נייע "הוראה" חבורה אויף אייוועלט!

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

נייע "הוראה" חבורה אויף אייוועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ווען מען האט געשמועסט לכתחילה פון דעם הוראה כולל דא אין אייוועלט, האב איך געקוקט מיט קנאה אויף די משתתפים, נאר איך האב מיך געטראכט צו מיר, האנטעך.. וואס טראכסטו אפילו, אז דו וועסט אנקומען מיט די חבורה, זיי האבן א פרישקייט! א ראש חבורה א שיעור השבוע מיט חזרות און בחינות, נע.. איך וועל עס נישט קענען מאכן..

אבער יעצט נאכדעם וואס די מתמידים האבן שוין זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף בשר בחלב! מיט חזרות טאקע.. (כ'פלאץ פאר קנאה..) יעצט טראכט איך, אפשר זאל מען אנפאנגען נאך א הוראה חבורה, אבער מיט א רואיגקייט, פאר די יודען וואס האבן עליות מיט ירידות.. און דארפן זיך מתחדש זיין כסדר?

אפשר זאל איך אנפאנגן צו אפשרייבן א שיעור אין הלכות בשר בחלב, מיך וועט עס געבן א שטופ צו לערנען, און דער עולם וועט גרינג קענען מיטהאלטען די לימודים, און אויב פאלט מען ארויס פאר א שטיק צייט, איז אויך נישט עק וועלט.. מען ליינט איבער די שיעורים ביז ווי מ'האלט און מ'פאנגט אן מיט א פרישקייט!

אויף די זעלבע סטייל ווי די "תניא שיעור" דא, עס האט טאקע עליות און ירידות ליידער, אבער ווי נישט ווי האלט מען שוין פרק י"ח! (איי ווען "לכאורה" אדער "צולייגער" וואלטן עס געשריבן וואלט מען שוין געהאלטען לאאאנג נאכן ענדיגן די גאנצע ספר, פלאס אפאר חזרות! נאר וואס קען מען טאן? האנטעך איז האנטעך.. נישט לכאורה און נישט צולייגער..).

וואס זאגען ענק צו דעם? ווער איז גרייט? צו אנפאנגען א נייע חבורה אין בבשר בחלב און אפשר וועלן אונז אויך זוכה זיין זיך צו פארהערן און באקומען א היתר הוראה!

אפשר קען עס זיין א גוטע פריוואטע קבלת התורה יעצט נאך שבועות, און א גוטע אינוועסטמענט אין די קאנטרי צייט ווען אלעס איז ממילא מער סלאו, און עס איז דא מער צייט צו לערנען, אויב האט מען די גוטע שטופ דערצו..

ווער ס'איז אין.. מעלדטס זיך דא, אדער אין אישי.
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום מיטוואך יוני 22, 2016 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

איין חשובער ניק האט זיך שוין געמאלדען אין אישי, אז ער וויל זיך משתתף זיין אין די חבורה און מיטלערנען די "הוראה".
ער האלט שוין ביי חזרה און איז מסכים צו צוהעלפן דעם עולם מיט עני שוועריקייט און קשיא וואס מען שטויסט זיך אן!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

און א יישר כח האנטעך טייערער פארן עוסק זיין דערין
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאך א חשובע ניק האט זיך געמאלדען אין אישי אז ער איז גרייט מיטצולערנען די הוראה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נישטא ווער זאל לאכן...

האנטעך איז נישט ווער?...

ווען איך זאל ווען שרייבן, וואלט ווען וואס? ווען נישט איך האב אזא חשוב׳ע חברותא, העט איך געקוויט נאך א וואך צוויי...

אבער אז מען רעדט שוין, אזוי ווי מיין חברותא פארט אין די בעדער אויף יואלי און אוגוסט, הזמן גרמא אנצוהייבן א חזרה, על כן בינעך אינטואיט, בעזר השם.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

wow! מיט צולייגער וועלן מיר שוין האבן עקספיריענס אויכעט. ברוך הבא!
און אויך נאך א חשובע ניק האט זיך געמאלדען אין אישי אז ער איז גרייט מיטצולערנען די הוראה.
ברוך השם!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

איינער פון די גאונים.. דא אין וועלטעל האט זיך געמאלדען אז הגם ער האט שוין געלערנט גוט די סוגיות וועט ער עכ"ז אריין פאלען פון צייט צו צייט זיכער צו מאכן אז אלעס פארט כשורה :grin:
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאך צוויי חשובע ניקים האבן זיך געמאלדען אין אישי דאס מיינט אז מיר האלטען שוין ביי 8 ניק'ס מיט מיר אריין גערעכנט.

דער עולם זעהט אויס עקסיידעט מ'פרעגט שוין וועגן ווייטערדיגע פלענער.

נאר איך וואלט געבעטען דער עולם זאל נתגלה ווערן.. נישט מיך לאזען זיין דא דער ווארטס זאגער.. איינער אליין ווי א נאר אויפן מארק :?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

א געוואלדיגע פלאן ביטע אנהויבן אייערע זאפטיגע שיעורים לתועלת הרבים
יישר כח גדול
נודה לך
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאך א חשובע ניק איז אריין געקומען לערנען די הוראה ב"ה.

באקומען אין אישי פון א חשובע ניק:
אז די שטעלסט ארויס א שטיקל סדר מיט א לוח וועל איך זיך משתדל זיין צו זיין א חלק אין אט די חבורה.


כ'ווייס נישט ווי גוט איך בין צו זיין א מסדר און א לוח.. יודען וואס האבן שוין געלערנט צווישן די חבורה: קומט ארויס און העלפטס די מצב...

איך וואלט פארגעלייגט אז ס'זאל גיין בערך א סעיף א טאג. (קליינע סעיפים 2. גרויסע סעיף האלבע.)

חברה וואס האלטען ענק? צו ווייניג?

בכלל וואס פלאנען ענק צו טאן צו נעמען חברותות פול פורס אדער אליינס און זיך פארלאזען אויף די שיעורים?
עס איז א גרויסע חילוק..

זאגט וואס עטץ האלטס איך וועל זיך פרובירן צוצושטעלן...

ענק קענען ענטפערען אין אישי אבער אויב זענט עטץ גרייט צו ענטפערען ברבים: אדרבה!!

קומט אריין קלאר חברה..
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

זייער ןוויכטיג צו האבן א לוח
מ'דארף וויסן וויפיל צייט -בערך- טעגליך זענט איר גרייט אריינצולייגן. קען מען לויט דעם אויסשטעל א לוח
ביטע מעלדט אייך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:זייער ןוויכטיג צו האבן א לוח
מ'דארף וויסן וויפיל צייט -בערך- טעגליך זענט איר גרייט אריינצולייגן. קען מען לויט דעם אויסשטעל א לוח
ביטע מעלדט אייך


איך העט ווען געראטן צו גיין לויט עמודים ( האלבע/גאנצע וכו׳) נישט לויט סעיפים, פארהאן סעיפים וועלכע נעמען א וואך, פארהאן וועלכע נעמען א פינף מינוט... אבער כמובן, ווענדט זיך קודם וויפיל צייט מען איז מקדיש דערפאר.
געשטימט פאר ראשעק הול
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די זעלבע מיט עמודים, פארהאן וואס נעמט לענגער וכו'. א גוטע עצה איז אז איינער וואס קען עס שוין זאל באשטימען די שיעורים לויט די כמות און איכות
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@האנטעך, ווייס איך נישט צו איך וועל מיך געהעריג אנשליסן, אבער דיינע שיעורים אויב וועט עס זיין אויפן זעלבען סטייל תניא וועמיר בעז"ה מיטהאלטען. אזוי ווי די תניא שיעורים קען מען האבן איין אשכול נאר פאר שיעורים און די אנדערע פאר הערות אויך.

ויה"ר שחפץ ה' בידיכם יצליח.
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

מי חכם האט געשריבן:די זעלבע מיט עמודים, פארהאן וואס נעמט לענגער וכו'. א גוטע עצה איז אז איינער וואס קען עס שוין זאל באשטימען די שיעורים לויט די כמות און איכות

ריכטיג, ווענדט זיך אויך וואס מ'וויל לערנען, שו''ע מיט די נושאי כלים אדער מיט טור ב''י אויך
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בעט מיר די חשובע אינטערעסירטע אין די חבורה אריינצוקומען קלאר:


1- וויפיל צייט בערך ווילט איר אריינלייגן?

2- וואס ווילט איר קענען? [טור ב"י -אויך פתחי תשובה?]

3- ווילט איר אנהייבן כסדרן? [סי' פז]
אדער ענדערש ווי מ'הויבט אן אין ישיבות? [סי' צב או צה]
אדער [י"א אז דאס איז בעסער] אנהייבן סי' פח- פט [ס'איז קליין און מער נוגע, געט דאס תיכף אין אנהייב א געפיל אז מ'האט 'גע'ענדיגט' א 2 סימנים, און דאס געט חשק אויף ווייטער]

ביטע לאזט אייך מעלדן
אויב איז פאר אייך נישט קיין חילוק, דאן זאגט דאס אויך, וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שטעל אויס א לוח מיט סדר ממוצע, דער עיקר דערפון איז אז ס'איז דא שיעור קבוע, און יעדער לפי תכונותיו קען לערנען ווי טיף און ברייט ער וויל, דף היומי למשל איז דא ווער עס לערנט גמרא רש" און אנדער לערנען תוס', און אנדערע לערנען מיט אלע ראשונים. די סדר איז די זעלבע
.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:בעט מיר די חשובע אינטערעסירטע אין די חבורה אריינצוקומען קלאר:


1- וויפיל צייט בערך ווילט איר אריינלייגן?

2- וואס ווילט איר קענען? [טור ב"י -אויך פתחי תשובה?]

3- ווילט איר אנהייבן כסדרן? [סי' פז]
אדער ענדערש ווי מ'הויבט אן אין ישיבות? [סי' צב או צה]
אדער [י"א אז דאס איז בעסער] אנהייבן סי' פח- פט [ס'איז קליין און מער נוגע, געט דאס תיכף אין אנהייב א געפיל אז מ'האט 'גע'ענדיגט' א 2 סימנים, און דאס געט חשק אויף ווייטער]

ביטע לאזט אייך מעלדן
אויב איז פאר אייך נישט קיין חילוק, דאן זאגט דאס אויך, וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.


1. א שעה א טאג בערך. (לאמיר זאגן מיט א נאכט חברותא)
2. טור ב"י מחבר רמ"א ט"ז ש"ך (און כאפן א בליק אין א פסק ספר אויף הלכה למעשה, אפשר אין שו"ע עוז והדר אדער א אנדערע גרינגע ספר ווי להלכה, אדער שלחנו של מקום).
3. יא איך וואלט געוואלט אנפאנגען כסדרן סימן פ"ז.

וועגן די שיעור יומי ווייס איך נישט וואס צו זאגען איינער פון די ותיקים וועלן דארפן זאגען, אבער איך בין נוטה אין א קלענערע שיעור וואס בכל אופן זאל מען קענען מיטהאלטען, אפילו אויב מ'איז ביזי, און אויב איז דא איבריגע צייט זאל מען חזרן אדער לערנען מער בעיון. (אויב די הוראה צעטל האט שוין געווארט אזוי לאנג אויף מיר וועט עס שוין ווארטען נאך אביסל...)
בכל אופן אויב די חברים וועלן האלטען אנדערש ווי מיר וועל איך מבטל זיין דעתי לפניהם.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:בעט מיר די חשובע אינטערעסירטע אין די חבורה אריינצוקומען קלאר:


1- וויפיל צייט בערך ווילט איר אריינלייגן?

2- וואס ווילט איר קענען? [טור ב"י -אויך פתחי תשובה?]

3- ווילט איר אנהייבן כסדרן? [סי' פז]
אדער ענדערש ווי מ'הויבט אן אין ישיבות? [סי' צב או צה]
אדער [י"א אז דאס איז בעסער] אנהייבן סי' פח- פט [ס'איז קליין און מער נוגע, געט דאס תיכף אין אנהייב א געפיל אז מ'האט 'גע'ענדיגט' א 2 סימנים, און דאס געט חשק אויף ווייטער]

ביטע לאזט אייך מעלדן
אויב איז פאר אייך נישט קיין חילוק, דאן זאגט דאס אויך, וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.


איך וואלט געוואלט בעטן די חשובע חברים זאלען ביטע ענפערען די אנקעטע. אויב נישט בגלוי דאן באישי.
איך וויל שוין אנפאנגען צו לערנען גארטעלט אייך אונטער יודען!
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

איז דער עיקר דא צו "האבן הוראה"? אדער צו "קענען בשר וחלב"?
די שאלה איז זייער נוגע, וויאזוי אויסצושטעלן א סדר לימוד.
איך בין נתעורר געווארן פונעם קעפל.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:שטעל אויס א לוח מיט סדר ממוצע, דער עיקר דערפון איז אז ס'איז דא שיעור קבוע, און יעדער לפי תכונותיו קען לערנען ווי טיף און ברייט ער וויל, דף היומי למשל איז דא ווער עס לערנט גמרא רש" און אנדער לערנען תוס', און אנדערע לערנען מיט אלע ראשונים. די סדר איז די זעלבע

געבעטען אין אישי פון אפאר פון די יודען וואס האבן שוין געלערנט זיך מנדב צו זיין צו מאכן דעם לוח, עמיר זעהן אויב זיי וועלן זיך אינטער נעמען..

איך מצידי האב שוין אנגעפאנגען סימן פ"ז איך ווארט שוין ארויף צו לייגען דעם ערשטן שיעור ווי נאר מ'באקומט די אקעי פון די עולם. (און פארשטייט זיך נאר אויב מ'גייט טאקע אנפאנגען סימן פ"ז..)

בן מהללאל האט געשריבן:איז דער עיקר דא צו "האבן הוראה"? אדער צו "קענען בשר וחלב"?
די שאלה איז זייער נוגע, וויאזוי אויסצושטעלן א סדר לימוד.
איך בין נתעורר געווארן פונעם קעפל.

דער עולם האפט צו באקומען די הוראה. (נאר אפילו אויב נישט.. דעמאלס כאטש קענען בשר בחלב..)

ב"ה נאך א חשובע ניק האט זיך געמאלדען אז ער איז גרייט צו מיטהאלטען די חבורה און באקומען די הוראה!
און נאך א חשובע ניק איז גרייט מיטצוהאלטען די שיעורים, און האפענטליך אויך לערנען מיט די חבורה..

ב"ה כן ירבו..

(איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם שעמט זיך אזוי ארויס צו קומען ברבים.. אפילו אויב עס וועט דורכפאלען סא וואט? טאפס האט מען כאטש געוואלט... כאטש זאל מען ארויס קומען פארווע.. אז בעצם אויב גייט עס זיין א סוקסעס בין איך אין :lol: :lol: :lol:)
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

כבוד הרב האנטעך, דארפסט נישט אזוי פיל פרעגן רשות, דער גאנצער עולם גייט מיטהאלטן, אזוי ווי די גאנצע שטאט איז אויף מיט דיינע שעורים ביז אהער, א איד אין שול האט גערעדט צו מיר דעם יום טוב וועגן א ענין זאגט ער מיר ס'איז דא א סייט וואס הייסט אייוועלט, משומר לאזט עס דורך, עס לוינט זיך צו גיין ליינען וואס איינער האנטעך שרייבט וועגן שמחת החיים, דער איז זאגט ער האט נישט קיין ניק בכלל, אבער ליינענדיג די תניא שעורים האט ער געטראכט אפשר שמחת החיים איז אויך אזוי גוט, און ער האט פרובירט און נישט אנטוישט געווארן, במילא, חזק ואמץ, ווארט אויף קיין ענטפערס, מ'וועט שוין פארבעסן מיט די צייט, הייב אן האקן שטיקער, ווי אר אלל אין.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

זאל ער קומען האט געשריבן:כבוד הרב האנטעך, דארפסט נישט אזוי פיל פרעגן רשות, דער גאנצער עולם גייט מיטהאלטן, אזוי ווי די גאנצע שטאט איז אויף מיט דיינע שעורים ביז אהער, א איד אין שול האט גערעדט צו מיר דעם יום טוב וועגן א ענין זאגט ער מיר ס'איז דא א סייט וואס הייסט אייוועלט, משומר לאזט עס דורך, עס לוינט זיך צו גיין ליינען וואס איינער האנטעך שרייבט וועגן שמחת החיים, דער איז זאגט ער האט נישט קיין ניק בכלל, אבער ליינענדיג די תניא שעורים האט ער געטראכט אפשר שמחת החיים איז אויך אזוי גוט, און ער האט פרובירט און נישט אנטוישט געווארן, במילא, חזק ואמץ, ווארט אויף קיין ענטפערס, מ'וועט שוין פארבעסן מיט די צייט, הייב אן האקן שטיקער, ווי אר אלל אין.

wow! ;l;p-
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ברוב שבח והודי' לה' אויפן התיסדות פונם דעם נייע "הוראה" חבורה דא אין אייוועלט! און מיט א בקשה להבא אויף הצלחה און סייעתא דשמיא גיי איך ארויף לייגען דעם ערשטן שיעור אין הלכות בשר בחלב סימן פ"ז!

דער עולם ווערט געבעטען צו אנגיין מיט די שמועס וועגן דעם לוח היום און אויך אפדעיטאן כסדר ווי זיי האלטען און שרייבן הערות והארות צו געבן חיזוק פאר די גאנצע חבורה..

עס איז זייער א גוטע געלעגנהייט צו לערנען די הוראה! ביטע אויסנוצען די געלעגנהייט און גלייכצייטיג מחזק זיין אנדערע (און מיך בתוכם..) אנצוגיין ווייטער.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

האנטעך האט געשריבן:
בן מהללאל האט געשריבן:איז דער עיקר דא צו "האבן הוראה"? אדער צו "קענען בשר וחלב"?
די שאלה איז זייער נוגע, וויאזוי אויסצושטעלן א סדר לימוד.
איך בין נתעורר געווארן פונעם קעפל.

דער עולם האפט צו באקומען די הוראה. (נאר אפילו אויב נישט.. דעמאלס כאטש קענען בשר בחלב..)

ב"ה נאך א חשובע ניק האט זיך געמאלדען אז ער איז גרייט צו מיטהאלטען די חבורה און באקומען די הוראה!
און נאך א חשובע ניק איז גרייט מיטצוהאלטען די שיעורים, און האפענטליך אויך לערנען מיט די חבורה..

ב"ה כן ירבו..

(איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם שעמט זיך אזוי ארויס צו קומען ברבים.. אפילו אויב עס וועט דורכפאלען סא וואט? טאפס האט מען כאטש געוואלט... כאטש זאל מען ארויס קומען פארווע.. אז בעצם אויב גייט עס זיין א סוקסעס בין איך אין :lol: :lol: :lol:)

איך האב גראדע געמיינט די פארקערטע, צו דער עולם דא וויל נאר די הוראה, אדער אויך צו קענען בשר וחלב.
אויף צו האבן די צעטאלע, ברויך מען נאר עטליכע חדשים פון כיפערן מחבר'ס מיט שאכטאז'ן, כדי צו זיין באהאוונט און "היימיש" אין די ענינים.
אבער אויף צו קענען בשר וחלב! ברויך מען צו הארעווען!
ספעציעל לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, צו קענען ארויסנעמען את המעשה אשר יעשו מיט די אלע היינטיגע נייע כלים.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”