וואל קאמפיין תשע"א

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

וואל קאמפיין תשע"א

תגובהדורך מוישע_יאכעס » זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:20 pm

רבותי מיט דעם וויל איך עפענען א פרישען "וואל" קאמפיין און בעטן דעם עולם זאל זיך צושטעלן צו מיר, איך וויל דא אנהייבען א קאמפיין אז ס'זאל פארקומען דא און קרעטשמע פרישע וואלן, און מ'זאל אויפנעמען פרישע וואל בארעכטיגטע וכו',
לאמער זיך נישט לאזען פון דעם יחיד המשתלט על הציבור!! לאמער האבן יושר'דיגע וואלן, און וועלן א ראש הקהל וואו עס פאסט און אזא דעמאקראטישע וועלט וואו איי וועלט, בכלל איז די חוצפה גרויס ווען נאכען אריבער מופן צום נייעם לאקאל מיט א נייעם נאמען וואלט ווען באמת תיכף ומיד געדארפט פארקומען וואלן, אבער אזוי ווי דער עולם האט ערשט יעצט זיך אנגעהויבען זיך צוריק אויפוועקן פונם קראך און היינט אליין זענען צורוקגעקומען אסאך אלטע ניקים איז יעצט טאקע די צייט רייף אדורך צופירן פרישע וואלן דא ביי אונז און קרעטשמע,

נו האלטסטו מיט מיר?? דאן שטים ביטע!!
לעצט פאראכטן דורך מוישע_יאכעס אום זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:29 pm

אויסדריקליך!!! זעהענדיג אז די "אישית" קאמפיין האט נאר אויפגעלעבט קרעטשמע פאר 15 מינוט, האבעך געקתערט אז נאר וואלן וועט אויפלעבן קרעטשמע פאר אפאר וואכן.

מי ל'וואלן אלי!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:38 pm

מאסיווע רעגיסטראציע קאמפיין גייט אהן און די טעג, עסקנים גיעען ארום און די טעג קלאפן אדער כלשון קרעמער באמבעדירען און אישית, מ'בעט דעם עולם זיי ווארעם אויפצונעמען, און זיך אנרופן צום קאמפיין

סעעט זיין א גאנצע וואך א טישל דער עולם וועהרט געבעטן זיך צו רעגיסטרירען, געדענקט נאר מיט וואוטס וועלן אונזערע פאלעטישענס קוקען אויף אונז!! וגו'
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:50 pm

אלו הצאן מה חטאו...

פארוואס דאף מען אזויפיהל מאל איבער זאגן א זאך???
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:44 am

וואו איז שמעלקע?.....

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 9:10 am

איך בין דא...

+++

מיין ערשטע רעספאנדאציע: "די לעצטע קאמפיין האט אונז אויסגעטרונקן, מיר דארפן זעהן צו מ'קען קריגן נאך מאשקע, דערווייל איז עס אויף האלד-אפ".
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 10:04 am

אקעי יואל ווייס האט באקומען א גרינע ליכט צו שפאנען פאראויס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 10:16 am

נאו וועי! אונז העמער גיין מיטן אחדות קאנדידאט! די קאנדידאט וואס שטוצט נישט קיין חוקי תועיבה ווי למשל "דזשורנאל" וכד', דעם ציבור'ס קאנדידאט, די קאנדידאט וואס האט די אינדארסירונג פון אלע היימישע ארגענעזאציעס, למשל "קרעטשמע כשרות ארגענעזאציע", און נאך. וד"ל, ודו"ק, וגו' וכו'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 10:36 am

טויטער.שמעלקאטויב2011.אפדעיט: איצטערט אריינגערינען אין אונזער הויזן קווארטיר אז אונזער אלעמען באקראצטער פרישטיג מאכער גיבט נישט זיין אפיציעלע אינדורסירונג פאר קיין שום קענדי-דאט אנע דאס וואס ער זאל בעטן אן אפוינטמענט ביים מענעדזשער.

דער שמעלקא-דעלקא קאמפיין וואס שלאפט דערווייל האט פון חלום ארויסגעמורמעלט "מיר ברויכן נישט זיין אינדורסירונג. בערי קליין האט נאך עניטיים אזאליכע גוטע פעלאפאל באל'ס ווי אים, און ער האט א שינעס רעקארד פון געבן זיין מאסטערט פאר לוזער'ס"

געוויסע געבן אן אז וויכי'ס היצטיגע רעספאנדאזשע איז א דירעקטא רעזולט פון אן אטאקע אויף זיין קיבאורד, גרויזי און צו זאחחחחח האבן נאכנישט געלערנט אין טורא בארא סקול ווי מ'גיבט זיך אן עייצע מיט'ן "קלאפ אויפ'ן קיבאורד דיסארדער" דערווייל ווערט דער עולם געבעטן ווייטער צו קאטשקען, כ'מיין צו זיין שטיל און שטימן פאר די קאנדידאט וואס שטיצט יא די פארקלענערטע דאונאט לעכל לכ' חנוכה ודו"ק וד"ל והבן וזבין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 11:54 am

פלאטשקיי מים ירדו עיני על חלה-ליי בייס האמי.

וואו איז דאס געהערט געווארן אז דער יאכעס המשתלט זאל קענען איינפירן נייע רעגולאציעס?

פליקטס מיר אין די נאז און האטס מיר אין בוידעם. א גוטן פורים.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 11:58 am

אהה שמערי אויף דעם האמער געווארט!! זאלסטעך נאר אנרופן, איך וויל נישט זאלסט חלילה מיינען אז איך בין דא קעגן דיר, קען גאר זיין אז איך וועל שטימען פאר דיר אויב די וועסט נאך האבן כח צו לויפן, העכסטענס וועט דיין קאמפיין מענעדשזער דיך שטיפן און א ווילטשעיר סיגארנישט מ'האט שוין געהערט אזאנס....
די עיקר איז אז דא איז א דעמאקראטיע און ס'ברויך זיין וואלען, און יעדער קען זיין א קאנדידאט אפילו אזא קוריאזער וואו רענט טו דעם היי אדער גאר שמעלקא טויב, יעדער איז בארעכטיגט, שטייצעך מיר האפן אז ס'וועלן אויך זיין ערענסטע קאנדידאטן וואס וועלן לויפן, אבער דעמאקראטיע מוז זיין!!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:02 pm

איפה דעמאקראטיע?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:03 pm

שעם-ער-זיך האט מיר שוין געקאסט צופיל גלות ליידן. מיט אים גייעך נישט צום פיש!

-

ווייסט ווי שעמערי? דארט ווי די ביזט נישט יוראנער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:06 pm

איפה שמערי? באזאטעלט און ראשעקאלישען אפיס!!
רבותי לאמיר אים ארויס זאטלען פון דארט!! ער טוטעך גארנישט!!
כאטש שיק אישית, טו עפעס! אויסער בלאזען די נאז און קראצען די פיס, וואס נאך קענסטו? הא? איך הער נישט?
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:08 pm

מוישע יאכעס, לא זו הדרך. מאך נישט אוועק זיינע קוואלעפיקראציעס!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:19 pm

חא חא חא האבן זיך די רויבער צופלאצט אין א הילכיגע באמבע. ווער האצעך אריינגעכאפט שיקן די אלע איש-שיסער מיינסטע אויב נישט שמערי וואס איז א זאטל אויפן פריפיטשיק.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 24, 2010 5:21 pm

תגובהדורך ברענעריי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:44 pm

שוין. זאכן ווערן ווידער היציג.
שמערי די ש'קאאל האט שוין ווידער נישט וואס אונז צו פארקויפן. ער איז ווידער דא צוריק מיט זיין אלטן אויסגעדראשענעם אנטווארט: א גוטן פורים.

יא יא. דאס הערן מיר שוין פיר יאר. ס'איז צייט פאר טשענדזש אבער שוין!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:13 pm

אז דער עולם פארלאנגט וואלן, וועט זיך די הנהלה צושטעלן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:32 pm

כא כא כא, אוי! נישט דעיס האבעך געוואלט זאגן... סא'חילעק, הערסטע? די כעוורע זאגן אז ס'גוט אזוי... שוין, עניוועי, וויזויהייסטעסנאר? אה דער שמערי, מ'דאפעם איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין אז מ'קעניש אזוי אנגיין, מ'קעניש סטאמאזוי זיצן אין ראשעקאאל אפיס, און גאניש טוהן... וואו זענען די סערווערס ווען מ'דארף זיי?!!! מ'קעניש אזוי ווייטער אנגיין, אונז דאפער געהעריגע סערווערס, אונז דאפמער געהעריגע וויזויהייסטעס!!! ווי וואנט שמע... ניין! אקעי, לאזעס אזוי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:39 pm

קרעמער, קרעטשמע איז טו דעעם לאו, און דארפמער וואלן! קאוד וואן!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:43 pm

וויכילאכעס: אויב ס'פארלאנגט זיך וועל איך מאכן עושה שלום און גיין זוכן א צווייטע פאזיציע, אבער דערווייל נעם איך ארויס א מארגעדזש אויף מיין אלטע טלית בייטל און כ'וועל אליין פינאנצירן מיין קאמפיין, אויב ס'פעלט אויס, לאזמעך וויסן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:48 pm

ווער געדענקט נאך דעם 'וזקנתי' וואל קאמפיין...
לחיים ולברכה!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 2:13 pm

אוי נחמן נתן, לאמער רעדן פון סימכעס...

שמעלקא, טאמער גייסטו אליין פינאנצירן דיין קאמפיין, גיי איך אליין פאלאפירן מיט קעטשאפירן מיין יוקאן, שטייסט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 2:17 pm

דיין יוקאן האט שוין אונזער גלות רעגירונג לאנג סקאנגעפירט, פארשטייסט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 2:19 pm

א שמערי אינסיידער טרעקינג אנקעטע ווייזט אן א פולשטענדיגע שמערי שטיצע סאו ס'נישטא פארוואס צו וואלעווען
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט