שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 10:42 pm

דאס איז פאר דעם וואס זיי וועלן פארפאסן די קומענדיגע מאנטאג און דאנערשטאג. מ'דארף דאך ליינען שני וחמישי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 11:11 pm

שני וחמישי האט מען מתקן געווען, כדי עס זאלן נישט אדורכגיין 3 טעג אן לערנען, וילכו שלשת ימים ולא מצאו מים זו תורה. יעצט זיי מיר מסביר וואס טוט מען אויף ווען מען ליינט שבת ביי מנחה? למעשה גייט ווייטער פארביי א גאנצע וואך אן קיין תורה לערנען.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג פאברואר 19, 2007 10:02 am

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום ב' לסדר תרומה, א' אדר, ב' דר"ח אדר תשס"ז לפ"ק
[מען הייבט אן א נייע סימן, ווער .........................]

די מיינסט אז די וואס הלטן נישט מיט קומען דא אריין?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:59 am

וויאזוי זאגט די ניו יארק לאטא?

העי, יו קען נעווער קנאו

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:23 am

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום א' תצוה, ז' אדר תשס"ז, יומא דהילולא של נותן התורה, משה רבינו עליו השלום.
נותן התורה? די ערשטע מאל וואס איך זעה אזא טיטעל אויף משה רבינו, איך מיין אז עס איז א טעות, ווייל מען ריפט אזוי אן דעם הייליגען באשעפער אינעם ברכת התורה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 25, 2007 11:54 am

ביסט גערעכט, איך וועל דאס יעצט טוישן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:49 pm

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תצוה, ט' אדר, תשס"ז

מיטן לערנען דיני קדיש יתום - קען מען יוצא זיין בבחינת ונשלמה פרים שפתינו, מען זאל זיין אפגעהיטן פון אלעם בייזן.


דאכצאך אויף דיני אבילות איז דער דין אנדערש, להלכה זאל מען נישט לערנען. אפשר גייט דאס נישט אריין אין דעם דין פון הלכות אבילות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:08 am

איך האב עפעס נישט ארויס דעם סעיף:
סעיף יג
מי שמתפלל בבית הכנסת או בבית המדרש תמיד, אם בא לומר קדיש בבית הכנסת האחרת, האבלים שבשם יכולין לדחותו, ואפילו הוא תוך שבעה, דגרע מהאורח, כי האורח אין לו מקום להתפלל ולומר קדיש, וזה יש לו.

ווער שטופט למעשה אפ וועם? דער אורח האט דעם קדיש אדער דער תדיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:26 am

די וואס דאווענען שטענדיג אין יענעם שוהל, זיי האבן די אויבערהאנט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:31 am

סאו וואס איז פשט פון די ווערטער 'דגרע מהאורח, כי האורח אין לו מקום להתפלל ולומר קדיש, וזה יש לו.'??

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 02, 2007 1:08 am

עס מיינט לכאורה, אז ווען ער וואלט ווען געווען אן אורח וואלט ער ווען נישט נדחה געווארן, ווייל אלץ אורח האט ער נישט וואו צו זיין, משא"כ ער, וואס האט א פלאץ וואו צו זיין, און אן קיין סיבה איז ער אהער געקומען ממילא ווערט ער נדחה. יעצט לערן איבער און קוק אויב ס'שטימט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 02, 2007 1:09 am

דאס איז טאקע דער פשט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מארטש 02, 2007 1:15 am

יישר כח איך הער, דאס איז טאקע פשט, און עס באציהט זיך צו א פריערדיגן סעיף.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 05, 2007 12:54 pm

יאנאש האט געשריבן:שיעור יום ג' פרשת תשא, ט"ו אדר פורים דמוקפין תשס"ז לפ"ק


יאנאש;

האלטסט נאך אינמיטן דיין הענג-איבער? היינט איז דינסטאג?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 05, 2007 1:33 pm

איי איי איי עס איז נאך צרות זעהט אויס, איך טויש עס שוין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 05, 2007 11:37 pm

אפשר זאל מען דאס יא לאזן, ווי נישט ווי, איז דאך שושן פורים נישט קיין ארבעטס טאג, און אויטאמאטיש האט דער עולם (פילייכט) נישט געלערנט דעם שיעור.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 11, 2007 9:53 pm

דאס וואס מ'האט געלערנט אינעם היינטיגן שיעור, זענען פילע חברי הקרעטשמע מקיים מיט'ן לערנען דעם טעגליכן קיצור. און ווער נישט, דארף זיך טאקע אנשטרענגען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 10:05 am

3x0 האט געשריבן:סעיף ד
אפילו שאר ספרי קודש, אם מונחים על ספסל, אסור לישב על ספסל זה, אלא אם הספרים מונחים על איזה דבר שגבוה לכל הפחות טפח, ומכל שכן דאסור להניח ספרים על גבי קרקע.


א מלמד מיינער האט אמאל געזאגט אז אויב לייגט מען אונטער א בעג וכ"ש א העלצל, איז עס נישט א בזיון, עס איז גוט צו וויסן איצט ווען מען מאכט פסח'יג די ספרים שאפע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 10:15 am

און לגבי ספרים אויפן באנק, האב איך אמאל געהערט פון איינעם, איך געדענק נישט אויב מיט א מקור אדער אן, אז ווען דא ספרים אויף א בית המדרש באנק, די מין וואס ס'איז דא עקסטערע זיצן, און מ'קען אויפהייבן עקסטער יעדע זיץ, אז אויב מ'קען אויפהייבן איין זיץ צווישן דער וואס וויל זיצן, און צווישן די ספרים, הייסט ער שוין נישט געזעצן אויף איין באנק מיט ספרים.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:17 pm

איך הער, דאס איז דאך א דבר פשוט, כ'פארשטיי נישט די רבותא.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:23 pm

אויב איך מעג אריינרעדן, די רבותא איז, אז אפילו עס איז נישט אויפגעהויבן, נאר מען קען עס אויפהייבן איז שוין גענוג.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:23 pm

אוודאי אויב איז עס אפגעטיילט זאל מען מעגן זיצן. עס איז דאך אן אנדערע זיץ.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:24 pm

נאך מער ווי דאס, עס איז פונקט אזא רבותא, אז מ'זאל מעגן זיצן אויף א באנק וואס איז מחובר צו א טיש וואס האט ספרים אויף זיך.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 4:28 pm

און עס איז אפשר אויך פונקט אזא רבותא אז מען זאל מעגן זיצן אויף א באנק וואס איז מחובר צו די וואנט, וואס הענגט דערויף א 'בריך שמיה' אדער א 'פיטום הקטורת'........

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מארטש 18, 2007 10:06 am

לא ישרטט איזה קונטרס על הספר,
וואס מיינט דאס?


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט