טעגליכע אייוועלט הלכה שיעור

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:00 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:בנוגע הטוב והמטיב אויף וויין ווייס איך נישט פון וואנט די נעמסט צו זאגן אז "למעשה" מאכט מען נישט דעם ברכה. יאך האב געהערט פון עדים נאמנים אויף גדולים וואס האבן יא געמאכט דעם ברכה, נאר וואס דען, מען דארף פארשטייט זיך וויסן וואס ווי ווען, ויש אצלי בכתבים אריכות בדין זה, ופעם אחת עשיתי הלכה למעשה [ע"פ הסכמת הדומ"ץ שלי] לברך ברכה זו בשמחה רבה ועצומה.

גם אני הקטן, כשהיה לי איזה יין יקר ומשובח מארץ ישראל, והיה לי שמחה בזה, ושערתי שגם בני ביתי יהנו ממנו עי"ז... ברכתי ברכת הטוב והמטיב בשמחה רבה!

וגם בשעת לידת בני הזכרים שיחיו ברכתי הטוב והמטיב כדין. ובלידת נקבות ברכתי שהחיינו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:06 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:בנוגע הטוב והמטיב אויף וויין ווייס איך נישט פון וואנט די נעמסט צו זאגן אז "למעשה" מאכט מען נישט דעם ברכה. יאך האב געהערט פון עדים נאמנים אויף גדולים וואס האבן יא געמאכט דעם ברכה, נאר וואס דען, מען דארף פארשטייט זיך וויסן וואס ווי ווען, ויש אצלי בכתבים אריכות בדין זה, ופעם אחת עשיתי הלכה למעשה [ע"פ הסכמת הדומ"ץ שלי] לברך ברכה זו בשמחה רבה ועצומה.

שוין אויך געמאכט. ס'איז דא מיינעך זעקס תנאים אויף צו קענען מאכן הטוב והמטיב וויין ברענגט אריין פרישע גוטע וויין.
לאמיר זעהן צו כ'געדענק עפעס פון גירסא דינקותא.
1. די נייע וויין דארף זיין א המשך צו די ערשטע וויין, דהיינו די זעלבע סעודה.
2. די נייע וויין דארף זיין בעסער פון די וויינען וואס ליגן שוין אויפן טיש.
3. ס'דארף זיין א אנדערע מין, ווייסע-רויטע, קאבערנע-מערלא, אדער אפילו די זעלבע סארט נאר אנדערע פעסער און מען ווייסט אז די נייע וויין איז א בעסערע.
4. ס'דארף זיין כאטשיג צוויי מענטשן וואס האבן געטרינקען פונעם ערשטע און גייען טרינקען פון די צווייטע וויין.

געדענק איך שוין נישט מער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

מקורת להמנהג

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:25 am

סיי ביי וויין און סיי ביי א זכר איז דער מנהג הכלל נישט צו בענטשען:

וויין:
כף החיים (סימן קעה סקי"א) שרייבט: "וויבאלט ס'זייער קאפליצירטע פרטי דינים זאלן מען אריינברענגען אלע וויינען צוזאמען", און אזוי נעמט אן דער מנחת יצחק הנ"ל.

זכר:
ערוך השלחן (סימן רכג ס"ב): "ונראה טעם נכון מה שמקילים"; און אזוי ווייטער: אשל אברהם תליתאי מבושאטש שם; שו"ת דברי יציב הנ"ל; שו"ת אגרות משה או"ח (ח"ה סימן מג אות ה)
;
לעצט פאראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אוקטובער 23, 2017 1:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:37 am

דאס וואס הרב למעלה משבעים האט געשריבן:
יאך האב געהערט פון עדים נאמנים אויף גדולים

שטימט מיט וואס אונז האבן פריער געשריבן:
ס'שטארק יתכן אז ביי "וויין" און "אלע אנדערע הנאות", איז די פרטי דינים נישט פשוט, איז וויבאלט סא'רשות איז בעסער בכלל נישט צו בענטשען.

און אויך ווי אונז האבן געשריבן שפעטער:
כף החיים (סימן קעה סקי"א) שרייבט: "וויבאלט ס'זייער קאפליצירטע פרטי דינים זאלן מען אריינברענגען אלע וויינען צוזאמען", און אזוי נעמט אן דער מנחת יצחק הנ"ל.

וויל דאס איז טאקע געזאגט געווארן פאר כלל העם, אבער תלמידי חכמים זענען ניעשט בכלל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:40 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איינער האט אמאל געפרעגט ר' אברהם לייטנער ז"ל פארוואס זעהט מען נישט דעם עולם מאכן הטוב והמיטב ווען מ'האט א בן זכר?
האט ער געענטפערט אז מן הסתם איז מען נאכנישט אנגעקומען צום סימן וואו דער שולחן ערוך רעדט פון ברכת הטוב והמיטב...

הייסט אז אבער עכ"פ רבי אברהם לייטנער האט יא געבענשט הטו"ה, דעי מעשה האט א מקור?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:08 am

אוהב שלום האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איינער האט אמאל געפרעגט ר' אברהם לייטנער ז"ל פארוואס זעהט מען נישט דעם עולם מאכן הטוב והמיטב ווען מ'האט א בן זכר?
האט ער געענטפערט אז מן הסתם איז מען נאכנישט אנגעקומען צום סימן וואו דער שולחן ערוך רעדט פון ברכת הטוב והמיטב...

הייסט אז אבער עכ"פ רבי אברהם לייטנער האט יא געבענשט הטו"ה, דעי מעשה האט א מקור?

שמעתי בשם ר' פנחס כץ שליט"א דומץ טרופ שהיה מקורב לר' אברהם ז"ל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:31 am

אוהב שלום האט געשריבן:
הערשל שטיין האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן:ברכות הטוב והמיטב איז ביי 3 זאכן:
ווען ס'קומט א רעגן;
ווען מ'ברענגט אריין א בעסערע וויין;
ווען מען האט זכר.
און אזוי אויך ביי אלע אנדערע הנאות.
למעשה בענטשט מען קיינמאל נישט קיין "הטוב-והמיטב".
ביי רעגן איז פשוט ווי עס שרייבט שוין דער כל בו (סימן פז) אז ווייל דוקא נאך אן עצירת גשמים און אויב אזוי און אונזערע מדינות וואס עס נישט דא בענטשט מען נישט.
אבער ביי אלע א אנדערע זאגן איז לכאורה שווער.

למעשה: בענטשט מען נישט.
ביי א זכר איז יא די מנהג אז מען מאכט א ברכה הטוב והמיטב

קום אריין קלארער,

קוקט אריין און ש״ע ביי די הלכות וואס די מחבר זאגט אין וואס די משנה ברורה לייגט צי (איך מיין עס איז און סימן רכג ביי הלכות ברכות) וועט איר זעהן אביסל קלארער
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:15 am

הערשל שטיין האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן:
הערשל שטיין האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן:ברכות הטוב והמיטב איז ביי 3 זאכן:
ווען ס'קומט א רעגן;
ווען מ'ברענגט אריין א בעסערע וויין;
ווען מען האט זכר.
און אזוי אויך ביי אלע אנדערע הנאות.
למעשה בענטשט מען קיינמאל נישט קיין "הטוב-והמיטב".
ביי רעגן איז פשוט ווי עס שרייבט שוין דער כל בו (סימן פז) אז ווייל דוקא נאך אן עצירת גשמים און אויב אזוי און אונזערע מדינות וואס עס נישט דא בענטשט מען נישט.
אבער ביי אלע א אנדערע זאגן איז לכאורה שווער.

למעשה: בענטשט מען נישט.
ביי א זכר איז יא די מנהג אז מען מאכט א ברכה הטוב והמיטב

קום אריין קלארער,

קוקט אריין און ש״ע ביי די הלכות וואס די מחבר זאגט אין וואס די משנה ברורה לייגט צי (איך מיין עס איז און סימן רכג ביי הלכות ברכות) וועט איר זעהן אביסל קלארער...
אויב האט איר נישט קיין כח קענט איר פרעגן אידען און שול וואס די מנהג איז

ריכטיג, אז אין שלחן ערוך שטטיט אז, מען דארף מאכן א ברכה, אבער למעשה מאכט רוב וועלט נישט קיין ברכה ווי ערווענט פון מקורות.
און אזוי שרייבט אויך בפרי מגדים (סימן רכב אשל אברהם סק"א) בדרך כלל: "כמדומה שכהיום ממעטין בברכות אלו", און דער משנה ברורה אליינס ברענגט עס דארט (סק"א).
אבער אז ס'איז דא נוהגים אזוי וועל איך עס צוצייכענען.
לעצט פאראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אוקטובער 23, 2017 2:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:28 am

רבותי וויזוי מאכט מען אן אנקעטע?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 2:24 pm

אוהב שלום האט געשריבן:
אבער שרייבט דער ראשון "מהר"ם מינץ" אין זיין "שאלות-ותשובות" (סימן יד):

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן. דאכציך אז דער מהר"ם מינץ איז שוין געווען אין די תקופה פון די פוסקים. נישט ראשונים.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 2:44 pm

איך פיר מיך יא צו מאכן א הטוב ומטיב ביי הולדת בן זכר, און אזוי האט זיך אויך געפירט מיין טאטע זז"ג

ביי מיין עלטסטע טאכטער האב איך געמאכט א שהחיינו און ביי די קומענדיגע נישט.
זוכט איר דוי?

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 5:22 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן:
אבער שרייבט דער ראשון "מהר"ם מינץ" אין זיין "שאלות-ותשובות" (סימן יד):

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן. דאכציך אז דער מהר"ם מינץ איז שוין געווען אין די תקופה פון די פוסקים. נישט ראשונים.

ס'נישטא קיין פונקטליכע זמן ווען ס'ענדיגט זיך די תקופת הראשונים.
אנגענומען ביי אונז איז אז אלע ביז דעם שלחן ערוך; ביי די חוקרי התולדות איז אנגענומען אז ביז: שנת ה'רנ"ב 1492. און רבי משה מינץ איז נפטר געווארן ה'ר"מ 1480.
דעמאלטס איז ער "Either way" פון די ראשונים.
[נ.ב. ס'נישטא קיין תקופה פון "פוסקים"].
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 5:50 pm

רנ"ב האט זיך געענדיגט די תקופת הראשונים אין ספרד. אין אשכנז רעכנט מען פיל פריער.

איך שיהי', א תלמיד פון תרומת הדשן קען נישט זיין א ראשון. די תקופת הפוסקים איז א קורצע תקופה צווישן די ראשונים און אחרונים. אנגעהויבן פון ר' יעקב פאלאק אין קראקא.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

שהחיינו ביי א טאכטער

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 6:28 pm

אזויווי אסאך זענען מציין דא זייער מנהג צו מאכן א שהחיינו ווען מען האט א טאכטער וועל איך אריינהאקן מיט דעם.
מעיקר הדין איז נישט פארהאן קיין ברכה ווען מען האט א טאכטער; נאכמער שרייבט איינע פון די ראשונים רבינו יהודה ב"ר יקר אין זיין פירוש התפלות: "מען זאל נישט מאכן קיין "ברוך דיין האמת" ווען מען האט א טאכטער"...
נאר דער שלחן ערוך הרב (סדר ברכת הנהנין סימן יב סי"ב) איז מחדש אז ווען מ'זעהט די ערשטע מאל דאס קינד דארף מען מאכן א שהחיינו אזויווי מען מאכט ווען מען זעהט נישט קיין חבר 30 טעג.
און אזוי שרייבן אויך: מרומי שדה ברכות (נד.); משנה ברורה (סימן רכה סק"ה); שו"ת אגרות משה או"ח (ח"ה סימן מג אות ה);

ווידעראום איז דא אסאך פוסקים וואס האלטן אז מען זאל נישט:
אשל אברהם מבוטשטש; ערוך השלחן; שו"ת אבן ישראל להגר"י פישר (ח"ט סימן סג); שו"ת תשובות והנהגות (ח"ד סימן נד); שו"ת משנה בלכות (חי"א סימן קפא); הליכות שלמה (סימן כג ס"י); שיעורי הגרי"ש אלישיב ברכות (נט:);

למעשה איז כמדומה כלל המנהג נישט צו מאכן קיין ברכה.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 6:38 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:רנ"ב האט זיך געענדיגט די תקופת הראשונים אין ספרד. אין אשכנז רעכנט מען פיל פריער.

אזוי איז טאקע דא געציילטע חוקרי התולדות וואס ווילן אזוי מחדש זיין אז אין אשכנז האט זיך עס גע'ענדיגט שנות ה'ק"ט-י. אבער בדרך כלל איז ביי זיי אנגענומען יאר רנ"ב ווי ערווענט.

און דאס וואס דו שרייבסט וויייטער:
איך שיהי', א תלמיד פון תרומת הדשן קען נישט זיין א ראשון. די תקופת הפוסקים איז א קורצע תקופה צווישן די ראשונים און אחרונים. אנגעהויבן פון ר' יעקב פאלאק אין קראקא.

ביסטו "חוזר על הראשונות"...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:36 pm

בעזרת השם האב איך גע'עפענט א בזונדערע" "אנקעטע אשכול' מיט'ן נאמען: "מאכט איר דעי ברכות..." אויף אלע דריי ברכות: "וויין" "זכר" "נקבה", צו זעהן וויאזוי דער עולם פירט זיך למעשה.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:34 am

פון דארט זעהט אויס אז גאנץ א שיינע ציבור מאכט יא ברכות הטוב והמטיב און שהחיינו.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:47 am

ריכטיג; אבער די מערהייט לויפט ביי אלע אז נישט...

נ.ב. ס'האלט אינמיטן...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:03 am

ואס האט מען צו פרעגן איי וועלט שרייבערס לגבי הלכה, מען דארף מאכן א אנקעטע ביי רבנים נישט ביים המון עם וואס ווייסט נישט פון קיין יא אדער ניין צו זאגן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:48 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ואס האט מען צו פרעגן איי וועלט שרייבערס

זייער פאקטישע מנהג
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:01 am

מיר ווארטן שוין אויף די נעקסטע שיעור
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:01 pm

כאטש איינער ווארט...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:05 pm

אוהב שלום האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ואס האט מען צו פרעגן איי וועלט שרייבערס

זייער פאקטישע מנהג

עס איז דא זאכן וואס מען קען קוקן וואס רוב וועלט פירט זיך למשל זאגן פיוטום ביי יוצר ווייל יעדער טוט ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביי זיי אין בהמ"ד.
אבער אסאך וואס רוב עולם טוט/נישט מחמת חסרון ידיעה קומט נישט אריין צו פרעגן דעם עולם.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:10 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ואס האט מען צו פרעגן איי וועלט שרייבערס

זייער פאקטישע מנהג

עס איז דא זאכן וואס מען קען קוקן וואס רוב וועלט פירט זיך למשל זאגן פיוטום ביי יוצר ווייל יעדער טוט ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביי זיי אין בהמ"ד.
אבער אסאך וואס רוב עולם טוט/נישט מחמת חסרון ידיעה קומט נישט אריין צו פרעגן דעם עולם.

גערעכט
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:12 pm

נא אווי איז די נייע שיעור.....
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט