ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 5:17 pm

ברעכיגע נייעס!
ס'איז נארוואס גענדיגט געווארן אן אסיפה אקרו"ט, ווי ס'איז באשלאסן געווארן אז נאך יארן וואס ס'איז שוין נישט פארגעקומען קיין וויילן אין די קהילה דא
אין ס'זעט זיך אן א שטארקע פארלאנג איבערצוארבייטן די קהילה מיט אינגע/פרישע כוחות
גרייט מען זעך אויף פרישע וואלן!!! יא איר הערט גוט וואלן

ס'ווערן יעצט געגרייט אלע פרטים וואס ס'פעלטצעך אויס דערצו

פרטים באים!
סטעי טאונד
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3847
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 8:14 pm

ווען עפנט זיך די שטום בודקעס? ווער לויפט?
...

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:50 pm

איך שטום נישט בל"נ אין די קומענדיגע וואלן.

ווילט איר אוודאי וויסן פארוואס, ע'לעך אייך פארציילן.
וואס, איר ווילט נישט וויסן? גייט מיר נישט אן, כ'האב אנגעהויבן, יעצט הער מיר אויס ביזן סוף.

איך קען א איד - לאמיר אים רופן ראובן - א גרויסער עושר, און א גוט הארץ דערצו אויך. ווען איינער רופט אים פאר א קורץ טערמיניגע הלואה, נישט קיין חילוק ווער, בעט ער צוויי ערבים און ער בארגט אן קיין שאלות (פארשטייט זיך ער האט א לימיט ביז וויפיל געלט).

ויהי היום, שמעון איז געדריקט אין געלט, ער קען יעצט נוצן אפאר אלפים פאר א חודש צוויי. ער טראכט נישט קיין אכט, רופט אן ראובן צו ער קען אים פארלייען, ראובן קווענקלט נישט און זאגט אים ער זאל מוחל זיין אריבערקומען איבערמארגן דריי אזייגער צו אים אין אפיס און ער בארגט אים גערן ס'געלט.

למעשה, איז שמעון געווען זייער געדריקט און ער האט נישט געוואלט ווארטן צוויי טעג, האט ער געזוכט - און געטראפן - א הלואה פון א צווייטן, און ווען עס איז דורך די צוויי טאג האט ער שוין נישט געדארפט די הלואה.

גייט דורך א האלבע יאר און עודך, ער איז געדריקט אין אפאר אלפים. ער רופט אן ראובן, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', ער האט אים געהייסן קומען אין צוויי טעג, למעשה האט ער זיך א עצה געגעבן בעפאר און איז נישט געגאנגען אפנעמען די הלואה.

ויהי ערב ויהי בוקר יום שלישי, א האלבע יאר שפעטער, ער דארף נויטיג טויזנט דאלער פאר צוויי וואכן, ער רופט אן ראובן פרעגן צו ער קען אים עס בארגן, זייענדיג זיכער אז ראובן וועט אים גערן בארגן, און די איינציגסטע אורזאך פון די פאון קאול איז צו הערן ווען ער קען עס קומען אפנעמען. צו זיין אנטוישונג, זאגט אים ראובן, אנטשולדיגט מר. שמעון, איך קען דיר נישט בארגן קיין געלט!

ער ווערט פארלוירן, וואס הייסט, ער בארגט געלט פאר די גאנצע שטאט, מיר קען ער נישט בארגן? נאכדערצו ווען ער האט מיר שוין צוויי מאל געטרויט און געוואלט פארבארגן? זאגט אים ראובן, לאמיר דיר מסביר זיין, ביי מיר האט יעדער א חזקת כשרות און איך בארג פאר יעדעם, אבער נאר ביז מ'שפילט מיר אויס. איינמאל האסט מיר אויסגעשפילט, האסט עס פארברענט, איך קען דיר מער נישט בארגן קיין געלט.

געוואלד און געשריגן - שרייט ער - איך בין דיר שולדיג א רויטן סענט? ווען האב איך דיר אויסגעשפילט?

שולדיג? דאס נישט - ענטפערט אים ראובן - אבער אויסגעשפילט האסטו מיר יא. די לעצטע צוויי מאל ביזטו נישט אנגעקומען ביים נעמען די געלט, איך האב מורא אז יעצט וועסטו נישט אנקומען ביים באצאלן דאס געלט!

----

וואו קומט עס אריין דא? אךךך, אייביג שרייב איך שטותים, פארוואס טוה איך עס?

אה, איך דערמאן מיר, אויב ביים לויפן פאר ראש הקהל - וואס כידוע ביים לויפן איז מען גרייט אלעס צוצושטעלן - הערט מען נישט פון די קאנדידאטן, פארוואס מיינסטו אז איך מיין אז ווען איינער וועט זיין ראש הקהל וועט ער א פינגער אין קאלט וואסער אריינלייגן פאר אונז?

און דאס - מיינע טייערע - איז פארוואס איך נעם נישט אנטייל אין די שטימען.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:53 pm

א פענע א פיינע מיט דמיונות ריינע - מיר האבען נישט קיין וואלען און ביטע זייט נישט געפאלען.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:51 pm

איך מאך א ויצעקו, פארוואס נישט טאקע.
זאל מען נישט שטימען, אלע וועלן קומען.
עס איז שוין צייט, צו מאכן א בייט..
参考专家


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט