שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה
אלץ בחור האב איך געהערט פון עטליכע בעלי דרשנים אז דיני השכמת הבוקר פאנגט זיך אן וואס מען דארף טון ווען מען שטייט אויף, און די צווייטע סעיף פאנגט זיך אן וואס מען זאל טוען ווען מען לייגט זיך שלאפן. האבן זיי געזאגט , אז אויב מען לייגט זיך ווי א איד, שטייט מען אויף ווי א איד. און פארדעם קומט עס זייער גיט אריין צווישין די דיני השכמת הבוקר.
די ווארט איז באקאנט פון ר' מאיר'ל פרימישלאנער, ער שטעלט זיך פארוואס דער רמ"א שרייבט אז מען זאל זיך לייגן שלאפן מיט "שויתי", דער מחבר האט דאך אנגעהויבן מיטן אויפשטיין צופרי. אויף דעם ארויף האט ער געזאגט דעם באקאנטן ווארט: אויב מען לייגט זיך ווי א פערד, שטייט מען אויף א פערד, דערפאר שרייבט דער רמ"א אז מען זאל זיך לייגן ווי א איד, אזוי וועט מען האפנטליך אויפשטיין מיט א אידישע נשמה.
מיר האבן היינט געלערנט אין קיצור שלחן ערוך סימן א' סעיף ד': קודם שיתגבר עליו היצר הרע בטענות ותואנות לבל יקום. ויתחכם עליו להשיאו בחורף: איך תקום עתה בבוקר השכם והקור גדול, ובקיץ ישיאנו: איך תקום ממטתך, ועדיין לא שבעת משנתך, או בטענות אחרות וכדומה.
אויף אידיש: דער יצר הרע רעדט איין דעם מענטש פארשידענע זאכן פארוואס ער זאל בלייבן איינגעוויקעלט אונטערן קאלדרע און נישט ארויסקריכן דערפון אין די פריע פארטאגס שטונדן, דהיינו: אין די ווינטער פרעגט ער אים "וויאזוי קענסטו אויפשטיין אזוי פרי? עס הערשט דאך א פרעסט אינדרויסן? בלייב אביסל ליגן, שפעטער וועט די זון אויפקומען און עס וועט ווארעם ווערן אויף דער וועלט", און אין די זומער טעג זאגט דער יצר הרע "וויאזוי קענסטו שוין אויפשטיין? ביסט דאך נאכנישט גענוג געשלאפן? לייג זיך צוריק, שלאף נאך אביסל!".
וויל איך פארשטיין: פארוואס אין די ווינטער זאגט ער אים נישט סתם "שלאף נאך אביסל, ביסט נאך צו ווינציג געשלאפן", פארוואס ברויך ער אנקומען מיט א "פארקילעכץ" טענה, און איז נישט צופרידן מיט א "מידקייט" טענה, אזוי ווי אין די זומער.

איך האב אויך געקלערט אזוי, אבער למעשה ביי אונז - היינטיגע צייטן - איז ליידער נישט קיין נפקא מינה, און מען איז קיינמאל נישט אויסגעשלאפן... ווי די וועלטס ווערטל לויטעט: אדם מיע"ד לעולם.
בדרך אפשר קען מען זאגן, אז זינט דער יצר הרע האט פארלוירן זיין טענה אז עס איז קאלט אינדרויסן (א דאנק די מעכטיגע הייצונג סיסטעמען וואס ווארימען אונז אן אין אלע שעות פונעם טאג), האט ער זיך גענומען באנוצן מיט די מיעדקייט טענה א גאנץ יאר (פרייליך).

ווען איך האב געשריבן די תגובה איז שוין געווען מאנטאג, אבער ווען יאנאש האט געשריבן זיין תגובה איז נאך געווען זונטאג.
מיר האבן געלערנט אינעם היינטיגן שיעור אז בעפאר נטילת ידים טאר מען נישט צורירן די אויגן/אויערן/נאז/מויל און דאס גלייכן, ווייל די רוח טומאה איז שורה אויף די הענט.
אין די גמרא (שבת ק"ט ע"א) שטייט אז אויב מען רירט יא צו איינע פון די אברים מיט טמא'נע הענט, ווערט מען חלילה בלינד/טויב ח"ו עיין שם.
איז כדאי מעתיק צו זיין וואס איך האב געזען אין ספר כף החיים (או"ח סי' ד' סקי"ט) בשם ספר סולת בלולה וז"ל, ומ"ש שהרוח רע מסמא ומחרשת וכו', אע"פ שאינו כן בחוש העין, הענין הוא בתורה, ור"ל הנוגע באחת מאלה נעשה באותו היום סומא או חרש בתורה, כי לא יבין מה שיראה בתורה ולא יבין מה שישמע כו' עכ"ל.
אין שבט מוסר (פרק ט"ז סי' י"א) ברענגט ער אן אנדערע פשט דערויף, בשם צוואת ר"א הגדול, וז"ל, רוח הטומאה שורה על הידים, ואל תעביר אותה על עיניך פן יכשלו רבים במראית עיניך כי אין ברכה שורה בראית עין שקבל טומאה עכ"ל.

אויף די שיעור פון פרייטאג האב איך געוואלט צולייגן אז עס איז א גרויסע מחלוקת צווישן די פוסקים אויב מען ברויך צובינדן די לינקע בענדלעך פון הויזן (לדוגמא) אדער נאר פון שיך, דאס הייסט אז הגם דער קיצור שו"ע זאגט אז סיי ביי שיך און סיי ביי אנדערע מלבושים זאל מען צוערשט צובינדן דאס לינקע זייט, זענען אבער דא חולקים דערויף.
מיר האבן היינט געלערנט:
בבית הכסא אסור להרהר בדברי תורה, לכן בהיותו שמה, טוב שיהרהר בעסקיו ובחשבנותיו, שלא יבא לידי הרהור תורה או הרהור עבירה חס ושלום. ובשבת שאין להרהר בעסקיו, יהרהר בדברים נפלאים שראה ושמע וכדומה.
האב איך געקלערט, בדרך אפשר, אז שבת קען מען טראכטן פון די תגובות אין קרעטשמע... וואס גייען לכאורה אויך אריין בגדר "דברים נפלאים שראה ושמע וכדומה"

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15481
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
עס איז באקאנט (?) די מעשה פון א גרויסע גביר וואס איז געשטארבן, און מען האט מכבד געווען דעם רב פון שטעטל זאל זאגן אפאר ווערטער ביים לוויה, וואס צו זאגן איז נישט געווען, קיינמאל קיין ספר נישט גע'עפענט, קארג געווען ווי דער גוטער יאר, א טובה פאר א צווייטן מאן דכר, קוים געדאווענט מיט מנין.
אבער דער רב איז קיין נער נישט געווען, ער האט דאך געוואוסט אז דא ווארט אים א גרויסע מטבע וואס ער האט נישט געקענט ערלויבן צו פארלירן, איז ער אויפגעקומען אויף א וואזשנע בייפאל, ער האט זיך אויפגעשטעלט אין געזאגט, רבותי דא ליגט פאר אונז א איד וואס מען קען זאגן אויף אים במלא מובן אז ער האט קיינמאל נישט עובר געווען אויפן דין פון אסור להרהר ד"ת במקומות המטונפים, ווער פון אונז קען דאס זאגן, דער גאנצער עולם האט אויסגעבראכן און א ............

דער עולם זאל געווארנט זיין - די וואס לערנען דעם טעגליכן שיעור אין בית המדרש - אין וועלכן ספר קיצור שולחן ערוך מען לערנט דעם שיעור!
איך פלעג ביז יעצט לערנען אין איין געוויסע דרוק (נדפס בשנת תש"ב), ביז איך האב אנגעהויבן באמערקן דארטן אזעלכע מאדנע שיבושים, געפערליכע גרייזן, אזש גאנצע סעיפים האבן געפעלט (און איך האב זיך שוין אפילו צעמישט מיטן סדר השיעור).
ביי די היינטיגע שיעור, האט למשל געפעלט די צווייטע האלב פונעם ערשטן סעיף וואס מען לערנט היינט, א פחד נורא, דער עולם זאל זען צו לערנען דעם שיעור אין א ספר מוגה.

לכאורה "מטות שלנו" מיינט אז ביי אונז איז געווענליך ליידיג אונטערן בעט, משא"כ ביי זייערע בעטן וואס דאס איז געווען א גאנצע סטארעדזש פאר העלצער און אנדערע חפצים, ממילא האט עס געקענט חוצץ זיין אינעם שטוב (רבינו יונה ברכות פרק ג' בשם הגאון). אדער ווענדט זיך עס וויפיל טפחים עס איז דא צווישן די בעט און די ערד (ווינציגער ווי 3 טפחים זאגט מען לבוד און עס איז חוצץ, 10 טפחים הייסט אויך שוין א באזונדערע רשות, ברכות כ"ה ע"ב), אדער ווענדט זיך דאס אויב די בעט האקט טאקע איבער דעם שטוב אין צווייען, ד.ה. ער ציהט זיך פון איין וואנט ביז די צווייטע (כך הבנתי מדברי המג"א סי' פ"ז סק"ד).
--
בית המרחץ: אמאליגע צייטן פלעגט זיין דריי שטובער אין בית המרחץ, יעדע שטוב האט געהאט א באזונדערע דין לגבי מזכיר זיין א דבר שבקדושה, אבער היינט האט אלעס א דין בית המרחץ ווייל אין אלע שטובער דרייט מען זיך ארום פולשטענדיג ערום, אנדערש ווי אמאל וואס מען האט זיך אויסגעטאן נאר האלב אין די פאדערצימער, פארענדיגט אינעם מיטעלן צימער, און די דריטע צימער האט מען זיך גערייניגט (דארט איז די הארבסטע, ווייל דארט איז די זוהמא גאר שטארק).