אריין אין די זומער אטמאספערע...
היידא... גיי וויג אויף א ביר דעקל און שרייב אפ דיין אינטערוויו מיט שמואל'ן.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 5:39 pm
דורך שמערי בערי
געלעגער, גיס נישט אויס קיין שמוץ קאסטן דא, המן'ס טאכטער האט כאטש געטראפן וואו אנצושמירן אירע סחורה, זי האט עס נישט אריינגעווארפן אין קרעטשמע. אז דו האסט נישט וואס צו טון טו עס נישט דא (קרעדיט?), קענסט גיין ווערן ראש הקהל אין הייד פארק.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 5:45 pm
דורך ווינקל
לעצטע ווארענונג!

שמערי אויב דו וועסט נישט לויפן פאר ראש הקהל וועט קיינער נישט שטימען פאר דיר!

ראה הזהרנוך!

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 5:48 pm
דורך ארט און מוזיק
חוץ אויב די וועסט נוצען דיין אנדערע איי פי אדרעס , יא יא דעי פון גולגל שלישי.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 6:05 pm
דורך שמערי בערי
זינט מ'האט חוסם געווען מיין נתן דוב ניק האב איך אויפגעגעבן פלענער צו לויפן מיט מיין דריטע וועלט ניק. דעריבער בלייב איך ביי(די)מאכט.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 7:20 pm
דורך מוישע_יאכעס
ביי א פרעסער קאנפרענץ פונם קאמפיין פון געלעגער, איז געמאלדען געווארען אז ער וועט לויפן אויף די קאנטרעווערסיאלע פלאטפארמע פון "פרידען אויף די וועלט", וואו די פאולס געבן איבער האט ער גאר הייסע שטיצער וואס זענען גרייט צו גיין פאר אים און פייער, ממילא איז צו ערווארטען א מעכטיגע פי אר פון זיין זייט,

פון די צד פונעם ראשעקאל אינאכניש דא קיין שום געהעריגען סטעיטמענט, וואו ס'זעהט אויס קענער זיך נישט פארמעסטן מיט דעם מעכטיגען פי אר מאשין, אויסער אפאר נארישע וויצלעך אויף זיין חשבון הערט מען גארניש זאכלעך,

ונזכה ונחי' ונראה מה יהי' חלומות שוא ידברו עינים להם ולא יראו עיננו וישמח צדיק בשם אלוקיכם אמת

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 7:25 pm
דורך שמערי בערי
ש'יחוס איז אבסעסד מיט'ן געדאנק אז ער גייט נאך אמאל ווערן ראץ הקהל, ממיילע האט ער איבער געקוצקעט זיין גאנצן קאמפיין מאשין געווער.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 7:45 pm
דורך געלעגער
פון די אלע גערעדעכטסער ווערט נישט גארנישט. יעדע פאר וואכן שרייבט מען אפאר תגובות, די באזאטעלטע ראש הקהל קומט צו קריכן און רייסט זיך אויף ווי אן אויפגעשאקעלטע סעלצער באטל און ביי דעם בלייבט עס. דאס איז קיין דרך!

איז דא עפעס ערענסטע קאנדידאטן וואס זענען גרייט ארויף צו שפרינגן אויפן טרעד-מיל? יעס אר יעס? אין די גאנצע וועלט איז מען יעצט פארנימען אומצוווארפן די שמאטע-קעפ. אויב אזוי פרעגט זיך די קושיא, אלו הצאן מה חטאו? פארוואס מוזן מיר טרינקן פראאן- דזשוס ווען די גאנצע וועלט טרינקט עפל סדר?

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 7:51 pm
דורך ביקסאד
ווער טרינקט עפל ביי דעם סדר ?

עפל קאן מען בכלל טרינקען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 10:22 pm
דורך ים רויבער
שמערי איז טו דעם בערי!!!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 3:19 pm
דורך שנאפס
רבותי, דאס יאר איז טאקע נישט געלונגען, לאמיר זיך פארנעמען אז דאס קומענדיגע יאר וועט מען זיכער מאכן עס קומט פאר יושרדיגע וואלן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 3:20 pm
דורך שמערי בערי
איך בין אין. איר וועט בלייבן אנע מילצן...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 3:28 pm
דורך שנאפס
דו קענסט בלייבן ראשעקאל פאר די פיר ווענט, מיר מופן צום נייעם סייט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2011 2:04 pm
דורך שמערי בערי
חא חא, קודם מוף נאכהער עמער רעדן...

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2011 2:36 pm
דורך אויפריכטיג
שמערי איז שוין לאנג איינגעזאטעלט אינעם נייעם סייט. (פון וואו ווייסעך? ווייל דא איז ער נישט, טא מסתמא איז ער דארט....)