הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 1:35 pm

איי עם פוללי ווהיט יא, כ'האנאר שוועריגקייטן מיטן רעדן זינט כ'ברויך פארשטאפן די אויערן נישט צו טויב ווערן.

יא, ס'לאזט זיך קוים גלויבן אז ס'אריבער אכטאונצוואנציג ימי המעשה זינט מ'האט אנגעהויבן לערנען, מ'האלט שוין אפילו ביים כל ההתחלות קשות.., נאר אז ס'איז שוין א חודש צייט וואס נותן ליעף כ"ח, און מ'שטארקט זיך אויפצושטיין פריה (?!) צו קענען לערנען און אנקומען מיט די הייליגע תורה, געט עס א געוויסע שטופ צו קענען זיך שטארקן אויף ווייטער בעז"ה.

כה יתן ה' וכה יוסיף, ער זאל געבן כ"ח און מח, מ'זאל קענען ממשיך זיין און אויסנוצן אלע כ"ח עתים לטוב"ה, אין טוב אלא תורה, קול ה' בכ"ח.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » זונטאג נובעמבער 08, 2015 3:27 am

אריינגעוואנדעט אהער.. מיינע מח קאמערלעך האבן זיך צועפנט, זיסע זכרונות האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פון די בחורישע יארן ווען כ'האב ב''ה זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ יו''ד ח''א (חוץ סי' צ'..)

איי זיסע זכרונות.. הלואי הייב איך אן א חזרה דערויף
(העפפענינג לייוו!!
יצר טוב: טוה צו די זאך, אם לא עכשיו אימתי, יעצט האסטע די געלעגנהייט!
יצר הרע: נעע, האסט אזויפיל אנדערע לימודים אויפן טיש וואס - אויב פייפסטו מיך אן און דו הייבסט אן אויפשטיין פריה - קומען זיי פריער..
יצר טוב: אבער דאך, העסט האבן גן עדן אויף דער וועלט!
דא קום איך אריין: ענדיגטס ענק קריגן און לאטס מיך וויסן וואס סי געווארן.. )

ס'שווימט ארויף די לאאאנגע טו''ז אין צ''ד.. קדירה חדשה ותחבו כף חולבת איי איז מען געזיצן אויף דעם, דער סמ''ק מיטן מהר'י מעשה, כלי חרס אין צ''ג, צ''א די הייסע פלייש פון אויבן צי פון אינטן גייט יא אריין גייט נישט אריין, מליחה, כבולעו כך פולטו, נ''ט בר נ''ט (סינישט דער זעלבער פון קמצא בר קמצא..) פ''ט ווארטן נאך פליישיגס א האלבע שעה צי א שעה צי זעקס שעה, מחלוקת ש''ך טו''ז (זיי האבן זיך למעשה אמאל איבערגעבעטן נאכן זיך אזויפיל קריגן?) אויפן טעם צי די פלייש אין די ציין צי די פעטנס, צ''ב ס'רינט פון איין טאפ צום צווייטן, צ''ה דגים שנתבשלו וכו'.. צונן צי רותח, דעם געשמאקן 'כותח' וואס מ'רעדט דארט, סעי' ג' יא הדחה נישט הדחה, די מהרש''ל קריגט (שטייצעך..) צ''ו צנון וסילקא, מי לימוני''ש.. לפת, די פיינע קוגל דארט אין צ''ז, נאכדעם ווייטער תערובות מליחה און טריפות איי אידאס געווען געשמאקע צייטן.. ס'בענקט זיך.. געקענט יעדן ש''ך וטו''ז אויסענוויניג מיט די קאווע פלעקן.. אוי האט מען געהאקט שטיקער געחזרט און געחזרט גע'אטעמט יו''ד, וואט עי געשמאקע לימוד, די טו''ז האלט אזוי פארשטייצעך די ש''ך פונקט קאפויער.. פארטאגס ביים קליינעם צובויגענעם טישל דארט אויבן אין וואלד נעבן טאנק, מיט די בעקגראונד נויז פון די פייגלעך, נאכקוקנדיג די שנירלעך רויעך פונעם קאווע מיטן ציגארעטל ביינאזאם.. אההה.. קערות שהודחו.. יא בן יומו נישט בן יומו..

איימעניט... וואגיידאפאר? די מוצ''ש ליכט שוין לאנג פארלאשן, די טיש נאך איינגעהילט אינעם מלוה מלכה טישטוך, די טשולענט מיט די איימערצוויבעל נאך אין טיפן געשלעג, דאס געזינדל שלאפן אלע, און מיינע פינגערס ווייען..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 08, 2015 6:54 am

;l;p-
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 08, 2015 1:22 pm

לכאורה האט געשריבן:;l;p-
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » זונטאג נובעמבער 08, 2015 2:42 pm

וואס זענען די פלעינער?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 08, 2015 2:48 pm

ש'טא
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 08, 2015 4:25 pm

אונזער חברותא האט אנגעהויבן איבער'חזר'ן פ"ז-צ'

איך האב אויסגערעכנט אז לויט מספר הדפים, האבן מיר שוין געלערנט א גאנצע "דריטל" פון בשר בחלב!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג נובעמבער 08, 2015 5:10 pm

ניקעל האט געשריבן:וואס זענען די פלעינער?

יעדע גוטע זאך קומט אן שווער. ס'דעוועלעפט זיך פיינע פלענער בע"ה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » זונטאג נובעמבער 08, 2015 5:12 pm

מיר ווארטען צו הערען

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג נובעמבער 08, 2015 8:46 pm

לכאורה האט געשריבן:דער שטילקייט דא מאכט מיך טויב... וואו איז דער עולם?

מען ענדיגט יעצט 4 וואכן, א פולע חודש בלימוד יורה דעה. אונזער חברותא האט שוין ב"ה מסיים געווען פ"ז-צ' און מען האט שוין אנגעהויבן חזרה וואס וועט האפנטליך דויערן א וואך-צוויי און דערנאך וועלן מיר זיך אליינס פארהערן אי"ה, אויב מיר וועלן נישט הערן פון די ראשי החבורה ביז דאן.

איז איינער דא? איז יעדער ח"ו ארויסגעפאלן?

א טשארט אויף די שיטות אין כחל, איז איינער מנדב?
למה זה תשאל לשמי...

בליץ
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » זונטאג נובעמבער 08, 2015 9:00 pm

אז מען מאכט שוין יא פלענער.. וואלט איך הנאה געהאט אויב מען קען מאכען אביסעל קלענער די שיעורים ...

איך קום כמעט נישט אן איבער צוגיין..

אפשר זאל מען מאכן א וואוט?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 2:33 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער שטילקייט דא מאכט מיך טויב... וואו איז דער עולם?

מען ענדיגט יעצט 4 וואכן, א פולע חודש בלימוד יורה דעה. אונזער חברותא האט שוין ב"ה מסיים געווען פ"ז-צ' און מען האט שוין אנגעהויבן חזרה וואס וועט האפנטליך דויערן א וואך-צוויי און דערנאך וועלן מיר זיך אליינס פארהערן אי"ה, אויב מיר וועלן נישט הערן פון די ראשי החבורה ביז דאן.

איז איינער דא? איז יעדער ח"ו ארויסגעפאלן?

א טשארט אויף די שיטות אין כחל, איז איינער מנדב?


אז ר' והוא פלאי שליט"א איז מנדב צו געבן א שיעור כללי אויף די חזרה, קעמען רעדן פון א טשארט. כ'גלויב אז אויב יא וועלמיר זיין די וועלכע וועלן ארויסגיין מיט ריוח.

עניוואן אגריס?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 2:22 pm

איינער דרייט מיר א קאפ אז איך זאל אנהייבן לערנען מיטעם בשר בחלב

איז 3/4 שעה פארטאגס גענוג? (מיט טור בית יוסף)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 3:06 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איינער דרייט מיר א קאפ אז איך זאל אנהייבן לערנען מיטעם בשר בחלב

איז 3/4 שעה פארטאגס גענוג? (מיט טור בית יוסף)


פינעף מינוט איז אויך גענוג. ווענד זיך אין וויפעל צייט דו ווילסט עס ענדיגן.

ער לערנעט אין אונזער חבורה?
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך נובעמבער 11, 2015 3:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 3:20 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איינער דרייט מיר א קאפ אז איך זאל אנהייבן לערנען מיטעם בשר בחלב

איז 3/4 שעה פארטאגס גענוג? (מיט טור בית יוסף)

מיר לערנען אן טור בית יוסף, און אין א קנאפע חודש האבן מיר געענדיגט א דריטל פון הלכות בשר בחלב (יעדע סוף וואך גע'חזר'ט די לימוד פונעם וואך).

יעצט מאכן מיר א חוזר חזרה אויף סימנים פ"ז-צ'.

מיר לערנען צווישן א דריי-פערטל שעה און א שעה טעגליך, זעקס טעג א וואך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 5:07 pm

אלס בחור האט מען אמאל געמאכט טבלאות אויף די סימנים אין שו״ע ווי אויך שאלות לחידודי און סתם שאלות, אויב ס׳אינטערסאנט קאן מען עס אפירזוכן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 7:06 pm

עס איז אינטערסאנט, ויהי' לזכות
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:43 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:אלס בחור האט מען אמאל געמאכט טבלאות אויף די סימנים אין שו״ע ווי אויך שאלות לחידודי און סתם שאלות, אויב ס׳אינטערסאנט קאן מען עס אפירזוכן

אדרבא
בפרט אויף סימן צ'
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:57 pm

העמער עס אויפזוכן בעז״ה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 3:10 pm

תגובהדורך א שטילער איד » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 7:38 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:אריינגעוואנדעט אהער.. מיינע מח קאמערלעך האבן זיך צועפנט, זיסע זכרונות האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פון די בחורישע יארן ווען כ'האב ב''ה זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ יו''ד ח''א (חוץ סי' צ'..)

ס'שווימט ארויף די לאאאנגע טו''ז אין צ''ד.. קדירה חדשה ותחבו כף חולבת איי איז מען געזיצן אויף דעם, דער סמ''ק מיטן מהר'י מעשה, כלי חרס אין צ''ג, צ''א די הייסע פלייש פון אויבן צי פון אינטן גייט יא אריין גייט נישט אריין, מליחה, כבולעו כך פולטו, נ''ט בר נ''ט (סינישט דער זעלבער פון קמצא בר קמצא..) פ''ט ווארטן נאך פליישיגס א האלבע שעה צי א שעה צי זעקס שעה, מחלוקת ש''ך טו''ז אויפן טעם צי די פלייש אין די ציין צי די פעטנס, צ''ב ס'רינט פון איין טאפ צום צווייטן, צ''ה דגים שנתבשלו וכו'.. צונן צי רותח, דעם געשמאקן 'כותח' וואס מ'רעדט דארט, סעי' ג' יא הדחה נישט הדחה, די מהרש''ל קריגט (שטייצעך..) צ''ו צנון וסילקא, מי לימוני''ש.. לפת, די פיינע קוגל דארט אין צ''ז, נאכדעם ווייטער תערובות מליחה און טריפות איי אידאס געווען געשמאקע צייטן.. ס'בענקט זיך.. געקענט יעדן ש''ך וטו''ז אויסענוויניג מיט די קאווע פלעקן.. אוי האט מען געהאקט שטיקער געחזרט און געחזרט גע'אטעמט יו''ד, וואט עי געשמאקע לימוד, די טו''ז האלט אזוי פארשטייצעך די ש''ך פונקט קאפויער..

אההה.. קערות שהודחו.. יא בן יומו נישט בן יומו..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 9:20 am

ואפילו בהסתרה.... שבתוך ההסתרה....

ליידער האבן מיר נישט קיין מנהיג לחבורה, אבער מען פרובירט מיט אלע כוחות נישט נאכצולאזן דעם שיעור. במשך פרשת ויצא האבן מיר אדורכגעלערנט סימן צ"א דעם ערשטן מאל, עס איז א שווערער סימן אין מיינע אויגן, און מיר וועלן דאס אי"ה איבער'חזר'ן במשך פרשת וישלח, תוך כדי צפייה להשי"ת ער זאל אונז אונטערשיקן א ראש החבורה וואס זאל ארויסהעלפן מיטן מסדר זיין די שיעורים און די בחינות און געבן שיעורים כלליים אדער זיין גרייט צו ענטפערן כל דבר הקשה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 3:14 pm

די וואך האט מען געענדיגט איבערגיין סימן צ"א. געלערנט די ערשטע 3 סעיפים פון סימן צ"ב, און דאס אנגעהויבן איבערגיין. צ"ב איז א לאנגער סימן מיט לענגערע טו"ז און ש"ך'ס ווי מיר זענען געוואוינט ביז אהער, אבער דערווייל איז דאס נישט אזוי שווער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20082
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 4:02 pm

כ'לעז מיט קנאה.

גייטס אן מיט פולן קראפט מיט אפעטיט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 7:14 pm

איר דארפט נישט מקנא זיין
איר קענט מיטהאלטן
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 6:53 pm

טיפת חלב, שלא כנגד הרוטב, מפעפע בדופני הקדירה, די ווערטער קלינגען אייך קענטליך?... מיר נישט. אממ.. מיר נישט?! ווי קען דען זיין אזא זאך?! עמנו הייתם שרייט דער אלטער שו"ע מיט די קאווע פלעקן, געווען איז דאס טאקע נאוועמבער 30 בשעתו, ווען מיר האבן אין שיווע געלערנט סי' צ"ב, אוי איז דאס געווען א נחת, מ'האט געריסן שטיקער, ס'האט זיך געטוהן א ריתחא דאורייתא, דורכגעאקערט די שיטות הראשונים והאחרונים, מיט די פרמ"ג'ס הנוגעים למעשה, אה, ווי שיין איז דאס געווען.

אבער... געווען איז אנ'אנדער וועלט יעמאלט, מיר האבן געהאט וויכטיגע דברים הנוגעים למעשה צו דן זיין, ס'איז געווען זייער וויכטיג צו וויסן צו באראש אדער ראזענוואסער וועלן זיגן וכו', און נאך אנדערע אומצאליגע שטותים, אשר יכלה הזמן והם לא יכלו, עס איז אונז נישט בייגעפאלן אז ס'גייט קומען א צייט וואס דער ערשטער אין גוי'אישן מאנאט האט עפעס מיט אידן בכלל, און אז דער טאג איז נישט ווייט ווען מ'וועט דארפן קראצן אין קאפ צו די געלט זאל גיין פאר דעם אדמיניסטראטאר פונעם מוסד, גראסערי מאן, אדער גאר לאקאלער קליידער געשעפט.

ווער האט דאן געגלייבט אז ס'וועט קומען א צייט ווען 3 שעה לערנען וועט זיין אראפגעציפט, און מ'וועט אנהייבן צו קראצן ביים מארדע צו זעהן ווען מ'קען אריינכאפן צו ענדיגן דעם מסכת וואס מ'האט זיך אונטערגענומען צו באבנ'ס יארצייט.

און אזוי, האבן מיר ליידער פאר'בטל'ט טעג וואכן און חדשים און יארן, דעם טייערן קעפל האבן מיר אנגעפילט מיט הבלי הבלים אשר אין בהם ממש, און דער הייליגער שולחן ערוך, מיט די געשמאקע סוגיות אזש ס'צערינט די שמאלץ פון דאס דורכטוהן, איז ליידער געבליבן פארשעמט, אוי ואבוי, אנא אוליך חרפתי.

---

איז געקומען א צייט מיט א יאר צענדליג דערויף, העשירי יהי' קודש לה', ווען מיר האבן אנגעהויבן פארשטיין, אז דער עוה"ז איז פיל א גרעסערע דימענדער ווי א פראוויידער, ער טרונקט אונזער דם התמצית מיט זיבן שטרויען, און יעדע מינוט וואס מיר קענען זיצן אין ביהמ"ד, לערנען נאך א בלעטל גמ', אריינכאפן נאך א ס"ק אין טו"ז, איז כולו ריוח.

מיר האבן אנגעהויבן איינצוזעהן אז ווען מ'לערנט א ש"ך, און מ'פארשטייט פלוצים וואס דער טו"ז האט געפרעגט אויפן רמ"א א בלאט פריער, איז דאס א זיסער טעם וועלכער ביעט עני טיים א געשמאקן עדיטאריעל, אדער א אינטערסאנטע פאנטאזיע בוך איבער מכשפים און שפיאנען, און הגם עס איז שוין אביסל שפעט, - נישט צו שפעט, אבער פארט שפעט - און גירסא דינקותא איז שוין אמממ.. לאמיר נישט רעדן, און אפילו יעצט האט דער יצר נישט פארגעסן פון אונז, אבער ווייסמיר עכ"פ אז מ'מיסט עפעס ווען מ'פארקוקט זיך אויף כל מיני שטותים ווי איידער אריינכאפן נאך א טו"ז אדער ש"ך, און מ'פראבירט "פון יעצט".

ווי האט ווי פלאי געזאגט? פשוט און פראסט: איר - קענט - מיטהאלטן!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט