חיזוק אנצוהאלטן די שיעור הקהלה

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

האט איר מיטגעהאלטן די שיעור ביז היינט

7
24%
6
21%
5
17%
11
38%
 
סך הכול שטימען: 29

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

חיזוק אנצוהאלטן די שיעור הקהלה

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 29, 2007 11:07 pm

מ'בעט דעם עולם זיך אריין צו שרייבן און מיט צוהאלטן ווייטער דעם שיעור אינאיינעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 29, 2007 11:19 pm

יישר כח הער סעקרעטאר פאר דעם סקר, אזוי ווי דו האסט געשריבן אינעם שיעור היום איז דברי תורה טאקע פון די זאכן וואס ברויכן שטענדיג חיזוק.

דא איז אויך דער פלאץ דיר צו באדאנקן מעומקא דליבא אויף דעם וואס זינט דו ביסט אריינגעקומען אין די הנהלה האסטו רוב שיעורים אליין פארגעלערנט, נישט ווארטענדיג אויף קיין כיבודים, און דאס אליין איז דאס גרעסטע כיבוד, זכות הרבים תלוי בך, וכל המזכה את הרבים וכו'.

איך האב אפילו געקלערט אז מען זאל מאכן א סקר אויב מען זאל טאקע מוסיף זיין היי יאר נאך א סעיף צום שיעור, ווייל אנדערש האבן מיר גארנישט מוסיף געווען... אבער איך האב דאס אפגעווארפן מיט די כלל פון תפסת מרובה לא תפסת, בין איך גערעכט?

העיקר, דער עולם זאל ארויסגיין פון דא מיט הויפענס חיזוק, מען זאל זיך מתחזק זיין בלימוד השיעור ובחזרת השיעור (איבערצושמועסן אלע שוועריקייטן און דברים הצריכים ביאור אינעם ספעציעלן אשכול), ובשם ה' נעשה ונצליח.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 30, 2007 12:34 am

זייט מען האט אנגעפאנגן עס איבערטייטשן אויף אידיש (איינער געדענקט נאך?) האלט איך נישט מיט. איך גיי יעצט אנפאנגן נאכאמאל, מיט א פרישע התחדשות.

קרעמער,
איך וואלט געשטימט אויף ניין.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג יולי 30, 2007 12:47 pm

ב"ה איך האלט מיט א יעדן טאג ווען איך בין אפיס.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג מאי 11, 2008 4:31 pm

יעצט באמערקט דעם שיעור, אי"ה עלמיר דאס מיטהאלטן לייוו, וויפל אזייגער איז דאס? און פון וועלכע ספר לערנט מען דאס?
און וויאזוי ארבעט דער סדר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 12, 2008 10:53 pm

ס'ווערט פארגעלערנט, דורך איינע פון די מנהלים, אדער אחראים.

די שיעור קומט פון קיצור שלחן ערוך.

ווערט פארגעלערנט צוויי סעיפים יעדן טאג, אויסער שבת, יו"ט חול המועד.

די צייט איז נישט אייביג גלייך, ס'ווענדט זיך ווען מ'כאפט זיך דאס אריין צו לייגן.

חזק ואמץ.

רבותי, נאר פופצן חברה (און מן הסתם אריין גערעכנט אזעלכע וואס דרייען זיך שוין נישט בתוכינו.) האבן געוואוט, ווי זענען די איבריגע?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג מאי 13, 2008 10:27 am

דא בין איך.

געשטימט פארן 2טן אפציע.

לעצטענס זייט עס איז נתרבו געווארן ספסלי הקרעטשמע קום איך שוין נישט אן אלעס צו לעהזען, ובתוכם די שיעור.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג אוקטובער 26, 2008 11:32 pm

ווי עס שיינט ברויך דער שיעור אן ערענסטער התחדשות, קיינער טייטשט אים שוין נישט איבער, קיינער האט נישט קיין הערות, רבותי צוריק צי די גמרות מיט א פרישקייט, עס קומט יעצט די לאנגע ווינטער נעכט.

איז בכלל נאך דא איינער וואס האלט עס מיט? (דאס פרעג איך נאר שטיל צווישן פיר אויגן)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 26, 2008 11:40 pm

איך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוקטובער 26, 2008 11:41 pm

און איך אויך.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג אוקטובער 26, 2008 11:43 pm

אזוי רעדענדיג דערפון האט מיר אויך געכאפט דעם התעוררות, און איך האב אים געלערנט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 7:25 am

מיר האלטן אויך מיט, שכוח רעב זאנוויל פארן מחזק זיין.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 7:39 am

מיר האלטן עס מיט דבר יום ביומו
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 6:36 pm

ממש נאר פערצן חברה זענען דערינען נייגעריג? אתמהה.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג נובעמבער 23, 2008 8:51 pm

איכער ווי זעסטו די נומער 14?

פויער האטסט אריין געברענגט א שטארקע התחדשות אינעם שיעור, הן מיט א פרישע פארלערנער, און הן מיטן איבער טייטשען. כה לחי!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 9:47 pm

אויבן ביים סקר, איז דא פיר שורות, די ערשטע דריי, קעמען אננעמען לשבח פונעם שיעור, און די טאטעל איז פערצן, ואידך פירושא, געב א קוק זיי מוחל.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 11:02 pm

אזוי ווי די פראגן פון די אנקעטע איז פארהוילן פון אונזערע פליישיגע אויגן, האבן מיר געשטימט פאר די ערשטע אויסוואל.
וואס ווי מיר שטעלן זיך פאר, איז דאס דער מערסטער פאזיטיווער, נעמליך אז מען האלט דאס מיט יעדן טאג ווי ווייט מעגליך.

און דא איז דאס פלאץ אויסצודרוקן אן עפנטליכן דאנק פאר הרב קרעמער און איך הער, וואס שטרענגען זיך אן צוצושטעלן דעם שיעור ווי ווייט מעגליך יעדן טאג אן אויסנאם. איך בין זיכער אז עס קומט זיי נישט אן גרינג.

באצאלן קען מען אייך נישט, אבער א ברכת הדיוט קען מען אייך געבן:
שיהא שכרכם כפול מן השמים, ויהא זכות לימוד התורה דרבים תגן עליכם כל ימי חייכם, ונאמר אמן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 3:08 pm

זייט מ'לערנט הלכות שמחות, האלט איך נישט מיט.

קרעמער לאז וויסן ווען ס'איז פארטיג וועל מיר אנהייבן ווייטער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 3:11 pm

מען פארטיגט מיטן סיום אי"ה, דאס זענען די לעצטע סימנים פון קיצור שו"ע

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 4:11 pm

גוט, העמיר זען ווען ס'איז דא א שיינעם הדרן, העמיר וויסן אז ס'איז פארטיג.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 5:18 pm

איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל פארלערנען "דרך החיים" על הסדר.

איינער איז מיט מיר?

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 10:50 pm

איך וויל דווקא שו"ע הרב.
א וודאי דיין הצעה איז אויך גוט!

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג פאברואר 20, 2011 8:17 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז שו"ע הרב נאר געשמאק צו לערנען נאכדעם וואס מען האט שוין גרונטליך אדורכגעלערנט דעם מחבר מיט די נו"כ.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 21, 2011 1:50 pm

לאו דוקא, עס האט נאר א שפעציעלן געשמאק ווען מען פארשטייט ווי יעדעס ווארט מיינט עפעס...

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג פאברואר 21, 2011 9:48 pm

אבער עס איז ווארשיינליך צו שווער פארצולערנען דא די לאנגע סעיפים טעגליך. (איך גלויב אז קרעמער און איכער וועלן בעפארצוגן "דרך החיים").


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט