ספר הק' "שפת אמת" באגלייט מיט הסברה (לפ' השבוע ומועדי השנה)

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

ספר הק' "שפת אמת" באגלייט מיט הסברה (לפ' השבוע ומועדי השנה)

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מיטוואך אפריל 01, 2015 12:50 pm

די וואך שמיני (א') איז דא שטארקע יסודות'דיגע רייד אינעם שפת אמת בנוגע מאכלות אסורות
אין די צווייטע שטיקל אויף די פרשה שטעלט זיך דער שפת אמת אויף די גמרא אין חולין מ"ב ע"א ווי די גמרא לערנט ארויס פינעם פסוק ואת "החי-ה" אשר תאכל אז נאר א חי' וואס איז ערמעגליכט צו לעבן מעג מען עסן למעט את הטריפה וואס הטריפה אינה חי'
פרעגט דער שפת אמת אז אין פסוק שטייט דאך אויך ואת "החי-ה" אשר לא תאכל אז די דברים האסורים לאכול ווערן אויך אנגערופן בלשון חי'
איז דער שפת אמת מבאר א מוראדיגע יסוד אין די כוחות הסטרא אחרא פון וואנעט זיי זענען יונק מקור חיותם
ווי באקאנט איז אין יעדע זאך און כח אויף דער וועלט פארהאן א כח פון הקב"ה וואס איז עס מהווה וואס אנדעם קען די זאך און כח נישו האבן קיין עקזיסטענץ
זאגט דער שפ"א אז דער כח וואס די סט"א האט צו מהווה זיין די אלע דברים ומאכלים אסורים קומט פון דער "כח ההתגברות וואס דער איד שטארקט זיך און לאזט זזיך נישט פארפירען פון די דברים האסורים דאס איז זיין יניקה" און דערפאר רופט עס די תורה אן "ואת החי, אשר לא תאכל" א די חיות פונעם דבר האסור איז די בחירה פינעם מענטש אשר "לא תאכל"

לפי"ז קען זיין אז דאס איז די פשט וואס מען זעט ביי אסאך דברים המותרים און זאכן וואס דער מענטש דארף זיך צוימען צו טון נאר וויפיל מען דארף און דעמאלטס איז עס בבחינת "מרעיבו שבע" ווייל אויב האט דער מענטש דער ריכטיגער "כח המעצר" און אפהאלט נישט צו זיך פירן ווי די גויי הארצות, האט די זאך די ריכטיגע חיות און עס שאדט נישט פארן מענטש, און אויב נישט איז עס טאקע בבחינת משביעו רעב אז דער מענטש האט נישט די ריכטיגע חיות וואס ער ברויך
........

האפענטליך וועט נאך בעפאר פסח ארויפגיין עטליכע שטיקלעך בביאור דברי ההגדה און ענינים אויפען מצות סיפור יציאת מצרים וואס דער הייליגער שפ"א איז בנועם דבריו און מיט זיינע טיפזיניגע דבורים מאיר דעם הייליגען יו"ט פסח אין אידישע הערצער.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך אפריל 01, 2015 1:07 pm

געוואלדיג!

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך אפריל 01, 2015 2:26 pm

הערליך!

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך אפריל 01, 2015 7:42 pm

א רייכער אנהייב.

כה לחי!
written using the Meshimer web filter

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

לחג הפסח

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מיטוואך אפריל 01, 2015 9:18 pm

יישר כחכם

....
מען זאגט בחג הבעל"ט זמן חירותינו זכר ליציאת מצרים, דער שפ"א איז מבאר אז די אלע שלש רגלים דרייט זיך ארים אט די ווערטער זכר ליציאת מצרים און זמן חירותינו ד.ה. אז די ריכטיגע חירות איז דאך מבואר בחכמינו זכרונם לברכה אין לך "בן חורין" אלא מי שעוסק בתורה ד.ה. אז ריכטיגע חירות איז נאר מיט די כח התורה זאגט דער שפ"א אז אין די ליכטיגע נאכט פינעם יום טוב פסח האט זיך געפענט די חירות און פרייהייט פארן כלל ישראל אבער דעם "בן חורין" דהיינו די "הבנה" אינעם חירות איז געקומען מיט די עבודה פון חג השבועות וואס אידן האבן גענימען דעם עול התורה אינעם כח הדביקות בתורה האט געברענגט דעם ריכטיגער באדייט פינעם "בן חורין" זאגט דער שפ"א אז א איד איז ממשיך צו גיין מיט דעם כחח וווייטער און לעבט מיט דעם חירות קומט דערנאך די געהויבענע ימי שמחה פינעם חג האסיף ווען אידן פרייען זיך מיט די געהויבענע סוכות טעג, לפי"ז קומט אויס אז אלע דריי ימים טובים דרייען זיך ארום די נקודה פינעם זכיי' צו זיין די ריכטיגער בן חורין
דער שפ"א פירט אויס "אז בכלל דור ודור ובכל שנה ושנה עפנט זיך אויף א פתח אין הימל וואס שיינט אראפ פאר יעדן איד באשר הוא שם דעם כח החירות וואס איז דעמאלטס נשפע געווארן בעת יציאת מצרים און אז דער איד איז זוכה צו גיין דערמיט מחיל אל חיל אי ער דער ריכטיגער בן חורין

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

א ווארט אויף פסח, מיטצונעמען אויף די יאר

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:35 pm

מוראדיגע רייד שטייט אינעם שפת אמת צו פארשטיין די חילוקים וואס מען טרעפט צווישען די נס היציאה ממצרים און דער נס פון קריעת ים סוף
אין יאר תרנ''ב איז דא א שיינע שטיקל אויף דער ענין, דער שפ''א איז מסביר דעם פסוק ויוציאם בכסף וזהב אז בשעת די יציאה ממצרים איז געווען א בחינה פון 'כסף און א בחי' פון 'זהב' ד.ה. אז די ביזת מצרים רופט דער מדרש אן נקודות ה'כסף' און די ביזת הים ווערט אנגערופען אין מדרש 'תורי זהב'
די ביאור אויף דעם איז ער מסביר אז די בחינה פון כיסופין און תשוקות צום הייליגן באשעפער איז בעיקר נתגלה געווארן בעת היציאה וואס אין די רגע פון יצי"מ איז נתגלה געווארן א געוואלדיגע אהבה און תשוקה צווישן כלל ישראל און דער באשעפער, אבער די סארט קשר איז נישט א קביעותדיגער וואס האלט אן אין אלע זמנים ווייל אהבה און כיסופים איז נאר דא אין דא אין געוויסע זמנים,
משא''כ די התגלות ביים ים און קשר פון אידן צום אייבערשטען ביים ים איז געקומען נאך א מוראדיגע יראה און פחד וואס האט זיך פאר זיי אנטפלעקט וואס דער בחינה איז מער א קביעותדיגער און האלט אן אויף לדורות
דער שפ''א זאגט לפי"ז אז דער קריעת הים איז געווען א ישועה און הצלה אנגעגרייט פאר אידן עד סוף כל הדורות מיט וואס מיר זאלן זיך דערהאלטן אינעם עומק הגלות, אבער די נס היציאה איז געווען מער אויסגעשטעלט לפי מצב הדור פון יענע תקופה דערפאר איז געווען דער הבדל צווישן די אופן היציאה און דער נס פון קרי''ס

....................
עס איז יתכן אז דערפאר איז דער ריבוי השמחה מער אין די צווייטע טעג, אזוי אויך מדי יום ביומו ביים דאווענען ליגט מער אין די סדר התפלה די פרטים פינעם נס ביים ים און מען זאגט דעם גאנצן שירת הים יעדן טאג
ווייל דער נס איז אינזער באגלייטער און דערהאלטונג אין אלע זמנים

עס איז אויך כדאי נאכצוזען דעם מהרש''א אנהייב פרק הרואה (אגדות מהרש''א) ביי די ברכה פון יתרו ברוך ד' אשר הציל אתכם ווי מען זעט אז די מהרש''א לערנט אז די נס פון די קריעת ים סוף איז נישט נאר געווען אין יענע מינוט פון די קריעה נאר יתרו האט געקענט מאכן די ברכה און זיין ''הרואה את מקום הנס'' אפילו שפעטער ווען ער האט געזען די אידן גיין אין מדבר.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 12, 2015 12:47 pm

דער שפ"א זאגט אז עס איז דא ריבוי שמחה די צווייטע טעג? ווייל בפשטות זענען די ערשטע טעג מער בשמחה - גאנץ הלל, אויך הלל ביינאכט. (ביי סוכות איז די ריבוי שמחה די צווייטע טעג מער)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:50 pm

עס איז מבואר בספרי חסידות [אפשר אין נאך ספרים] אז אין די צווייטע טעג איז דא א גרעסערע דגוש אויף "שמחה", בפשטות איז דעמאלטס געווען מער בשלימות די שמחה נאך וואס מען איז גענצליך פטור געווארן פון דעם רשעות'דיגע אומה וואס האט געפייניגט כלל ישראל אזויפיל יארן

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

על פרשת השבוע בקשר לשביעי של פסח

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:04 pm

שנת תרל"ט
אין פסוק די וואך שטייט וירא כל העם ''וירונו''
וואס איז דער וירונו? וואס האט מען געזינגען??

איז די שפ''א מבאר אז דאס איז געווען די שירת הים וואס זינט די חטא העגל איז די השגה פון שירה נישט געווען ביי אידן ביז דעם איצטיגער טאג שמיני למילואים, ווי די הייליגע זוה''ק זאגט אז זינט קריעת ים סוף איז נישט געווען אזא שמחה ווי דעם טאג פון שמיני למלואים
קומט אויס אז בסך הכל איז געווען עטליכע וואכן פון שביעי של פסח ביזן חטא העגל די שירת הים ביים כלל ישראל, און דער קומענדיגער יאר ר''ח ניסן ביום השמיני לחנוכת המשכן איז דער כח צוריקגעקומען צום כלל ישראל

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » זונטאג אפריל 19, 2015 12:25 am

זייער שיין כה לחי!
עס גייט שוין א נייע פרשה מיר ווארטען שוין צו הערן נאך א שיעור

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג אפריל 21, 2015 5:39 pm

בשנת תרל"ה איז דא א שיינע ביאור אויף דעם וואס טומאת נגעים האט געפאדערט סיי די "טומאת הנגע" און די טהרה אז עס זאל קומען דייקא דורך א כהן
עיי"ש ותמצא נחת

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

פרשת תזריע-טהרה

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » פרייטאג אפריל 24, 2015 1:58 pm

אינעם שטיקל הנ''ל איז דער שפ''א מבאר עטליכע שארקע יסודות אין די פרשת נגעים, קודם בויעט דער שפ''א זיין יסוד וואס איז מבואר אין עטליכע שטיקלעך די וואך אז דער טומאת הנגע איז א געוואלדיגער טובה און הייליגע זאך פאר אידן מיט דעם וואס דער כח הרע קומט ארויס אויפן אויבערפלאך און בלייבט נישט מעורב אינעווייניג אינעם מענטש, וואס דאס ברעגט אז מען זאל אויסשפייען דאס שלעכטס און נישט לאזן א עירוב קודש וחול טומאה וטהרה בענעזאם
און דערפאר ווייל דאס איז טאקע אזא גרויסע און וויכטיגע שליסל פאר אידן איז דער דין אז דוקא מיטן הבאה אל הכהן און די ראיית הכהן נאר דורך דעם ווערט געשאפען דער ''חלות הטומאה'' ווייל צו ברענגן די רפואה פון אפשיידן די כח הרע פעלט זיך אויס דעם כח הכהן

דער שפת אמת איז בתוך דבריו מבאר דער גאנצער הסתר וואס האט זיך געשאפען אויף די וועלט זייט די חטא פינעם עץ הדעת וואס איז דורכדעים נמשך געווארן א חושך און בלינדקייט נישט צו זען דעם אור האמת, נאר נאך אסאך יגיעה און מיטשעריי קומט דער מענטש צום אמת
און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז נאכן חטא געווארען די כתנות עור וואס ווייסט אויף א צודעק און באהעלטעניש
און די לעכער וואס איז פארהאן אין די הויט פינעם מענטש זענען מרומז אויף די נקודות הטובות וואס ליגט באהאלטען דערינטער, און דורך די ריבוי חטאים רח''ל ווערט פארשטאפט די לעכער און עס שפראצען דורכדעים ארויס די מראות הנגעים
און דייקא דורכן כח הכהן וואס היילט אויס די מענטש און ציט ארויס פינעם מענטש די כח הרע דורך אים איז מען מטמא דעם מענטש וואס ברענגט צום סוף זיין טהרה

דער שפת אמת זאגט ובוודאי אדם השלם ראוי לו 'לשמוח' בזה שרואה שפלותו
וויל דורך די שמחה און ליבשאפט צום הוצאת הרע מקרבו קומט ער נענטער צו די טהרה


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט