טעגליכע אייוועלט הלכה שיעור
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
טעגליכע אייוועלט הלכה שיעור
בעזר השם וועל איך אנהייבן עורך זיין הלכות מיט די מקורות אויף א אייגנארטיגע מהלך: אראפ ברענגען א תמצית, אנהייב פון די גמרא ביז אחרוני אחרונים, מיט קורצע הערות, און א סיכום.
די שיעור היום וועט זייין דעם שיעור פון: "שונה הלכות = מהר"א סאטמאר". אין אינטערסאנטע אקטאעילע שאלות.
נ.ב. אבער ס'געאייגענט פאר יעדעם.

לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 10:34 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- שטעלפארטרעטר
- שר מאה
- תגובות: 140
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:27 pm
- לאקאציע: קלאס נמ. 319
אויב א יונגל בענטשט הגומל
פון די אינטערסאנטע שאלות פון ברכת-הגומל איז צו אויב א קטן בענטשט הגומל.
לכאורה פארשטייט מען נישט וואס איז די שאלה:
"פארוואס זאל הגומל זיין אנדערש פון אלע אנדערע מצוות וואס א קינד איז מחוייב מטעם חינוך?!"
אבער שרייבט דער ראשון "מהר"ם מינץ" אין זיין "שאלות-ותשובות" (סימן יד):
"א קטן זאל נישט בענטשען הגומל ווייל ער קען דאך נישט זאגן: "הגומל לחייבים טובות = וואס טוט גוט'ס מיט שולדיגע". ממה נפשך קען ער נישט זאגן "לחייבים". אויב מיינט ער זיך - א קינד איז דאך נישט קיין "בר עונשין". ווידעראום אויב מיינט ער זיין טאטע - איז דאך עס נישט קיין "כיבוד אב". און נישט זאגן בכלל, איז עס דאך "משנה-ממטבע-שטבעו-חכמים".
און אזוי איז אויך מבואר פונעם תשב"ץ (חלק ד סימן א), נאר ער האלט אז דער טאטע זאל בענשען.
און אזוי נעמען אן להלכה רוב אחרונים:
כנסת הגדולה; עולת תמיד; מגן אברהם; אליה רבה; פרי מגדים; הגר"ז בסדר ברכות הנהנין (פרק יג אות ג); שערי אפרים; משנה ברורה; ערוך השלחן; נימוקי אורח חיים; שו"ת שבט הלוי (חלק ג סימן קסג אות ב). און אזוי איז אויך מבואר פונעם תשב"ץ (חלק ד סימן א)
ווידערום איז דא אחרונים (עיין: טורי זהב סק"ג בענין אחר; מקור חיים בקיצור ההלכות; נזירות שמשון; שו"ת אבני נזר סימן לט אות ה) וואס זאגן אז, וויבאלד ס'דא ראשונים וואס האבן לכתחילה געהאט דעם ניסוח פון: "הגומל חסדים טובות", זאלן קינדער טאקע נישט זאגן: "הגומל לחייבים טובות", נאר זאלן זאגן: "הגומל חסדים טובות".
און מען קען מוסיף זיין דעם רשב"א ברכות (יא.) אז "מטבע שטבעו", מיינט נישט דעם ניסוח; נאר פותח אדער חותם צו זיין "ברוך אתה השם".
אזוי אויך איז דא אחרונים (מור וקציעה; נזירות שמשון; מאמר מרדכי) וואס זאגן אז, "לחייבים" מוז נישט דוקא ארויפגיין אויף דער וואס בענטשט, נאר מען זאגט בדרך כלל אז דער באשעפער איז יעדעם גומל חסדים.
און מען קען מוסיף זיין דעם חידוש פונעם מהרש"א ברכות (לא:): "נאר עונשים פון בי"ד שטראפט מען נישט קיין קינד אבער מן השמים ווערט אויך א קינד באשטראפט". און אזוי שרייבט אויך דער נודע ביהודה תניינא יו"ד (סימן קסד). און לויט דעם קען א קינד זיכער זאגן "לחייבים".
און אזוי פסק'נען אסאך ספרד'ישע פוסקים:
החיד"א בברכי יוסף; שו"ת לחמי תודה (סימן ה), הביאו להלכה הרעק"א; חסד לאלפים; עקרי הד"ט; חזו"ע ברכות (עמוד שמט).
למעשה איז דער מנהג ביי אשכנזים אז א קינד בענטשט נישט הגומל, און ביי די ספרדים בענשען יא קינדער הגומל.
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 5:55 pm, פארראכטן געווארן 11 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
מען דארף זיצן ווען מ'הערט הגומל
א אינטעסאנע תשובה איז דא פון רבי אברהם א זוהן פונעם רמב"ם (די באקאנטע לאנגע תשובה וואס איז געדרוקט אין ספר מעשה רוקח) וואס ער שרייבט בזה"ל:
"ונושיב התלמידים כשנברך זאת הברכה = אז דער עולם וואס הערט די ברכה דארפן זיצן".
און אזוי פסק'נט די חיד"א אין זיין ספר "לדוד אמת" (סימן כג אות ב) להלכה. און אזוי אויך דער חסד לאלפים און אין זיין ספר בן איש חי עקב (אות ג).

לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:01 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
אוהב שלום האט געשריבן:א אינטעסאנע תשובה איז דא פון א רבי אברהם א זוהן פונעם רמב"ם (די באקאנטע לאנגע תשובה וואס איז געדרוקט אין ספר מעשה רוקח) וואס ער שרייבט בזה"ל:
"ונושיב התלמידים כשנברך זאת הברכה = אז דער עולם וואס הערט די ברכה דארפן זיצן".
און אזוי פסק'נט די חיד"א אין זיין ספר "לדוד אמת" (סימן כג אות ב) להלכה. און אזוי אויך דער חסד לאלפים און אין זיין ספר בן איש חי עקב (אות ג).
פארוואס טאקע זאל מען דארפן זיצן? איז צוליב 'ובמושב' זקנים יהללוהו?
--------
אאפס, אינגאצן פארגעסן. מ'לערנט דאך ברכות ההודאה.
יישר כח. זייער שיין. אסאך הצלחה. נאך א רינגעלע לתפארת עולמנו אייוועלט.
אויב נאכן פארן אויף א ערעפלאן בענטשט מען הגומל
איינע פון די אקטאעילסטע שאלות איז צו ווען מען פארט אויף א ערעפלעין דארף מען בענטשען הגומל. און די אחרונים דינגן זיך דערין.
ס'דא אחרונים וואס האלטן אז יא:
שו"ת מנחת יצחק (חלק ב סימן מז) וש"ת באר משה (חלק ז סימן סח) בשם רבינו הרה"ק הדברי יואל, און אזוי פסק'נט דער באר משה; שו"ת אגרות משה או"ח (חלק ב סימן נט); רבי פנחס עפשטיין בהערות שו"ת בצל החכמה; חזון איש (אורחות רבינו חלק א עמוד צא); הגרש"ז אויערבאך (הליכות שלמה פרק כג אות ה); שו"ת יבי"א (חלק ב סימן יד).
ווידעראום איז דא אחרונים אז נישט:
דער רוגאטשאבער (אישים ושיטות עמוד פ); בשו"ת מנחת יצחק ושו"ת באר משה הנ"ל ושו"ת מנחת יעקב (חלק ב סימן ט) בשם הרה"ק רבי אהרן מבעלזא, און אזוי פסק'נען דער מנחת יצחק און דער חלקת יעקב; שו"ת בצל החכמה (ח"א סימן כ וח"ב סימן פח) און אויך אין נאמען פונעם טשעבינער רב;
דער רוגעטשובער כדרכו ברענגט א זיסע ראיה פון די גמרא חולין לגבי "שלוח-הקן". די גמרא זאגט דארט אז בשעת א פייגל פליעט איז מען נישט מקיים דעם שלוח הקן, ווייל ס'הייסט נישט "בדרך". זאגט דער ראגאטזאבער, אז מען זעהט פון דא אז אין די "לופטן" הייסט נישט: "דרך"...
[אבער זעה יבי"א דארט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די רוגעטשאבער'ס ראיות].
למעשה: "דעביד כמר עביד ודעבד כמר עביד".

לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:07 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
שטאלצער יוד האט געשריבן:אוהב שלום האט געשריבן:א אינטעסאנע תשובה איז דא פון א רבי אברהם א זוהן פונעם רמב"ם (די באקאנטע לאנגע תשובה וואס איז געדרוקט אין ספר מעשה רוקח) וואס ער שרייבט בזה"ל:
"ונושיב התלמידים כשנברך זאת הברכה = אז דער עולם וואס הערט די ברכה דארפן זיצן".
און אזוי פסק'נט די חיד"א אין זיין ספר "לדוד אמת" (סימן כג אות ב) להלכה. און אזוי אויך דער חסד לאלפים און אין זיין ספר בן איש חי עקב (אות ג).
פארוואס טאקע זאל מען דארפן זיצן? איז צוליב 'ובמושב' זקנים יהללוהו?
--------
אאפס, אינגאצן פארגעסן. מ'לערנט דאך ברכות ההודאה.
יישר כח. זייער שיין. אסאך הצלחה. נאך א רינגעלע לתפארת עולמנו אייוועלט.
ריכטיג
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- שטעלפארטרעטר
- שר מאה
- תגובות: 140
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:27 pm
- לאקאציע: קלאס נמ. 319
פונקט אריין געטראכט יעצט ביים דאווענען די סמיכות פון תנא דבי אליהו כל השונה הלכות צו די נעקסטע שטיקל אמר רבי אלעזר ווי עס שטייט 6 מאל די ווארט שלום , לענינונו גייען מיר בעזרת השם זוכה זיין צו זיין פון די שוני הלכות 6 מאל א וואך געשריבן דורך הניק הגאון "אוהב שלום " והשם יברך את עמו בשלום
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!
הגומל איז דאורייתא אדער רשות
הייליגער ראשון דער סמ"ק (סימן קמו) האלט אז הגומל איז בכלל הלל, וואס איז לויט אים א דאורייתא, איז אויב אזוי בענטשען הגומל א מצות עשה דאורייתא.
ווידעראום דער מגן אברהם האלט אז עס ניטל מאל א חיוב נאר א רשות. נאר דער פרי מגדים דינגט זיך אז עס זיכער א חיוב.

לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8838
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
ברכת הטוב והמטיב (המנהג)
ברכות הטוב והמיטב איז ביי 3 זאכן:
ווען ס'קומט א רעגן;
ווען מ'ברענגט אריין א בעסערע וויין;
ווען מען האט זכר.
און אזוי אויך ביי אלע אנדערע הנאות.
למעשה בענטשט מען קיינמאל נישט קיין "הטוב-והמיטב".
ביי רעגן איז פשוט ווי עס שרייבט שוין דער כל בו (סימן פז) אז ווייל דוקא נאך אן עצירת גשמים און אויב אזוי און אונזערע מדינות וואס עס נישט דא בענטשט מען נישט.
אבער ביי אלע א אנדערע זאכן איז לכאורה שווער.
דער רמ"א (סימן רכא ס"א) - כדרכו - פרובירט מיישב צו זיין דעם מנהג: "אז דעי ברכות איז א רשות". אבער דער מג"א דינגט זיך דארט אז עס איז יא געהיריגע חיוב. אבער דער פמ"ג ברענגט ווייטער אז למעשה בענטשט מען נישט, און אזוי ווייטער דער משנה ברורה.
און ס'שטארק יתכן אז ביי "וויין" און "אלע אנדערע הנאות", איז די פרטי דינים נישט פשוט, איז וויבאלט סא'רשות איז בעסער בכלל נישט צו בענטשען, עיין שו"ת מנחת יצחק (חלק ט סימן יד) לגבי וויין.
און אזוי אויך לגבי זכר איז דא ראשונים וואס האבן נישט גורס געווהן אזוי, עיין שו"ת דברי יציב (חלק א או"ח סימן פח).
למעשה: בענטשט מען נישט. אבער ביי א זכר איז דא א וואס מאכן יא א ברכה

לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אקטאבער 23, 2017 10:22 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
-
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm
ביי א זכר איז יא די מנהג אז מען מאכט א ברכה הטוב והמיטבאוהב שלום האט געשריבן:ברכות הטוב והמיטב איז ביי 3 זאכן:
ווען ס'קומט א רעגן;
ווען מ'ברענגט אריין א בעסערע וויין;
ווען מען האט זכר.
און אזוי אויך ביי אלע אנדערע הנאות.
למעשה בענטשט מען קיינמאל נישט קיין "הטוב-והמיטב".
ביי רעגן איז פשוט ווי עס שרייבט שוין דער כל בו (סימן פז) אז ווייל דוקא נאך אן עצירת גשמים און אויב אזוי און אונזערע מדינות וואס עס נישט דא בענטשט מען נישט.
אבער ביי אלע א אנדערע זאגן איז לכאורה שווער.
למעשה: בענטשט מען נישט.
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
בנוגע הטוב והמטיב אויף וויין ווייס איך נישט פון וואנט די נעמסט צו זאגן אז "למעשה" מאכט מען נישט דעם ברכה. יאך האב געהערט פון עדים נאמנים אויף גדולים וואס האבן יא געמאכט דעם ברכה, נאר וואס דען, מען דארף פארשטייט זיך וויסן וואס ווי ווען, ויש אצלי בכתבים אריכות בדין זה, ופעם אחת עשיתי הלכה למעשה [ע"פ הסכמת הדומ"ץ שלי] לברך ברכה זו בשמחה רבה ועצומה.
למעלה משבעים האט געשריבן:בנוגע הטוב והמטיב אויף וויין ווייס איך נישט פון וואנט די נעמסט צו זאגן אז "למעשה" מאכט מען נישט דעם ברכה. יאך האב געהערט פון עדים נאמנים אויף גדולים וואס האבן יא געמאכט דעם ברכה, נאר וואס דען, מען דארף פארשטייט זיך וויסן וואס ווי ווען, ויש אצלי בכתבים אריכות בדין זה, ופעם אחת עשיתי הלכה למעשה [ע"פ הסכמת הדומ"ץ שלי] לברך ברכה זו בשמחה רבה ועצומה.
זייער אינטערסאנט; מארגן אי"ה וועל איך מאריך זיין מער אין מקורות.
ביטע אויב דו קענסט ארויף לייגן דיינע "כתבים".
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
הערשל שטיין האט געשריבן:ביי א זכר איז יא די מנהג אז מען מאכט א ברכה הטוב והמיטבאוהב שלום האט געשריבן:ברכות הטוב והמיטב איז ביי 3 זאכן:
ווען ס'קומט א רעגן;
ווען מ'ברענגט אריין א בעסערע וויין;
ווען מען האט זכר.
און אזוי אויך ביי אלע אנדערע הנאות.
למעשה בענטשט מען קיינמאל נישט קיין "הטוב-והמיטב".
ביי רעגן איז פשוט ווי עס שרייבט שוין דער כל בו (סימן פז) אז ווייל דוקא נאך אן עצירת גשמים און אויב אזוי און אונזערע מדינות וואס עס נישט דא בענטשט מען נישט.
אבער ביי אלע א אנדערע זאגן איז לכאורה שווער.
למעשה: בענטשט מען נישט.
קום אריין קלארער,
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
איינער האט אמאל געפרעגט ר' אברהם לייטנער ז"ל פארוואס זעהט מען נישט דעם עולם מאכן הטוב והמיטב ווען מ'האט א בן זכר?
האט ער געענטפערט אז מן הסתם איז מען נאכנישט אנגעקומען צום סימן וואו דער שולחן ערוך רעדט פון ברכת הטוב והמיטב...

די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.