שיעור תניא אויף אייוועלט, וואס זאגט איר?

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

שיעור תניא אויף אייוועלט, וואס זאגט איר?

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך מארטש 25, 2015 12:30 am

בס"ד
ב"ה מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס ס'ווערט גרינגער צו לערנען, עס קומען ארויס חדשים לבקרים ספרי עזר ארטסקרול מתיבתא און נאך, עס ווערן נתייסד שיעורי הקהילות, און מ'באקומט נאך געלט פארן לערנען!. אבער אין איין פעלד גייט עס נאך אביסעלע שטאט.. דאס איז די לימוד פון חסידישע ספרים און אנדערע מוסר והשקפה ספרים וואס אונזערע צדיקים וקדושים האבן געשריבען במשך הדורות אריינצובלאזען אביסל חיות אין יודישע נשמות, דאס הינקעט נאך א ביסל אינטער..
די סיבה פאר דעם איז זייער פשוט. ווייל עס איז געשריבן אין א ביסל א שווערע שפראך, און עס פעלט זיך אויס צו וויסן אסאך הקדמות עס צו פארשטיין, און אינם היינטיגע דור אין די יעצטיגע שווערע מצב הפרנסה וואס אונז געפינען זיך, וואס מ'דארף ארבעטען אזוי שווער, דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אויב מ'קומט אן צו לערנען דעם ביינאכט שיעור און אז דער קאפ ארבעט נאך אביסל אז מ'זאל פארשטיין וואס מ'לערנט, נאך אזא שווערע טאג פון ארבעט.
אבער פון די אנדערע זייט איז היינט א תקופה וואס מ'דארף זיך מחזק זיין אין אמונה און אין די ריכטיגע השקפה, בפרט מיר יודען וואס דארפן אנקומען צום אינטערנעט וועגן פרנסה ווייסן מיר דאך און זעהן דאך די סכנה וואס טוט זיך היינט אין די היינטיגע אפענע וועלט, איז דאך זיכער א מצב וואס מיר דארפן בויען דעם מעט אור וואס איז דוחה הרבה מן החושך, וועגן דעם וואלט איך פארגעשלאגען אז מיר זאלען מייסד זיין א שיעור אין מוסר און אין חסידישע ספרים טאקע דא אין ביהמ"ד דקהילתינו בית יאנאש ווי מיר זאלען לערנען מוסר און חסידישע ספרים על הסדר.
נאך א נקודה וואס איז א מעלה לענ"ד פון דעם שיעור דייקא אין בית יאנאש. היינטיגע צייטען יאוועט זיך א דור פון משפיעים פון איין זייט מיט מתנגדים אויף זיי פון די צווייטע זייט... אבער א פשוטע שיעור פון חסידישע ספרים אן קיין נגיעות צו שלעפען דעם עולם צו א געוויסע קרייז א.ד.ג. איז דא ווייניג! און אפילו אויב ס'איז יא דא אבער דער עולם טראסט שוין היינט קיינעם נישט! וועגן דעם דא אין א אפענע פארום איז אסאך גרינגער זיך צו האלטען צו די ספרים נייטראל אן קיין נגיעות, ווייל די רשות הדיבור איז געגעבן געווארען פאר יעדן (חוץ פון די מעקערייען פון די אחראים..) ממילא קען יעדער ארויס ברענגען זיין מיינונג און זעהן אז די אשכול זאל נישט פארפארען וד"ל.
הגם אין די טאג טעגליכע לעבן בין איך נישט ממש פון די פני און מגי"ש פון ביהמ"ד, איך בין מער אן עמך יוד. אבער לענ"ד האט מיר דער באשעפער באשאנקען מיט טאלאנטען פון הסברה (און פון ענקערע תגובות וועל איך מיך טאקע איבערצייגען אויב איך בין גערעכט...) וועגן דעם טראכט איך אפשר צו שרייבן א שיעור כללי אין א ספר, ביז מ'וועט עס מסיים זיין און נאכדעם אנפאנגען א פרישע, און אזוי ווייטער, אויב דער עולם האט חשק.. און אזוי וועל איך מיך קענען מחזק זיין, צו יונק זיין אביסל לעכטיקייט אין די טאג טעגליכע וואכעדיגע לעבן און גלייכצייטיג האבן די חיזוק פונם חשובן עולם וואס איך האף אז מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם.
די שאלה איז נאר וועלכע ספר צו לערנען?
איך וואלט פארגעשלאגן צו אנפאנגען מיטן ספר התניא, וואס אנדערש ווי אלע חסידישע ספרים וואס זענען געשטעלט אויפן פרשה איז דאס געשטעלט לויט די ענינים, און איז א חשוב יסודות'דיגער ספר אנגענומען אין אלע קרייזען.
כ'וואלט געוואלט בעטן דעם חשובען עולם דער עולם זאל מגיב זיין סיי אויפן עצם שיעור און סיי אויף וועלכע ספר אנצופאנגען און מיר האפן אז חפץ ה' בידינו יצליח אמן.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום מיטוואך מארטש 25, 2015 2:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך מארטש 25, 2015 12:37 am

זייער א גוטע געדאנק! פונקט נעכטן געקלערט אז כ'האב שוין לאנג נישט געלערנט קיין מוסר
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מארטש 25, 2015 1:16 am

גאר גאר א חשוב'ע זאך, ויה''ר שחפץ ה' בידינו יצליח,
לקוטי אמרים תניא איז זייער א גיטע אויסוואל.
ר' האנטעך תחזקנה ידיכם!
הק' איש ימיני

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

תגובהדורך פאפענדעקל » מיטוואך מארטש 25, 2015 1:37 am

שטארקע זאך, עס איז דא אן היפשער חלל אין די נושא.

עס איז באקאנט א מעשה, אז איינער פון די תלמודי בעל שם האט אמאל נאכגעזאגט עפעס א דבר הלכה פאר דעם שטאטס רב -וואס איז געווען א מתנגד- בשם זיין רבין אוסדריקנדיג אזוי האב איך געהערט פון מיין רבין דער און דער גאון.. האט דער רב אים געפרעגט מילא א צדיק, א קדוש, דאס האבעך שוין געהערט זאגן אויף דעם רבין, אבער א גאון? נאכנישט געהערט? האט ער אים גענטפערט, אויף דעם פסוק לא תבשל גדי בחלב אמו אדער וכל נבילה לא תאכלו איז דער רב א גאון און קען ארויסגעבן גאנצעטע חיבורים, ווען עס קומט אבער צו ואהבת את ה אלוקיך אדער צו את ה אלוקיך תירא דארט קען דער רב נישט צופיל אריינרעדן.. אט דארט איז מיין רבי א גאון!!

דרייט זיך טאקע ארום א דור פון תלמידי חכמים אבער אין די נושאים קען מען זיך נאך טאקע צולערנען.

(גענוג אן עהרנסטן תגובה אויף צו באנייען מיין ניק, ניין?)

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך מארטש 25, 2015 9:27 am

גערעכטער האט געשריבן:גאר גאר א חשוב'ע זאך, ויה''ר שחפץ ה' בידינו יצליח,
לקוטי אמרים תניא איז זייער א גיטע אויסוואל.
ר' האנטעך תחזקנה ידיכם!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:35 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:גאר גאר א חשוב'ע זאך, ויה''ר שחפץ ה' בידינו יצליח,
לקוטי אמרים תניא איז זייער א גיטע אויסוואל.
ר' האנטעך תחזקנה ידיכם!

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » מיטוואך מארטש 25, 2015 3:42 pm

געשמאקע רעיון!
איך וואלט הנאה געהאט דערפון

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 1:24 pm

גערעכטער האט געשריבן:גאר גאר א חשוב'ע זאך, ויה''ר שחפץ ה' בידינו יצליח,
לקוטי אמרים תניא איז זייער א גיטע אויסוואל.
ר' האנטעך תחזקנה ידיכם!

ליקוטי אמרים איז פון די ספרי יסוד אין חסידות
כ'האב שוין כמה פעמים אנגעהויבן און שטעקן געבליבן
עלה והצלח וזכות הרבים בידך

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 1:37 pm

לטובה ולברכה האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:גאר גאר א חשוב'ע זאך, ויה''ר שחפץ ה' בידינו יצליח,
לקוטי אמרים תניא איז זייער א גיטע אויסוואל.
ר' האנטעך תחזקנה ידיכם!

ליקוטי אמרים איז פון די ספרי יסוד אין חסידות
כ'האב שוין כמה פעמים אנגעהויבן און שטעקן געבליבן
עלה והצלח וזכות הרבים בידך

איך האב אויפגעזוכט דעם אשכול ווייל איך בין געווען זיכער אז דו גייסט שוין היינט פארלערנען
יחי המלך

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 1:38 pm

גרייטס אן די האנטוכער אין זיך זעצען לערנען
יחי המלך

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:49 pm

א גרויסע ייש"כ פאר די מגיבים אויפן אשכול און ס'טאקע געבליבען אז מ'זאל אפאנגען תניא. מקען שוין אנטוען די סיט בעלטס מיר האפן בקרוב ממש אנצופאנגען דעם ערשטן שיעור

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 7:39 pm

ביטע עפענען א עקסטערע אשכול פאר הערות והגהות, כדי די שיעור זאל נישט פארפארען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:32 pm

גאר גאר א וויכטעגע זאך א סאך עגמת נפש קען מען זיך פארשפארען מיטען לערנען אין באלעבען דערמיט טאג טעגליך וחפץ ה'בידך יצליח

אוועטאר
מי אני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 19, 2014 2:21 am

תגובהדורך מי אני » פרייטאג מארטש 27, 2015 9:15 am

איך האב אויפגעזוכט דעם אשכול ווייל איך בין געווען זיכער אז דו גייסט שוין היינט פארלערנען[/quote]

אוועטאר
מי אני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 19, 2014 2:21 am

תגובהדורך מי אני » פרייטאג מארטש 27, 2015 9:18 am


אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג מארטש 27, 2015 3:26 pm

משה צימערינג האט געשריבן:איך האב אויפגעזוכט דעם אשכול ווייל איך בין געווען זיכער אז דו גייסט שוין היינט פארלערנען

די שיעור תניא איז אין א באזינדערע אשכול
viewtopic.php?f=12&t=26225

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » זונטאג מארטש 29, 2015 10:28 pm

אויב איינער וויל פארלייגען צו לערנען נאך א שיעור דא אין ביהמ"ד בית יאנאש קען מען נוצן דעם אשכול


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט