שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 12:06 am

איך האב געהערט אז דער ענין פון זיצן איז, ווייל מען זאל נישט יוצא זיין דערמיט שמונה עשרה (עס פארמאגט אכצן שמות, אקעגן די שמונה עשרה ברכות), און די וואס שטייען - האב איך געהערט - זענען מדקדק צו שפאצירן, אדער זיך אויסדרייען צו אן אנדערע ריכטונג, נישט קעגן מזרח.

---
סעיף ג
מי שבא לבית הכנסת לתפלת ערבית, ומצא שהצבור עומדין להתפלל שמונה עשרה, אפילו עדיין אינו לילה אלא מפלג המנחה ולמעלה, מתפלל עמהם שמונה עשרה, ואחר כך כשיהיה לילה אומר הקריאת שמע עם הברכות.

לכאורה איז דאס נאר גילטיג ווען דאס איז די איינציגסטע מנין אין שטאט, אנדערש דארף מען אויסווארטן ביזן קומענדיגן מנין און דאווענען קרי"ש וברכותיה דערנאך שמו"ע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 8:28 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ה' פרשת טהרה, תשס"ח לפ"ק.

ואמר ריש לקיש כל העוסק בתורה בלילה, חוט של חסד נמשך עליו ביום, שנאמר יומם יצוה ה' חסדו ובלילה שירה עמי, מה טעם יומם יצוה ה' חסדו, משום ובלילה שירה עמי.


און זוה"ק [געלערנט לעצטנס אין חק] שטייט די זעלבע זאך, און דער זוה"ק לייגט צו אז ווער ס'לערנט נאך חצות איז זוכה לאשתיזבא מכולא, איר הערט גוט פון אלע סכנות און פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות ווערט מען נוצל אין זכות פון לימוד התורה נאך חצות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 13, 2008 5:51 pm

איך לעב שוין כך וכך יארן און נישט געוואוסט פארוואס מען דארף זיך לייגן שלאפן אויף די לינקע זייט !

ביז איך האב געלערנט דעם היינטיגן סעיף אין קיצור שו"ע, וואו ער ערקלערט דאס בטוב טעם ודעת.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 13, 2008 9:41 pm

קרעמער האט געשריבן:איך לעב שוין כך וכך יארן און נישט געוואוסט פארוואס מען דארף זיך לייגן שלאפן אויף די לינקע זייט !

ביז איך האב געלערנט דעם היינטיגן סעיף אין קיצור שו"ע, וואו ער ערקלערט דאס בטוב טעם ודעת.
כך ו"כח" יארן איז דעך 28

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 14, 2008 9:35 am

"ופרהסיא הוי בפני עשרה מישראל, ולאו דוקא שעושה בפניהם ממש אלא שיודעין בהעבירה"

אן אינטערסאנטע דערהער. עס מיז נישט זיין בפרהסיא, עס איז גענונג אז צען מענשן ווייסן נאר דערפון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 10:55 pm

אינעם היינטיגן שיעור:
"בקדושה דמוסף שאומרים שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד, ומיד אומרים הקהל אחד הוא אלהינו וכו', הוא טעות, כי אסור לומר תיבת אחד שני פעמים רצופים, אלא יאמר ה' אחד הוא אלהינו וכו'. אך השליח צבור שהוא ממתין על הצבור, יכול הוא להתחיל בתיבת אחד, כיון שהפסיק בנתים. "

אינטערסאנט, איך האב נאך נישט געהערט אזא נוסח.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג מאי 30, 2008 10:17 am

(נישט) אינטערסאנט, איך האב שוין יא געזעהן אזא נוסח.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 30, 2008 11:25 am

ווי ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 30, 2008 11:28 am

איך געדענק דעם דאפעלטן אחד, פון די אלטע סידורים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 16, 2008 10:32 pm

אין היינטיגן שיעור לערנען מיר:
וכן כשמקדש ביום בשחרית קודם הסעודה הקבועה ואוכל פת כיסנין, יש לקחת שתים שלמות.

דאס איז אין מיינע אויגן א חידוש! אז ביי קידוש שבת צופרי נאכן דאווענען, דארף מען מקפיד זיין צו נעמען 2 קיפעלעך וכדומה, ווי איידער א גאנצע טאץ אויפגעשניטענע קעיק!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 16, 2008 11:06 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב געהערט אז דער ענין פון זיצן איז, ווייל מען זאל נישט יוצא זיין דערמיט שמונה עשרה (עס פארמאגט אכצן שמות, אקעגן די שמונה עשרה ברכות), און די וואס שטייען - האב איך געהערט - זענען מדקדק צו שפאצירן, אדער זיך אויסדרייען צו אן אנדערע ריכטונג, נישט קעגן מזרח.


עס שטייט אין תפלה ישרה סידור'ל פאר ברוך ה'.

אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובהדורך קרעטשמע מאן » מאנטאג יולי 07, 2008 6:43 pm

מיר האבן היינט געלערנט אין סעיף ו' אזוי:
"דבר שאי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה אסור להדיחו בשבת אפילו בצונן. ודג מלוח, מותר לשרותו במים צוננים לפי שגם קודם השריה ראוי לאכילה."

האב איך א שאלה. וואס איז די דין ווען איך האב א מאכל וואס נארמאלערהייט קען מען עס עסן אן דעם וואס מ'זאל עס אפוואשן, אבער די הלכה פארלאנגט אז מ'זאל עס אפוואשן פארן ניצן, (א שטייגער ווי פרוכט, טרויבן, וכדו' צו אנדערע פראדוקטן) הייסט דאס אז מ'קען דאס נישט עסן פארן אפוואשן "אי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה" וויבאלד מ'טאר דאס נישט עסן אנא דעם וואס עס ווערט אפגעואשן פון פריער?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:58 pm

קרעטשמע מאן האט געשריבן:האב איך א שאלה. וואס איז די דין ווען איך האב א מאכל וואס נארמאלערהייט קען מען עס עסן אן דעם וואס מ'זאל עס אפוואשן, אבער די הלכה פארלאנגט אז מ'זאל עס אפוואשן פארן ניצן, (א שטייגער ווי פרוכט, טרויבן, וכדו' צו אנדערע פראדוקטן) הייסט דאס אז מ'קען דאס נישט עסן פארן אפוואשן "אי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה" וויבאלד מ'טאר דאס נישט עסן אנא דעם וואס עס ווערט אפגעואשן פון פריער?
לכאורה די אלע ביישפילען זענען זאכען וואס מען דארף נישט דוקה אפוואשען.
מקען זיי אפשיילען אויך.
מה שאין כן די הלכה רעדט פון דבר שאי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה.
איך זאג דאס בדרך אפשר.
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:54 pm

אינעם מאנטאג'דיגן שיעור, שטייט אז מ'טאר נישט אויסקוועטשן קיין אייטער, איך האב געוואוסט, אז אויב האט מען נישט אינזין אריין צו לאזן לופט, נאר ארויס צו לאזן די אייטער מעג מען יא, ווייל ס'איז נישט קיין פתח להכניס ולהוציא, האב איך געלעבט אין א טעות?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:15 pm

אין די גמרא שטייט אז מפיס מורסא (עפענען אן אייטער בלוז) איז מותר לכתחילה, אבער דער מגן אברהם שרייבט אז מען זאל אכט געבן פון מאכן א חבורה (איך שרייב בלויז נאך וואס איך האב יעצט געזען אויף א חיפוש אין משנה ברורה).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 8:15 pm

קרעמער, וואו האסטעך געיאגט, אז דו האסט ארויף געריקט דעם מיטוואך שיעור אזוי פריה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:00 pm

פילייכט צו מנחה-מעריב, אדער האט זיך סתם פארווארפן א ליידיגע מינוט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 7:24 pm

דא לייגטער מער אריין א טאג פריער, און נאכדעם לאזטער אינגאנצן אויס איין טאג, א מין ווערטשאפט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 9:37 pm

איך_הער האט געשריבן:סעיף ג
אבל בתי עינים (משקפיים) אף על פי שהן משובצות בכסף אסור לצאת בהן.


מ'זעט היינט זייער ווייניג מענטשן וואס זענען מחמיר דערינען, פארוואס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:15 am

אפשר אין זיינע צייטן איז דאס נישט געווען אזא נארמאלע זאך צו טראגן?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 11:10 am

דער עיקר סבה איז געווען ווייל די אמאליגע גלעזער האבן זיך נישט געהעריג געהאלטן אויף די נאז, אין די דילמא משלפי איז גארנישט געווען א דילמא עס איז געווען כמעט א ברי, אם כן אפילו ווען עס איז א תכשיט טאר מען נישט ארויס גיין, משא"כ אונזערע ברילן האט דאך דער פאטענט פון ניצן די אויערן א עס זאל נישט אראפפאלן, און עס איז באקוועם איז מען שוין נישט חייש אויף דעם אפילו ווען עס איז נישט קיין תכשיט.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 11:54 am

גיט מעורר געווען
אבער איך געדענק נאך ווען אין ביהמד"ר איז געווען א אויסגעניצטע טישא באקס ווי עס איז געלעגן אסאך גלעזער אלע מינע, פאר די אלטע לייט וואס האבן נישט געברענג (אפשר ווייל זי האבען מחמיר געווען אויף די הלכה?)
טעמו וראו כי טוב השם

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 12:59 pm

ווייסט איינער אויף וואספארא סדר דער בעל קיצור שלחן ערוך גייט?

אין שו"ע אליינס איז די הלכות פון עשיית חפציו בלא מלאכה סי' ש"ז תיכף פאר מוקצה, און ער לייגט עס גלייך נאך מוקצה.

ווי אויך איז שטארק כדי מיטצוהאלטן דעם סימן, כידוע איז מען שטארק נישט נזהר אין די הלכות, ווייל מענטשען כאפן זיך נישט, אבער אז מ'לערנט עס כסדר ליגט עס אין קאפ און ווען עס קומט לידי מעשה שפרינגט די הלכה ארויף פאר די אויגן.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 7:34 pm

איך האלט אז מען דארף לייגן דעם שיעור אדער לכה"פ א לינק אויפן הויפט היים בלאט

זאלן כאטשיג אלע יודן זעהן אז דא לערנט מען

וואס האלטן די מנהלים?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 7:56 pm

אז דער שיעור איז א שיעור פנימי פאר די פורום'ס, און מיר ברויכן נישט צוקומען צו קיינע גוטע מיינונגן פונעם אלגעמיינע ציבור.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט